וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
דערוועקט האט געשריבן: לדברך, אפשר קענטסו מסביר זיין פארוואס זאל א קאמפאני גיין נעמען די שטרענגע וואלאווע אנשטאט התאחדות? ער זוכט דען דווקא די קאפ-וויי פון גרעסערע חומרות? פארוואס נישט גיין די גרינגערע וועג מיט התאחדות וואס שטעלט פונקט אזוי צופרידן דעם קאסטומער
זייער ווייניג האבן טאקע היינט וואלאווע
טאקע רוב נעמען טאקע התאחדות וועגן דעם, ווייל זיי שטייען נישט אויפ'ן קאפ און לאזן צו אן הפקרות איבעראל, ביי התאחדות איז די עיקר אז די טשעק ווערט באצאלט אין צייט.
שטערן'ס בעקערי האט טאקע געטוישט פון וואלאווע צו התאחדות פאר די סיבה.

מהר''א האט שוין עטליכע מאל געוואלט ארויסקומען אפן קעגן התאחדות הכשר אבער האט זיך אפגעהאלטן צוליב פארשידענע סיבות. אבער דאס איז זיכער אז די השגחה איז געווען קאראפטירט ביז'ן גרונט.

התאחדות האט געכאפט א טיפע שאקל ווען באבוב האט עטליכע יאר צוריק געמאלדן אז זיי באטראכטן שוין נישט התאחדות אלס גוטע הכשר. און זיי האבן זיך דאן גענומען אין די הענט אריין. די לעצטע צייט האט ליפא קליין היבש געארבעט אויפצוארבעטן די השגחה, אבער זיי האבן זיך ווארשיינליך פארהרגעט מיט די יעצטיגע שמוץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צומישט און צוחישט האט געשריבן:
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:מערכה אהער מערכה אהין. יעדער ווייסט אז וואלאווא איז בעצם סאך א בעסערע הכשר ווי סאכדעס.
בעסער מיט וואס?
וויאזוי "ווייסט" מען דאס?
דער הייליגער וואלאווער איז א מענטש וואס וועט נישט אוועקקוקן פון זיינע קאפריזן באהאק און באקראק, ער גייט קאפ אין וואנט מיט די סטאנדארטן וואס ער פארלאנגט,
כ'ווייס פון א פאל וואס איינער האט געדארפט נעמען זיין הכשר, און מ'האט אפגעשמועסט א צייט פאר א מיטונג און יענער איז אנגעקומען 5 מינוט שפעט, האט אים די וואלאווער געזאגט, זיי געזונט כ'זעה מ'קען נישט מיט דיר האנדלען א זמן איז נישט קיין זמן וכו' ונפרדו לשלום..
דאס מיינט אז דער וואלאווער איז א שטרענגער בעל מכשיר, אדער א משיגענער מיט וועם מקען נישט דיעלן?
חיים שמייסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 24, 2020 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

שליחה דורך חיים שמייסער »

I have CRC at my establishment, they are very on top of everything, their Mashgiach comes in at least 2-3 times per week & at different times and makes sure everything is good.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

חיים שמייסער האט געשריבן:I have CRC at my establishment, they are very on top of everything, their Mashgiach comes in at least 2-3 times per week & at different times and makes sure everything is good.
די אלע וואס האבן דא געזאגט אנדערש, האבן אויך נאר גערעדט פון פירמעס וואס פיגורירן נישט אונטער היימישע אויפזיכט, אדער געפונען זיך נישט אין היימישע געגנטער,
אדרבה קומט אריין מיט מער פרטים צו איר רעדט פון א היימישע פלאץ.
חיים שמייסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 24, 2020 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

שליחה דורך חיים שמייסער »

און צו די וואס זאגן אז סאכדעס מיינט נאר געלט און איז מאני מיינדעט מער ווי אנדערע השגחות,

Get your facts straight

איך ווייס וויפיל איך צאל איין, און איך ווייס וויפיל אנדערע אין מיין ליין באצאלן פאר אנדערע השגחות. התאחדות איז אסאך ביליגער ווי רוב אנדערע היימישע הכשרים.

Sent from my iPhone using Tapatalk Pro
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

חיים שמייסער האט געשריבן:און צו די וואס זאגן אז סאכדעס מיינט נאר געלט און איז מאני מיינדעט מער ווי אנדערע השגחות,

Get your facts straight

איך ווייס וויפיל איך צאל איין, און איך ווייס וויפיל אנדערע אין מיין ליין באצאלן פאר אנדערע השגחות. התאחדות איז אסאך ביליגער ווי רוב אנדערע היימישע הכשרים.

Sent from my iPhone using Tapatalk Pro
קיינער זאגט נישט אז התאחדות דארף מער געלט ווי א צווייטן די פראבלעם איז אז התאחדות מיינט 'נאר' זייער געלט. ס'איז א שיף אן א רודער אין בעסטן פאל און קאראפטירט אין ערגסטן פאל.

איך קען נישט אפפרעגן דיינע פאקטן ווייל איך ווייס נישט ווער דו ביזט, קען זיין די רעדסט פון די לעצטע שטיק צייט ווען זיי האבן פרובירט איבערצוארבעטן די גאנצע סיסטעם, אבער איך ווייס אויף זיכער פון ערשטע מקורות אז התאחדות איז אויף גאר א שוואכע סטאנדארט (עכ''פ ביז לעצטנס, יעצט אפשר אביסל בעסער)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חב''ד הויזן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חיים שמייסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 24, 2020 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

שליחה דורך חיים שמייסער »

איך רעד פון די לעצטע 6-7 יאר.
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

שליחה דורך שלג זהב »

זיין די ביליגסטע הכשר מיינט נישט אז מ'איז נישטא פאר געלט, זיי ווילן פשוט אנקומען צו א פלאץ ווי ou, אז יעדער זאל זיי האבן.
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

גא"מ לר' חיים שמייסער. איך קען פון די נאנט א משגיח פון התאחדות, אן ערליכע ערנסטע אינגערמאן וואס פארשטייט גוט אן עסק, און איז זייער on top of things. ליפא קליין, צו ער מיינט יא לש"ש צו נישט, האט גענומען די זאך אין די הענט אריין און כמעט ווי מ'זאגט געבויט א נייע הכשר. איין נקודה למשל איז בנוגע אויפנעמען משגיחים, וואס אז איר וועט זיך נאכפרעגן, איז עס ממש hand picked, זיי טוהן אסאך אינפארמאציע אויף דער מענטש, און ס'העלפט נישט קיין פראטעקציע.
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
חיים שמייסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 24, 2020 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס

שליחה דורך חיים שמייסער »

שלג זהב האט געשריבן:זיין די ביליגסטע הכשר מיינט נישט אז מ'איז נישטא פאר געלט, זיי ווילן פשוט אנקומען צו א פלאץ ווי ou, אז יעדער זאל זיי האבן.
שוין האסט מיר געכאפט ביים ווארט.

כ׳מיין צו זאגן אז התאחדות איז א ביזנעס פונקט ווי אלע אנדערע הכשרים. מיט די זעלבע פראבלעמען אדער נישט-פראבלעמען ווי אלע אנדערע הכשרים.

סתם באשמיצן מיט אלטע אויסגעדראשענע טאלקינג פוינטס אז זיי מיינען נאר געלט און זענען קאראפטירט וכו׳ איז נאנ-סענס.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

צו ערשט האט מיר אויך געכאפט אן עקל ווען איך האב געזעהן די צעטל פון ועד הכשרות מרז"ל. ווי אנדערע האבן גע'טענה'ט דא, אז טאמער איז עס א געלט סכסוך זאל מען נישט דרייען א קאפ כאילו ס'איז עפעס א הלכה'דיגע פראבלעם. אין אונזער פאל וואלט געדארפט ארויסקומען א צעטל פון די מוסדות אז היות וואלאווע מאכט אונז שאדן וועלן מיר נישט לאזן שטיצן זיין הכשר. (איי, נקמה? פיין, עמיר עס לייגן אויף א זייט פאר יעצט). אבער למען השם, ווי קומט דא אריין א די וועד הכשרות, כאילו דא איז דא עפעס א חשש אין כשרות?!

שפעטער האב איך אבער געקלערט אז באמת, וואס איז די גאנצע וועד הכשרות פון מרז"ל? ס'דאך בעיקר געמאכט נאכצוגיין הכשרים און באשטעטיגן וואספארא פראדוקטן און הכשרים מ'קען ניצן אין זייערע מוסדות. זייער פארשטענדליך. יעצט, דארפן זיי עפעס נאכגיין יעדע הכשר וואס איז פארהאן צו מברר זיין טאמער ס'קומט נאך זייערע סטאנדארטן? ס'זענען דא צענדליגע היימישע הכשרים וואס זיי האבן נישט נאכגעקוקט אין די פארגאנגענהייט: נירבאטיר, ווייסמאנדל, עקשטיין, רב לאנדוי, סקווירא, טארטיקאוו, מנחת חינוך, טארניפאל ועוד ועוד. און טאמער קוקט מען נישט נאך מיינט נישט אז מ'נעמט א שטעלונג בנוגע די פארלעסליכקייט פונעם הכשר. בסה"כ לאזט מען עס נישט ניצן ווייל מ'האט נישט מברר געווען.

ביז יעצט האבן זיי געארבעט צוזאמען מיטן וואלאווע הכשר און מ'האט כסדר מיטגעהאלטן וואס דארט גייט פאר, און וויבאלד זיי זענען געווען צופרידן פון די הכשר האבן זיי עס געלאזט ניצן. אבער פון יעצט אין ווייטער ווילן זיי מער נישט מאכן די אויסנאם און געבן די אקעי אויף וואלאווע. קען זיין ס'איז ווייטער א גוטע הכשר אבער טאמער ארבעט מען נישט צוזאמען קען מען עס נישט מאשר זיין. און דאס איז וואס שטייט אויפ'ן צעטל.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שמעון וואלף האט געשריבן:צו ערשט האט מיר אויך געכאפט אן עקל ווען איך האב געזעהן די צעטל פון ועד הכשרות מרז"ל. ווי אנדערע האבן גע'טענה'ט דא, אז טאמער איז עס א געלט סכסוך זאל מען נישט דרייען א קאפ כאילו ס'איז עפעס א הלכה'דיגע פראבלעם. אין אונזער פאל וואלט געדארפט ארויסקומען א צעטל פון די מוסדות אז היות וואלאווע מאכט אונז שאדן וועלן מיר נישט לאזן שטיצן זיין הכשר. (איי, נקמה? פיין, עמיר עס לייגן אויף א זייט פאר יעצט). אבער למען השם, ווי קומט דא אריין א די וועד הכשרות, כאילו דא איז דא עפעס א חשש אין כשרות?!

שפעטער האב איך אבער געקלערט אז באמת, וואס איז די גאנצע וועד הכשרות פון מרז"ל? ס'דאך בעיקר געמאכט נאכצוגיין הכשרים און באשטעטיגן וואספארא פראדוקטן און הכשרים מ'קען ניצן אין זייערע מוסדות. זייער פארשטענדליך. יעצט, דארפן זיי עפעס נאכגיין יעדע הכשר וואס איז פארהאן צו מברר זיין טאמער ס'קומט נאך זייערע סטאנדארטן? ס'זענען דא צענדליגע היימישע הכשרים וואס זיי האבן נישט נאכגעקוקט אין די פארגאנגענהייט: נירבאטיר, ווייסמאנדל, עקשטיין, רב לאנדוי, סקווירא, טארטיקאוו, מנחת חינוך, טארניפאל ועוד ועוד. און טאמער קוקט מען נישט נאך מיינט נישט אז מ'נעמט א שטעלונג בנוגע די פארלעסליכקייט פונעם הכשר. בסה"כ לאזט מען עס נישט ניצן ווייל מ'האט נישט מברר געווען.

ביז יעצט האבן זיי געארבעט צוזאמען מיטן וואלאווע הכשר און מ'האט כסדר מיטגעהאלטן וואס דארט גייט פאר, און וויבאלד זיי זענען געווען צופרידן פון די הכשר האבן זיי עס געלאזט ניצן. אבער פון יעצט אין ווייטער ווילן זיי מער נישט מאכן די אויסנאם און געבן די אקעי אויף וואלאווע. קען זיין ס'איז ווייטער א גוטע הכשר אבער טאמער ארבעט מען נישט צוזאמען קען מען עס נישט מאשר זיין. און דאס איז וואס שטייט אויפ'ן צעטל.
איך האב געהערט פון קראנטע מקורות אז די צעטל איז נישט געשיקט געווארן צו די קיטשענס דורך די זאלוינישע וועד הכשרות.
לויט ווי ס'קוקט אויס האט א צוהיצטע מהרז"ל חסיד געטוהן דעם שריט אויף די אייגענע הענט.
(מ'קען עס מברר זייו דורכ'ן אנפרעגן ביי די וואס האבן באקומען די בריוו פון וועלכע אימעיל אדרעסס ס'געקומען.(נישט אז דעיס איז מיין ראי' איך האב עס געהערט ממקור מוסמך, נאר ווער ס'וויל וויסן אמיתת דברי קען זיך נאכפרעגן)

איך האב א ריקארדינג וויאזוי איינער רופט אריין די זאלוינישע וועד הכשרות און יענער איז מודה אז מ'האט עס יא ארומגעשיקט פאר די קיטשענס.

איך וועל עס פרובירן ארויפצולייגן דא.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

איציקל האט געשריבן:גא"מ לר' חיים שמייסער. איך קען פון די נאנט א משגיח פון התאחדות, אן ערליכע ערנסטע אינגערמאן וואס פארשטייט גוט אן עסק, און איז זייער on top of things. ליפא קליין, צו ער מיינט יא לש"ש צו נישט, האט גענומען די זאך אין די הענט אריין און כמעט ווי מ'זאגט געבויט א נייע הכשר. איין נקודה למשל איז בנוגע אויפנעמען משגיחים, וואס אז איר וועט זיך נאכפרעגן, איז עס ממש hand picked, זיי טוהן אסאך אינפארמאציע אויף דער מענטש, און ס'העלפט נישט קיין פראטעקציע.
רבי לעבן, קוק וואס איך האב געשריבן, וועט דיר נישט זיין קיין שום קשיא, איך האב געשריבן אויבן
אינטערסאנטער האט געשריבן: התאחדות הכשר איז קוים ווערד לצור על פי צלוחותו, צו פלעצער וואס איז נישט אין די היימישע געגנטער קומען זיי כמעט נישט אראפ, זיי פארלאזן זיך אויף די בעל הבית, זיי זענען דא פאר די געלט, צו דעם פארשטייען זיי זייער גוט.
אין הכי נמי, "אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, דארט האבן זיי אנגעפאנגען אראפצוקומען זייט ליפא קליין איז אריינגעקומען, טאקע ווייל עס איז געווען אזא שטינק אויף התאחדות האבן זיי געמאכט די טויש אז אין אונזערע געגנטער ווי מען קוקט זיי נאך, דרייען זיך משגיחים.

אין סיי וועלכע אנדערע ווייטערע געגנטער זענען זייערע משגיחים נישט דא צום האבן. עס איז אן הפקירות שאין כדוגמתו, עס איז נישט סתם אלטע טאלקינג פוינטס, עס איז ליידער א פאקט וואס מען קען דאס געוואר ווערן ביי קאמפעניס וואס אפערירן אין ווייטערע שטעט, ווי אלע שוחטים, ארבעטערס, וכדומה, ווייסן צו פארציילן א שטאק מיט מעשיות איבער די הפקירות פון סאכדעס. (און טאמער פארציילט מען וואס עס גייט פאר, איז מען אטאמאטיש אויף פענסיע).

ליפא קליין איז אביסל בעסער ווי איצא גליק, אבער די ביוראקטיע דארט איז שוין אן איינגעגעסענע, און די מהלך איז אז ווילאנג די קאמפעני סיסטעם פארט און מען רעדט פון "היימישע" בעלי בתים, שיקט מען כמעט נישט קיין משגיחים, מען לאזט די זאך לויפן.

נישט אומזינסט האט וועד הכשרות קרית יואל עטליכע יאר צוריק געוואלט ארויסקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג אז מען סטאפט צו נעמען סאכדעס פרודאקטן, טאקע וויבאלד זיי האבן איינגעזעהן וואס פאר א ריזיגע קוראפשען און הפקירות עס טוט זיך דארט, ביז ר' הלל וויינבערגער האט זיך געבעטן בתחנונים אז מען זאל דאס נישט טוהן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויפנעמען נייע משגיחים און מען גייט זיך פארבעסערן. זייט דעמאלס האט מען אנגעפאנגען צו שיקן אביסל משגיחים "בלויז אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, ער האט שפעטער אויך לעצטנס צוגעלייגט ר' ישי ליבערמאן.

און פארוואס האט ער דאס געטוהן? נאר נאכדעם וואס ער האט געציטערט אז מען גייט ארויסקומען קעגן אים, דאס הייסט א הכשר? אויף אזעלכע מענטשן דארף מען זיך פארלאזן? און אפילו יעצט איז דאס נאך אלס א שיף אן א רודער, קענסט מאכן א קאמפעני אין פענסילוועניע און טוהן דארט וואס די ווילסט, ווילאנג די שיקסט די טשעק צו התאחדות גייען זיי ניטאמאל אראפקומען צו דיר, זיי זענען איין שטיק קוראפשען.
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

קענסט אפשר מער מגדיר זיין וואס מיינט 'היימישע' געגענטער? איך רעד פון א משגיח וואס גייט צו היימישע קאמפאניס וואס זענען לאו דוקא אין שטאט ווי מענטשן קענען נאכקוקן.
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

איציקל האט געשריבן:קענסט אפשר מער מגדיר זיין וואס מיינט 'היימישע' געגענטער? איך רעד פון א משגיח וואס גייט צו היימישע קאמפאניס וואס זענען לאו דוקא אין שטאט ווי מענטשן קענען נאכקוקן.
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט און וואס נישט, אבער וואס התאחדות איז קענסטו זיכער נישט, די הפקירות איז גלוי לעין כל פאר ווער עס טרעפט נאר א סוחר, משגיח כשרות, אדער סתם אן ארבעטער וואס איז גרייט צו רעדן, זיי זאגן אלע די זעלבע זאך. ווילסט מיר זאגן אז דו האסט געטראפן ערגעץ וואו וואס זיי קומען יא אראפ, איך הער. דאס פארענטפערט נאך נישט די הפקירות וואס גייט אן אין רוב פלעצער.

דו רעדסט פון איין קאמפעני, איך ווייס נישט פון וועלכע, אבער אין זשענעראל איז עס ליידער נישט קיין סוד אז התאחדות איז איין שטיק גארבעזש פון א הכשר, מאך אביסל ריסורטש - חוץ די איין קאמפעני פון וואס דו רעדסט - וועסטו דאס געוואר ווערן זייער גרינג.
אבטח ולא אפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

שליחה דורך אבטח ולא אפחד »

אויב דארף מען א השגחה פארשטיי איך נישט וויאזוי מקען זיך פארלאזן אויף א השגחה פון בלויז א נאמען וואס איך האנישט קיין השגה ווער דאס איז
וואלאווע - קענסט איהם? דו ווייסט וואס זיין לעוועל פון ידיעות התורה, דקדוק, קולות חומרות, פראקטיק, נגיעות, תאוות ממון, נאאיווקייט?
התאחדות - קענסט איהם? דו ווייסט וואס זיין לעוועל פון ידיעות התורה, דקדוק, קולות חומרות, פראקטיק, נגיעות, תאוות ממון, נאאיווקייט?
קען מען בויען הכשרים בלויז אוף מקווה נייעסן?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פארוואס טאקע מאכסטו אליינס נישט קיין ריסורטש אויף די בעלי מכשירים?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אבטח ולא אפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

שליחה דורך אבטח ולא אפחד »

דהיינו, ביטע זאג מיר וואס איך זאל טוהן.
פארהערן ר' הילל וויינבערגער? דעם וואלאווער?
פרעגן ווער די משגיחים זענען, און זיי אריבעררופן צו מיר אהיים און אויספרעגן צו זייערע 'שטובער' גייען מיט ביי-האר?
חיים יעקב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 10:42 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך חיים יעקב »

עפעס איז געווען א שערוריא 2/3 יאר צוריק איבער לאקשען פון התאחדות געבאקן שביעי של פסח,
עס איז קלאר געשטאנען די פראדאקשען דעיט עפעס אזוי
די פראבלעמען זענען חמץ בפסח, געארבעט יו''ט פאר א איד, בישול עכו''ם ועוד
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מקור פונעם צעטיל איז נישט קלאר האב איך עס פארמעקט פאר דערווייל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אבטח ולא אפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

שליחה דורך אבטח ולא אפחד »

וויאזוי שטייט אין רש"י דער וואך?
ווואלאווע רב שפיקח היה מה ראה לשטות זו?
ווען אין וואלאווע ישיבה לאזט מען נישט אריין מיט התאחדות הכשר און סאטמאר פלייש פארשטיי איך, אבער דערווייל האט די וואלאווע ישיבה נאכנישט ג'אסרט...
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

אבטח ולא אפחד האט געשריבן:וויאזוי שטייט אין רש"י דער וואך?
ווואלאווע רב שפיקח היה מה ראה לשטות זו?
ווען אין וואלאווע ישיבה לאזט מען נישט אריין מיט התאחדות הכשר און סאטמאר פלייש פארשטיי איך, אבער דערווייל האט די וואלאווע ישיבה נאכנישט ג'אסרט...
וואלאווע רב'ס בעק-אפ פלאן איז אז די ארונים וועלן איהם שטיצען אנשטאט...
פארשפארט