בס"ד
די תורה הקדושה פאנגט אָן אונזער פרשה מיט די מעשה פון די מרגלים וואס משה רבינו האט געשיקט קיין ארץ ישראל אויסצושפיאנירן דאס לאנד און זעהן וואס דארט טוט זיך.
די מרגלים זענען געשיקט געווארן ספעציעל פאר דעם צוועק צו קומען און ברענגן א 'באריכט' פאר כלל ישראל און איבערגעבן וואס זיי האבן דארט געזעהן, און ווי די פסוקים זאגן אונז וּרְאִיתֶם אֶת הָאָרֶץ מַה הִוא, איר זאלט זעהן וואס איז דאס לאנד, וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה הַמְעַט הוּא אִם רָב, און דאס פאלק וואס וואויט דארט אויב זיי זענען שטארק אדער שוואַך, אסאך אדער ווייניג, און ווי מיר געפונען ווייטער נאך פארשידענע זאכן וואס זיי זענען געשיקט געווארן געוואויר צו ווערן, הֲטוֹבָה הִוא אִם רָעָה, הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים, הַשְּׁמֵנָה הִוא אִם רָזָה, אויב ס'איז א גוטע לאנד אדער נישט, וואס איז די מצב פון די שטעט, די פירות, און אזוי ווייטער.
און לכאורה דארף מען פארשטיין, אויב אזוי וואס איז טאקע געווען די גרויסע זינד פון די מרגלים מיט דעם וואס זיי זענען צוריק געקומען און איבערגעגעבן וואס זיי האבן געזעהן דארט אין ארץ כנען, און וואס זיי האבן געהאלטן לויט זייער פארשטאנד אז מ'וועט ח"ו נישט קענען אייננעמען דאס לאנד פון די גרויסע און שטארקע גויים וואס געפונען זיך דארט.
און נאך מער, מיר געפונען נישט אז די צוויי ערליכע מרגלים יהושע בן נון און כָּלֵב בן יְפֻנֶה זאלן זיך אויפשטעלן און 'אפלייקענען' דאס וואס די מרגלים האבן איבערגעגעבן פאר כלל ישראל, זיי האבן נישט געזאגט אז די מרגלים זאגן ליגענט אדער אז זיי האבן נישט גוט געזעהן, וכדומה. מיר געפונען בלויז אין פסוק "וַיַּהַס כָּלֵב אֶת הָעָם... וַיֹּאמֶר עָלֹה נַעֲלֶה וְיָרַשְׁנוּ אֹתָהּ כִּי יָכוֹל נוּכַל לָהּ" כלב האט שטיל געמאכט דעם עולם און ער האט אויסגעשריגן עלה נעלה, מיר וועלן יא ארויפגיין און מיר וועלן יא מצליח זיין!
און די זעלבע געפונען מיר אביסל ווייטער (י"ד ח') אז יהושע און כלב האבן געזאגט אִם חָפֵץ בָּנוּ ה' וְהֵבִיא אֹתָנוּ אֶל הָאָרֶץ הַזֹּאת וּנְתָנָהּ לָנוּ, אז אויב דער אייבישטער וויל דאן קען ער אונז געבן דאס לאנד, אַךְ בַּה' אַל תִּמְרֹדוּ וְאַתֶּם אַל תִּירְאוּ אֶת עַם הָאָרֶץ וגו' וַה' אִתָּנוּ אַל תִּירָאֻם, זייטס חלילה נישט מוֹרֵד אינעם אייבישטער, און האט נישט קיין מורא פון די איינוואוינער דארטן ווייל השי"ת איז מיט אונז און מיר דארפן זיך נישט שרעקן.
הכלל, מיר זעהן קלאר אז כלב און יהושע דינגן זיך נישט מיט די פאַקטן וואס די מרגלים האבן דערציילט, זיי ווענדן נישט אפ זייערע רייד, און זיי שרייען נישט אז ס'איז אלעס שקר וכזב; קומט דאָך אויס לכאורה אז די מרגלים האבן געזאגט אמת'ע רייד, איז אויב אזוי וואס איז טאקע געווען די טענה קעגן זיי.
די חטא פון די מרגלים - די הוספות וואס זיי האבן צוגעלייגט
נאר אז מיר לערנען גוט אפ די פסוקים וועלן מיר זעהן אז די תירוץ געפונט זיך גאנץ אפען, און ווי דער ענין איז מבואר אין ספרים הקדושים: די מרגלים זענען געשיקט געווארן אויף א שליחות פון "וּרְאִיתֶם אֶת הָאָרֶץ מַה הִוא וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ", זייער תפקיד איז געווען צו גיין און זיך אומקוקן אויף דאס לאנד און אירע איינוואוינער, און צוריקברענגן א פונקטליכע באריכט איבער וואס זיי האבן דארט געזען, גענוי וואס איז די מצב אינעם לאנד און וויאזוי זעהן אויס די שטעט און די פירות און דאס גלייכן. ווען די מרגלים וואלטן צוריק געקומען און געזאגט נאר דאס וואס זיי האבן געזעהן מיט די אויגן, וואלט דאס נישט געווען קיין עבירה, די פראבלעם איז אבער געווען אז זיי האבן אנגעהויבן צו זאגן זייער מיינונג, זייערע געפילן, זייער אפשאצונג אז מ'וועט דאס נישט קענען אייננעמען ח"ו, און דאס איז שוין נישט געווען א חלק פון זייער תפקיד, נישט פאר דעם האט מען זיי געשיקט צו הערן זייערע עצות און החלטות וואס זיי האבן געמאכט.
און אט דאס איז געווען זייער זינד, און מיט דעם האבן זיי געברענגט א אומגליק אויף כלל ישראל, ווי מיר ווייסן וואס חכמינו ז"ל זאגן אז דורכדעם וואס די אידן האבן דעמאלטס געוויינט א 'בכיה של חינם' א אומזינסטע געוויין, זענען זיי באשטראפט געווארן מיט א 'בכיה לדורות' די געוויין וואס מיר וויינען אום תשעה באב אויף די גרויסע חרבנות וואס איז דעמאלטס נגזר געווארן ביי די חטא המרגלים.
טוהן בלויז דאס וואס מ'האט געבעטן פון אונז
און אז די תורה הקדושה דערציילט אונז דאס אלעס, און טראץ מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פונעם דור דיעה, אבער בדרך רמז ומשל קענען מיר אודאי ארויסנעמען פון דעם א מוסר השכל וואס באגלייט אונז אין יעדן דור און אין יעדן מצב.
וויפיל מאל מאכט זיך אז מיר ווערן פארבעטן אויסצופירן א געוויסע שליחות, אבער דאן 'נעמען מיר דאס צו ווייט' און מיר זענען מוסיף אסאך מער ווי וואס מ'האט אונז געבעטן צו טוהן.
לאמיר אנכאפן א פשוט'ע דוגמא וואס קומט אויפן געדאנק: ווען ראובן פרעגט פון זיין חבר שמעון אז ער זאל איהם געבן אינפארמאציע אויף פלוני, שמעון הייבט אויף אפאר נייגעריגע ברעמען און ער זאגט באלד "וואס, פאר שידוך? פאר דיר? נעה, ס'איז בכלל נישט פאסיג, יענער איז נישט געמאכט פאר דיר"...
אבער אויב מיר זאלן ריכטיג אריינקלערן דערין וועלן מיר באמערקן אז ראובן האט בכלל נישט געבעטן פון שמעון זיין מיינונג אדער זיין הסכמה צום שידוך, ער האט סך-הכל געדארפט א טובה פון שמעון אז ער זאל איהם ברענגן אינפארמאציע אויף יענער בחור אדער יענע משפחה. אויב שמעון וויל אויספירן זיין שליחות ארנטליך, דארף ער איבערגעבן פאר ראובן דאס וואס ער ווייסט און דאס וואס איז ריכטיג צו זאגן, און מיט דעם איז די נושא געשלאסן פון זיין זייט, ער האט ערפילט זיין תפקיד בנאמנות. יעצט אויב ראובן וועט וועלן קען ער טאקע פרעגן שמעון וואס ער האלט וועגן דעם שידוך; אבער ווילאנג ער פרעגט נישט איז דאס נישט שמעון'ס אויפגאבע.
און אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר זעהן אז על פי רוב האט א מענטש שפעטער חרטה פון די אלע 'צוגעלייגטע' זאכן וואס ער האט גערעדט אדער געטוהן אומגעבעטן. ווען שמעון וועט זיך כאפן אז ער האט סתם אפגערעדט ראובן פון טוהן א געוויסע שידוך בלויז ווייל ער האט געטראכט אז ס'איז נישט פאסיג, וועט עס איהם שפעטער דרוקן אויפן הארצן, אוי וואס האב איך דא געטוהן? פארוואס האב איך דאס געדארפט זאגן?... וויפיל עגמת נפש, רייבערייען, און קריגערייען קומען ארויס נאר פון אזעלכע סארט עצות און מיינונגען וואס דער מענטש רוקט אזוי אריין בדרך אגב; ווייל שפעטער ווען ראובן האלט אנדערש ווי די מיינונג וואס שמעון האט ארויפגעווארפן אויף איהם און איהם מייעץ געווען, וועט ער נאך ווערן ברוגז און געטשעפעט פון דעם וואס שמעון האט איהם געזאגט.
און דאס איז נוגע אויף גאר אסאך פעלער ווען מ'בעהט פון אונז א געוויסע טובה, א שליחות, א בקשה, אדער סיי וואס. ווי גוט וואלט געווען ווען מיר האבן די ריכטיגע שכל צו וויסן וואו זי אפצושטעלן, און פארשטיין אז איך דארף טוהן בלויז דאס וואס ער האט מיר געבעטן. איך וועל יענעם ברענגן די אינפארמאציע וואס ער האט מיר געבעטן, און דערנאך זאל ער אליינס באשליסן וואס ער זאל טוהן דערמיט, פאר דעם האט דאָך איהם דער אייבישטער געשאנקן זיין אייגענעם שכל אז ער זאל עס נוצן און טראכטן וואס ער וויל, און איך דארף נישט אויסטרעטן די וועג פאר איהם און איהם הייסן וואס צו טוהן.
אנערקענען דעם 'גרעניץ' ביז וואו מען באלאנגט נאך
צוויי וואכן צוריק האבן מיר געליינט די הפטורה פון פרשת נשא, א קאפיטל אין ספר שופטים וואס רעדט זיך פון מָנוֹחַ און זיין ווייב - די עלטערן פון שמשון הגיבור, וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער, און עס האט זיך באוויזן צו זיין א מלאך אלקים און ער האט מבשר געווען פאר די פרוי אז זי וועט זוכה זיין צו האבן א קינד, און ער האט איר באפוילן איינצוהאלטן אלע דינים פון א נזיר, ווייל דאס קינד וואס גייט געבוירן ווערן וועט זיין א נזיר פארן אייבישטער. אין אנהייב האבן זיי נישט געוואוסט אז דער וואס רעדט צו זיי איז א מלאך פון הימל, דערנאך שטייט אז זיי האבן מקריב געווען א קרבן און דער מלאך איז פארשוואונדן געווארן, און די פסוק דערציילט וְלֹא יָסַף עוֹד מַלְאַךְ ה' לְהֵרָאֹה אֶל מָנוֹחַ וְאֶל אִשְׁתּוֹ, דער מלאך איז מער נישט צוריק געקומען צו זיי, אָז יָדַע מָנוֹחַ כִּי מַלְאַךְ ה' הוּא, און דעמאלטס האבן זיי פארשטאנען אז ער איז געווען א מלאך.
די וועלט זאגט א ווערטל בדרך צחות, וואס פאר א ראי' האבן זיי געהאט פון דעם אז דער מלאך איז מער נישט צוריק געקומען צו זיי אז ער מוז זיין א מלאך?, נאר דער תירוץ איז, אויב וואלט ער געווען א בשר ודם, און ער איז געווען דער גוטער שליח מבשר צו זיין א בשורה טובה און זיי ברענגן א ישועה, וואלט ער דאָך זיכער געווארן דא הויפט מחותן און ער וואלט צוריק געקומען איין מאל און נאכאמאל אפצונעמען זיין כבוד און זיינע טובות... אין די מינוט וואס זיי האבן געזעהן אז ער איז באמת נעלם געווארן און מ'זעהט איהם נישט פאר די אויגן איינמאל ער האט געענדיגט זיין שליחות, מוז זיין אז ער איז טאקע א מלאך פון הימל.
לפי דרכנו קענען מיר זאגן דעם זעלבן ענין אויף זייער אסאך זאכן וואו מ'בעהט אונז א טובה, א קלייניגקייט, א שליחות, אבער מיר שפירן זיך פארפליכטעט צו בלייבן 'אינוואלווד' פון אנהייב ביז צום סוף אָן אוועקצוטרעטן, מיר ווייסן נישט ווען עס האט זיך געענדיגט אונזער תפקיד וואס מיר זענען פארבעטן געווארן.
און עס דארף באטאנט ווערן, אז דער אמת איז, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס דערמיט! כך הוא דרכו של עולם, אזוי איז די נאטור פון מענטשן אז זיי ווילן לאזן הערן זייער מיינונג, זיי קלערן אפשר
אז זיי פארשטייען די זאך אביסל בעסער, אדער זיי האבן ארויס די נושא קלאָרער ווי דער שואל, און דעריבער פילט מען אמאל פאר וויכטיג צוצולייגן די אייגענע צוויי צענט מסביר צו זיין פאר יענעם וואס ער האט צו טוהן און וויאזוי זיך צו פירן. און אמאל ווערט מען א גאנצע עסקן און א שתדלן אינגאנצן אומגעבעטן, פשוט ווייל אזוי פילט עס אסאך בעסער ווען מ'איז שטארק אריינגעטוהן, כאטש יענער האט דאס בכלל נישט געבעטן און בכלל נישט געמיינט, ער האט נאר געבעטן א קלייניגקייט, אבער דער שליח איז מוסיף והולך און ער נעמט די גאנצע לייצעס אין זיינע אייגענע הענט.
אויב איך קען נישט עפעס מיינט נאכנישט אז ס'איז נישט גוט
און אז מ'רעדט שוין, לאמיר גיין א טריט ווייטער, אמאל איז פארהאן א מציאות וואס נישט נאר דער מענטש איז געווארן א 'מחותן' און ער העלפט ארויס מיט עצות און טובות כאטש מ'האט איהם נישט געבעטן, נאר ער ווערט אזוי שטארק איינגעטינקן אין די זאך, אז אויב זעהט ער אז ער איז נישט מסוגל דאס אויסצופירן, דאַן מאכט ער אוועק די גאנצע זאך מֵעִיקָרָא, ער הייבט אָן צו רעדן מיט א ביטול אדער אפצולאכן פונעם גאנצן געדאנק, פשוט ווייל ער זעהט נישט קיין וועג וויאזוי 'ער' זאל דאס קענען באווייזן, און ממילא איז שוין די גאנצע זאך נישט נוֹגֵעַ. ער וועט אויפקומען מיט פארשידענע סארטן הסברים פארוואס די גאנצע זאך האט קיינמאל נישט געטויגט, און עס איז בכלל נישט קיין גוטע געדאנק, און עס לוינט אפילו נישט צו פראבירן...
א פשוט'ע משל בלויז עס צו דערנענטערן צום שכל: אויב שמעון איז א בעל-מלאכה וואס טוט פארשידענע סארט 'קאנסטראקשן' ארבעט, און ער ווערט געבעטן אהערצושטעלן א געוויסע סארט קאמפליצירטע ארבעט וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געטוהן; אויב וואלט ער געווען אמת'דיג און אויפריכטיג וואלט ער קלאר איינגעמאלדן פארן בעל הבית אז ער האט פשוט נישט קיין עקספיריענס אין דעם, אפשר וואלט כדאי געווען צו נעמען א צווייטע בעל מלאכה פאר די זאך, אדער אפשר זאל מען איהם געבן אביסל צייט און ער וועט זעהן אויב ער קען דאס באווייזן אדער נישט.
אבער איינס פון די שוואכקייטן וואס איז צומאל דא אינעם מענטש, איז אז ער בויעט זיין מיינונג לויט'ן מצב! און אויב איז ער אין א פארלעגנהייט ווייל עס איז צו שווער פאר איהם אדער ווייל ער קען נישט, דעמאלטס הייבט אָן זיין מוח אויפצוקומען מיט פארשידענע מסקנות פארוואס די גאנצע זאך פעלט נישט אויס, און פארוואס ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין גוטע פלאן דאס צו טוהן. וואס פארשטייט זיך אליינס אז אין אזא פאַל איז עס בעצם א גרויסע עוולה אויב א מענטש איז נישט ארנטליך און אויפריכטיג מיט א צווייטן, און ער צושטערט יענעמ'ס פלענער בלויז ווייל ער טויג נישט דערצו.
נישט באשאפן קיין נייע מסקנות געבויט לויט די אומשטענדן
און נישט אלעמאל איז עס דווקא בין אדם לחבירו, אמאל איז עס אויך "בין אדם לעצמו", עס פאסירט זייער אפט אז א מענטש געפונט זיך אין א געוויסע שוועריגקייט אדער אומבאקוועמליכקייט, און דערפאר הייבט ער אָן צו בויען פארשידענע טעאָריעס כדי צו בארואיגן זיין קלעם.
א קליינע דוגמא, אויב האבן מיר אמאל געהאט חשק צו גיין זיך משתתף זיין אין א חבר'ס שמחה וואס קומט פאָר אביסל ווייט אוועק, מיר וואלטן זייער געוואלט קענען אנקומען פון ברוקלין קיין מאנסי און האבן א וועג אהין און צוריק כדי צו קענען אנטייל נעמען אין די חתונה וואס יענער מאכט; אבער למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז ס'האט זיך נישט געמאכט קיין וועג, אדער ס'איז אונטערגעקומען עפעס א טירדא וואס האלט אונז צוריק פון פאָרן.
זייער אסאך מאל הייבט אָן דער מענטש צו טראכטן ביי זיך אין אזא פאַל, נעה, ס'איז גארנישט, איך וואלט זיך סייווי נישט געדארפט אנשטרענגן צו פאָרן צו זיין שמחה, וואלט ער דען גענומען די מיה צו קומען צו מיין שמחה?, אדער מ'הייבט אָן צו מאכן פארשידענע סארט חשבונות אז בעצם זענען מיר בכלל נישט אזעלכע נאנטע חברים, ס'איז סתם געווען א נארישע און איבערגעטריבענע געפיל אז כ'האב אפילו געוואלט גיין, עס פעלט נישט אויס, וכדומה.
דאס איז אבער א טעות! אויב איך האב נישט געקענט פאָרן צו די חתונה צוליב סיי וועלכע סיבה, מאכט דאס אונז נאכנישט אויס חברים, און מ'דארף נישט אנהייבן שפעקולירן און ארויפברענגן אויפן געדאנק נייע טענות וואס האבן נישט עקזיסטריט ביז יעצט, אויב יענער וואלט יא געקומען צו מיר אדער נישט. עס וועט גארנישט פאסירן אויב מיר וועלן זיך אביסל ארומדרייען מיט'ן געדאנק אז יא, איך האב טאקע געוואלט פאָרן אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, מֵה' מִצְעֲדֵי גֶבֶר כּוֹנָנוּ אזוי האט דער אייבישטער באשערט, און די מסקנות מוזן זיך נישט טוישן געבויט אויף די אומשטענדן אין וואס מיר זענען אריינגעפאלן.
און דער אמת איז אז מ'קען מאריך זיין אין גאר אסאך דוגמאות און משלים, וויאזוי א מענטש האט ליב צוצופּאַסן די גאנצע מציאות ארום די מצב אין וועלכע ער געפונט זיך יעצט, און עס מאכט איהם פילן אסאך בעסער אויב שפירט ער זיך נישט ווי א דורכפאַל, נאר ער רעדט זיך איין אז ס'וואלט לכתחילה געדארפט זיין אזוי. און אסאך מאל קען עס זיין אפילו ביי גאר ערנסטע און קריטישע זאכן, וואו דער מענטש הייבט אָן זיך איינצורעדן און גלייבן געוויסע הנחות, פשוט ווייל אזוי איז איהם אויסגעקומען גרינגער אויף די מינוט. אבער לא זו הדרך, דאס איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, סיי זיך נישט אליינס צו פאָפּן און אודאי נישט אויסנארן א צווייטן ווי געזאגט.
נישט מאכן די גאנצע זאך פאר א טעות מעיקרא
אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין די פרשה פון די מרגלים וועלן מיר געפונען, אז טאקע דאס איז געווען דער עיקר יסוד פונעם חטא. די מרגלים זענען געווען דערשראקן און האבן מורא געהאט פון וואס זייערע אויגן האבן געזעהן, זיי האבן זיך געשפירט קליין און פארלוירן קעגן די גרויסע ריזן וואס זיי האבן געזעהן, און דעריבער האט דאס זיי באוואויגן צו מאכן א באשליס און איבעררעדן דעם פאלק אז ס'איז בכלל נישט קיין גוטע עצה ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, ס'איז אֶרֶץ אֹכֶלֶת יוֹשְׁבֶיהָ - א לאנד וואס פארלענדט די איינוואוינער און מ'שטארבט דארט, און זיי האבן אנגעהויבן צו רעדן שלעכטס און זאגן ליגענט, אלעס כדאי ארויסצוברענגן אז די גאנצע פלאן פון גיין קיין ארץ ישראל איז בכלל נישט געווען קיין גוטע פלאן ח"ו גלייך פון אנפאנג.
און די זעלבע האט פאסירט מיט כלל ישראל וואס איז געווארן דערשראקן הערנדיג דעם באריכט פון די מרגלים, און זיי האבן אנגעהויבן צו וויינען און צו שרייען אויף די גאנצע זאך, ווי די תורה הק' דערציילט אונז, וַתִּשָּׂא כָּל הָעֵדָה וַיִּתְּנוּ אֶת קוֹלָם וַיִּבְכּוּ הָעָם וגו' וַיֹּאמְרוּ אֲלֵהֶם כָּל הָעֵדָה לוּ מַתְנוּ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם אוֹ בַּמִּדְבָּר הַזֶּה לוּ מָתְנוּ, וְלָמָה ה' מֵבִיא אֹתָנוּ אֶל הָאָרֶץ הַזֹּאת לִנְפֹּל בַּחֶרֶב וגו' הֲלוֹא טוֹב לָנוּ שׁוּב מִצְרָיְמָה... דאס הייסט אז זיי האבן באמת אנגעהויבן צו גלייבן אז ס'וואלט בעסער געווען זיך צוריק צו קערן קיין מצרים, ווייל צו גיין קיין ארץ ישראל וועט זיי נאר ברענגן צו שטארבן.
אבער באמת איז דאס געווען א חטא, ווייל דאס וואס דאס לאנד מיט אירע מענטשן זעהן אויס אזוי גרויס און שרעקעדיג און עס דאַכט זיך אונז אז ס'איז נישט קיין גוטע פלאץ, מיינט נאך נישט אז די גאנצע טובה פון השי"ת וואס האט אונז ארויסגענומען פון מצרים און געראטעוועט פון שלעכטס, און די גאנצע הבטחה וואס ער האט אונז מבטיח געווען צו געבן ארץ ישראל - איז נישט גוט ח"ו. אלעס קען טאקע זיין אמת, זאכן זעהן נישט אויס אזוי גוט, מיר פארשטייען נישט וואס וועט דא זיין, מיר ווייסן נישט וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן, אבער עס טאר נישט ווערן פארוואנדלט אין א מסקנה פון "לוּ מַתְנוּ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם" אדער א פאַקט פון "וְלָמָה ה' מֵבִיא אֹתָנוּ אֶל הָאָרֶץ הַזֹּאת לִנְפֹּל בַּחֶרֶב" אז עס מוז זיין אז אין ארץ ישראל וועלן מיר שטארבן ח"ו, געבויט אויף די יעצטיגע מצב.
די דריטע און גרעסטע חלק פונעם חטא המרגלים
והעולה על כולנה, די גרעסטע טענה קעגן די מרגלים און די אידן איז געווען, וואו איז ענקער אמונה און בטחון אין השי"ת אז ער וועט אייך העלפן? פארוואס גלייבט איר נישט און איר ווייסט נאכנישט פון אלעס ביז אהער אז דער אייבישטער וועט אונז קיינמאל נישט פארלאזן, און אז ער האט צוגעזאגט וועט ער איינהאלטן זיינע רייד, און ער וועט אונז אריינברענגן קיין ארץ ישראל אפילו חוץ לדרך הטבע.
און ווי השי"ת זאגט טאקע צו משה רבינו, "עַד אָנָה יְנַאֲצֻנִי הָעָם הַזֶּה וְעַד אָנָה לֹא יַאֲמִינוּ בִי בְּכֹל הָאֹתוֹת אֲשֶׁר עָשִׂיתִי בְּקִרְבּוֹ" ווי לאנג וועט מיך נאך דאס פאלק דערצערענען און נישט גלייבן אין מיר נאך די אלע אותות ומופתים וואס איך האב באוויזן פאר זיי.
אין אנדערע ווערטער, עס איז טאקע קיינמאל נישט ריכטיג צו ציען מסקנות לויט די מצב אין וואס מיר געפונען זיך יעצט, אבער ווען עס רעדט זיך פון כלל ישראל דער עַם ה' איז דאָך די טענה טויזנט מאל שטערקער: צו דען ווענדט זיך עס בכלל אין זיי? זיי דארפן דען מלחמה האלטן? מען דארף צוקומען צו זייערע מענטשליכע כוחות קעגן די ריזן און די גיבורים פון ארץ כנען צו קענען אייננעמען דאס לאנד? זיי ווייסן נישט אז דער אייבישטער איז דער כל יכול וואס וועט זיי העלפן און טוהן אלעס פאר זיי?!.
און דערפאר האבן יהושע און כלב גארנישט אוועקגעמאכט די ווערטער פון די מרגלים, ווייל עס איז טאקע אמת, עס זענען דא דארט ריזן, עס זענען דא שוועריגקייטן, מיר זעהן נישט קיין וועג בדרך הטבע; אבער יהושע און כלב שרייען די גאנצע צייט איין זאך, "עָלֹה נַעֲלֶה וְיָרַשְׁנוּ אֹתָהּ כִּי יָכוֹל נוּכַל לָהּ" מיר וועלן מצליח זיין, "אַךְ בַּה' אַל תִּמְרֹדוּ וְאַתֶּם אַל תִּירְאוּ אֶת עַם הָאָרֶץ וגו' וַה' אִתָּנוּ אַל תִּירָאֻם" מיר טארן נישט ווידערשפעניגן אינעם אייבישטער, ער איז מיט אונז און ער וועט אונז העלפן! דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר דארפן האלטן פאר אונזערע אויגן, און דאס איז די בעסטע תירוץ אויף אלע אונזערע זארגן און פראבלעמען.
די אמונה און בטחון וואס מיר דארפן האבן אלעמאל
וואס לענינינו איז דאס א תביעה אויף יעדער איד אין יעדן מצב! דו ווייסט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, דער רבוש"ע זעהט אלעס און פירט אלעס און באשערט אלעס, איז אפילו אויב עס דאַכט זיך דיר געוויסע זאכן אז עס איז שווער אדער ס'טויג נישט, טארן מיר קיינמאל נישט מאכן א החלטה אויף א זאך אז ס'איז אוממעגליך, אדער ס'מוז זיין אז ס'איז נישט פאר מיר. אויב מיר גייען אדורך א שוועריגקייט אדער א פראבלעם, מיר זענען אריינגעפאלן אין א אומבאקוועמע סיטואציע, דארף אלעמאל זיין די אמונה און בטחון פאר אונזערע אויגן, נעם א תהלימ'ל, ווענד זיך צום טאטן אין הימל אז ער זאל דיר העלפן, אז די מצב זאל זיך טוישן.
און דעריבער טאר א איד כמעט קיינמאל נישט ציען קיין מסקנות און מחליט זיין, געבויעט אויף זיין יעצטיגע סיטואציע, אז דאס איז עס! איך קען נישט טוהן מער, אדער איך קען נישט טוישן די מציאות. ביי א איד איז אלעמאל דא האפענונג און א מעגליכקייט פאר סייעתא דשמיא, אז השי"ת וועט איהם העלפן און געבן כוחות אפילו אויף זאכן וואס האט זיך פאר איהם געדאכט אז ער קען נישט אדער ער וועט נישט מצליח זיין, און אזוי דארף זיין אונזער בליק שטענדיג אויף יעדע זאך.
און מענין לענין, אז מ'רעדט שוין פון די אמונה און בטחון וואס מיר כלל ישראל דארפן האבן, קומט ארויף אויפן זכרון א מעשה שהיה: עס איז אמאל געקומען א יונגערמאן צו מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל אינגאנצן ערשיטערט, דער יונגערמאן האט געהאט א קינד וואס האט געליטן פון א שווערע מחלה ל"ע, און ער האט זיך אויסגערעדט פארן ראש ישיבה אז דער דאקטער האט איהם נארוואס געמאלדן אז עס האט זיך געמאכט א געוויסע שווערע קאמפליקאציע אין דאס קינד'ס געזונט צושטאנד, און אויב ס'איז טאקע דאס וואס ער מיינט, דאן האט ער נישט מער ווי נאך געציילטע טעג פארבליבן צו לעבן ח"ו...
ווען דער ראש ישיבה זצ"ל האט דאס געהערט האט ער איהם איבערגעפרעגט נאכאמאל "וואס פונקטליך האט דער דאקטער געזאגט?", און ווען דער יונגערמאן האט איבער גע'חַזר'ט די רייד פונעם דאקטער, האט דער ראש ישיבה זיך געגעבן א רוף אָן, "זייט ווען האט א דאקטער רשות צו זאגן עתידוֹת? אפילו ווען ער האט זיך געלערנט דאקטעריי, האט מען איהם אבער נישט אויסגעלערנט די פאַך פון זאגן דברי נבואה"... אפילו אויב ס'איז ליידער פארהאן געוויסע אינפארמאציע און 'סטאטיסטיקס' פון די פארגאנגענהייט אין די וועלט אז די מענטשן וואס ליידן פון אזא און אזא פראבלים לעבן נישט צו לאנג בדרך כלל, דאן קען דאס דער דאקטער זאגן בלויז אלס א דרויסנדיגע פאַקט אז "ביז היינט איז נישט געווען צופיל מענטשן וואס האבן מאריך ימים געווען מיט דעם פראבלעם", ער קען בלויז דערציילן די מציאות וואס ער ווייסט פונעם עָבַר, אבער ער איז בכלל נישט קיין מַאן-דאמר צו באשליסן איבער די צוקונפט פון דיין קינד! דער עתיד באשטימט נאר איין איינציגער באשעפער, און דער דאקטער פארמאגט נישט דער שליסל דערצו.
היוצא לנו, דריי יסודות'דיגע נקודות
וואס מיר לערנען פון די חטא המרגלים:
• מען דארף וויסן און אנערקענען וואו אונזער שליחות האט זיך געענדיגט, און נישט צולייגן מער ווי מען דארף.
• דאס אז מיר קענען נישט עפעס באווייזן, אדער עס גייט נישט גוט, מיינט נאך נישט אז די גאנצע זאך איז א שלעכטע פלאן. מסקנות ווערן נישט געבויט לויט די טעכנישע אומשטענדן.
• א איד טאר קיינמאל נישט אפמאכן א ענדגילטיגע מסקנא לויט זיין יעצטיגע שוועריגקייט און שוואכקייט, נאר ער דארף בעטן און האפן צו השי"ת דער כל יכול!
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com