איציקל האט געשריבן:גא"מ לר' חיים שמייסער. איך קען פון די נאנט א משגיח פון התאחדות, אן ערליכע ערנסטע אינגערמאן וואס פארשטייט גוט אן עסק, און איז זייער on top of things. ליפא קליין, צו ער מיינט יא לש"ש צו נישט, האט גענומען די זאך אין די הענט אריין און כמעט ווי מ'זאגט געבויט א נייע הכשר. איין נקודה למשל איז בנוגע אויפנעמען משגיחים, וואס אז איר וועט זיך נאכפרעגן, איז עס ממש hand picked, זיי טוהן אסאך אינפארמאציע אויף דער מענטש, און ס'העלפט נישט קיין פראטעקציע.
רבי לעבן, קוק וואס איך האב געשריבן, וועט דיר נישט זיין קיין שום קשיא, איך האב געשריבן אויבן
אינטערסאנטער האט געשריבן:
התאחדות הכשר איז קוים ווערד לצור על פי צלוחותו, צו פלעצער וואס איז נישט אין די היימישע געגנטער קומען זיי כמעט נישט אראפ, זיי פארלאזן זיך אויף די בעל הבית, זיי זענען דא פאר די געלט, צו דעם פארשטייען זיי זייער גוט.
אין הכי נמי, "אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, דארט האבן זיי אנגעפאנגען אראפצוקומען זייט ליפא קליין איז אריינגעקומען, טאקע ווייל עס איז געווען אזא שטינק אויף התאחדות האבן זיי געמאכט די טויש אז אין אונזערע געגנטער ווי מען קוקט זיי נאך, דרייען זיך משגיחים.
אין סיי וועלכע אנדערע ווייטערע געגנטער זענען זייערע משגיחים נישט דא צום האבן. עס איז אן הפקירות שאין כדוגמתו, עס איז נישט סתם אלטע טאלקינג פוינטס, עס איז ליידער א פאקט וואס מען קען דאס געוואר ווערן ביי קאמפעניס וואס אפערירן אין ווייטערע שטעט, ווי אלע שוחטים, ארבעטערס, וכדומה, ווייסן צו פארציילן א שטאק מיט מעשיות איבער די הפקירות פון סאכדעס. (און טאמער פארציילט מען וואס עס גייט פאר, איז מען אטאמאטיש אויף פענסיע).
ליפא קליין איז אביסל בעסער ווי איצא גליק, אבער די ביוראקטיע דארט איז שוין אן איינגעגעסענע, און די מהלך איז אז ווילאנג די קאמפעני סיסטעם פארט און מען רעדט פון "היימישע" בעלי בתים, שיקט מען כמעט נישט קיין משגיחים, מען לאזט די זאך לויפן.
נישט אומזינסט האט וועד הכשרות קרית יואל עטליכע יאר צוריק געוואלט ארויסקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג אז מען סטאפט צו נעמען סאכדעס פרודאקטן, טאקע וויבאלד זיי האבן איינגעזעהן וואס פאר א ריזיגע קוראפשען און הפקירות עס טוט זיך דארט, ביז ר' הלל וויינבערגער האט זיך געבעטן בתחנונים אז מען זאל דאס נישט טוהן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויפנעמען נייע משגיחים און מען גייט זיך פארבעסערן. זייט דעמאלס האט מען אנגעפאנגען צו שיקן אביסל משגיחים "בלויז אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, ער האט שפעטער אויך לעצטנס צוגעלייגט ר' ישי ליבערמאן.
און פארוואס האט ער דאס געטוהן? נאר נאכדעם וואס ער האט געציטערט אז מען גייט ארויסקומען קעגן אים, דאס הייסט א הכשר? אויף אזעלכע מענטשן דארף מען זיך פארלאזן? און אפילו יעצט איז דאס נאך אלס א שיף אן א רודער, קענסט מאכן א קאמפעני אין פענסילוועניע און טוהן דארט וואס די ווילסט, ווילאנג די שיקסט די טשעק צו התאחדות גייען זיי ניטאמאל אראפקומען צו דיר, זיי זענען איין שטיק קוראפשען.