געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
איך האב זיך לעצטנס באקאנט געמאכט מט די וועלט פון געטשקעס, די גריכישע, רוימישע און עגיפטישע געטשקעס, זייערע גלויבונגען אין וואס זיי האבן געגלויבט מיט טויזנטע יאר צוריק און וואס מען האט דעמאלס געדינט.
איך קען אייך איין זאך זאגן, איר וועט נישט גלויבן וואס איך האב געפינען. דאס איז א גאנצע וועלט פאר זיך, וואס פאדערט שיעורים על גבי שיעורים דאס צו ערקלערן. דאס איז א גאנצע מערכה, געבויט אויף א טאטע געטשקע, א מאמע געטשקע מיט קינדער געטשקעס, טייל פון זיי זענען האלבע מענטשן האלבע געטער וכדומה וכדומה. יעדער געטשקע האט זיך זיין אויפגאבע וואס ער האט געהאט צו טון. פון די גרעסטע געטער זענען "זאוס" און "יאטעפאס".
איך וועל זיך אפשטעלן אצינד אויף די געטשקעס וואס אונזערע זיידעס האבן געדינט אין כנען, און ווארשיינליך אויך פריער אין מצרים, ביז שפעטער נאכן חרבן בית-המקדש הראשון.
דער "אל" געטשקע, נאך וועמען דער שטאט "בית אל" ווערט גערופן, און לויט מאנכע האט דער קעניג "מלכי צדק" געדינט צו אים אלס "כהן עליון", האט חתונה געהאט מיט דעם "אשרה", פון זיי איז ארויסגעקומען פיל קינדער געטשקעס. די מערסט באקאנטע פון זיי זענען דעם "בעל" (וואס פון אים זענען ארויסגעקומען עטליכע בעל געטער, בעל ברית, בעל דגון, בעל פעור און נאך אסאך אנדערע), דער "ים" (דער געטשקע פון די וואסערן), די עשתורת (וואס איז ממונה אויף דאס פרוכטבארן זיך), און די "ענת" (וואס איז ממונה אויף די מלחמות). די ערשטע צוויי געטער זענען מענער געטער (בעל מיט ים), די לעצטע צוויי זענען נקבות (עשתורת מיט ענת). למעשה האט דער בעל געהייראט זיין שוועסטער עשטורת און זיי זענען געווארן א פאר (מאנכע טענה'ען אז אסתר המלכה האט געהייסן נאכן עשתורת געטשקע, טראגנדיג א גריכישע נאמען).
דער עשתורת האט פון אנהויב געקעניגט אויף די וועלט און איז געווען די געטשקע פון די וועלט, בשעת דער "ים" געטשקע האט געהערשט איבער ימים און איז געווען אונטערגעווארפן אונטער זיין שוועסטער די עשתורת. אבער ווען דער ים געטשקע האט געוואלט בויען פאר זיך א פאלאץ אויף די יבשה, און דער עשתורת האט אים נישט געלאזט, האט ער שטארק געברויזט און אראפגעווארפן דעם עשתורת פון איר קעניגרייך איבער די וועלט. איר ברודער דער "בעל" האט זיך אנגענומען פאר זיין שוועסטער און ווייב, די עשתורת, דערקלערנדיג קריג קעגן זיין ברודער, דער "ים". זייער טאטע "אל" האט זיך אנגענומען פארן ים, בשעת בעל און עשתורת זענען קעגן דעם טאטע'ן אל מיטן ברודער דער ים. די שוועסטער "ענת" האט זיך קודם געמאכט אז זי איז אויפן זייט פון דעם פאטער און ברודער ים, זי האט געמאכט א מאלצייט פאר אלע זעלנער אינעם קריג, אבער זייענדיג ביי די מאלצייט האט זי אלעמען דערדרוקט און צוריבן מיט די עסצייג וואס האט זיך געפינען אויפן ארט. זי האט אנגעפירט דעם קריג פאר איר ברודער דער בעל, הרג'ענענדיג דעם לוויתן און דער נחש מיט זיבן קעפ וואס לעבט אונטער די וואסערן.
ערגעצוואו אינמיטן די מלחמה, האט זיך דער בעל שטארק צעבוזשעוועט און כמעט געמאכט א גרויסן חורבן אויפן גאנצן עקזיסטענץ, אבער זיין ווייב די עשתורת און זיין שוועסטער די ענת האבן אים צוגעהאלטן די הענט אז ער זאל גארנישט קענען טון, און זיי האבן אים בארואיגט.
ביים ענדע פון די מלחמה האט דער בעל געוואלט בויען פאר זיך א גרויסן פאלאץ, אבער ער האט געדארפט האבן דערפאר רשות פון זיין פאטער דער "אל". וויסנדיג אז ער איז ברוגז אויף די מלחמה וואס ער האט אנגעפירט, האט ער איינגעשפאנט זיין שוועסטער די ענת, אז זי זאל גיין רעדן מיטן פאטער איבער דעם פאלאץ. זי האט זיך גענומען שטויסן אין די ערד, גראבנדיג טיפער און טיפער, ביז זי איז צוגעקומען צו די וואוינונג פון דער אל. דארט האט זי אנגעהויבן צו רעדן זייער חוצפה'דיג און געמיין, ביז דער אל האט אנגעהויבן מורא צו האבן, איז ער אנטלאפן און זיך פארשפארט אין אן אינדערווייניגסטע צימער, פון דארט האט ער גערעדט מיט זיין טאכטער. זי האט אים געסטראשעט מיט קריג, אבער ער האט גע'טענה'ט אז טאמער וועט זי עפעס טון, וועט קומען א שרעקליכער חרבן און טראגעדיע אויף די ערד. זי האט זיך נישט דערשראקן און ממשיך געווען צו סטראשען. ווען דער אל האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער איר געפרעגט וואס איז איר באגער.זי האט דאן אנגעהויבן מיט א גאנצע דברי שיר, אויסלויבנדיג די חכמה פון דעם אל און אים אנוואונטשנדיג אז ער זאל בלייבן לעבן אויף שטענדיג (...), דאן האט זי געבעטן רשות פאר דעם פאלאץ, וואס דער אל האט איר נאכגעגעבן.
די המשך ציעט זיך ווייטער און ווייטער. שפעטער האט די טויט געטשקע גע'הרג'עט דעם בעל. אבער דער עשתורת האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל אים באפרייען פון דעם טויט אינדזל... בקיצור, דער בעל איז צוריקגעקומען... ס'איז א לאנגע מעשה.
...
דאס איז בלויז איינע פון די פילע מעשה'לעך איבער געטער. דאס זענען מעשיות בלי שיעור ובלי ערך. איינע פון די מעשיות לויטעט, אז איינע פון די געטשקעס פלעגן זיך פירן, אז ווען ער האט געהאט א קינד, האט ער איינגעשלונגען דאס קינד, כדאי זיי זאלן נישט גרויס ווערן און רעוואלטירן קעגן אים. ביי איינער פון די קינדער, האט זיין ווייב אים אויסגעפאפט און אריינגענארט א שטיין אנשטאט דעם קינד. דאס קינד איז גרעסער געווארן און געווארן א קנעכט ביי זיין טאטע'ן, נישט וואוסנדיג וועמען ער דינט.
שפעטער, ווען דאס קינד האט זיך דערוויסט פון דעם סוד, האט ער אריינגעלייגט אין די עסן פון זיין טאטע, עפעס א געווירץ וואס מאכט אז מען זאל אלעס אויסברעכן. דער טאטע געטשקע האט דאן אויסגעבראכן אלע זיינע קינדער, וועלכע האבן זיך תיכף אויפגעשטעלט און ארויסגעגאנגען אין א שלאכט מיט זייער טאטע, וועמען זיי האבן געוואונען און גע'הרג'עט...
אן אנדערע געטשקע איז פארהאן, וועמען די גרויסע געטשקע האט אים אריינגעווארפן אין שאול תחתית, און זינט דעמאלס ביז היינט האלט יענער אין איין פאלן טיפער צום אפגרונד, און איז נאכנישט אנגעקומען צום סוף. יענער האלט נאך אינמיטן פאלן אין די טונקל, טיפער און טיפער, אן קיין ענדע... נעבעך...
אן אנדערע געטשקע איז פארשאלטן געווארן, אז ער מוז האלטן די וועלט אויף זיין רוקן. זינט דעמאלס האלט יענער די וועלט אויף זיין רוקן. דאס איז די סוד אויף וואס די וועלט האלט זיך, אויף דער רוקן פון א געטשקע...
וכהנה וכהנה רבות.
ווער עס האט נאך געטשקע מעשיות, איז מכובד ארויפצולייגן.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
אתה פוררת בעזך ים, שברת ראשי תנינים על המים. דאס רעדט צו בעל וואס האט צוברעקלט דעם גאט ים-נהר מיט זיינע שלוחים, און אזוי איז דאך נאך אסאך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
רָאוּךָ מַּיִם, אֱלֹהִים--רָאוּךָ מַּיִם יָחִילוּ; אַף, יִרְגְּזוּ תְהֹמוֹת.
זֹרְמוּ מַיִם, עָבוֹת--קוֹל, נָתְנוּ שְׁחָקִים; אַף-חֲצָצֶיךָ, יִתְהַלָּכוּ.
נאך א פסוק, וואס ווייזט אויף די גבולות פון דער ים מיט די יבשה, וואו צוויי אנדערע געטער זענען געווען דערויף:
גְּבוּל שַׂמְתָּ בַּל יַעֲבֹרוּן, בַּל יְשֻׁבוּן לְכַסּוֹת הָאָרץ
ס'איז דא נאך אסאך.

- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
כ׳האב זיך אייביג געוואונדערט וואס די גרויסע תאווה צו ע״ז האט געדארפט צו זיין, כ׳האב זיך נישט געקענט פארשטעלן וויפיל כ׳האב נאר פראבירט... איצטער זאג איך אז כ׳האב טאקע ערענסט מורא אז ווען איך וואלט דארט געווען וואלטיך זיך נישט געקענט איינהאלטן און כ׳וויל אויסדריקן מיין טיפע הכרות הטוב פאר די הייליגע חז״ל וואס האבן דאס מסלק געווען באצייטענס. יישר כח ששברתם היצר!
אגב; לאור זה קעמען פארשטיין אז די היינטיגע תאוות זענען פונקט אזוי שטותים, און ווען מ׳קריכט ארויס דערפון און מ׳זעט עס מיט א ניכטערן בליק קעמען נישט פארשטיין וואס די אש התאוה האט געדארפט צו מיינען...

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
דו וועסט נישט גלויבן וויפיל געדאנקען און מוסר, וואס מיר לערנען אין מוסר ספרים, קומען פון די געטשקע מעשה'לעך.עמינדב האט געשריבן:נאכפארשן עבודה זרהס איז א לאו מן התורה. אויב עס גייט איינעם אן.
אפשר נאר די מעשים פון דינען און נישט די מיטאלאגען און ענדליכע שטותים? ווייס איך נישט.
גבול שמת בעל יעבורון. פארוואס עס לערנען גראד ווען מען קען גיין קרום.
איך וועל געבן בלויז איין דוגמא. דוכט זיך אז דער שבט מוסר ברענגט עס, און אויב נישט ברענגט עס א צווייטער. אז עס איז געווען א מענטש, וואס האט געבעטן דעם אויבערשטן אז אלעס וואס ער רירט אן זאל פארוואנדלט ווערן אין גאלד. דער אויבערשטער האט אויסגעהערט זיין תפילה און אלעס וואס ער האט אנגערירט איז טאקע געווארן גאלד. אבער פון די אנדערע זייט האט ער מער גארנישט געקענט טון: ער האט נישט געקענט מער עסן, ווייל אלע עסן זענען געווארן גאלד, ער האט נישט געקענט שלאפן, ווייל זיין געלעגער און דאכענע זענען געווארן גאלד. די סוף איז געווען אז דער מענטש איז געשטארבן פון הונגער.
די מעשה קומט פון די עובדי-עבודה זרה ביכער, פון דעם סארט.
עס איז דא נאך מעשיות פון דעם סארט, פון רבי יהודה החסיד אדער אנדערע מוסר ספרים, וואס קומט פון דארט.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
געטשקעלעך און זייערע אקטיוויטעטן
ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
אגב, אז דו ברענגסט שוין צו רבי החסיד. האב איך לעצטענס געוואטשט א לענגערע אויספארשונג איבער ספר חסידים וואס איז געשריבן געווארן דורך רבי יהודה החסיד. פון א פראפעסערין אין טורא קאלעדזש Dr. Susan Weisman.צפת האט געשריבן:עס איז דא נאך מעשיות פון דעם סארט, פון רבי יהודה החסיד אדער אנדערע מוסר ספרים, וואס קומט פון דארט.
איבער די אטענטישקייט פון די היינטיגע ווערסיע פון ספר חסידים וואס מיר פארמאגן היינטצוטאגס, וואס איז פיל אנדערש פון די ארגינעלע און ערשטע ווערסיע.
איינע פון די נקודות וואס זי ברענגט ארויס, אז די קריסטלעכע קאלטור איז געווען שטארק אריינגעפלאכטן אינעם אידישן קאלטור און היפש זאכן פון יענעם ערשטן ווערסיע איז געבויעט אויף קריסטליכע יסודות.
איך בין נישט קיין מבין אין די זאכן, ס'מיר פארט געווען גאר אינטערעסאנט אויסצוהערן.
https://youtu.be/CakZq3rbbOk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
פרטים?ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
אויב איז זי א קריסט איז נישטא קיין סיבה איר צו גלייבן.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: אגב, אז דו ברענגסט שוין צו רבי החסיד. האב איך לעצטענס געוואטשט א לענגערע אויספארשונג איבער ספר חסידים וואס איז געשריבן געווארן דורך רבי יהודה החסיד. פון א פראפעסערין אין טורא קאלעדזש Dr. Susan Weisman.
איבער די אטענטישקייט פון די היינטיגע ווערסיע פון ספר חסידים וואס מיר פארמאגן היינטצוטאגס, וואס איז פיל אנדערש פון די ארגינעלע און ערשטע ווערסיע.
איינע פון די נקודות וואס זי ברענגט ארויס, אז די קריסטלעכע קאלטור איז געווען שטארק אריינגעפלאכטן אינעם אידישן קאלטור און היפש זאכן פון יענעם ערשטן ווערסיע איז געבויעט אויף קריסטליכע יסודות.
איך בין נישט קיין מבין אין די זאכן, ס'מיר פארט געווען גאר אינטערעסאנט אויסצוהערן.
https://youtu.be/CakZq3rbbOk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער רמב״ם ברענגט דאס צו אלס א לאו בספר המצות לאו י, ובהל׳ עבודה זרה פ״ב ה״ב (וע״ש בה״ג). ועיין בחינוך מצוה ריג. אבער דער אגרות משה ביו״ד ח״ב (סימן קיא) איז מתיר טאמער עס איז להבין ולהורות ולא למעשה, וכעין מש״כ הרמב״ם שם בהל׳ ע״ז פ״ג ה״ב (וע״ש באור שמח), ובפרט כשמבינים מהספרים ומסיגנונם שהם שטותים והבלים (כבזמנינו) ע״ש.עמינדב האט געשריבן:נאכפארשן עבודה זרהס איז א לאו מן התורה. אויב עס גייט איינעם אן.
אפשר נאר די מעשים פון דינען און נישט די מיטאלאגען און ענדליכע שטותים? ווייס איך נישט.
גבול שמת בעל יעבורון. פארוואס עס לערנען גראד ווען מען קען גיין קרום.
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער תפארת ישראל (סנהדרין פ״י מ״א) באמערקט אז דער רמב״ם אליינס האט געליינט די ספרי עבודה זרה של אומת הצאבה, ווי ער ברענגט דאס צו במו״נ ח״ג פכ״ט ע״ש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
מען קען עס אויך אפלערנען אז דאס איז דווקא א פראקלעמאציע צו מאנאטאיזם. ״אתה״ דו גאט, פוררת און שברת און נישט ווי די עובדי ע״ז וואס זאגן אז עס זענען עטליכע אנדערע. דאס הייסט אז די אלע מעשיות און עלילות זענען געווען ברייט-פארשפרייט און אנגענומען איבעראל אבער די כותבי המקרא (כ׳שרייב דווקא נישט ״נביאים״ כדי ס׳זאל סאונדן מער פארשעריש) האבן געצילט דייקא אלעס אנצוצייגן צו איין גאט בערך אזויווי יוצר אור ובורא חשך עשה שלום ובורא רע קעגן זאראטוסטראאיזם.ברוך שפינוזה האט געשריבן:אתה פוררת בעזך ים, שברת ראשי תנינים על המים. דאס רעדט צו בעל וואס האט צוברעקלט דעם גאט ים-נהר מיט זיינע שלוחים, און אזוי איז דאך נאך אסאך.
ע״ע בפירושי משה דוד קאסוטו.
וואס האט איר צוגעלייגט? דא איז להבין ולהורות?מי אני האט געשריבן:דער רמב״ם ברענגט דאס צו אלס א לאו בספר המצות לאו י, ובהל׳ עבודה זרה פ״ב ה״ב (וע״ש בה״ג). ועיין בחינוך מצוה ריג. אבער דער אגרות משה ביו״ד ח״ב (סימן קיא) איז מתיר טאמער עס איז להבין ולהורות ולא למעשה, וכעין מש״כ הרמב״ם שם בהל׳ ע״ז פ״ג ה״ב (וע״ש באור שמח), ובפרט כשמבינים מהספרים ומסיגנונם שהם שטותים והבלים (כבזמנינו) ע״ש.עמינדב האט געשריבן:נאכפארשן עבודה זרהס איז א לאו מן התורה. אויב עס גייט איינעם אן.
אפשר נאר די מעשים פון דינען און נישט די מיטאלאגען און ענדליכע שטותים? ווייס איך נישט.
גבול שמת בעל יעבורון. פארוואס עס לערנען גראד ווען מען קען גיין קרום.
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער תפארת ישראל (סנהדרין פ״י מ״א) באמערקט אז דער רמב״ם אליינס האט געליינט די ספרי עבודה זרה של אומת הצאבה, ווי ער ברענגט דאס צו במו״נ ח״ג פכ״ט ע״ש.
שקר אין לו רגלים.ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.
דו גייסט נאך זיין אמת אויך, אדער נאר נאך זיינס א טעות במחילת כבוד תורתו הקדושה ווייל עס ארבעט אויף דיין זייט?
ער האט עס ערגעץ געזעהן אדער געהערט און געמיינט שטייט אין חז"ל.
איך ווייס נישט אויב די נייע טעסטעמענט איז עבודה זרה ווייל איך האב עס נישט געליינט.
די "פאבריצירטע" לאו שטייט אין די תורה אזוי ווי מי אני האט געברענגט. פאר א סיבה האט מען געשריבן פריער פאר וועם עס גייט אן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
צו אויסברייטערן דיין שאלה איז דא די פראגע וואס פונקטליך איז די גדר פון ״להבין ולהורות״? ווי איך פארשטיי זענען דא דריי סוגים:עמינדב האט געשריבן:וואס האט איר צוגעלייגט? דא איז להבין ולהורות?
1). ווען ער פארשט ווייל ער האט אַן ״אָפּען מיינד״. דאס איז זיכער גערעכענט ווי ״למעשה״, הגם נישט דאס איז זיין כוונה תחילה, ווייל עס ליגט דארט פארט טמון אפילו ביי אים אז עס איז פארט א מעגליכקייט
2). ווען ער פארשט עס כעין כל שאר חכמות והיסטאריע ואנטראפּאלאגיע. דאס איז ״להבין״ אליין
3). ווען ער לערענט דאס כדי צו וויסן ווען א חוטא איז מחוייב אַן עונש ביי עבודתה, וכעין דיין בסנהדרין. או לשום שאר תועלת בעבודת ה׳. דאס איז זיכער גערעכענט ווי ״להבין ולהורות״
די שאלה איז לגבי סוג ב׳. איז עס אזוי ווי סוג א׳ ואסור או כסוג ג׳ ומותר?
פונעם לשון בספר המצות שם לאו י:
און פונעם לשון בהל׳ עבודה זרה פ״ב ה״ב:שהזהירנו מנטות אחר עבודה זרה ומהתעסק בסיפוריה. רוצה לומר, בזה העיון ברוחניות. כלומר, הכוכב פלוני ירד על תאר כך ויעשה כך, והפלוני יקטירו לו ויעמדו לפניו על תאר כך, ויעשה הדבר הפלוני ומה שילך על הדרך הזה. כי המחשבה באלו הדברים והעיון באלו הלשונות הוא מה שיעורר האדם לבקש אותם ועבודתם.
וכן אמר "פן תדרוש לאלהיהם" (דברים יב ל) יזהיר מלדרוש איכות עבודתם אע"פ שלא יעבדם שזה כולו מביא לטעות בהם.
און פונעם לשון בספר החינוך מצוה ריג:ספרים רבים חברו עובדי כוכבים בעבודתה היאך עיקר עבודתה ומה מעשיה ומשפטיה צונו הקדוש ברוך הוא שלא לקרות באותן הספרים כלל ולא נהרהר בה ולא בדבר מדבריה ואפילו להסתכל בדמות הצורה אסור שנאמר אל תפנו אל האלילים ובענין הזה נאמר ופן תדרוש לאלהיהם לאמר איכה יעבדו שלא תשאל על דרך עבודתה היאך היא אף על פי שאין אתה עובדה שדבר זה גורם להפנות אחריה ולעשות כמה שהן עושין שנאמר ואעשה כן גם אני.
קען משמע זיין אז די געדאנק איז נאר ווען ס׳איז כסוג א׳ איז אסור. ובפרט וואו דער אגרות משה איז מתיר ווען ס׳איז כעין ווי אזוי מ׳לערענט דאס אין א ״קורס״/course (זיין לשון) וואס איז דאך סוג ב׳.שלא לפנות אחר עבודה זרה במחשבה או בדבור ולא אפילו בראייה לבד, כדי שלא יבוא מתוך כך לעבוד אותה, שנאמר (ויקרא יט ד): "אל תפנו אל האלילים". ואמרו זכרונם לברכה בספרא (קדושים פרשה א מ"יא) אם פונה את אחריהם את עושה אותם אלוהות, כלומר אם אתה מתעסק בעניניה כלומר להרהר אחרי השגעונות אשר יאמרו המאמינים בה, שמזל פלוני או כוכב פלוני יעשה פעולה כן, וכן בקטורת פלונית או בעבודה פלונית, או תביט תמיד בצורות שעושין עובדיה כדי לדעת איכות עבודתה, מכל זה יהיה סיבה שתהיה נפתה אחריה ותעבדה.
איך מיין פשוט פשט איז להבין ולהורות א דאפעלטע לשון, נישט צוויי זאכן. די טעם וואס זיי שרייבן איז נאר די סיבה פון די איסור אזוי ווי שטייט אין די תורה נישט אז מ'זאל מאכן אן אייגענע קאטעגאריע אויף היתר.
און קוק וואס טוט זיך. דער גרעסטער פילאזאף האט נאר געקענט טרעפן א היתר בדרך אפשר.
אבער דא האט מען שוין גע'פסק'נט אז ס'איז אקעי.
און אז מ'ברענגט א לאו איז עס פאבריצירט.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 5:59 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
ווי אין חת׳׳ס???ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס׳איז קלאר אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן געליינט די אלע ביכער, דער חתם סופר ברענגט אפילו אין א פלאץ א מימרא פון יאשקע בשם ׳חז״ל׳, נאר פאר פארשטענדליכע סיבות האבן זיי נישט געפינען פאר עס מיטצוטיילן מיט אונז. אז דו ווילסט זיין פרומער פון זיי, בכבוד, פאבריציר מיר אבער נישט קיין לאוין פון ארבעל ארויס, מיר האבן בה גענוג.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
אפאר נקודות.
א. איך בין נישט קיין גרויסער בקיא אין מיטאלאגיע פון אנדערע רעליגיעס (מיר האבן בה גענוג אייגענע ), כ'האב סך הכל געליינט איין בוך פון כנענ'ישע מיטאלאגיע וואס כ'האב באשטעלט אויף אמאזאן, די מעשה'לעך אליין זענען נישט אזוי ווייט אינטערעסאנט ווי די הערות פונעם מחבר וואו ער ציהט פאראלעלן צום תנ"ך וואס זענען ממש שטוינענד (ווי אויך אפאר הערות וואס כ'האב אליין געכאפט און דער פראפעסאר האט נישט...), ס'נאר דא איין פראבלעם מיט דעם בוך אז די הערות זענען ביים ענדע און מ'דארף האלטן אין איין מישן אהין און צוריק.
ב. וואו טרעפט מען בעל אין די גמרא? אינעם ניינטן פרק אין מסכת בבא מציעא רעדט די גמרא ארום פון צוויי סארטן פעלדער, א "בית השלחין" וואס דארף נישט צוקומען צו רעגן ווייל ס'ווערט באוואסערט דורך irrigation, און א "בית (אדער שדה) הבעל" וואס דארף צוקומען צו רעגן. וואס האט א פעלד איינגעשטויסן מיט'ן גאט בעל? פשוט, ווייל בעל איז דער גאט פון רעגן, דערפאר הייסט עס "שדה הבעל", א פעלד פון בעל!
ג. דער גאט "אל" (וואס טראגט אויך די צונעמען "אל שדי" [בראשית לה יא], און "אל עליון" [בראשית יד יח]) איז דער זעלבער וואס האט זיך שפעטער מגלה געוועהן צו משה מיט'ן tetragrammaton, ווי סשטייט אין פסוק "וארא אל האבות באל שדי, ושמי הוי"ה לא נודעתי להם."
ד. וואס אנבאלאנגט דער חת"ס וואס ציטירט יאשקע בטעות בשם חז"ל קוק דא https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144
א. איך בין נישט קיין גרויסער בקיא אין מיטאלאגיע פון אנדערע רעליגיעס (מיר האבן בה גענוג אייגענע ), כ'האב סך הכל געליינט איין בוך פון כנענ'ישע מיטאלאגיע וואס כ'האב באשטעלט אויף אמאזאן, די מעשה'לעך אליין זענען נישט אזוי ווייט אינטערעסאנט ווי די הערות פונעם מחבר וואו ער ציהט פאראלעלן צום תנ"ך וואס זענען ממש שטוינענד (ווי אויך אפאר הערות וואס כ'האב אליין געכאפט און דער פראפעסאר האט נישט...), ס'נאר דא איין פראבלעם מיט דעם בוך אז די הערות זענען ביים ענדע און מ'דארף האלטן אין איין מישן אהין און צוריק.
ב. וואו טרעפט מען בעל אין די גמרא? אינעם ניינטן פרק אין מסכת בבא מציעא רעדט די גמרא ארום פון צוויי סארטן פעלדער, א "בית השלחין" וואס דארף נישט צוקומען צו רעגן ווייל ס'ווערט באוואסערט דורך irrigation, און א "בית (אדער שדה) הבעל" וואס דארף צוקומען צו רעגן. וואס האט א פעלד איינגעשטויסן מיט'ן גאט בעל? פשוט, ווייל בעל איז דער גאט פון רעגן, דערפאר הייסט עס "שדה הבעל", א פעלד פון בעל!
ג. דער גאט "אל" (וואס טראגט אויך די צונעמען "אל שדי" [בראשית לה יא], און "אל עליון" [בראשית יד יח]) איז דער זעלבער וואס האט זיך שפעטער מגלה געוועהן צו משה מיט'ן tetragrammaton, ווי סשטייט אין פסוק "וארא אל האבות באל שדי, ושמי הוי"ה לא נודעתי להם."
ד. וואס אנבאלאנגט דער חת"ס וואס ציטירט יאשקע בטעות בשם חז"ל קוק דא https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
די חת"ס אליין האט עס מסתם גענומען פון ר"י יעב"ץ, איך גלייב נישט ער האט עס אליינס געזעהן פון יאשקעברוך שפינוזה האט געשריבן: ד. וואס אנבאלאנגט דער חת"ס וואס ציטירט יאשקע בטעות בשם חז"ל קוק דא https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144