berlbalaguleh האט געשריבן:ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט, האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאל זיך גט'ן פון אלאט פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב, און נאכדעם איז זי (במחילת כבודה) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט, קוק ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!
וואס וואלטן זיי פארדינט טאמער ער גט זיך?
דער דאקטער האט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך זי זאל האבן קינדער, מען האט ארויסגענומען די אינערליכע חלקים. ווען דער רבי האט געבעטן הושענה רבה דער עולם זאל איינרייסן האט דער ברך משה געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז נישט קיין מציאות צו האבן מיט איר, אויב די רבי וויל נאך האבן קינדער זאל ער זיך גט'ן, אזוי ווי דער קדושת יו''ט האט געטוהן, גע'גט די ערשטע ווייב ווייל זי האט נישט געקענט האבן קיין קינדער, און פאר'ן חוצפה פון אויסזאגן האט זיך א אנגעהויבן די גאנצע מחלוקה וואס הייסט היינט בני יואל.
אז מ'האט ארויפגעברענגט די אשכול,
איך האב געהערט פון א איד אז זיין זיידע הרב יוסף מאיר מארקאוויטש ז''ל איז געווען א הויז בחור ביים רבי'ן אינדערהיים פארן קריג, און מיטגעהאלטן די פאליטיק צווישן די רביצין און חי' רוזא'לע , די רבי האט אים אנגעזאגט אז ער זאל נישט דערציילן וואס ער זעהט...
berlbalaguleh האט געשריבן:ואני שמעתי: אז די טאכטער חיה רויזא און דער פלימעניק, הרב מ'סיגעט האבן געהעצט דעם סאטמאר'ער רב אז ער זאל זיך גט'ן פון אלטא פיגא. אנגעבליך וועגן דעם האט זי אייביג געטרייט צו מרחק זיין די קרובים פון סאטמאר רב, און נאכדעם איז זי (במחילת כבודה) געגאנגען צו איהר מאן און איהם געזאגט, קוק ווי דיינע קרובים זענען נישט אינטרעסירט דיך צו זעהן...!
וואס וואלטן זיי פארדינט טאמער ער גט זיך?
איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, אבער אן עלטערע סאטמערע איד האט מיר דערציילט אז ווען דער ברך משה איז שוין געווען רבי איז אמאל געווען א פארמאכטע מיטינג צווישן אים און די אלטע רעביצין זיך אויסצוגלייכן. איינע פון די טענות וואס זי האט געהאט איז געווען היתכן ער האט מייעץ געווען דעם פעטער איר צו גט'ן. וואס אויף דעם איז געווען זיין אנטווארט "און וועמען'ס טובה האב איך געמיינט? מיינס??"
גם מה ששמעתי מדודי שלמד בישיבת סענדז סטרייט דכל שבוע במוצאי שב”ק היה באס להבדלה אצל הרבי במאנראו והבאס עצר ביוניאן סיטי לאסוף בני ר’ ליפאלע וכן בדרך חזרה