די וועבסייט האט ערשט ארויפגעלייגט דאס נעכטן. פון וואנט ווייס איך? ווייל ווען איך האב געזוכט א קאפיע פון דעם בוך האב איך ארויסגעשיקט פארשידענע אימעילס צו וועם איך האב געהאלטן אז עס קען מיר העלפן. נעכטן האב איך באקומען אן אימעיל צוריק פון 'אידיש מיט ר' נח' אז מען האט יעצט ארויפגעלייגט צמח אטלאס אויפן אינטערנעט, איך האב א חשש אז מיין ארויפלייגן א סקען אויף קאווע שטיבל האט אינטערגעטריבן די ייאוו"א אינסטיטוציע זאל זיך אונטעריאגן...
שערי יושר: דער בוך "צמח אטלאס", אזוי ווי אלע אנדערע ביכער פון חיים גראדע איז באזירט אויף אמת'דיגע מענטשן און פלעצער.מיט אזא פונקטליכקייט אז דו מיינסט אז דו שטייסט דארט און קוקסט צו די סצענע וואס לויפט פארביי פאר דיינע אויגן.
למשל. איינס פון די אנדערע ביכער פון חיים גראדע וואס איך האב געליינט. "די קלויז און די גאס". דארט איז דא 4 (לענגערע) באשרייבונגען. איינס הייסט ..."לייבע לייזער'ס הויף"...ווען דו ליינסט אט די מעשה מיינסטו אז דו שטייסט דארט אין דעם הויף און דו באגעגנסט די אלע כאראקטערן וואס ער שילדערט. מיט אלע זייערע מעלות און חסרונות. און אלעס וואס האט זיך אפגעשפיעלט דארט. אזוי אויך די באשרייבונג..."זיידעס און אייניקלעך"...און אלע אנדערע מעשיות פון זיינע ווערק.
berlbalaguleh האט געשריבן:שערי יושר: דער בוך "צמח אטלאס", אזוי ווי אלע אנדערע ביכער פון חיים גראדע איז באזירט אויף אמת'דיגע מענטשן און פלעצער.מיט אזא פונקטליכקייט אז דו מיינסט אז דו שטייסט דארט און קוקסט צו די סצענע וואס לויפט פארביי פאר דיינע אויגן.
למשל. איינס פון די אנדערע ביכער פון חיים גראדע וואס איך האב געליינט. "די קלויז און די גאס". דארט איז דא 4 (לענגערע) באשרייבונגען. איינס הייסט ..."לייבע לייזער'ס הויף"...ווען דו ליינסט אט די מעשה מיינסטו אז דו שטייסט דארט אין דעם הויף און דו באגעגנסט די אלע כאראקטערן וואס ער שילדערט. מיט אלע זייערע מעלות און חסרונות. און אלעס וואס האט זיך אפגעשפיעלט דארט. אזוי אויך די באשרייבונג..."זיידעס און אייניקלעך"...און אלע אנדערע מעשיות פון זיינע ווערק.
איז דא ערגעץ וואו מען קען ליינען די בוך אנליין א שטייגער ווי אלע ווערק פון שלום עליכם אויף גוגל בוקס?