אין איראן איז אפשר דא ווייניגער מענטשן וואס פראקטיצירן אזא לייפסטייל וועגן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען האבן, אבער דאס מיינט נישט אז ווייניגער מענטשן האבן אזא אפעטיט. זייער אריענטאציע טוישט זיך נישט בלויז ווייל עס איז פארבאטן, זיי וועלן זיך אפשר איינהאלטן מחמת פחד און זיך שטיפן צו לעבן מיט א ווייב (אזוי ווי די היימישע געיז) אבער קיין גוט לעבן האבן זיי נישט.אבטח ולא אפחד האט געשריבן: איך גלייב אז אין איראן איז באמת דא ווייניגער ווייל מענטשן ווייסן וואס דאס קען קאסטן, פארגייט זיי דער אפעטיט, און אז סנישט דא קיין אפעטיט איז דאך נישט דא קיין אפעטיט (פארשטאנען?)
נאך א זאך, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אויסשליסלעך געי אדער לעסביען, זיי וועלן זיך ממש עקלען פון די אנדערע מין (ממש די זעלבע ווי א סטרעיט מענשט וועט זיך עקלען פון די זעלבע מין... אויב ביסטו גראד, דאן טראכט נאר א סקונדע וועגן געשלעכט מיט א באהאריגטע באבערדלטע חבר... פעך) נאר עס זענען דא אסאך חברה וואס זענען ביי, מען קען זיי סווינגען אהער און אהין, זיי קענען טעכניש לעבן מיט ביידע מינים. די סארטן וועלן זיך טאקע האלטן אין די ראמען אין לענדער אדער סעסייעטיס וואס זעלבע מין געשלעכט איז פארבאטן. ביי די סארטן חברה איז דיין קאמענט גערעכט, נישט אז ער וועט שוין נישט האבן קיין שלעכטע מחשבות אמאל וועגן די זעלבע מין, אבער ער קען אוועקשטעלן זיין לעבן מיט די פארקערטע מין.