איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמן למאור האט געשריבן: איך טשערי פיק נישט, איך האב נישט געזאגט אז מען קוקט איין דעבאטע און מען מאכט אפ, פארקערט מען קוקט און מען קוקט און מען ווערט נישט פארטיג. איך האב נאר אראפגעברענגט איין דעבאטע ווי מען זעט גאנץ קלאר וויאזוי די קריעשענסיטן זעען אויס, אבער אפילו די מער געריבענע חברה רעדן די זעלבע שטותים, זיי קייען אלס איבער די זעלבע -שוין פון לאנג אפגעפרעגטע, ארגומענטן. ווי מער מען קוקט און מען זעט, אלס קלארער ווערט מען.

איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אפגעמאכט אז מען רעדט דא אין דעם אשכול וועגן סקעפטעסיזם איבער די עגזיסטענץ פון גאט, מען רעדט נישט פון דעם דא, מען רעדט פון אסאך אנדערע נערישקייטן וואס זענען ממש געווארן א חלק פון די אידישע רעליגיע.

John Lennox לייקנט נישט עוועלוציע, ער איז פשוט א גלויביגע אין גאט. און אגב דעם דעבאטע פון אים מיט דאוקינס האב איך שוין אויך געזען, און דאוקינס קומט אריין אסאך שטערקער.
מיט דעם בין איך מיט דיר
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

הקטן האט געשריבן:דו ביסט אויפגעקומען מיט נאר צוויי options.
די תירוץ ליגט אין די 3טע option - וואס איז אביסל מער קאמפליצירט
אויב דו ווילסט מיט אן אמת, וועסטו דאס טרעפן אין הכשרת אברכים און נאך
אפשר שרייבסטו אין קורצן? איך בין נייגעריג צו הערן.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן: די וועג ווי אזוי שמן שרייבט אויף מיר, און מיט די האס וואס ער געט ארויס, קוקט מיר שטארק אויס דאס ער ראנגעלט זיך מיט זיינע שיטות און מוז דאס דיפענדן פאר יעדע פרייז - קען זיין איך בין זיך טועה.

אויב רעד איך טאקע נארישקייטן, און נאר דו און דיינס גלייכן האבן א האלד אינטעלעקט, גלייבסטו נישט דאס א יעדער ליינער וועט דאס אליין באמערקן??
פארוואס מיינסטו אז דו דארפסט מיך אינטערזאגן? און פארוואס איז דאס פאר דיר וויכטיג?
אין יעדן פאל, מיין קלייענטעל זענען די וואס האבן נישט מורא צו טראכטן אליין
איינע פון די גאר חשובע ניקים דא אין שטיבל, וואס ווערט גאר שטארק נערוועז פון הקטן'ס טראלן (פונקט ווי יעדער אנדערש וואס האט נאר סיי וועלכע פארקער מיט אים) האט מיר געשיקט אין אישי אן אנטווארט אפצוענטפערן דעם קטן. עס איך גאנץ מעגליך אז דער עולם וועט כאפן ווער דאס איז פון זיין מהלך הכתיבה, אבער ער האט מיר קלאר געשריבן אז עס גייט אים נישט אן. זעט אויס אז ער וויל ווייזן פאר דעם הקטן וואס אינטעלעקטן האלטן אויף אים... ווי ער אליין שרייבט אין זיין תגובה דא... אז די ליינער וועלן באמערקן 'אויב' שרייבט ער נארישקייטן. (פארשטייט זיך חוץ פון זיין -נישט געשטויגענעם, אזוי גערופענע "קלייענטעל" :lol: :lol: :lol:)

נאר פאר איך שטעל ארויף וואס יענער שרייבט וויל איך פשוט אויסקלארן עפעס. מיין אזוי גערופענעם 'האס' וואס איך האב קעגן הקטן איז "אויסדריקליך נישט" וועגן איך פיל מיך עפעס באדראעט פון אים ווייל ער האט עפעס וואס צו פארקויפן. פארקערט גאר, אינפארמאציע באדראעט מיר נישט, אדרבה, איך האב אלעמאל ליב צו הערן א צווייטע צד און דורכטון זאכן פון אלע צדדים. די סיבה פארוואס איך -און סיי ווער עס פירט נאר א געשפרעך מיט הקטן ווערט אזוי נערוועז איז, ווייל דאס איז זיין פאך... טריי עס נאר אויס וועסטו זען.

הקטן שרייבט אז איך ראנגל זיך מיט מיינע שיטות... עם... איך ווייס נישט אויב ראנגלען איז די גוטע ווארט, אבער 'שיטות' איז זיכער נישט די גוטע ווארט. איך בין בכלל נישט קיין סטראנג מיינדעד פריק ווי ער, איך האב נישט קיין שטארקע שיטות. מיינע מיינונגען האבן זיך שוין געטוישט גענוג און נאך מאל נאכן באקומען פרישע אינפארמאציע, און טאקע דערפאר בין איך אפן צו הערן פון 'יעדער' וואס קומט נאר מיט א פרישע סברה און איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג אויפן מינוט, 'מיטן תנאי' אז עס איז אריינגעקומען עפעס א שטארקע סברא וואס זאל טאקע טראגן די שכל'דיגע געוויכט צו טוישן א מיינונג.

(נישט ווי ער שרייבט אז מען קען 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן, כאילו מען קען וועלן צו גלייבן איינער וואס רעדט אויפגעוויזענע נארישקייטן איבער איינער וואס ברענגט פאקטישע שכל'דיגע באווייזן... אינטערסאנט ווי זיין תגובה באציט זיך אויפן ווידיאו, וואס ווער עס געבט נאר א בליק פאר א האלבע סעקונדע זעט אז אפילו א שטארקע טיפש קען נישט אויסוועלן מיטצושטיין מיט דער יונגע ערד קריעשעניסט. אבער אפשר איז הקטן'ס שכל שוואכער ווי א שטארקע טיפש)

און וועגן דעם טוט עס וויי ווען ער שרייבט עפעס, אבער מען קען נישט פארשטיין וואס ער זאגט. אפשר טאקע פאר איינער וואס קומט נאר ליפערן זיין שוין פון פריער פראגראמירטע מסקנות, און נעמט בכלל נישט אין באטראכט אז ער קען מעגליך לעבן אין א טעות, אפשר אזא איינער איז אים נישט וויכטיג צו פירן א נארמאלן שמועס און פראבירן צו פארשטיין וואס יענער זאגט און צו דער זעלבע צייט פראבירן אז יענער זאל פארשטיין וואס ער זאגט.

איך מאך אים נישט אינגאנצן אוועק אלס איינער וואס ווייסט גארנישט, ווען ער שרייבט אבי לופט וואלט מען אים געקענט גענצליך איגנארירן. די חורבן איז אז 'עפעס' זאגט ער... און ווען מען טרייט צו זיין אויפריכטיג און פארשטיין וואס ער מיינט, קען ער אמאל סתם שיסן א מראה מקום און דיר לאזן הענגען א שטייגער ווי דא

דאס איז בנוסף צו זיינע 'פוילע ספעלינג טעותים' וואס מאכט יעדעם נערוועז. און איך שרייב דווקא 'פוילע טעותים' ווייל יעדער קען אמאל מאכן א טעות, העק איך מאך אויך פון צייט צו צייט טעותים. אבער אז מען קוקט אויף א תגובה זיינע, זעהט מען אז די טעותים זענען פשוט מחמת פוילקייט אדער זלזול צו יענעם, ער פילט נישט פאר וויכטיג צו געבן א קוק איבער זיין תגובה פארן ארויסשיקן עס צו פאררעכטן פון פשוטע נארישע גרייזן. און דאן דארף דער וואס פירט א שמועס מיט אים זיך מוטשענען צו פארשטיין וואס ער זאגט... (ווייל ווי געשמועסט מאכט מען קיינעם נישט אוועק און אפילו פאר טיפשים געבט מען די בענעפיט אוו די דאובט אז אפשר זאגן זיי דא א נייע סברא נכונה...)

דאס איז בנוסף צו זיין דרייען מיטן קאפ און -מעגליך בכוונה תחילה, קומט סתם צו טראלן און זאגן סברות וואס ער אליין ווייסט אז זיי זענען שקר, סטראומען, פיל מיט פאלעסיס, און סתם אזוי שוין פון לאנג אפגעפרעגט.

דאס אלעס איז דברים פשוטים פאר יעדער וואס דרייט זיך נאר אביסל און שטיבל און האט שוין מיטגעהאלטן א שקליא וטריא מיט הקטן, פאר זיי זענען מיינע ווערטער גענצליך איבריג. וואס דארף מען מער ווי זען די תגובות פון אזעלכע לייבן ווי מי אני אדער העניך, ווי זיי רעדן זיך אפ אויף דעם אלטער צרה לייט, און געזלייטער הקטן. איך שרייב עס נאר פאר די נייע חברה אדער געסט וואס קומען אזוי אריין און ווייסן נישט וואס די רקע איז דא. פאר זיי גייען ווייטער און איבערצייגן זיך עס אליין מיט די אייגענע אויגן, זאלן זיי קודם אביסל פארשטיין וואס דא גייט פאר.

און יעצט צום אישי וואס איך האב באקומען:
חשובע קאווע שטיבל מיטגליד האט געשריבן:דו ברענגסט דיך א ראיה לחובתך. דו ביסט דער וואס האט דא אָנגעהויבן מיט שפאָט און ״האס״ קעגן @שמן למאור מיט׳ן שרייבן:
הקטן האט געשריבן:ס'נעמט נישט לאנג און ער קרוינט זיך אויך אלס חכם און הייבט אן שרייבן לאנגע תגובות און זאמעלט אן לייקס וכו'.

וואס איז א thinly-veiled שטאָך קעגן אים, ווי יעדער פארשטייט. און שמן למאור האט דערויף צוריקגעענטפערט מיט די זעלבע סארט thinly-veiled שטאָך און "האס":
שמן למאור האט געשריבן:די חורבן ווערט ווען יענער קומט אן אין קאווע שטיבל, ער הייבט אן קוקן ווידיאוס, ער קוקט דעבאטעס, ער ליינט ביקורת, און דאן גייט ער צוריק צו זען וואס די אפאלאגעטן זאגן. און אמאל זעט ער אז די אפאלאגעטן זענען אנאלפאבעטן וואס קענען ניטאמאל ספעלן ווי א נארמאלן מענטש, זיי רעדן שטותים בזדון, און דרייען מיט די אייגענע קאפ אבי נישט צו טראכן גראד, אלעס כדי זיך צו דראפענען און דעפענדן זייער קרעפלעך. דאס איז א שטארקע טארן אף...
וואס יעדער פארשטייט גייט ארויף אויף דיר

@שמן למאור קען זאגן אז די סיבה פון זיין "האס" איז פשוט אז ער האט מקיים געווען מיט דיר דעם עם עקש תתפתל וג"כ עפ"י החינוך במצוה שלח מיט וועלכע דו האסט דאך אָנגעהויבן. אבער וואס איז דיין סיבה אז דו האסט אזוי אָנגעהויבן? קומט טאקע דיין תירוץ פון:
הקטן האט געשריבן:די האס וואס ער געט ארויס, קיקט מיר שטארק אויס דאס ער ראנגעלט זיך מיט זיינע שיטות און מוז דאס דיפענדען פאר א יעדער פרייז
און דאס האט דאך טאקע @שמן למאור געזאגט פריער:
שמן למאור האט געשריבן:אלעס כדי זיך צו דראפענען און דעפענדן זייער קרעפלעך.
ובמאמר המוסגר איז דאס ווייט נישט דאס ערשטע מאל דו ביסט אינקאנסיסטענט און זיך בּעיסיקעלי סותר מיט זיך אליינס. למשל, קוק וואס דו שרייבסט דא פריער וועגן די פראבלעם אז ער איז נישט קיין מומחה, און דא דיין אוועקמאכן עקספּערטיִז. ווי אויך דא אז ביי אונזער גיל פון הייראטן האט דער בחור נאכנישט קיין איידענטיטי און זיי צוויי, די מאן און פרוי, בויען דאס צוזאמען, אבער דא אז מ'דארף דערציילן ביים בעשוי ווער מ'איז "באמת:, ולכאורה זיין אידענטיטי ומהות. ויש ליישב בדוחק.

ווי אויך דאס זאגן איבער "דורכטוהן" א זאך איז מביא לידי חיוך ווען עס קומט פון דיר. לדוגמא דא וואו דו טענה'סט מיט א באמבאסטישקייט און חוזק אז מ'זאל קוקן במו"נ, ווען עס איז ניכר אז דו האסט דאס ניטאמאל געלערענט, ובוודאי נישט מיט מפרשים.

דא איז אויך ענליך. ואטו כי רוכלא.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו האלסט דאס איינער וואס האט בערך דיין IQ גיוו אר טעק און ווייסט בערך וואס דו ווייסט מיז אנקימען צי די זעלבע מסקנות וואו דיר?
דאס איז אויסער וואס איך האב פריער געשריבן און בוחר זיין וואס נאך ציגיין וכו'

זאג פאר דיין אישי שרייבער דאס אין קינדער גארטן האט מען געזאגט רבי ער האט זיך אנגעפאנגען
זאל ער נאך קיקען דעם חד גדיא וועט מען זען ווער איז די קאץ און ווער די הינט, איך שרייב דאס אין קליין ווייל דאס איז בילא מיין דיגנעטי - און סברענגט אראפ די פלאץ
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן: ‏ובמאמר המוסגר איז דאס ווייט נישט דאס ערשטע מאל דו ביסט אינקאנסיסטענט און זיך בּעיסיקעלי סותר מיט זיך אליינס. למשל, קוק וואס דו שרייבסט דא פריער וועגן די פראבלעם אז ער איז נישט קיין מומחה, און דא דיין אוועקמאכן עקספּערטיִז.

ויש ליישב בדוחק.
דער כאפט אינגאנצען נישט דאס איך ברענג סך הכול אראפ וואס יענער שוטה אין די לינק וואס דו ביסט געווארן אזוי עקסייטעט זאגט און איך פאראפרעז זיינע ווערטער
א. איך בין נישט קיין מומחה אויך נישט קיין היסטאריאן און אויך נישט קיין ארכילאג ...
ב.
ג.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:

ווי איראניש איז דאס, דו פרעגסט מיר אויב יעדער מיט די זעלבע איי קיו מוז צוקומען צום זעלבן מסקנה. און ממש אין דיין נעקסטע תגובה ריפסטו אן איינער -וואס איז גראדע זייער א אינטעליגענטער חכם, 'א שוטה' בלויז ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים מיט געוויסע זאכן...

אגב, וואו זעסטע אז איך בין געווארן 'עקסייטעט' פון יענע ווידיאו?

אגב, איך זע האסט בכלל נישט געכאפט וואס דער אישי שרייבער האט געוואלט מיט שרייבן אז דו האסט אנגעפאנגען. ער ברענגט סך הכול ארויס אז זאלסט מיר נישט באשילדיגן מיט שרייבן העסליך ווייל אויב עפעס ביסטו דער וואס האט אנגעפאנגען. און קום מיר נישט מיט קיין דיגניטי, ווייל דיין עצם שרייבן דא ברענגט אראפ די פלאץ, ביסט די ערגסטע שרייבער אין קאווע שטיבלס היסטאריע, איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז דו ביסט ערגער ווי מנשה ליסטיג מיט אלע זיינע אנדערע טראל ניקס אינאיינעם!!! איך קען נישט עגריען מער.

איך האב נאכגעקוקט אין חד גדיא, און וואונדער איבער וואונדער!!! וועסט נישט גלייבן!!! איך האב געזען ווער איז דער הינט און ווער איז דער קאץ!!!.

איך בין נאר נייגעריג אויב דו הייבסט בכלל אן צו כאפן וואספארא שטיקער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] דו שרייבסט?!?!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו האלסט דאס איינער וואס האט בערך דיין IQ גיוו אר טעק און ווייסט בערך וואס דו ווייסט מיז אנקימען צי די זעלבע מסקנות וואו דיר?
דאס איז אויסער וואס איך האב פריער געשריבן און בוחר זיין וואס נאך ציגיין וכו'

זאג פאר דיין אישי שרייבער דאס אין קינדער גארטן האט מען געזאגט רבי ער האט זיך אנגעפאנגען
זאל ער נאך קיקען דעם חד גדיא וועט מען זען ווער איז די קאץ און ווער די הינט, איך שרייב דאס אין קליין ווייל דאס איז בילא מיין דיגנעטי - און סברענגט אראפ די פלאץ
הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: ‏ובמאמר המוסגר איז דאס ווייט נישט דאס ערשטע מאל דו ביסט אינקאנסיסטענט און זיך בּעיסיקעלי סותר מיט זיך אליינס. למשל, קוק וואס דו שרייבסט דא פריער וועגן די פראבלעם אז ער איז נישט קיין מומחה, און דא דיין אוועקמאכן עקספּערטיִז.

ויש ליישב בדוחק.
דער כאפט אינגאנצען נישט דאס איך ברענג סך הכול אראפ וואס יענער שוטה אין די לינק וואס דו ביסט געווארן אזוי עקסייטעט זאגט און איך פאראפרעז זיינע ווערטער
א. איך בין נישט קיין מומחה אויך נישט קיין היסטאריאן און אויך נישט קיין ארכילאג ...
ב.
ג.
ווי איראניש איז דאס, דו פרעגסט מיר אויב יעדער מיט די זעלבע איי קיו מוז צוקומען צום זעלבן מסקנה. און ממש אין דיין נעקסטע תגובה ריפסטו אן איינער -וואס איז גראדע זייער א אינטעליגענטער חכם, 'א שוטה' בלויז ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים מיט געוויסע זאכן...
וואס מאכט דיך מיינען דאס דאס איז די סיבה ווייל ער האלט אנדערש פין מיר - בכלל נישט!
איך האלט דאס Stephen Hawking איז אסך אסך קליגער פין מיר.
איך דארף נישט גיין ביז Hawking איך האלט דאס אסך פין די שרייבער'ס דא, אויף ביידע זייטען פין די ספעקטראם האבן מער RAW IQ פין מיר

אגב, וואו זעסטע אז איך בין געווארן 'עקסייטעט' פון יענע ווידיאו?
האסט געפאכעט מיט דעם לינק מער וואו איין מאל און אין אנדערע אשכולות. אנשטאט דן זיין אויף די עצם נידון וואס קאסא גראנדע האט ארויפ
געברענגט
אגב, לויט וואו איך געדענק, ברענגט דער שוטה נישט קיין איין אייציג פראף פארוואס מיר זאלן האלטן 1250 וואו איידער 1450 - זירא!
קאסא גראנדע האט געוואלט דארך טון א נושא וואו א נארמאלער מענטש איך האלט דו האסט אים פאטריבן ווען ער האט געזען ס'איז נישט דא דא מיט וועם צו גיין צים טיש

אגב, איך זע האסט בכלל נישט געכאפט וואס דער אישי שרייבער האט געוואלט מיט שרייבן אז דו האסט אנגעפאנגען. ער ברענגט סך הכול ארויס אז זאלסט מיר נישט באשילדיגן מיט שרייבן העסליך ווייל אויב עפעס ביסטו דער וואס האט אנגעפאנגען.

און אויף דעם האב איך גענפערט דאס ס'איז נישט אמת - קוק ציריק - (האסט נישט געכאפט וואס איך האב געמיינט מיט חד גדיא) אבער איך האלט פאר בעביאיש און קליין קעפיג "די גאנצע ער האט זיך אנגעפאנגען קודם"
למען האמת גייט מיך גאר ווייניג אן דיינע, אדער סיי וועמעס, זידלערייען - איך טריי אוועק צו שטיין דערפין
בדרך אגב, דיין אישי שרייבער איז זייער סעלעקטיוו ווען ער זעט אדער זעט נישט העסליכע געשרייבעריי. זיין עצם האלטן דאס איך האב זיך אנגעפאנגען דא און אין אנדערע פלעצער איז מעיד אויף דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך לייג דאס איבער ווייל ס'קוקט אויס האסט נישט געכאפט וואו איך ציל, איך מיין דאס נישט אלץ א רעטארישע שאלה אדער חוזק מאכן.
איך מיין אויך נישט צו זאגן נו, אפשר איז יענער גערעכט און נישט דו
איך האב דוקא נישט געפרעגט פין איינער וואס ס'איז יא קליגער פין דיר

----------------------------

שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו האלסט דאס איינער וואס האט בערך דיין IQ גיוו אר טעק און ווייסט בערך וואס דו ווייסט מיז אנקימען צי די זעלבע מסקנות וואו דיר?

ספוילער עלערט:
אויב זאלסטו קענען זעהן דאס חאטש ער איז די זעלבע קליג וואו דיר און ווייסט אלס וואס דו ווייסט מיז ער נאך אלץ נישט אנקימען צי די זעלבע מסקנה וואו דיר, וועסטו אפשר קענען באמערקען דאס וואס א מענטש האלט האט ווייניגער צו טון מיט שכל וואס איז אים מחייבאזוי צו האלטן און מער צו טון מיט בחירהוואס ער וויל האלטן
דערנאך ניצט דער מענטש פשוט שכל פאר א בעקאפ
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו האלסט דאס איינער וואס האט בערך דיין IQ גיוו אר טעק און ווייסט בערך וואס דו ווייסט מיז אנקימען צי די זעלבע מסקנות וואו דיר?
דאס איז אויסער וואס איך האב פריער געשריבן און בוחר זיין וואס נאך ציגיין וכו'

זאג פאר דיין אישי שרייבער דאס אין קינדער גארטן האט מען געזאגט רבי ער האט זיך אנגעפאנגען
זאל ער נאך קיקען דעם חד גדיא וועט מען זען ווער איז די קאץ און ווער די הינט, איך שרייב דאס אין קליין ווייל דאס איז בילא מיין דיגנעטי - און סברענגט אראפ די פלאץ
הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: ‏ובמאמר המוסגר איז דאס ווייט נישט דאס ערשטע מאל דו ביסט אינקאנסיסטענט און זיך בּעיסיקעלי סותר מיט זיך אליינס. למשל, קוק וואס דו שרייבסט דא פריער וועגן די פראבלעם אז ער איז נישט קיין מומחה, און דא דיין אוועקמאכן עקספּערטיִז.

ויש ליישב בדוחק.
דער כאפט אינגאנצען נישט דאס איך ברענג סך הכול אראפ וואס יענער שוטה אין די לינק וואס דו ביסט געווארן אזוי עקסייטעט זאגט און איך פאראפרעז זיינע ווערטער
א. איך בין נישט קיין מומחה אויך נישט קיין היסטאריאן און אויך נישט קיין ארכילאג ...
ב.
ג.
ווי איראניש איז דאס, דו פרעגסט מיר אויב יעדער מיט די זעלבע איי קיו מוז צוקומען צום זעלבן מסקנה. און ממש אין דיין נעקסטע תגובה ריפסטו אן איינער -וואס איז גראדע זייער א אינטעליגענטער חכם, 'א שוטה' בלויז ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים מיט געוויסע זאכן...
וואס מאכט דיך מיינען דאס דאס איז די סיבה ווייל ער האלט אנדערש פין מיר - בכלל נישט!
איך האלט דאס Stephen Hawking איז אסך אסך קליגער פין מיר

אגב, וואו זעסטע אז איך בין געווארן 'עקסייטעט' פון יענע ווידיאו?
האסט געפאכעט מיט דעם לינק מער וואו איין מאל און אין אנדערע אשכולות. אנשטאט דן זיין אויף די עצם נידון
אגב, לויט וואו איך געדענק, ברענגט דער שוטה נישט קיין איין אייציג פראף פארוואס מיר זאלן האלטן 1250 וואו איידער 1450 - זירא!
קאסא גראנדע האט געוואלט דארך טון א נושא וואו א נארמאלער מענטש איך האלט דו האסט אים פאטריבן ווען ער האט געזען ס'איז נישט דא דא מיט וועם צו גיין צים טיש

אגב, איך זע האסט בכלל נישט געכאפט וואס דער אישי שרייבער האט געוואלט מיט שרייבן אז דו האסט אנגעפאנגען. ער ברענגט סך הכול ארויס אז זאלסט מיר נישט באשילדיגן מיט שרייבן העסליך ווייל אויב עפעס ביסטו דער וואס האט אנגעפאנגען.

און אויף דעם האב איך גענפערט דאס ס'איז נישט אמת - קוק ציריק - (האסט נישט געכאפט וואס איך האב געמיינט מיט חד גדיא) אבער איך האלט פאר בעביאיש און קליין קעפיג "די גאנצע ער האט זיך אנגעפאנגען קודם"
למען האמת גייט מיך גאר ווייניג אן דיינע, אדער סיי וועמעס, זידלערייען - איך טריי אוועק צו שטיין דערפין
איך זע נאר צוויי אפציעס פארוואס דו זאלסט זאגן אויף א חכם אז ער איז א טיפש.
1) ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים.
2) ווייל ביסט אליין א טיפש.

סאו איך האב דיר פשוט געגעבן די בענעפיט אוו די דאובט.

Stephen Hawking איז אסאך קליגער ווי דיר צו דו האלסט אזוי צו נישט. נישט נאר ער איז אסאך קליגער ווי דיר, נאר מעט דילעהאנטי איז אויך אסאך קליגער ווי דיר, ער וועט דיר אין נאו טיים צעמאלן אויב שטעלסטו זיך אויף אים צו דעבאטירן.

איך האב געברענגט (וואס מיינט בכלל געפאכעט אין די קאנטעקסט?) די לינק צוויי מאל, איינס אין די ארגינעלע פלאץ ווי מען האט גערעדט פון די נושא פון ארכילאגיע, און נאכאמאל ווען קאסא האט געעפנט א פרישע אשכול וועגן דעם. היות די לינק שמועסט אויס די נושא בכלליות און ס'איז וויכטיג פאר אומוויסנדע אזוי ווי דיר צו האבן אן הקדמה צו פארשטיין די נושא. עקסייטעט? מאן דכר שמיה?

ער ברענגט נישט די פאקטישע פרוף בנוגע 1250 ווס. 1450. ווייל ווי איך האב שוין מסביר געווען דארטן (און דו ביסט דיך מעלים עין דערפון בזדון, אדער האסטו פשוט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט, דו האסט שוין ארויפגעברענגט די נארישע טענה, און כ'האב דיר שוין געענטפערט דערויף) איז ער נישט קיין עגיפטאלעגיסט און מאכט נישט קיין נייע קלעימס, ער שמועסט נאר אויס די נושא בכללית. ער עפנט אויף די נושא און איז מסביר אז רוב עגיפטאלעגיסטן האלטן אנדערש, און פאר גוטע סיבות, און אז עס אינטערסירט דיר טאקע די סיבות קענסטו דיין קוקן וואס זיי זאגן.

אגב, קאסא איז לכאורה אוועקגעגאנגען ווען סקעפטיקער האט צענומען זיינע רייד לגופו של ענין, און אים מסביר געווען פארוואס זיינע מהלכים זענען מלא פראבלעמען. ער האט געזען אז מען קען נישט סתם בולשיטן דא אין שטיבל אזוי ווי אסאך אפאלאגעטן טוען כסדר. מען ווערט דא ערנסט געטשעלענדזשט דורך אידן וואס פארשטייען אן עסק. ער האט אפגעצויגן באצייטנס איידער זיין גאנצע אמונה געבויעט אויף ארכילאגיע צעפאלט.

דברי הקטן פון א פריערדיגע תגובה וואס ער האט געמעקט:

אויף דעם האב איך גענפערט דאס ס'איז נישט אמת - קוק ציריק - (האסט נישט געכאפט וואס איך האב געמיינט מיט חד גדיא) אבער איך האלט פאר בעביאיש און קליין קעפיג "די גאנצע ער האט זיך אנגעפאנגען קודם" ע"כ

מיין אנטווארט:

ביסט אן אומפארשעמטע גרויליגע שקרן!!! האסט דאס קיינמאל נישט געזאגט! האסט געשריבן אז איך זאל גיין קוקן אין חד גדיא צו זען ווער איז דער הונט און ווער איז דער קאץ! דעטס איט! אוודאי האב איך נישט געכאפט וואס 'דו מיינסט' ווייל אז דו שרייבסט נישט וואס דו מיינסט פון וואו זאל איך כאפן?? איך האף אז דו כאפסט בכלל אז דו שרייבט ווי א פארדרעקטן פישער. איך דארף 'כאפן' דיינע אומגעלונגענע רמזים... פעך, דו שטינקסט פון גרויל!!!

ס'איז א גרויסע שאד אז דו ביסט אזוי איגנערענט נישט אנצונעמען קיין ערליך פארדינטע זידלערייען. מיינסט איך זיך דיר סתם אנצושרייען? מיין ציל איז זאלסט זיך כאפן אז דו שרייבט געפערליך!!!, זאלסט אויפהערן קאליע מאכן די שטיבל, און זיך מתקן זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:איך לייג דאס איבער ווייל ס'קוקט אויס האסט נישט געכאפט וואו איך ציל, איך מיין דאס נישט אלץ א רעטארישע שאלה אדער חוזק מאכן.
איך מיין אויך נישט צו זאגן נו, אפשר איז יענער גערעכט און נישט דו
איך האב דוקא נישט געפרעגט פין איינער וואס ס'איז יא קליגער פין דיר

----------------------------

שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו האלסט דאס איינער וואס האט בערך דיין IQ גיוו אר טעק און ווייסט בערך וואס דו ווייסט מיז אנקימען צי די זעלבע מסקנות וואו דיר?

ספוילער עלערט:
אויב זאלסטו קענען זעהן דאס חאטש ער איז די זעלבע קליג וואו דיר און ווייסט אלס וואס דו ווייסט מיז ער נאך אלץ נישט אנקימען צי די זעלבע מסקנה וואו דיר, וועסטו אפשר קענען באמערקען דאס וואס א מענטש האלט האט ווייניגער צו טון מיט שכל וואס איז אים מחייבאזוי צו האלטן און מער צו טון מיט בחירהוואס ער וויל האלטן
דערנאך ניצט דער מענטש פשוט שכל פאר א בעקאפ
צוויי מענטשן וואס האבן די זעלבע איי קיו און ווייסן מער ווייניגער די זעלבע אינפערמאציע, וואלטן על פי שכל געדארפט אנצוקומען צו די זעלבע מסקנה. כמובן אז עס ווענט זיך ווי קלאר די זאך איז און ווי שטארק מען מוז ניצן שיקול הדעת, אבער זאכן וואס זענען גאנץ קלאר מיט שטארקע באווייזן דאן וואלטן צוויי קליגע מענטשן געדארפט צו האלטן די זעלבע.

איי פארוואס זעט מען אז למעשה זענען דא אסאך קלוגע מענטשן וואס האלטן נארישע זאכן? הרבה תשובות לדבר, אבער די עיקר תשובה איז אז זייער שיטה איז נישט געבעיסט אין שכל, נאר ס'איז דא אנדערע פאקטארן וואס מאכן זיי האלטן וואס זיי האלטן.

(אגב, כ'האב זייער גוט געכאפט וואו דו צילסט, כ'האב דיר נאר געוואלט ווייזן אז דו אליין וואס דו האלסט אז צוויי קליגע מענטשן קענען האבן אנדערע דיעות און דאס מאכט נישט די אנדערע אויס קלוג, איז אבער ווען עס קומט צו איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר ווערט יענער יא פלוצלונג א שוטה.)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך לייג דאס איבער ווייל ס'קוקט אויס האסט נישט געכאפט וואו איך ציל, איך מיין דאס נישט אלץ א רעטארישע שאלה אדער חוזק מאכן.
איך מיין אויך נישט צו זאגן נו, אפשר איז יענער גערעכט און נישט דו
איך האב דוקא נישט געפרעגט פין איינער וואס ס'איז יא קליגער פין דיר

----------------------------

שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו האלסט דאס איינער וואס האט בערך דיין IQ גיוו אר טעק און ווייסט בערך וואס דו ווייסט מיז אנקימען צי די זעלבע מסקנות וואו דיר?

ספוילער עלערט:
אויב זאלסטו קענען זעהן דאס חאטש ער איז די זעלבע קליג וואו דיר און ווייסט אלס וואס דו ווייסט מיז ער נאך אלץ נישט אנקימען צי די זעלבע מסקנה וואו דיר, וועסטו אפשר קענען באמערקען דאס וואס א מענטש האלט האט ווייניגער צו טון מיט שכל וואס איז אים מחייבאזוי צו האלטן און מער צו טון מיט בחירהוואס ער וויל האלטן
דערנאך ניצט דער מענטש פשוט שכל פאר א בעקאפ
צוויי מענטשן וואס האבן די זעלבע איי קיו און ווייסן מער ווייניגער די זעלבע אינפערמאציע, וואלטן על פי שכל געדארפט אנצוקומען צו די זעלבע מסקנה. כמובן אז עס ווענט זיך ווי קלאר די זאך איז און ווי שטארק מען מוז ניצן שיקול הדעת, אבער זאכן וואס זענען גאנץ קלאר מיט שטארקע באווייזן דאן וואלטן צוויי קליגע מענטשן געדארפט צו האלטן די זעלבע.
דו לייגסט אריין קוואליפייערס קלאר די זאך, די שטארקייט פין שיקול הדעת וכו' וואס דאס מאדיד די וואסער

איז לאמער רעדן א ביסעל מער קאנקריט (מיינע ווערטער זענען לאו דוקא געוואנדען צו שמן) נעם איינער וואס האט בערך דיין IQ און שטעל דיך פאר דו גיבסט אים איבער, אדער ווייסט ער אליין, אלעס אלעס וואס ברענגט דיך נישט צו האלטן פין טראמפ מיט א פעסטקייט - ביזטו איבערצייגט דאס יענער וועט האלטן וואו דיר???
זאל שוין זיין וואו דו זאגסט "וואלטן על פי שכל געדארפט אנצוקומען צו די זעלבע מסקנה" איז דאס אויך דיין עקספעריענס אין ריעל לייף???

יעצט ניץ דעם זעלבן thought experiment (מיינע ווערטער זענען לאו דוקא געוואנדען צו שמן למאור) דאס מאל געב יענעם איבער אלעס אלעס וואס די ווייסט וואס דאס ברענגט דיך צו אמינה אדער כפירה וואלסטו עקספעקטעט דאס יענער זאל האלטן פינקט וואו דיר?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן: איך זע נאר צוויי אפציעס פארוואס דו זאלסט זאגן אויף א חכם אז ער איז א טיפש.
1) ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים.
2) ווייל ביסט אליין א טיפש.

סאו איך האב דיר פשוט געגעבן די בענעפיט אוו די דאובט.
False Dilemma Fallacy
דאס איז אויך דיין טעות ווען סקימט צי די ביגדי שבת
ס'איז דא נאך אפשענס

נאר מעט דילעהאנטי איז אויך אסאך קליגער ווי דיר, ער וועט דיר אין נאו טיים צעמאלן אויב שטעלסטו זיך אויף אים צו דעבאטירן.
קען זיין ער איז אסך בעסערער דיבעטער וואו מיר. דאס איז אבער בכלל נישט דער וועג וואו אזוי מען מעסט ווער איז קליגער און ווער איז גערעכט
אגב ס'איז נעבעך דא זייער אסך וואס וועלן אויסהערען א דיבעיט און אן גרינטלעך פארשטיין די נושא און וואס א יעדער זאגט, דאך וועלן זיי קימען צו מסקנות ווער האט געווינען די דיבעט פשוט ווייל איינער האט גערעדט מיר מער פאטאס אדער מיט א בעסערע סענס אף יאמער אדער מער געפליקט וכד'

היות די לינק שמועסט אויס די נושא בכלליות און ס'איז וויכטיג פאר אומוויסנדע אזוי ווי דיר צו האבן אן הקדמה צו פארשטיין די נושא.
איך האב זיך מתעלם געווען פין דיין טענה ווייל איך האלט דו ביסט נישט גערעכט איך זעה בכלל נישט מיט וואס איינער גייט אוועק קליגער און פארשטיין די נושא בכלליות נאכן אויסהערן דעם שוטה - נישט דא דארט קיין שום אינטעלעגאנציע. פיריעד. ביי מיר ווער ס'פילט דאס די קליפ איז א גיטע פריימער אויף פארטשיין די נושא בכלליות איז אביסל פלאטישק
אבער דו וועסט דאך ווייטער שרייען העכער - איז ממה נפשך הערט איינער אויס דעם קליפ קען ער אליין מחליט זיין, און פאר ווער נישט וועל איך דיך לאזן האבן די לעצטע ווארט. וואס איך האב יא געטון איז אינקארדשיד די עולם דאס אליין אויס ציהערן

אגב, קאסא איז לכאורה אוועקגעגאנגען ווען סקעפטיקער האט צענומען זיינע רייד לגופו של ענין,
אינערעסאנט פארוואס זאגסטו נישט קאסא איז לכאורה אוועקגעגאנגען ווען איך שמן למאור האט צענומען זיינע רייד לגופו של ענין?!?!

קוק איבער וועסטו זעהן ער האט זיך מחיה געווען מיט אן אינטעלעגאנטע שמוס און ער איז געווען אפען דערפאר, וחבל על דאבדין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:פאר איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מיינען עפעס פאר אים, קען ער נישט סתם 'אויסוועלן' וואס צו גלייבן לויט וואס עס שמעקט אים, ער וועט מוזן אננעמען דאס וואס 'לייגט זיך מער אויפן שכל' געבעיסט אויף די שכל'דיגע סברות און עווידענס.
דו לייגסט אריין קוואליפייערס קלאר די זאך, די שטארקייט פין שיקול הדעת וכו' וואס דאס מאדיד די וואסער

איז לאמער רעדן א ביסעל מער קאנקריט (מיינע ווערטער זענען לאו דוקא געוואנדען צו שמן) נעם איינער וואס האט בערך דיין IQ און שטעל דיך פאר דו גיבסט אים איבער, אדער ווייסט ער אליין, אלעס אלעס וואס ברענגט דיך נישט צו האלטן פין טראמפ מיט א פעסטקייט - ביזטו איבערצייגט דאס יענער וועט האלטן וואו דיר???
זאל שוין זיין וואו דו זאגסט "וואלטן על פי שכל געדארפט אנצוקומען צו די זעלבע מסקנה" איז דאס אויך דיין עקספעריענס אין ריעל לייף???

יעצט ניץ דעם זעלבן thought experiment (מיינע ווערטער זענען לאו דוקא געוואנדען צו שמן למאור) דאס מאל געב יענעם איבער אלעס אלעס וואס די ווייסט וואס דאס ברענגט דיך צו אמינה אדער כפירה וואלסטו עקספעקטעט דאס יענער זאל האלטן פינקט וואו דיר?
לאמיר דאס טאקע צונעמען, ווייל דאס איז בעצם די עיקר נושא פון די אשכול דא.

דיין משל פון טראמפ איז זייער נישט קיין גוטע משל, ווייל ס'נישטא קיין 'איין אמת' אויב מען האלט פון טראמפ אדער נישט. האלטן פון איינעם האט מיט געפיל און ליבשאפט, אסאך מענטשן האלטן אז ער איז א crook און דאך האלטן זיי אז ער איז גוט צו זיין פרעזידענט.

אויב זאלן מיר דן זיין איבער א פאקטישע שאלה, ווי למשל צו האט טראמפ טאקע דיקלעסעפייד אלע דאקומענטן פארן פארלאזן די ווייסע הויז, אויף דעם וואלט איינער וואס שכל'דיגע ארגומענטן מאכן אויס פאר אים געדארפט צוקומען צו א מסקנה נאכן הערן די ריקארדירונג פון טראמפ, אז ער האט עס נישט דיקלעסעפייד. יעצט אפילו קליגע מענטשן וועלן נאכאלץ קענען האלטן אז טראמפ איז גוט פאר אמעריקע, וועמען שטערט בכלל אפאר דאקומענטן? הילערי האט געטון ענליך וכ' וכ' וכ'. אבער פאקטן זענען נאר פארהאנען איינס.

מען קען נאכאלץ דן זיין אויב די ריקארדינג איז אמת, אויב לייגט זיך בכלל אויפן שכל אז טראמפ האט אלעס טאקע גענומען און דיקלעסעפייד... ער זאגט דאך קלאר אז ער האט עס געטון במחשבה... אבער עס קומט צו א פוינט ווי 'שכל' האט א ווערדיקט.

נאך א משל, די וועלט איז אדער רינדעכיג אדער פלאך, נישטא קיין פשרות... אויב זאלן מענטשן מיט די זעלבע איי קיו באקומען די זעלבע אינפערמאציע איבער דעם ענין, וואלטן זיי געדארפט צוקומען צו די זעלבע מסקנות.

יעצט עס זענען דא אסאך מענטשן -אפילו קליגע מענטשן, וואס שכל איז ביי זיי נישט קיין מחייב אויף אנצוקומען צו מסקנות. זיי ווייסן אז זיי זענען בייעסד און עס גייט זיי נישט אן, זיי ווייסן מתחילה אז זיי האלטן דעם זאך בלויז ווייל 'זיי ווילן' עס שטערט זיי נישט אז זיי לעבן מיט נגיעות, און אין א טעות. וועגן דעם האב איך די גאנצע צייט מדייק געווען אז מען רעדט פון מענטשן וואס די 'אמת און שכל איז ביי זיי א מחייב'.

איי א מענטש האט דאך נגיעות, וויאזוי קען מען טאקע זען אויב דיינע מסקנות זענען נישט אומווילנדיג אפעקטירט דורך זייטיגע געפילן? די אמת איז אז זיכער קען מען נישט זיין, אבער א מבקש אמת פראבירט ווי ווייט ער קען יא אנצוקומען ווי נענטער צום אמת. און דאס איז דורך פראבירן גוט צו הערן פון ביידע צדדים. ווען ער הערט א גוטע סברה פון איין צד גייט ער גלייך הערן וואס די צווייטע צד האט צו זאגן דערויף, ער גייט פרעגן פון מענטשן וואס זענען נישט אינוועסטירט אין די נושא און האבן נישט קיין נגיעות צו קיין איינע פון די צדדים, און ער בעט זיי צו זען אויב ער איז געשלאגן מיט בלאקידזשעס, און אזוי קען מען דורך אסאך הארעווען אנקומען ווי נענטער צום אמת. כמובן ווי אומקלאר א זאך איז אלס שווערער וועט זיין צו פאסן א ריכטיגע ענדגילטיגע מסקנה.

ווען עס קומט צו רעליגיע איז עס זייער קאמפלעצירט אנצוקומען צו אן אמת, יעדער איז בייעסט פון אלע זייטן, מענטשן זענען זייער אינוועסטירט דערין, און בכלל זענען די סברות און ראיות נישט אלעמאל קלאר, און טאקע וועגן דעם איז דא אזוי פיל חילוקי דיעות. ס'זענען דא אזוי פיל סיבות שונות פארוואס אפילו קליגע מענטשן זאלן גלייבן אין נארישקייטן. דאך קען א מענטש וואס איז א מבקש אמת פראבירן צו לייגן די נגיעות אין א זייט, הערן סברות פון אלע זייטן, זען ווער עטפערט די בעסטע תירוצים און וואס זאגט די אנדערע צד דערויף, אזוי קען מען אנקומען צו עפעס.

יעצט עס מוז נישט זיין אז אויף אלעס קען מען אנקומען צו אן אמת, געוויסע זאכן זענען טאקע אומקלאר, אבער ס'דא גענוג זאכן וואס מען קען גרינג איינזען אז דאס איז זיכער 'נישט אמת'. וכמאמר החכם, די אמת איז שווער צו טרעפן, אבער שקר קען מען גאנץ גרינג באמערקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: איך זע נאר צוויי אפציעס פארוואס דו זאלסט זאגן אויף א חכם אז ער איז א טיפש.
1) ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים.
2) ווייל ביסט אליין א טיפש.

סאו איך האב דיר פשוט געגעבן די בענעפיט אוו די דאובט.
False Dilemma Fallacy
דאס איז אויך דיין טעות ווען סקימט צי די ביגדי שבת
ס'איז דא נאך אפשענס

ווילאנג דו גייסט נאר שיסן א ספר אלס א מראה מקום... 'קוק אין הכשרות אברכים פאר נאך א צד', גיי איך נישט וויסן וואס דו רעדסט פון. (איך קען פינקט אזוי צוריקשיסן "גיי ליין דורך the selfish gene וועסטו זען אז ס'טאקע נאר דא צוויי צדדים און די הכשרת אברכים איז נישט גערעכט"... און דערנאך זיך נאך פאטשן אין בייכל אויך...) איך בין גרייט צו הערן, אדרבה לייג פאר נאך א צד. ווילאנג איך האב נאר די צוויי צדדים לפני גיי איך וועלן פון די צוויי.

איך פארשטיי אז דו מיינסט אז דא ביי דילעהאנטי איז דא א דריטע צד און דאס איז אז ער איז טאקע יא א שוטה, אבער לדעתי, דאס אז דו האלסט אזוי, גייט אריין אין די צווייטע אפציע.

נאר מעט דילעהאנטי איז אויך אסאך קליגער ווי דיר, ער וועט דיר אין נאו טיים צעמאלן אויב שטעלסטו זיך אויף אים צו דעבאטירן.

קען זיין ער איז אסך בעסערער דיבעטער וואו מיר. דאס איז אבער בכלל נישט דער וועג וואו אזוי מען מעסט ווער איז קליגער און ווער איז גערעכט
אגב ס'איז נעבעך דא זייער אסך וואס וועלן אויסהערען א דיבעיט און אן גרינטלעך פארשטיין די נושא און וואס א יעדער זאגט, דאך וועלן זיי קימען צו מסקנות ווער האט געווינען די דיבעט פשוט ווייל איינער האט גערעדט מיר מער פאטאס אדער מיט א בעסערע סענס אף יאמער אדער מער געפליקט וכד'

ביסט גערעכט מיט דעם אז א דעבאטע איז בכלל נישט קיין גוטע וועג צו וויסן ווער איז גערעכט, רוב מענטשן קוקן אויף א דעבאטע און מאכן אפ די געווינער לויט ווי געריבן דעם דעבאטירער זענען. אבער פון די אנדערע זייט האט א דעבאטע א מעלה וואס דרשות אדער ביכער האבן נישט. און דאס איז אז יעדער ווערט קאנפראנטעד מיט די סברות פון די צד שכנגד און מען קען זען וואס זייער רעספאנס איז דערויף, אנדערש ווי ווען יענער זיצט זיך ביי זיין אפיס טישל און האלט א דרשה אדער שרייבט א בוך און איז זיך מעלים עין פון די שווערע זאכן וואס זיינע שיטות האבן.

מעט דילעהאנטי, חוץ פון וואס ער איז א גוטע דעבאטירער, זעט מען אז ער פארשטייט גאר גוט אן עסק אין זיין תחום, און ווען מען צונעמט די סברות זיינע זעט מען אז זיי זענען זייער פעסט. ער האט א שטארקע מעלה אז ער האט א געוויסע קלארקייט, און ווען איינער -א שטייגער ווי דזשארדן פיטערסאן צו א צווייטער פראבירט ארומצו'חוש'ן, ווייסט ער וויאזוי יענער צו שטעלן אויפן פלאץ מיט גלאטע סברות.

אגב, קאסא איז לכאורה אוועקגעגאנגען ווען סקעפטיקער האט צענומען זיינע רייד לגופו של ענין,
אינערעסאנט פארוואס זאגסטו נישט קאסא איז לכאורה אוועקגעגאנגען ווען איך שמן למאור האט צענומען זיינע רייד לגופו של ענין?!?!

ווייל איך האב דארטן נישט גערעדט לגופו של ענין, און איך האב קיינמאל נישט געקלעימט צו רעדן לגופו של ענין. איך בין נישט קיין מומחה און ארכילאגיע און וועגן דעם האט מיר אינטערסירט צו הערן וואס ער ברענגט צום טיש. אוודאי האב איך 'געפרעגט' לגופו של ענין, און אנגעמערקט אבוויעס קרישקעלעך, א שטייגער ווי די פאקט אז דער עגיפטאלעגיסט פון וואס ער ברענגט נאך איז א דעת יחיד, און כ'האב אויך נאכגעברענגט א ווידיאו וואס קלארט אביסל אויס דעם ענין, אבער כ'האב קיינמאל נישט געקלעימט צו זיין אן עקספערט. פאר דעם האט מען געהאט סקעפטיקער וואס האט שוין יא אסאך געליינט און געטון אין די נושא, און ער האט דן געווען לגופו של ענין ממש. און אונז צוויי עם הארצים זענען געבליבן אין די זייט. ווען מען האט דן געווען סברות, ווי למשל צו די פתגם 'א טייך איז געווארן בלוט' קען פשוט מיינען אז טויטע גופים זענען דארטן אנגעקומען, אויף דעם האב איך מגיב געווען, ווייל אויף דעם דארף מען נישט זיין קיין מבין...

קוק איבער וועסטו זעהן ער האט זיך מחיה געווען מיט אן אינטעלעגאנטע שמוס און ער איז געווען אפען דערפאר, וחבל על דאבדין

יא יא, ער איז טאקע געווען אפן דערפאר
ביז ער האט געזען אז סקעפטיקער לייגט אים צאם זיין געביידע אז מען האט ארכילאגישע ראיות פאר די עקסעדעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

שליחה דורך שערי יושר »

עט דיס פוינט קענט עטץ שוין גיין אין אישי
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שערי יושר האט געשריבן:עט דיס פוינט קענט עטץ שוין גיין אין אישי

אדער זיך האלטן צו די נושא

שמן למאור האט בוחר געווען צו לייגן א קליפ ווי קען דאס זיין דאס קליגע מענטשען גלייבן אין גאט -
די פרעמעס פין די טייטעל זאגט שוין דאס דער עורך הקליפ קימט אן צו אלע סארט סברות פארוואס זיי, די וואס גלייבן, גייען קרום אבער למעשה איז ער גערעכט.

ער האט פינקט אזוי געקענט טרעפען א קליפ אויף פארקערט, וואס איז מסביר די נגיעה פין די הויפט עטיאיסטען וכו'
אדער א קליפ וואס איז מסביר בטוב טעם ודעת דאס מיר אלע ניצען שכל און זיך באקליידען מיט אן הרגשת מבקש האמת אלץ א בעק-אפ אויף אינזער סוב-קאנשעס
אויך וואלט ער געקענט זיין א מבקש את האמת דורך ליינען מיט א אפענע קאפ דעם Undeniable-Biology-Confirms-Intuition-Designed

לאז מיך אביסעל אויסשארפן מיין עקספערעמענט
נניח דאס מיר געבן א choice פאר די עטיאיסט סעסייעטי פארצושלאגן 10 ביכער וואס זיי האלט דאס זענען די סאמע בעסטע וואס זיי האבן צו פארקויפן,
אויך וועלן מיר לאזען די מאמינים פארצושלאגן 10 ממש די בעסט אף די בעסט פאר זייער קעיס.

יעצט וועלן מיר נעמען 30 קאלידש גרעדישועטס, 15 פין איין זייט אין 15 פין די אנדער זייט, ביידע וועלן דארפן דורכליינען און שרייבן אן עסעי אויף אלע 20 ביכער -
וואס מיינסטו וועט געשען?!?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

די קליפ האב איך נישט געברענגט צו צייגן אז זייער צד איז גערעכט, איך האב בלויז געברענגט די קליפ ווייל עס שמועסט אויס וויאזוי די נגיעות קען זייער שטארק שפילן אויף די מסקנות פון א מענטש ווען עס קומט צו רעליגיע. זיי ברענגען עס גראדע אויף די צד האמונה, די זעלבע איז אבער ריכטיג אויף די צד הכפירה.

די סיבה פארוואס איך האב געברענגט א קליפ פון די זייט, איז ווייל דאס איז מיר געלעגן אין קאפ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן:די סיבה פארוואס איך האב געברענגט א קליפ פון די זייט, איז ווייל דאס איז מיר געלעגן אין קאפ.
עקזעקטלי.
און די סיבה פארוואס דאס איז דיר געווען אין קאפ? - ווייל דאס האסטו געקיקט.
די סיבה פארוואס פינקט דאס האסטו געקיקיט? - ווייל דאס האטסטו בוחר געווען צו קיקען.
די סיבה וואס האט דיך גענייגט פינקט דאס בוחר צו זיין? - איז שוין אסך מאל מער קאמפלעצירט

יעצט דא קימט מיין חידוש (איך מיין נישט ממש מיין) קיקען די קליפ וואס טוט פרי-סעפאזען דאס דער מאמין איז wrong האט אויף דיר אן השפעה!!! יא לייק איט אר נאט!
חאטש איך און דו ווייסען מיט שכל איז דאך דאס אמת אויף ביידע זייטען

וואטשען א דיבעט וואס דער כופר גייט ארויס מיט די קאפ געהויבען האט אן השפעה אויף דיינע קישקעס חאטש דו קענסט זעהן דאס דער אנדערע צד האט א טענה וואס לאזט זיך נישט אזוי אוועק מאכן

היינט זאגן זיי דאס מענטעל העלט איז דירעקט פארבינדען מיט די קישקעס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך זע נישט פארוואס דו מישט דא אריין די נושא פון בחירה, גראדע פארשטיי איך נישט וויאזוי א מענטש האט בכלל א בחירה, ווי שוין אויסגעשמועסט באריכות אין די אשכול.

פארוואס האב איך געברענגט דווקא די קליפ? ווייל דאס איז מיר געלעגן אין קאפ. פארוואס איז מיר דאס געלעגן אין קאפ? ווייל דאס האב איך געקוקט לעצטנס. פארוואס האב איך דאס געקוקט לעצטנס? ווייל דאס האט מיין יוטוב מיר ארויפגעברענגט, און די קעפל האט זיך געהערט אינטערסאנט האב איך געדריקט אויף דעם... פארוואס האב איך מיך נישט צוריקגעהאלטן פון נישט קוקן? ווייל כ'האב דאך נישט געוויסט פארן קוקן וואס ער גייט זאגן... איי האסט דאך געוויסט אז אפשר קען עס זיין קעגן אמונה? אבער מיין מוח האט מיר געהייסן יא קוקן...

אלענפאלס, כ'זע נישט פארוואס דו מישט דא אריין בחירה, דאס דארף מען דן זיין במקומו הראוי, די עיקר נושא דא איז - בחירה צו נישט, אז למעשה ווערט מען נשפע פון וואס מען זעט, און אויב זעט מען קליפס פון כפירה (מחמת איזה סיבה שהוא) דאן האט עס אן השפעה און עס פארוואלקט די דזשאדזשמענט?

אויף דעם האב איך שוין אויבן געשריבן א לענגערע תגובה אז מען דארף טאקע קוקן זאכן פון אלע צדדים. כ'וועל דיר אויסזאגן א סוד, איך קוק גענוג און נאך אמונה קליפס! סיי אידישע, סיי קריסטליכע, אפילו מוסלמענע, ועוד! כ'האב שוין אפילו געקוקט דעבאטעס ווי דער מאמין איז ארויס מיט דעם געהויבענעם קאפ קעגן דעם אטעאיסט, א שטייגער ווי דעם באקאנטן לענגערן דעבאטע פון וויליעם לעין קרעיג קעגן קריסטעפער היטשנס וואס לדעתי איז קרעיג אסאך שטערקער אריינגעקומען.

כמובן אז איינער וואס זיכט אמת דארף קוקן אויף די סברות אליינס און נישט ווער איז אריינגעקומען שטערקער, און דאס פראבירט מען טאקע צו טון נאכן קוקן קליפס פון ביידע צדדים, נאר אויף דיין שאלה אז לכאורה ווערט מען נשפע פון די זייטיגע זאכן, אויף דעם איז די תשובה אז מען קוקט גענוג פון ביידע זייטן אויף צו באלענצירן די זייטיגע אינפלאוענס.

אויסצוקלארן: פארוואס האב איך דווקא געברענגט א קליפ וואס צייגט די צד הכפירה אויף די נושא? ווייל עס איז מיר נישט געלעגן א קורצע קליפ וואס צייגן אט די נקודה מצד המאמינים. זהו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

שמן למאור האט געשריבן: איך זע נאר צוויי אפציעס פארוואס דו זאלסט זאגן אויף א חכם אז ער איז א טיפש.
1) ווייל דו האלסט אנדערש ווי אים.
2) ווייל ביסט אליין א טיפש.

סאו איך האב דיר פשוט געגעבן די בענעפיט אוו די דאובט.
הקטן האט געשריבן:False Dilemma Fallacy
דאס איז אויך דיין טעות ווען סקימט צי די ביגדי שבת
ס'איז דא נאך אפשענס
הקטן האט געשריבן:אויך וואלט ער געקענט זיין א מבקש את האמת דורך ליינען מיט א אפענע קאפ דעם Undeniable-Biology-Confirms-Intuition-Designed
ס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער בּייאָכעמיסט דר. לערי מאָרען טענה׳ט אז דר. דאָגלעס עקס׳ס (דער מחבר פון דעם צוגעצייכענטער בוך) טענות פאר אינטעלידזשענט דיזיין זענען מיוסד אויף א פאָלס דילעמאַ/דייכאטאמי: אויב עפעס איז (נאך) נישט מוסבר אין א דאַרוויניען פרעימווארק, איז ע״כ נאטורעליזם אפגעפרעגט מכל און אינטעלידזשענט דיזיין די איינציגסטע אפציע. וכדכתבתי כאן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ס'איז ביי מיר קלאר דאס נישט ער אדער דו האבן גליינט דעם בוך - ווייל ער אדרעסירט דאס דירעקט און העד-אן
ס'איז אינטערעסאנט דאס דארווין זעלבסט, און אנדערע, האבן יא געזען אין זיין טערי אז ענדליך ענדליך האבן מיר אן ענפער אויף דעם גאט פראבלעם!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:ס'איז ביי מיר קלאר דאס נישט ער אדער דו האבן גליינט דעם בוך - ווייל ער אדרעסירט דאס דירעקט און העד-אן
ס'איז אינטערעסאנט דאס דארווין זעלבסט, און אנדערע, האבן יא געזען אין זיין טערי אז ענדליך ענדליך האבן מיר אן ענפער אויף דעם גאט פראבלעם!
:? :? :? :? :roll: :roll: :roll: :roll: :lol: :lol: :lol: :lol:
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אויב דער ארכי-טראל הקטן הערט נישט אויף צו פישן און חרוב מאכן גאנץ קאווע שטיבל בכלל און דעם אשכול בפרט, וועל איך מעגליך זיין געצווינגען צו פארשפארן די אשכול.