פרנסה אין גמרא מיינט אנדערע זאכןצומישט און צוחישט האט געשריבן:באקאנט פון הרה"ק מצאנז זי"ע אז ווען מ'בעט פאר פרנסה איז אלעס נכלל אין דעם וואס א מענטש דארף ער זאל האבן הרחבת הדעת, ס'מיינט לאוו דווקא געלט, אין מס' כתובות איז אויך דא די סוגיא פון געבן פרנסה ביים חתונה מאכן א טאכטער, און ס'אויך נישט דווקא געלט, וה"ה כאן לענינינו,פלייש האט געשריבן:לצורך פרנסה... פרנסת רגש ההנאה...
אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 5:58 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
ווי אזוי איז עס געווארן אן הלכה ?צקון לחש האט געשריבן:כפי הנראה איין מאל ס'איז געווארן אן הלכה איז עס נישט עדיף פון צענדליגע אנדערע הלכות וואס מען שעצט שטארק אין הארץ אבער ביז למעשה...חתם סופר האט געשריבן: שיינע היתר, אבער נישט דאס האט הרב וואזנער גע'פסקענט.
אלו שנתברר שמוכרחים להשתמש בחלק מהאינטערנעט לצורך פרנסתם, איסור גמור ותנאי בל יעבור שישתמשו רק באינטערנעט חסום כזה שמרחק כל האפשרות שנכשלו בהם עד היום ורק לשימוש ההכרחי בלבד.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
איז וואס יא ?אבטח ולא אפחד האט געשריבן:דא האט איר זייערע תקנות...
תקנות המקום
ברוכים הבאים צו ivelt.com!
"בעזרת השם יתברך"
'אידישע וועלט' איז געגרינדעט געווארן דורך חסידי'שע יונגעלייט וועלכע שטרעבן צו גיין אין די ערליכע וועגן פון זייערע עלטערן און מנהיגים, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א ריין ארט וואו היימישע אידן זאלן קענען פארברענגען אויף אן ערליכן שטייגער, און צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט, מיטהאלטן נייעס און אנטוויקלונגען פון ארום די וועלט, ליינען א שטיקל היסטאריע, הנאה האבן פון א זאפטיגע ארטיקל, און געפינען עצות און הילף אויף יעדן הינזיכט פונעם לעבן.
די סייט ווערט געפירט דורך א שטאב פון חשוב'ע מנהלים וועלכע געבן זיך אפ מיט פארשידענע ארגומענטן וואס מאכן זיך אויף א טאג טעגליכן פארנעם, און באזונדער דורך א שטאב פון געטרייע אחראים וועלכע באפאסן זיך מיט די טעכנישע אנגעלעגנהייטן פונעם סייט, און טוען פאקטיש אינפארסירן די תקנות וואס די מייסדים האבן אוועקגעשטעלט.
כדי דאס פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה און גלייכצייטיג באקוועם פאר אלע מיטגלידער, זענען אוועקגעשטעלט געווארן א רייע רעגולאציעס.
איידער איר נעמט דאס פעדער אין האנט, ביטע ליינט אדורך מיט אויפמערקזאמקייט די פאלגנדע תקנות. ווי אויך איז ראטזאם איבערצוגיין פון צייט צו צייט אויף די געציילטע פונקטן, זיכער צו מאכן אז מען האלט זיך צו די פארשריפטן וואס פארלאנגען זיך צו זיין א מיטגליד אויף דעם פארום:
#
א. רעגולאציעס
די תורה הקדושה איז אונזער וועגווייזער, און אלעס דארף געשריבן ווערן לפי רוחה. עס איז דעריבער שטרענג פארבאטן צו:
שרייבן סיי וואס עס איז נישט אין איינקלאנג מיט דעת תורה, און אודאי נישט סיי וועלכע שמץ פון כפירה, ניבול פה, אדער בזיון ת"ח.
שרייבן עפעס וואס גרעניצט זיך מיט פגיעה בין אדם לחבירו, נדנוד לשון הרע, אדער הלבנת פנים.
דעבאטירן סיי וועלכע פאליטיק אדער פירוד לבבות צווישן אידן ח"ו.
דיסקוטירן לעבעדיגע מענטשן, אפילו לשבחם, סיידן גאר פאפולערע פערזענליכקייטן.
מעלדן דעטאלן פון באטראפענע אין א טראגעדיע ה"י איידער עס איז דא אן אפיציעלע מודעה, און עס איז פארזיכערט אז די משפחה איז אינפארמירט געווארן.
ברענגען לינקס צו וועבזייטלעך וואס אין רוח חכמים נוחה מהם (יו-טוב אד"ג), אדער צו בלעטער וואס פארמאגן אומאיידעלע בילדער.
ברענגען לינקס אדער אינהאלט פון ארטיקלען פון אנדערע אידישע וועבזייטלעך וועלכע זענען ווייט פון אונזער געדאנקענגאנג.
ברענגען אן ארטיקל פון אלגעמיינע מקורות, אן עס איבערקוקן און זיכער מאכן אז עס פאסט צווישן היימישע אידן.
ברענגען א לינק צו א שעירד פאלדער (וואו מ'קען כסדר טוישן די אינהאלט פונעם זעלבן לינק), סיידן עס איז מיט די הסכמה פון די הנהלה.
#
ב. השקפה
די פארוואלטער פון דעם פלאץ געהערן צו די עדה הקדושה דקהילת סאטמאר, און וואס דא ווערט געשריבן דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די שיטה הק' וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט. דערפאר איז נישט ערלויבט צו:
שרייבן עפעס וואס קען ווערן אויסגעטייטשט אפילו אלס א שמץ פון ציונות ואביזרייהו.
שרייבן אויף זייער טמא'נעם שפראך, און אפילו בלויז קאפירן דרויסנדע ארטיקלען אדער ברענגען סקרין שאטס.
באריכטן נייעס פון אינערהאלב די פאליטישע פירערשאפט, אדער פון די וואס זיצן אין דעם כנסת המינים.
דעבאטירן און אפהאנדלען אינערליכע רייבערייען אין לאנד.
אלע אנדערע נייעס פון מדינת ישראל איז בלויז ערלויבט צו באריכטן אויף א נייטראלע אופן. (אלע השקפה'דיגע קאמענטארן וועלן פארמעקט ווערן.)
זע מער איבער דעם, דא: וויכטיגע קלארשטעלונג - חזרו ויסדום
#
ג. אטמאספערע
דער פלאץ איז געאייגנט פאר ערוואקסענע מענטשן, און אונזער ציל איז צו האלטן דאס פלאץ באקוועם פאר יעדן איינעם. דעריבער ביטע זיך האלטן צו די פאלגנדע מינימאלע סטאנדארטן:
איידער'ן שרייבן סיי וואס, קלערט אריין אויב דאס וועט צוגעבן צו די הנאה און אינטערעסע פון די ליינער, אדער פארקערט.
מאכט זיכער צו האלטן דעם טאן נידריג, דער שפראך באזעסן, און דער באציאונג מיט אנדערע שרייבער רעספעקטפול.
קיינמאל נישט פארדרייען א שמועס; האלט זיך שטענדיג צום קעפל ווי ווייט מעגליך.
דא איז נישט דער פלאץ פאר קיין מחאות אויף סיי וועלכע עוולה אדער פירצה בחומת הדת.
אויב עס ווערט געשריבן בהשכל ובדעת - לויט די שאצונג פון די הנהלה - און איז אין איינקלאנג מיט דעת תורה, איז דאס יא ערלויבט.
אין די אפטיילונגען וואס זענען געאייגנט פאר ערנסטע דיסקוסיעס, זאל מען נישט עפענען קיין קינדישע טעמעס וואס פאסן נישט אריין אהין.
אין די אפטיילונגען וואס זענען געאייגנט פאר עצות און הילף, זאל מען נאר רעאגירן מיט הילף, און נישט מיט קיין ווערטלעך.
די נייעס אפטיילונג איז געמאכט פאר נייעס. נישט מאכן קיין אומפאסיגע, ביליגע, אדער היסטערישע צווישנרופן.
ווען עס ווערט דערמאנט אינעם קעפל **בלויז נייעס** איז נישט ערלויבט קיין שום סארט קאמענטארן אדער פראגעס. [געווענליך וועט זיין א צווילינג-אשכול פאר דעם זעלבן טעמע, געאייגנט פאר שמועסן און קאמענטארן].
עס איז נישט שייך אויסצורעכענען אלע אומפאסיגע אויפפירונגען וואס מען זאל 'נישט' טון, מען דארף שטענדיג נוצן דעם פינפטן שולחן ערוך.
זע מער איבער דעם, דא: קרעטשמע'ס 5'טע שלחן ערוך
#
ד. פרינציפן
די פאלגנדע אויפפירונגען טוט די הנהלה נעמען זייער שטרענג, און קען צוברענגען צו גענצליך אויסשפארן די פארלעצער פונעם סייט:
זיך נישט רעכענען מיט אנדערע באנוצער און שטערן די אנטוויקלונג פונעם סייט.
אריינקומען בלויז צו שאפן מהומות און אנדרייען קאנטראווערסיע.
אנגרייפן אנדערע, אין פובליק אדער פריוואט.
זיך מתחצף זיין קעגן די הנהלה אין די עפנטליכקייט.
צוריקשטעלן עפעס וואס די מנהלים האבן שוין געהאט פארמעקט.
אביוזן סיי וועלכע פונקציע פונעם סייט, צום ביישפיל פריוואטע מעסעדזשעס, די דאנק קנעפל, אדער דעם דערמאן אפציע.
פארמעקן די אינהאלט פון מערערע תגובות נאכאנאנד. (דורך פארריכטן און זיי איבערלאזן ליידיג.)
#
ה. קאנסעקווענצן
ביים פארלעצן איינס פון די תקנות באקומט מען א ווארענונג, און אויב ווערט דאס איגנארירט וועט מען פארשפארן דעם באנוצער, צייטווייליג אדער פערמענאנט, כפי ראות עיני ההנהלה.
די דערמאנטע תקנות זענען גילטיג אין אלע אפטיילונגען פונעם סייט, און אזוי אויך גייען זיי אן ביים שרייבן פריוואטע מעסעדזשעס צו סיי וועמען.
איינער וואס ציטירט אדער איז ממשיך א שמועס וואס איז נישט ערלויבט לויט די תקנות המקום, ווערט דאס פאררעכנט פונקט ווי ער האט עס אליינס געשריבן.
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פארשפארן באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין ווארענונג בעפאר.
אין א 'שעת חירום', ווען עס פאסירט ביי כלל ישראל א סענסיטיווע געשעעניש אדער אומגליק ר"ל, ווערט אויטאמאטיש אקטיוויזירט א גלאבאלע זערא טאלעראנץ פאליסי.
#
ו. פריוואטקייט (גילוי)
יעדער מיטגליד האט די רעכט צו בלייבן אנאנים, און עס איז שטרענג פארבאטן אויפצודעקן א צווייטנ'ס אידענטיטעט פאר סיי וועמען.
איינער וואס איז אויף סיי וועלכן אופן געוואויר געווארן ווער עס שטייט הינטער א געוויסע ניק, און געבט איבער פאר אנדערע סיי וועלכע פריוואטע דעטאלן, וועט פארשפארט ווערן תיכף ומיד.
איינער וואס גריבלט צו דערגיין די אידענטיטעט פון א ניק אויף סיי וועלכן אופן, וועט פארשפארט ווערן תיכף ומיד.
דאס נעמט אויך אריין דאס פובליצירן, אדער פרובירן צו דערגיין, א באנוצער'ס צווייטע ניק-נאמען.
זע מער איבער דעם, דא: מודעה ואזהרה, און דא: ארור מכה רעהו בסתר
#
ז. רעגיסטראציע
ביים אויסקלויבן א ניק-נאמען מאכט זיכער צו נעמען א פאסיגע נאמען וואס זאל זיין מקובל על הבריות.
ניקס וואס באשטייען פון נומערן, נעמען פון פובליק פיגורן, אדער שפעט נעמען פון מענטשן אדער קהילות, וועלן נישט אנגענומען ווערן.
כדי צו פארמיידן צעמישענישן און אומאנגענעמליכקייטן, איז ראטזאם זיכער צו מאכן אז אייער ניק-נאמען ענדלט נישט צו אן עקזיסטירנדע ניק-נאמען.
אויב ווארט איר שוין א לענגערע צייט צו ווערן אנגענומען, ביטע פארבינדט זיך מיט די מנהלים דורך שיקן אן אימעיל.
ביים אויסקלויבן אן אוועטאר וואס זאל פיגורירן אויף אייער פראפייל, ביטע נעמט עפעס איידל און אידישליך, און עפעס וואס וועט נישט שטערן די אנדערע מיטגלידער.
ביים שטעלן אן אונטערשריפט, מאכט זיכער אז עס איז נישט צו גרויס, שרייעדיג, אדער פראוואקאטיוו, און אז עס פארמאגט נישט א לינק צו אומאויסגעהאלטענע זייטלעך.
#
ח. אדמיניסטראציע
די חשוב'ע מנהלים און אחראים זענען טייערע אידן וואס געבן זיך אוועק פאר'ן כלל שלא על מנת לקבל פרס, און דערפאר ליגט א פליכט אויף יעדן צו מחשיב זיין זייער ארבעט, און זיי אקעגנקומען מיט הילף ווען נויטיג.
אויב באמערקט איר סיי וועלכע זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן, ביטע דרוקט דעם באריכט קנעפל (!) וואס געפינט זיך העכער יעדע תגובה, און זייט אונז זאפארט מעורר דערויף. איינער פון די פארוואלטונג וועט זיך אפגעבן דערמיט דאס שנעלסטע וואס מעגליך.
מאכט זיכער אויסצופילן דעם ריכטיגן אפציע אין אייער באריכט, ווי אויך איז ראטזאם אריינצושרייבן מיט קורצע ווערטער די ספעציפישע סיבה פונעם באריכט.
אויב האט אייך איינער אנגעגריפן אדער באזידלט, ביטע נישט ענטפערן אדער צוריק באוואשן ח"ו, נאר באנוצט זיך מיט'ן באריכט קנעפל.
אזוי אויך אויב איינער שיקט אייך אומפאסיגע פריוואטע מעסעדזשעס, באריכט דאס, און דאן וועלן די מנהלים באקומען צוטריט דערצו און זיך אפגעבן דערמיט.
אויב ווילט איר פאר סיי וועלכע סיבה פארמעקן עפעס וואס איר האט געשריבן, דאן דרוקט 'פארריכט', און לאזט איבער א פינטל. ווען עס וועט ווערן באמערקט דורך אן אחראי וועט ער עס פארמעקן.
אין פאל איר ברויכט סיי וועלכע הילף, קענט איר זיך שטענדיג ווענדן צו איינער פון די חברי ההנהלה. די מנהלים זענען: לכאורה, למעלה משבעים, יאנאש, און לאז געמאכט, און די אחראים זענען: אוראייניקל, אלי' מקוה יוד, ארחיקה נדד, געלעגער, כתוב וחתום, קאפעלע, און קלאָצקאָפּ. אדער קענט איר זיך פארבינדן דא.
די סייט אדמיניסטראטן, וועלכע באפאסן זיך מיט די טעכנישע אנגעלעגנהייטן זענען: ארענדאר, און וויכטיג מאכער.
זיך צו אדווערטייזן אויפ'ן סייט, פארבינדט זיך מיט אייוועלט אדווערטייזמענט.
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון דעם פלאץ, און אונז מהנה זיין מיט אייער אנוועזנהייט…
הצלחה רבה!
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
Re: אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
קוים וואס אן איסור מיט חתימות האט א ווערד. ווי אנקערנט ווערט אזא פאפיר וואס האט ניטמאל א נאמען פון קיינעם. עס איז סתם חספא בעלמא. לצור על פי צלוצחיתפלייש האט געשריבן:
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
איינמאל מ'האט עס געמאכט אין א סטאדיום מיט הויכהילכערס און מ'טוט עס אינפארסירן מיט טעראר איז עס אטאמאטיש געווארן אן הלכהלייביששרייבער האט געשריבן:ווי אזוי איז עס געווארן אן הלכה ?צקון לחש האט געשריבן:כפי הנראה איין מאל ס'איז געווארן אן הלכה איז עס נישט עדיף פון צענדליגע אנדערע הלכות וואס מען שעצט שטארק אין הארץ אבער ביז למעשה...חתם סופר האט געשריבן: שיינע היתר, אבער נישט דאס האט הרב וואזנער גע'פסקענט.
אלו שנתברר שמוכרחים להשתמש בחלק מהאינטערנעט לצורך פרנסתם, איסור גמור ותנאי בל יעבור שישתמשו רק באינטערנעט חסום כזה שמרחק כל האפשרות שנכשלו בהם עד היום ורק לשימוש ההכרחי בלבד.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 05, 2023 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
אבער ווען דו זאלסט וויסן ווי די הנהלת אייוועלט שעלט צוזאמען און פיבערט פון דעם איסור, וואלסטו געמאכט א לחיים מיט א טענצל....אלבערט איינשטיין האט געשריבן:קוים וואס אן איסור מיט חתימות האט א ווערד. ווי אנקערנט ווערט אזא פאפיר וואס האט ניטמאל א נאמען פון קיינעם. עס איז סתם חספא בעלמא. לצור על פי צלוצחיתפלייש האט געשריבן:
זיי שעלטן און בלאקירן יעצט אסאך ניקס. ווייל זיי מיינען זיי גייען זיך דערמיט כשר'ן.
- פראפעסאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:04 pm
- געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- קאנטאקט:
פאר וואס קריג איך נישט קיין היתר פון אייוועלט? : - )
דווקא לצורך פרנסה - אלס פראפעסאר וואס שטודירט חסיד'ישע מעשיות און השקפות - וויל איך זיין א מעמבער פון אייוועלט. האב איך שוין געפרואווט עטליכע מאל זיך צו רעגיסטרירן דארט, נאר מע לאזט מיך נישט. כ'האב געפרואווט מיט מיין געוויינליכע בליצפאסט (אי-מעיל) אדרעס פון מיין אוניווערסיטעט -- גארנישט. (איך פיל אויס זייער פארם און ווארט אויף א באשטעטיגונג - נישטא קיין באשטעטיגונג.) האב איך גפרואווט מיט מיין פריוואטע בליצפאסט אדרעס, אן קיין סוקצעס. האב איך געמאכט א נייע אדרעס (אין גוגל) וואס קלינגט מער "חסיד'יש" -- ס'האט געהאלפן ווי א טויטן באנקעס. ווי אזוי ווייסן זיי אז איך בין נישט פון זייער עלום? צי האבן די מנהלים פון אייוועלט רוח-הקודש??
טייערע אידן פון קאווע-שטיבל, גיטס מיר אן עצה -- ווי אזוי קען איך זיל אריינשמוגלען אין אייוועלט?
יעקב
טייערע אידן פון קאווע-שטיבל, גיטס מיר אן עצה -- ווי אזוי קען איך זיל אריינשמוגלען אין אייוועלט?
יעקב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
ריפליי צו די אימעיל וואס דו באקומסט גלייך נאכן זיך איינשרייבן מיט א בקשה אז מ'זאל דיך אננעמען, בדוק ומנוסהפראפעסאר האט געשריבן:דווקא לצורך פרנסה - אלס פראפעסאר וואס שטודירט חסיד'ישע מעשיות און השקפות - וויל איך זיין א מעמבער פון אייוועלט. האב איך שוין געפרואווט עטליכע מאל זיך צו רעגיסטרירן דארט, נאר מע לאזט מיך נישט. כ'האב געפרואווט מיט מיין געוויינליכע בליצפאסט (אי-מעיל) אדרעס פון מיין אוניווערסיטעט -- גארנישט. (איך פיל אויס זייער פארם און ווארט אויף א באשטעטיגונג - נישטא קיין באשטעטיגונג.) האב איך גפרואווט מיט מיין פריוואטע בליצפאסט אדרעס, אן קיין סוקצעס. האב איך געמאכט א נייע אדרעס (אין גוגל) וואס קלינגט מער "חסיד'יש" -- ס'האט געהאלפן ווי א טויטן באנקעס. ווי אזוי ווייסן זיי אז איך בין נישט פון זייער עלום? צי האבן די מנהלים פון אייוועלט רוח-הקודש??
טייערע אידן פון קאווע-שטיבל, גיטס מיר אן עצה -- ווי אזוי קען איך זיל אריינשמוגלען אין אייוועלט?
יעקב
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
איך האב מיך אביסל געשעמט צו בעטן אבער אז דו אפפערסט דאן איז די ענטפער יא.סקעפטיקער האט געשריבן:מיין סאושעל דארפסטו אויך?
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924