פראפ' מארק שפירא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמואל הלוי האט געשריבן:בזמן חז"ל איז מען אויך געגאנגען מיט אזא טשופ? און זיך געשוירן די בארד?

בזמן חז"ל איז מען אויך נישט געגאנגען מיט הויזן. שנעל גיי טוה זיי אויס!

לגבי דיין שאלה, טשופ גראדע יא, שעיווען האבן זיך די גוים אויך נישט.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך שמואל הלוי »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:

בזמן חז"ל איז מען אויך נישט געגאנגען מיט הויזן. שנעל גיי טוה זיי אויס!

איך דארף עס אויסטוהן אדער דער וואס גייט מיט א רינגל ווייל אזוי איז געווען בימי חז"ל?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זעה אין שו"ע יורה דעה בנוגע חציצה ביי טבילה
די פתחי תשובה ברענגט דארט מפורש אז די פאודער וואס ס'האלט שיין צוזאמען די האר פון קאפ, די טשופ, איז קיין חציצה נישט ווייל דאס איז א שיינקייט.
יא, אמאל האבן די פוסקים נישט געלייקענט קיין שיינקייט.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:א ליסטע פון זיינע ספרים ביטע
Under influence
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך ידען »

אן אינטערעסאנטן ציטאט ברענגט ער אין א הערה, פון הג"ר יצחק שחיבר, ספרדישער רב אין בוענאס-איירעס: "ואשר לעניין מראות הדמים לא נהגנו בזה כלל, כי מעולם לא ראיתי להרבנים באר"צ [ארם צובה] שטפלו בזה, אך הנהיגו את הנשים שכל מראה הדומה למראית אדמומית שהוא טמא, זולתי אם יהיה כמראה לבן או ירוק שהוא טוהר."

לכאורה זענען די פרויען געווען שטארקע מחמירים, און האבן זיך גע׳פסק׳עט לאיסור ״זולתי״ אם יהיה כמראה לבן או ירוק שהוא טהור. נו צו דעם דארף מען טאקע נישט קיין מראהס און לויפן צו דיינים
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:א ליסטע פון זיינע ספרים ביטע

*Between the Yeshiva World and Modern Orthodoxy: the life and works of Rabbi Jehiel Jacob Weinberg
*The Limits of Orthodox Theology: Maimonides' Thirteen Principles Reappraised
*Saul Lieberman and the Orthodox
*Studies in Maimonides and his Interpretors
*כתבי הגאון ר' יעקב יחיאל וינברג ב"כ
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך ידען »

וועלעכע קען מען טרעפן אויף היברו בוקס?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך ידען »

ישר כח יאנקל. דעטס אל?

איך האב עס נאכנישט גענדיגט אבער עס זעט אויס מער ווי רב וויינבערגס סחורה, און מלך האט עס נאר מלקט געווען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך יידל »

ידען האט געשריבן:וועלעכע קען מען טרעפן אויף היברו בוקס?

זיינע ביכער ווערן נאך פארקויפט און זייער קאפי רעכטען זענען נאך אין פולען קראפט. אבער דא קענסטו אראפלאדענען די ארטיקל פון וועלכע זיין בוך איבער די י"ג עיקרים איז אויסגעוואקסן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך ידען »

יידל א שיינעם דאנק.

פאר איך גיי עס דורך וויל איך דיר פרעגן, וועל איך מער גלייבן אין באשעפער נאכן עס לייענען ווי פאר דעם?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך יידל »

ידען האט געשריבן:יידל א שיינעם דאנק.

פאר איך גיי עס דורך וויל איך דיר פרעגן, וועל איך מער גלייבן אין באשעפער נאכן עס לייענען ווי פאר דעם?

מער גלייבען? ניין, אויך נישט ווייניגער גלייבן.

איך וועל דיר זאגן בקיצור וואס דער ארטיקל איז, און באשליס דו אליין צו דו ווילסט עס לייענען.

ער באציעט זיך אויף די רייד פון איינעם א ר' יהודה פרנס, וואס האט געהאט געשריבן אז יעדער נקודה, יעדער געדאנק וועלכע איז זיך סותר מיט די י"ג עיקרים פונעם רמב"ם איז כפירה, און איז דערפאר אסור צו נעמען בכלל אין באטראכט. אויף דעם איז שפירא מעיר אז גדולי עולם אין אלע דורות האבן זיך געקריגט אויף די אדער יענע נקודה פון די י"ג עיקרים, און דערפאר קענען מיר נישט אננעמען אז סיי וואס איז נאר סותר די י"ג עיקרים איז אויטאמאטיש כפירה, ווייל דאן קומט אויס אז גדולי עולם האבן געשריבן חלילה כפירה.

א קליינער ביישפיל. דער רמב"ם שרייבט אז יעדער איינציגסטער ווארט אין די תורה איז געשריבן געווארן משה מפי הגבורה. אויף דעם ברענגט שפירא די מושג פון תיקון סופרים, אז דער רד"ק, דער ערוך און רש"י האבן אפגעלערנט פשט אז חז"ל האבן געטוישט ווערטער אין די תורה. שפירא איז מדגיש אז ס'איז נישט נוגע צו דאס איז טאקע די ריכטיגע פשט אין תיקון סופרים צו נישט. די עצם געדאנק אז רש"י, דער ערוך און דער רד"ק האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן עפעס וואס איז קלאר קעגן א פרט אין די י"ג עיקרים, ווייזט שוין אז מען קען נישט זאגן אז די י"ג עיקרים איז די לעצטע ווארט אין מגדיר זיין כפירה.

נו, גייסט עס לייענען?...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך דבילה »

יאנקל האט געשריבן:פון וועלכער ויכוח רעדט ער. איך בין אין דער חסידישער וועלט און איך ווייס נישט פון קיין ויכוח וואס גייט אן...


לכאורה רעדט ער פון די "הפעמון". יעצט אין חודש ניסן איז ארויס די פערדע קובץ. די ויכוח דארט גייט אן פון די זומער אין די צווייטע קובץ ווי איין פראמינענטע בארא פארקער רב האט געשריבן א העצע דרשה אויף גוים, און די דריטע קובץ (וואס איז ארויס תשרי) איז געווען אן לאנגע אנטווארט פון א באקאנטע שרייבער, און יעצט אין די פערדע קובץ איז געווען נאכאמאל א לאנגע (50 בלעטער!) מאמר אפווענדענדיק דעם מאמר פון די צווייטע קובץ פון אן אנדערען קוק ווינקל און נאך א מאמר מיט פעך און שוועבל אויף דעם אנטווארט וואס איז ארויס אין די דריטע קובץ.

אויב זענט איר נאך אלץ נייגעריק וואס דא האנדלט זיך, קענט איר ארויסגיין אין ספרים געשעפט און זיך איינהאנדלן א קובץ הפעמון דוכט זיך פאר נישט מער ווי $6.
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך אוהב דעת »

שמואל הלוי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'איז מיר סתם אזוי געווען אינטערעסאנט אז פראפעסאר שפירא טראגט א מערידזש רינג:

ס'דא וואס זאגן אז ער גייט אויך נישט מיט חסידישע גאטיעס...

כנהוג בזמן חז"ל אז מענער גייען מיט א טבעת
על אף ששם מבואר שאנשים הלכו רק עם טבעת שיש עליה חותם, אבל במשך הזמן נשתנה פרט זה.
והרב שפירא מחזיק במסורה זו, כל הכבוד לו, שנזכה ליגע בכף רגליו.

בזמן חז"ל איז מען אויך געגאנגען מיט אזא טשופ? און זיך געשוירן די בארד?

סאיז א קלארע רש י אין אנפאנג מס כריתות אז אהרן הכהן האט זיך געשניטען זיין בארד
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך שמואל הלוי »

דף?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך געפילטע פיש »

כריתות ה: ת''ר {תהילים קלג-ב} כשמן הטוב היורד על הראש וגו' כמין שתי טיפין מרגליות היו תלויות לאהרן בזקנו אמר רב כהנא תנא כשהוא מספר עולות ויושבות בעיקרי זקנו
פרש"י מספר. מדבר ל''א מסתפר דשקיל במזייה:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך שמואל הלוי »

אקעי איך האב עס געפינען, ס'איז אין דף ה:

די גמ' זאגט "כשהוא מספר עולות ויושבות בעיקרי זקנו", זאגט רש"י: "מדבר ל"א מסתפר דשקיל במזייה".

אין מס' הוריות יב. איז דא די זעלבע גמ', און דארט ברענגט רש"י נאר די ערשטע פשט: "כשהיה מדבר עם אחרים".


א זוכעניש אין אוצר החכמה צייגט אז ס'טוט זיך אסאך איבער דעם אין די ספרים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'איז דאך פשוט אזוי.
שערות ווייסט דאך אויף מותרות.
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט מארק שפירא http://lukeford.net/blog/?p=2595
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט מארק שפירא http://lukeford.net/blog/?p=2595

Marc: "The chareidi world is very interesting. You see a tradition changing. A group of people who affirm they are traditional yet they are very different than traditional Jews were in the past. It’s a phenomenon that grew up in the past generation."
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט מארק שפירא http://lukeford.net/blog/?p=2595

Marc: "The chareidi world is very interesting. You see a tradition changing. A group of people who affirm they are traditional yet they are very different than traditional Jews were in the past. It’s a phenomenon that grew up in the past generation."

איך מיין אז ער רעדט פון די ישיבישע וועלט. די חסידישע וועלט איז יא די זעלבע...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:איך מיין אז ער רעדט פון די ישיבישע וועלט. די חסידישע וועלט איז יא די זעלבע...

אשפג...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וואס איז אמת קען מען נישט לייקענען. מענטשן וועלכע האבן "wide-ranging" אינטערעסן, איז חרדישע (וה"ה חסידישע) אידישקייט זייער stifling. די שאלה איז נאר צו אזא ברייטע אינטערעסע איז א געזונטע זאך. פון א חרדישן שטאנדפונקט איז אזא אינטערעסע א געפערליכע זאך.

---
געפילטע האקט. וואס איז די געלעכטער? איז דען נישט חסידישע אידישקייט מער אויטענטיש ווי די ישיבישע?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:וואס איז אמת קען מען נישט לייקענען. מענטשן וועלכע האבן "wide-ranging" אינטערעסן, איז חרדישע (וה"ה חסידישע) אידישקייט זייער stifling. די שאלה איז נאר צו אזא ברייטע אינטערעסע איז א געזונטע זאך. פון א חרדישן שטאנדפונקט איז אזא אינטערעסע א געפערליכע זאך.

---
געפילטע האקט. וואס איז די געלעכטער? איז דען נישט חסידישע אידישקייט מער אויטענטיש ווי די ישיבישע?

דו רעדסט זיך טאקע איין אז די חסידישע געמיינדע האט זיך נישט געטוישט אין די לעצטע יארהונדערט?
פארשפארט