איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הקטן האט געשריבן:ס'איז ביי מיר קלאר דאס נישט ער אדער דו האבן גליינט דעם בוך - ווייל ער אדרעסירט דאס דירעקט און העד-אן
איך האב טאקע נישט געליינט דעם בוך, און עס איז טאקע ארויסגעגעבן געווארן 5 יאר נאך דר. מאָרענ'ס טענה. אבער א סערטש אינעם pdf פונעם בוך פאר די ווארט "false" צייגט אז פון די 18 מאל וואס די ווארט ווערט דערמאנט, איז קיין איינע פון זיי נישט איבער א false dichotomy אדער false dilemma. עס קען טאקע זיין אז ער אדרעסירט דאס מיט אנדערע ווערטער, אבער "דירעקט און העד-אַן" איז דאס שוין נישט ממש.

עס איז אינטרעסאנט אז דר. ווינסענט טאָרלי, וואס איך פארשטיי איז בעד אינטעלידזשענט דיזיין, שרייבט אין זיין רעצענזיע אויף זיין דאזיגע בוך בנוגע א קאָמפּאָנענט פון דר. עקס'ס טענה:
The first thing that needs to be said is that Dr. Axe's initial formulation of the Universal Design Intuition is very sloppy. In chapter 2, it reads as follows: "Tasks that we would need knowledge to accomplish can be accomplished only by someone who has that knowledge" - or in plain English, "whenever we think we would be unable to achieve a particular useful result without first learning how, we judge that result to be unattainable by accident" (p. 20)

The fundamental problem with Axe's original formulation of the Universal Design Intuition is that it posits a false dichotomy of design versus accident, ignoring events that happen by natural necessity. But let us be generous, and assume that by "accident," Axe simply means: any blind processes without a long-term goal, regardless of whether they are accidental or driven by natural necessity
ער האט עס יא געליינט. האסטו?

ער שרייבט אז ער פארבעסערט דאס, אבער נישט למעשה "דירעקט און העד אַן". עס זעהט נישט אויס אז לגבי די גאנצע געדאנק בכלל פארטיידיגט ער זיך יא קעגן דעם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן: The fundamental problem with Axe's original formulation of the Universal Design Intuition is that it posits a false dichotomy of design versus accident, ignoring events that happen by natural necessity. But let us be generous, and assume that by "accident," Axe simply means: any blind processes without a long-term goal, regardless of whether they are accidental or driven by natural necessity
[/left]

ער שרייבט אז ער פארבעסערט דאס, אבער נישט למעשה "דירעקט און העד אַן".[/quote]
זיין גאנצער מהלך איז געבויט אריח על גבי לבנה און ער שרייבט אליין דאס זיין ערשטע פארמעלע איז סאלפי - דאס איז ביי-דיזיין איף איי מע

Undeniable packs a powerful punch
מעק פליז אויס "העד אן" - שכח...

ער הערמאטיש שליסט אויס נישט דיזיין
איך האב נאך נישט געליינט דיין לינק איך וועל אי"ה

ס'ווינדערד מיך אפאר מאל וואס איז פשט איינער לייקט וואס דו שרייבסט חאטש ס'איז קלאר דאס ער פארשטייט נישט גענוי וואס דו האסט געשריבן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

כ'האב שוין געליינט דעם בוך, דער אקסי רעדט געשוואלענע נארישקייטן, פארשטייט זיך אז הקטן כאפט זיך ארויף דערויף, ווייל יעדער וואס איז א מאמין איז שוין ביי אים א גערעכטער מענטש. הגם די אינטעלידזשענט דעזיינער וואס אקסי רעדט פון איז דאך די קריסטליכע יאשקע... ער געבט דאך נישט קיין סברא אז אפשר איז עס מוכאמאד אדער הוי"ה... איי אפשר מיינט די אינטעלידזשענט דיזיין יא גאט, נאר מ'ווייסט נישט וועלכע, אויב אזוי אפשר איז עס בכלל נישט דעזיינט...

זה דא
https://www.quora.com/Why-does-Douglas- ... n-is-wrong

https://henrycenter.tiu.edu/2018/02/aga ... abet-soup/

קוק די ווידיאו צו זען ווי ער רעדט נארישקייטן, די זאך וואס ער רעדט די מערסטע פון איז אז קינדער האבן די פילינג אז אלעס איז דעזיינט, כאילו דאס איז בכלל א סברא... און דערנאך רעדט ער פון די טיפיקל שוין פון לאנג אפגעפרעגטע וואוטשמעיקער ארגומענט
https://www.youtube.com/live/SC9Hx3WpsCk?feature=share

א טיפיקל גרלויביגע דרייקאפ, א שלעכטע ריח אויפן ווייטן לבנה נישט אויף די וועלט

כ'בין אויך נייגעריג פון ווי דו קענסט זען פון בלויז א לייק אז יענער פארשטייט נישט? ניתנה נבואה לשוטים?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז אינטרעסאנט דער טעאלאג דר. קיִט פאַקס, אין זיין רעצענזיע פון דר. עקס'ס בוך וואס @להזהיר גדול על הקטן האט צוגעברענגט, האט אויך א טענה פון א פאָלס דילעמאַ קעגן דר. עקס:
Reading his words gives the impression that the options are binary — either accept evolution as an anti-god (scientistic) enterprise or re-introduce other explanations for the complexities that we see in biology. But that is far too simplistic. Most evolutionists are not hell-bent on an anti-God agenda (though some are!). It is a genetic fallacy to equate evolution with scientism
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

זיך היינט רעגיסטרירט און קומט שוין מיט באק ציינער אריין אין קאמף
בארואיג דיך yo
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:זיך היינט רעגיסטרירט און קומט שוין מיט באק ציינער אריין אין קאמף
בארואיג דיך yo
ניי צו אלט, די אמת מוז געזאגט ווערן...

און אגב כ'בין שוין א אלט געזעסענע דא, די ניק איז געעפנט לצורך הענין
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

להזהיר גדול על הקטן האט געשריבן:
און אגב כ'בין שוין א אלט געזעסענע דא, די ניק איז געעפנט לצורך הענין
הוא אשר דיברתי
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן:
Reading his words gives the impression that the options are binary — either accept evolution as an anti-god (scientistic) enterprise or re-introduce other explanations for the complexities that we see in biology. But that is far too simplistic. Most evolutionists are not hell-bent on an anti-God agenda (though some are!). It is a genetic fallacy to equate evolution with scientism
ער פילט זיך גאר געטראפען דאס די בוך לאזט איבער די impression דאס די וואס גלייבן דאס די וועלט איז געקימען דארך עוועלאשען גלייבן נישט אין גאט - (though some are!)
ער לאזט איבער ביי מיר די impression דאס ער פילט זיך זייער אים באקוועם מיט דעם נאסע ליילעך - איי וואנדער וויי


i would venture to say דאס א גרויס חלק פין די כופרים דא האבן דעם טעות אין מיינען דאס ס'איז א ביינערי טשויס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די כופרים דא? מיינסט מסתם צו זאגן די מאמינים דא וואס שלאגן זיך בעד אינטעלידזשענט דיזיין, ווי כעין @זוכער, ועיין בתגובתו כאן וואו ער זאגט אז דאס איז א בּיינערי טשויס און איז משווה הרב קוק א ״כופר בתורת משה״ דערפאר, אפילו פאר׳ן בלויז האלטן פונעם סייענטיפישן חלק פון עוואלושאן און נישט די פילאזאפישע מאטעריאליזם וואס קען מיטקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

לכאורה מיינט ער צוזאגן כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי (איך בין פון די קלייענטעל דערפאר פארשטיי איך…)
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז בעצם די נושא האשכול איבער צי ס׳איז גרינגער צו בלייבן א נאַר און איבער דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב. והיינו, אז מעיקרא הייבט דער מענטש אָן מיט׳ן גרינגערן בּיינערי שווארץ-און-ווייס מהלך פון טראכטן, און אז דאס וואס מ׳האט אים אויסגעלערענט און אינדאַקרינעיטעד אין איז ״ווייס״ און ריכטיג, און דאס נעגעישאן/פארקערטע דערפון איז ״שווארץ״ און פאלש. ווען ער ווערט קלוגער און ער פארשט זעהט ער אז די ״שווארץ״ האט (אויך) לעגיטימעט און עכ״כ אז עס ווערט אים גאר צומאל א פארקערטע ״שווארץ-און-ווייס״ - את אשר התרת אסרתי ואת אשר אסרת התרתי. (ועיין באשכולו של @שאלתיאל.) וואס מ׳דארף אבער צוקומען, און דאס נישט זיין א נאַר דארף טאקע צוברענגען צו דעם, אז עס זענען דא היבשע שׁעידס פון גרוי צווישן דעם ״שווארץ״ און ״ווייס״ - ווי קלוגער מ׳ווערט, אלס מער שׁעידס פון גרוי דארף מען זעהן אז עס איז דא.

דאס קען אויך האבן פּאַראַלעלן מיט העגעל׳ס געדאנק פון טיִסיס, אַנטיטיִסיס און סינטעטיס, וואו צום ערשט איז דא א טיִסיס און נאוועלע מהלך, דערנאך קומט קעגן דעם א רעאקציע פון אַן אַנטיטיסיס א (נאוועלע) פאזיציע דערקעגן. דערנאך קומט עס צו צו א סינטעטיס וואס איז א סארט השוואה און מזג פון זיי ביידע צוזאמען און איז עפעס ניי. (דערנאך הייבט זיך ווידעראמאל אָן דעם שפיל אין דעם אליין, וחוזר חלילה.) וכן הוא לעולם וואו די נייע סינטעטיס ווערט די נייע ״ווייס״ און די אנטיטעטיס דערצו די נייע ״שווארץ״. ביים חכם איז דאס אלעמאל אַן אַנגויאינג פּראצעדור.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
Reading his words gives the impression that the options are binary — either accept evolution as an anti-god (scientistic) enterprise or re-introduce other explanations for the complexities that we see in biology. But that is far too simplistic. Most evolutionists are not hell-bent on an anti-God agenda (though some are!). It is a genetic fallacy to equate evolution with scientism
ער פילט זיך גאר געטראפען דאס די בוך לאזט איבער די impression דאס די וואס גלייבן דאס די וועלט איז געקימען דארך עוועלאשען גלייבן נישט אין גאט - (though some are!)
ער לאזט איבער ביי מיר די impression דאס ער פילט זיך זייער אים באקוועם מיט דעם נאסע ליילעך - איי וואנדער וויי


i would venture to say דאס א גרויס חלק פין די כופרים דא האבן דעם טעות אין מיינען דאס ס'איז א ביינערי טשויס
ער פילט זיך געטראפן דערפין ווייל איינער וואס יש מוח בקדקדו ווערט געטראפען ווען מען רעדט נישט צו דער זאך. עס איז נאריש צו זאגן אז דער וואס גלייבט עוועלושן מיז לייקענען גאט.

בכלל אז מקוקט דא https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC5447804/ זעט מען אז אקסי איז נישט גערעכט. ער איז שוין ממילה אפגעפרעגט געווארן אין אלע סייענטיפישע דזשורנאלן.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן: ס'ווינדערד מיך אפאר מאל וואס איז פשט איינער לייקט וואס דו שרייבסט חאטש ס'איז קלאר דאס ער פארשטייט נישט גענוי וואס דו האסט געשריבן
ווי להזהיר האט שוין אנגעמערקט איז די זאץ נאריש ביז גאר, מען קען דאך נישט זען פון א בלויזן לייק אויב איינער פארשטייט אדער נישט.

וואס וואונדערט מיר יא איז פארוואס הקטן -וואס האלט זיך דאך פאר א חכם בעיניו, ווייזט פאר יעדער איינער אזוי אפן אז ער רעדט נישט צום דבר...?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

שוין. כ'האב נישט קיין געדילד צו ווארטן ביז איך האב שוין 25 תגובות און קריגן עקסעס צום 'שבת אחים' פארום, וועל איך דעריבער שרייבן דעם תגובה דא, און ווען כ'וועל ריטשן 25 תגובות וועל איך עס איבערפאסטן אין די טראל אשכול. (כ'האב נאר די לינק צו די אשכול דורך מיין אנדערע ניק)

אלזא, וואס וויל איך דא? איך האב צאמשטעלן א לענגערע ליסטע פון ציטאטן וואס חשובע ניקים האבן געשריבן דא אין שטיבל אויפן טראל הידוע, און עס געוואלט אריינשטעלן אלץ מיין חתימה. למעשה האט זיך די ליסטע לאנג פארצויגן און עס פיט נישט אריין אין א חתימה, מען לאזט נישט אריינשטעלן אזוי פיל ווערטער. דעריבער גיי איך מוזן שרייבן א געהעריגע תגובה דא און ארויסשטעלן די ליסטע, און אין מיין חתימה וועל איך בלויז לינקן אהער צו די תגובה.

כוועל שרייבן די ליסטע אין א באזונדערע תגובה.
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

העניך האט געשריבן:
דער גרעסטער געזלייטער פון קאווע שטיבל וועמענס איינציגסטער תפקיד דא איז קריכן אויף די געהירן און שטעכן די מיט וועמען ער שטימט נישט איין.

אדנירם האט געשריבן:
דיין היתממות [נישט תמימות] איז אפאלאגעטיקע במקרה הטוב און פארדרייען פאקטן במקרה הרע...
אין לי ספק שתתעקש בנידון, ותביא עוד מקור וטענה שלא מן הענין, הכל בכדי שתוכל 'להתווכח', אבל כבר הוכיחו חכמי המקום שכן דרכך מאז ומקדם, ולכן כדאי להתעלם מדבריך.

מי אני האט געשריבן:
אין קורצן, נעבעך... קיימתי בך עם עקש תתפל...״דעת טפשין/שוטים אינו כלום״. וידוע ד״קטן״ לאו בן דעה הוא.

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן, אדער ווייל דו ווילסט פרעגן?

יידל האט געשריבן:
הקטן, ס'איז קענטבאר אז דו ציטירסט די אלע וועם דו ציטירסט ארויס פון קאנטעקסט.

שמן למאור האט געשריבן:
דער ארכי-טראל הקטן הערט נישט אויף צו פישן און חרוב מאכן גאנץ קאווע שטיבל בכלל און דעם אשכול בפרט.

לעיקוואד האט געשריבן:
הקטן, עס וואלט געהאלפען ווען איר טראכט דורך וואס איר ווילט דא טענה'ן... איר טאנצט פון טענה צו טענה, אזוי קען מען נישט פירען קיין שמועס.

שבת אחים האט געשריבן:
ווייטער רעדסטו זאכן וואס איז לא הי׳ ולא נברא... כהאב נישט קיין כח צו רעדן מיט איינעם וואס האקט אין דער וועלט אריין.

רביה"ק זי"ע האט געשריבן:
אזוי קוקט מען אויס ווען מ׳טראללט ארום מכל הבא ליד אן אריינטראכטן וואס מ׳שרייבט... דער פישער (שמא קא גרים?)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן:די כופרים דא? מיינסט מסתם צו זאגן די מאמינים דא וואס שלאגן זיך בעד אינטעלידזשענט דיזיין, ווי כעין @זוכער, ועיין בתגובתו כאן וואו ער זאגט אז דאס איז א בּיינערי טשויס און איז משווה הרב קוק א ״כופר בתורת משה״ דערפאר, אפילו פאר׳ן בלויז האלטן פונעם סייענטיפישן חלק פון עוואלושאן און נישט די פילאזאפישע מאטעריאליזם וואס קען מיטקומען.
ס'דא וואס האלטן ס'איז א ביינערי טשויס למשל @זוכער אין ס'דא וואס נישט למשל @מיכי אברהם
ס'איז כדי צו באמערקען דאס אין מיכי עוועלאשען איז גאט נישט אפשענעל


דר. Douglas Axe עדרעסיט דאס two-views-of-evolution-and-why-they-dont-mix

דו האסט געברענגט פין איינער וואס האלט ס'איז נישט קיין ביינערע טוישס רעדט זיך אפ אויף Douglas Axe פארוואס ער לאזט איבער דעם אימפרעשען דאס ס'איז א ביינערי טוישס -
האב איך אויף דעם געשריבן דאס Douglas Axe פאזישען איז גארנישט אזוי אפגעפרעגט אפילה ביי די כופרים דא
וזה הכול!



-----
ביינערי טשויס = איינס אדער די אנדערע אדער עוועלאשן אדער גאט



אין אנדערע נייעס ווערט איבער געגעבן וועגן א Joint venture צווישען שמן למאור מיט מיאני
בלייבט נאר איבער צו ווינטשען...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:די כופרים דא? מיינסט מסתם צו זאגן די מאמינים דא וואס שלאגן זיך בעד אינטעלידזשענט דיזיין, ווי כעין @זוכער, ועיין בתגובתו כאן וואו ער זאגט אז דאס איז א בּיינערי טשויס און איז משווה הרב קוק א ״כופר בתורת משה״ דערפאר, אפילו פאר׳ן בלויז האלטן פונעם סייענטיפישן חלק פון עוואלושאן און נישט די פילאזאפישע מאטעריאליזם וואס קען מיטקומען.
ס'דא וואס האלטן ס'איז א ביינערי טשויס למשל @זוכער אין ס'דא וואס נישט למשל @מיכי אברהם
ס'איז כדי צו באמערקען דאס אין מיכי עוועלאשען איז גאט נישט אפשענעל


דר. Douglas Axe עדרעסיט דאס two-views-of-evolution-and-why-they-dont-mix

דו האסט געברענגט פין איינער וואס האלט ס'איז נישט קיין ביינערע טוישס רעדט זיך אפ אויף Douglas Axe פארוואס ער לאזט איבער דעם אימפרעשען דאס ס'איז א ביינערי טוישס -
האב איך אויף דעם געשריבן דאס Douglas Axe פאזישען איז גארנישט אזוי אפגעפרעגט אפילה ביי די כופרים דא
וזה הכול!


אין אנדערע נייעס ווערט איבער געגעבן וועגן א Joint venture צווישען שמן למאור מיט מיאני
בלייבט נאר איבער צו ווינטשען...
דער ערשטע זאך זע איך אז האסט דיך אביסל צעמישט. די עיקר חלק פון דיין תגובה וואס דו האסט געוואלט שרייבן האסטו געמאכט אין קליין, און די זייטיגע חלק וואס דו האסט נאר געשריבן אזוי אגב'דיג זיך אהערצושטעלן כאילו ביסט דא פאר סובסטאנץ און מיט דעם געוואלט בארעכטיגן דיין שטעכערייען צום סוף, דאס האסטו געמאכט קליין. האב איך עס פארראכטן דא ביים ציטירן.

יעצט צום נושא, ס'איז דא טאקע וואס זאגן אז ס'איז ביינערי טשויס, אבער ווי שוין געברענגט אויבן איז דאס נאריש ביז גאר. @זוכער מיט @מיכי ווייס מיר אונז וואס זיי האלטן, אבער האסט דאך נישט געזען וואס @יצחאקי האט געשריבן און אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אז ס'איז 'נישט' ביינערי טשויס.

דו כאפסט נישט אז אפילו די מאמינים דא האלטן אז ס'איז נישט קיין ביינערי טשויס, ווער רעדט פון נישט געשטויגענע כופרים וואס דרייען זיך דא? אקסי איז דאך שוין אפגערעגט מכול וכול, יעדער זעט אז ער רעדט נארישקייטן.


און יעצט צו דיין עיקר תגובה...
הקטן האט געשריבן: אין אנדערע נייעס ווערט איבער געגעבן וועגן א Joint venture צווישען שמן למאור מיט מיאני
בלייבט נאר איבער צו וואונטש(ע)ן...
קודם כל פאר אלעס, צווישן 'מי' מיט 'אני' קומט א ספעיס. ס'איז צוויי ווערטער, מי מיט אני!!!
כ'זע האסט געמאכט א דזשוינט ווענטשור פון מי מיטן אני, אבער די קלעימסט דאך אז ס'איז א דזשוינט ווענטושר פון מי אני מיט שמן למאור... :lol: :lol: :? :?

אבער בכלל, וואס די גן עדן רעדסטו וועגן?!?!?!? וואספארא דזשוינט ווענטשור??? איינער פארשטייט וואס דער רעדט דא אלץ צאם? איינער מיט די מינדעסטע השגה?
און אז מען רעדט שוין, איז די דזשוינט ווענטשור ביינערי טשויס צו נישט? :lol:

ועיין בחתימתי...

מערקט ווי כ'האב געשריבן גאר איינגעהאלטן, דאס קומט נאך א ספעציעלע בקשה פונעם מנהל שליט"א וועמען מיר זענען שטארק מחשיב און מיר נעמען ערנסט זיינע געבעטן.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט דער טעאלאג דר. קיִט פאַקס, אין זיין רעצענזיע פון דר. עקס'ס בוך...
Reading his words gives the impression that the options are binary — either accept evolution as an anti-god (scientistic) enterprise or re-introduce other explanations for the complexities that we see in biology. But that is far too simplistic. Most evolutionists are not hell-bent on an anti-God agenda (though some are!). It is a genetic fallacy to equate evolution with scientism
עס איז אינטרעסאנט וואו Douglas Axe
עדרעסירט דאס דירעקט
I wrote Undeniable primarily for people who wonder whether God is really there — either believers who sometimes doubt their belief or doubters who sometimes doubt their doubt. These people need to know that claims on the part of scientists to have made sense of reality apart from God are badly confused. And because Darwin’s theory is the centerpiece of those claims, I made refuting his theory the centerpiece of the book.

People who confidently affirm both Darwin’s theory and God’s existence were less of a priority for me then, in 2016, but my sense of the importance of addressing that group has grown in the years since (which accounts for my contribution to Theistic Evolution).
בכל אופן איז Douglas Axe נישט שילדיג געבליבן פאר פאַקס, זעה undeniably-true
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס דארף אויך באטאנט ווערן אז עס זענען דא צוויי סארט דיונים צי עוואלושאן שטימט מיט ג-ט. דאס ערשטע, און דאס איז די קאנטעקסט פון דאס צו וואס דר. עקס בעיקר באציהט זיך, איז צי דאס'ן זאגן אז עוואלושאן איז טאקע באמת ווי אזוי די בריאה איז צושטאנד געקומען נאר עס איז אויך געווען עקטיוולי גיידעד דורך ג-ט, איז קאָהערענט.

דאס אבער זאגט גארנישט לגבי דעם צי עס קען שטימען מיט די (וואס זעהט אויס מער דעאיסט) מהלך פון דאס אז ג-ט האט באשאפן דעם יקום און פון דארט און ווייטער גייט דאס אלעס עפ"י די נאטורליכע געזעצן וואס ער האט דאן אוועקגעשטעלט, וואס בתוכם איז דאך אויך עוואלושאן. און מיט זיין ידיעה מראשית לתכלית האט ער געוואוסט, און ווייסט, פונקטליך ווי אזוי אלעס וועט זיך אויסשטעלן. דאס ברענגט ארויף שאלות לגבי אויב, ווען, און וואו, דער טעאיסטישער ג-ט "מישט" זיך יא אריין אקטיוולי אינעם בריאה לשדדו, און דאס ברענגט אויך ארויף די שאלה פון נסים בכלל שהן חוץ לדרך הטבע. און דאס איז אויך א קאנטענשאן צווישן די ID/קריעישאניסטס און עוואלושאניסטס למיניהם (הן אטעאיסטן והן טעאיסטן): צי די בריאה, ווי אזוי אונז האבן זי, האט געקענט צושטאנד קומען בדרך הטבע לגמרי פון אינישאל קאנדישאנס וכו', צי נישט און עס האט זיך געפאדערט חוץ לדרך הטבע (ווי אזוי אונז פארשטייען אירע געזעצן). דאס ברענגט אויך ארויף שאלות לגבי די דעמארקעישאן בכלל און וואו איז די חילוק צווישן "טבע" ו"חוץ לדרך הטבע".

(אויף ביידע די מהלכים קענען טעאיסטן בעצם זאגן ענליך צו ווי אזוי טיפּיקעל חרדים האלטן לגבי, לדוגמא, השגחה. דאס אז, צב"ש, די קאר האט אים פונקט אויסגעמיטן איז אוודאי לגמרי לגמרי לפי חוקי הטבע, אבער עס איז דאך אוודאי דא אין דעם, לפי אמונתו, דעם אקטיוון (טעאיסטישן) "יד ה' בפועל" להצילו. דאס איז הגם ער איז פולקאם מודה אז עס איז כל כולו תחת חוקי הטבע, ו"הטבע" גימטריא "אלקים". וידוע הרמב"ן.)


און אוודאי זאגט דאס גארנישט צי דאס קען שטימען לפי די וואס האלטן אז די מושג פון "ג-ט" איז נישט קיין אנטראפּאמארפישע "אגענט" וואס "טוהט" און "מאכט" וכו' בכלל. וואס דאס איז בעצם ווי אזוי, לדוגמא, דער נרבוני און אבן כספי האבן אפגעלערענט דעם רמב"ם לגבי דעם אז ער האט באמת יא געהאלטן פון קדמות. וואס דאס באדייט דאך אויך דאס אז די מושג פון ג-ט "טוהט" נישט קיינע "אקטן", שכולל ג"כ "בריאה" וכל המסתעף. די וועלט איז תלוי בו אלס שפע פונעם "פּרינציפּ פון עקזיסטענץ ומציאות" (ועיין בהל' יסודי התורה פ"א ה"א). וכעין זה הוא לגבי נידון זו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט דער טעאלאג דר. קיִט פאַקס, אין זיין רעצענזיע פון דר. עקס'ס בוך...
Reading his words gives the impression that the options are binary — either accept evolution as an anti-god (scientistic) enterprise or re-introduce other explanations for the complexities that we see in biology. But that is far too simplistic. Most evolutionists are not hell-bent on an anti-God agenda (though some are!). It is a genetic fallacy to equate evolution with scientism
עס איז אינטרעסאנט וואו Douglas Axe
עדרעסירט דאס דירעקט
I wrote Undeniable primarily for people who wonder whether God is really there — either believers who sometimes doubt their belief or doubters who sometimes doubt their doubt. These people need to know that claims on the part of scientists to have made sense of reality apart from God are badly confused. And because Darwin’s theory is the centerpiece of those claims, I made refuting his theory the centerpiece of the book.

People who confidently affirm both Darwin’s theory and God’s existence were less of a priority for me then, in 2016, but my sense of the importance of addressing that group has grown in the years since (which accounts for my contribution to Theistic Evolution).
בכל אופן איז Douglas Axe נישט שילדיג געבליבן פאר פאַקס undeniably-true
אקסי אדרעסורט דאס אונגאנצן 'נישט'! ער טיט גארנישט מער דא ווי אפען מודה זיין עז ער איז געפערליך בייעסט קעגן דו נישט גלויביגע און ער מיז פשוט נוצן זיין מהלך פין נישט גלייבן אין עוועלוציע אן ID כדי צו פראוון גאט. דאס אלעס וואס ער טיט דא, ער ווייזט זיין נגיות פאר יעדעם און ער שמועסט אויס פון ווי זיין מהלך נעמט זיך דהיינו זיין קריסטליכע גלויבונג, דאס שטיפט איעם צי טרעפן כלמפרשטע קשיות מיט לעכער אין עוועליציע און דערנאך וועט ער עס קענען פארעכטן מוט גאט.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווען מען רעדט פין ביינער טשויס (איינס אדער די אנדערע) אדער ביידע קענען גיין צו זאמען קען מען רעדן פון צוויי באזינדער זאכן

א. עוועלאשאן מיט דיזיין -
כגון גיידעד עוועלאשען אדער שטעלן די חיקי הטבע אויפן פלאץ וואס דאס זאל ערמעגליכן דערנאך די עוועלאשען פראסעס.
אויף דעם זאגט מיכי אברהם אין לך דיזיין גדול מזה!!!


ב. עוועלאשען מיט גאט -
עוולאשען קען אלס אליין, און דארף בכלל נישט ציקימען צו קיין דיזיינער, נישט אויף צי גיידען, און אויך נישט אויף אהער שטעלן דעם עוועלאשען מאשין.
-- אבער דאך נעם איך אן דאס ס'איז דא א גאט. מכוח אנדערע פיליזאפישע וכד'
לדעתי לאזט דאס איבער עוועלאשען, אלס דער וועג פין וועלט באשאף, וואו א טערי וואס זוכט נאך א פראבלעם!!! אויב ס'איז ממלא דא א גאט.

-- איך האב נישט קיין שום סיבה צו זאגן ס'איז דא א גאט אבער קען זיי ס'איז דא
די קען זיין סאיז דא, אלס א פאזישען, מאכט אזויפיל סענס וואו האלטן פין די Flying Spaghetti Monster אדער ראסעלס טשייניק
און איז נעריש...

-- אל וואס איך זאג, ס'איז נישט קיין סתירה, איך ווייס נישט איין וועג אדער די אנדערע
איך טשיקען ארויס, איך נעם נישט קיין שטעלאנג - דאס איז א קאפאט ווייל ס'איז געשמאקער צו זיין א נער...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
להזהיר גדול על הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך להזהיר גדול על הקטן »

הקטן האט געשריבן:ווען מען רעדט פין ביינער טשויס (איינס אדער די אנדערע) אדער ביידע קענען גיין צו זאמען קען מען רעדן פון צוויי באזינדער זאכן

א. עוועלאשאן מיט דיזיין -
כגון גיידעד עוועלאשען אדער שטעלן די חיקי הטבע אויפן פלאץ וואס דאס זאל ערמעגליכן דערנאך די עוועלאשען פראסעס.
אויף דעם זאגט מיכי אברהם אין לך דיזיין גדול מזה!!!


ב. עוועלאשען מיט גאט -
עוולאשען קען אלס אליין, און דארף בכלל נישט ציקימען צו קיין דיזיינער, נישט אויף צי גיידען, און אויך נישט אויף אהער שטעלן דעם עוועלאשען מאשין.
-- אבער דאך נעם איך אן דאס ס'איז דא א גאט. מכוח אנדערע פיליזאפישע וכד'
לדעתי לאזט דאס איבער עוועלאשען, אלס דער וועג פין וועלט באשאף, וואו א טערי וואס זוכט נאך א פראבלעם!!! אויב ס'איז ממלא דא א גאט.

-- איך האב נישט קיין שום סיבה צו זאגן ס'איז דא א גאט אבער קען זיי ס'איז דא
די קען זיין סאיז דא, אלס א פאזישען, מאכט אזויפיל סענס וואו האלטן פין די Flying Spaghetti Monster אדער ראסעלס טשייניק
און איז נעריש...

-- אל וואס איך זאג, ס'איז נישט קיין סתירה, איך ווייס נישט איין וועג אדער די אנדערע
איך טשיקען ארויס, איך נעם נישט קיין שטעלאנג - דאס איז א קאפאט ווייל ס'איז געשמאקער צו זיין א נער...
לאמיר קלאר מאכן אפאר זאכן. עוועלוציע איז א פאקט, דאס אז בעלי חיים טוישן זיך און עוואלוון, דאס זעט מען בחוש מיט די אייגענע אויגן. די נידון איז צו ס'איז דא א קאמען ענסעסטער, צו ס'איז א פראצעדור וואס האט עוואלווד אלע באשעפענישן פון איין לעבעדיגע זיידע.

און אויף דעם צייגן אויך די עווידענס אז דאס איז וויירשיינליך וואס האט פאסירט.

יעצט דאס איז אלעס סייענטיפישע שאלות, מיט רעליגיע און גאט האט עס גארנישט איינגעשטויסן. מען קען אננעמען אז גאט איז געשטאנען הונטער די סצענעס און געפירט די עוועלוציע פראצודור, אזוי ווי גדאלי נעמט אן. אדער קען מען זאגן אז ס'איז אליין געשען אן קיין ספעציעלע רצון פון א גאט, אזוי ווי ריטשי נעמט אן.

די פראבלעמען וואס מען מוז זיך ספראווענען דערמיט אויב נעמט מען אן אז ס'איז דא א גאט מיט א תורה איז אז עס שטימט נישט אזוי גוט מיט פרשת בראשית, מילד גערעדט. אויף דעם קען מען דאך דרייען און אריינטייטשן ושארי תירוצים לא ננעלו.

נאך א פאקטאר איז, אז די בעסטע ראיה אז ס'איז דא א גאט אין די ערשטע פלאץ איז דאך די וואטשמעיקער ארגומענט. דאס פלעגט מען אלס ניצן, און עד היום איז דאס נאכאלת די שטערקסטע טאלקינג פוינט וואס די אפאלאגעטער ניצן. אויב אבער קען מען עס מסביר זיין מיט אלטארנאטיווער מהלכים, אז ס'איז א בלינדע זייגערמאכער, דאן פאלט אוועק די גאנצע ראיה. וואס די אפאלאגעטער וועלן טון איז וואס זיי האבן אלעמאל געטון. און דאס איז זיך ארויפכאפן און רייטן אויף די god of the gaps און שרייען אז אפאר זאכן פארשטייט מען נאכנישט, א שטייגער ווי אקסי וואס האט געטראפן עפעס וואס צו פארפירן אויף. די פארבלעם דערמיט איז אז די סארט ראיות ווערן אלס קלענער און קלענער מיט די פארשריט פון סייענס וואס פארענטפערט אסאך זאכן, און אפילו ביז דאן איז דאך נישט מסתבר צו בויען אויף עפעס וואס מען ווייסט 'נאכנישט' און שרייען גאט, ועוד, אפילו מען 'ווייסט' טאקע נאכנישט פינקטליך אלעס, אבער טעאריעס און מהלכים איז יא דא אויף כמעט אלעס.

ס'איז מיר א ריזיגע חידוש אז דו שרייבסט צום סוף אז גלייבן אין גאט איז עקוויוועלענט צו גלייבן אינעם ספיגעטי מאנסטער. האב איך גוט געזען??? דו שרייבסט אז גלייבן אין גאט איז נאריש??? אם בארזים נפלה שלהבת...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך האב געמאכט אפאר קליינע טוישינגען כדי מי אני זאל זיך נישט טועה זיין\פארדרייען וואס איך האלט
הקטן האט געשריבן:ווען מען רעדט פין ביינער טשויס (איינס אדער די אנדערע) אדער ביידע קענען גיין צו זאמען קען מען רעדן פון צוויי באזינדער זאכן

א. עוועלאשאן מיט דיזיין -
כגון גיידעד עוועלאשען אדער שטעלן די חיקי הטבע אויפן פלאץ וואס דאס זאל ערמעגליכן דערנאך די עוועלאשען פראסעס.
אויף דעם זאגט מיכי אברהם אין לך דיזיין גדול מזה!!!



ב. עוועלאשען מיט גאט - (דאס איז אויך ציטיילט אין 3)
עוולאשען קען אלס אליין, און דארף בכלל נישט ציקימען צו קיין דיזיינער, נישט אויף צי גיידען, און אויך נישט אויף אהער שטעלן דעם עוועלאשען מאשין.
און דאס איז טאקע געווען די וועג וואו אזוי די וועלט וואס מיר קענען איז באשאפען געווארן יש מאין

--ב.א אבער דאך נעם איך אן דאס ס'איז דא א גאט. מכוח אנדערע פיליזאפישע סיבות וכד'
לדעתי לאזט דאס איבער עוועלאשען, אלס דער וועג פין וועלט באשאף, וואו א טערי וואס זוכט נאך א פראבלעם!!! אויב ס'איז ממלא דא א גאט.

--ב.ב איך האב נישט קיין שום סיבה צו זאגן ס'איז דא א גאט אבער קען זיי ס'איז דא
די קען זיין סאיז דא, אלס א פאזישען, מאכט אזויפיל סענס וואו האלטן פין די Flying Spaghetti Monster אדער ראסעלס טשייניק
און איז נעריש...

--ב.ג אל וואס איך זאג, ס'איז נישט קיין סתירה, איך ווייס נישט איין וועג אדער די אנדערע
איך טשיקען ארויס, איך נעם נישט קיין שטעלאנג - דאס איז א קאפאט ווייל ס'איז געשמאקער צו זיין א נער...

-----------
נאך א פאקטאר איז, אז די בעסטע ראיה אז ס'איז דא א גאט אין די ערשטע פלאץ איז דאך די וואטשמעיקער ארגומענט. דאס פלעגט מען אלס ניצן, און עד היום איז דאס נאכאלת די שטערקסטע טאלקינג פוינט וואס די אפאלאגעטער ניצן. אויב אבער קען מען עס מסביר זיין מיט אלטארנאטיווער מהלכים, אז ס'איז א בלינדע זייגערמאכער, דאן פאלט אוועק די גאנצע ראיה. וואס די אפאלאגעטער וועלן טון איז וואס זיי האבן אלעמאל געטון. און דאס איז זיך ארויפכאפן און רייטן אויף די god of the gaps און שרייען אז אפאר זאכן פארשטייט מען נאכנישט,
Molecular biologist Douglas D. Axe, Ph. D. איז געווארן איבער צייגט טאקע אדאנק סייענס. זיינע סטאדיס האט אים אן געפילט די gaps מיט וואס ער איז געווארן געפיטערט די אלע יארן און דאס וואס ער שרייבט
“Darwin’s idea that life wanders from one variation to the next, never committing, always yielding to the blind force of natural selection…” is plainly incompatible with the facts of the exquisitely designed and optimized life forms we find all around us.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט