מורי ורבותי ניקים החשובים, עקארדינג צו די סורפרייז וואס איך וויל שטעלן ווען עס קומען זיך טאקע צוזאם די ניקים החשובים וואס זענען אין פאר אזא עשה לי סעודה קטנה. דארף מען נידערן די ציפערן פון די מעקס ווי עס האט געזאגט @שעפטאל צו 11-12 (איך דארף פונקטליך מברר זיין, ווי קלענער דער עולם אלס גרעסער די שמחה)
דאס איז אן ערנסטער געשפרעך, מען רעדט פון די ריעל דיעל. פאר סיי וואספארא אינפארמאציע קען מען זיך ווענדן אין אישי פאר אן אויסשמועס.
מילתא דמסתברא ממילא, מיר זענען אלע עדאלטס (וואס ווערן אריין געלאזט אין מאחורי, אויב דער מנהל אנערקענט אז עס איז אזוי) עס איז נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט אז מיר זאלן ארויסטראגן סיי וואספארא אינפארמאציע פון א אינערליכע אסיפה, ווי אונזער חשובער מפתח @שעפטאל שרייבט וועט העפענס אין שטיבעל סטעיס אין שטיבעל.
ע''כ נא לעדכן במוקדם אפשרי צו קענען מאכן די ריכטיגע הכנה. ווי נאר די קאנטרי איז אן, זענען מיר בעז''ה אין גאנג מיטן פלאן.
אדער קען זיין אז די צוויי זאכן האבן נישט אזוי ווייט איינער מיט'ן צווייטן נאר זענען ווי שני כתובים הבאים כאחד אין די זעלבע צייט ווען מ'שפירט אז מ'האט זיך שוין אויסגעגעבן אויף א געוויסע אויפן, הייבט מען אן צו סאשעלייזן מיט חברים. אבער ס'מוז נישט דירעקטלי פארבינדן איינס מיט די צווייטע.