שעפעלע דיין מאמע עקזיסטירט ווייטער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

שעפעלע דיין מאמע עקזיסטירט ווייטער

שליחה דורך נולד מאוחר »

היינט קומט אן מיין קא-ווארקער א גוי צישאסען, ער ווייסט זיך נישט ווי אהין ציטאן. ער פארציילט מיר זיין ווייב איז געשטארבען און ער איז געבליבען מיט צוויי יתומים'לך א פינעף יעריג און א ניין יעריג.
די קונדער זענען ציבארכן און וויינען מאמי מאמי! זיי מיסן איר זייער שטארק. ער קען זיי נישט טרייסטן און ווייסט נישט וואס זיי ציזאגן. זיי וויינען פרעגען ווי איז מאמי?
זאגט איך עם ווען די זאלסט ווען גלייבען און השארת נשמה וואלט דיין מצב געווען היפש לייכטער. די וואלסט זיי געקענט זאגן מאמי עקזיסט, זי איז און א גוט פלאץ, זי קען וואטשען אויף אונדז פון אויבען וכ' וכ'.
זאגט ער מיר, כ'פארשטיי נישט וואס זאל איך זיי זאגן, און ווי אזוי גייט זיי דאס העלפן? זיי ווייסען און זעען זייער מאמיס טויטע גוף (זי איז אין א ארון אויף געדעקט(אנגעטאן קליידער) מ'קען איר געהעריג זען, זיי יאגן זיך נישט ציבאגראבן) אלאמאי איך זאל זאגן אז איר ספיריט איר נשמה גייט אן ווייטער אבער איר גוף גייט זיך ענדיגען. טנעה'ט ער, זיי קענען זייער מאמע אלץ איר גוף איר שמייכעל, קישן,ווארמקייט, געשטעל,אויסזען. דאס איז וואס זיי מיסען, אין דאס איז פארטיק.
סוועט זיי גארנישט העלפן אז א חלק פון איר וואס זיי האבן קיינמאל נישט געקענעט און געהאט א שייכות עקזסטירט ווייטער.
בין איך עם מסביר זיי מיסען איר אויסזען איר געשטאלט? נא דאס איז דאך נאך דא קענסט איר האלטן לעולם ביי דיר און דיינונגרום אין א גלאזענעם קעסטעל. אלא מאי זיי מיסען איר נשמה איר ספיריט, דאס קענען זיי נישט אראפ שלינגען אז סאיז פארטיג, ס'נאמאר דא, ס'האט זיך ג'ענדיגט. אוון אויף דעם איז השארת נשמה א שטראקער טרייסט.

די טנעה איז געגאנגען אהין און ציריק,מיר זענען נישט ארויס קלאר.( מיין בלבאס איז אריינגעקומען אינמיטן און זיך גערעגט אז איך רעדט זאלכע האקלע זאכן מיט'ן גוי)
וואס האלט דער עולם איז השארת נשמה א טרייסט וואס פארגריגערט די צער אדער נישט.
ווער איז גערעכט ער אדער איך?

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר