ס'איז א חידוש ווען מ'ליינט וועגן דעם ערשטן גרויסן הלכה פייט (מלחמה) צווישן די רבנים און משכילים אין 1889 (תקמ"ט) און מ'זעהט ווי דר. מארקוס הערץ האט זיך אזוי גערעגט אויף די רבנים פאר'ן זיך איינ'עקשנ'ען קעגן די נייע געזעץ פון גאווערנמענט - וועלכע האט געפאדערט אז מ'מוז ווארטן 3 טעג איידער מ'באערדיגט א נפטר - צוליב דעם וואס אין יענע צייט האט מען נישט געהאט קיין וועג צו באשטעטיגן אויב איינער איז זיכער טויט, און ס'געווען מעשיות ווי מ'האט באגראבן מענטשן לעבעדיגערהייט…
הקיצור דער דר. מארקוס הערץ האט דאן אנגעשריבן א פּאמפלעט ווי ער רייסט אראפ די רבנים אויפ'ן ערגסטן אופן, ער מאכט ליצי ליצנות פון אזעלכע גדולים ווי דער נודע ביהודא, און רעדט פּעך & שוועבל קעגן זיי - he mops the floor with them (אודאי דאס איז נישט די חידוש ווייל ער איז געווען א ראדיקאלער משכיל).
אבער די וואונדער איז, אז יואל בריל וועלכער האט איבערגעטייטשט דעם גאנצן פּאמפלעט אויף לשון קודש און עס פּאבּלישד, דער זעלבער יואל בריל האבן די תשובה מאהבה און ר' עקיבא איגר געשריבן א הסכמה אויף זיין חומש תרגום אשכנזי פאר קינדער.
כבוד התורה - אמאל און היינט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: