הער איך אז 'סאטמאר' האט געבראכן א מיליאן דאלאר קאנטראקט מיט 'פריינדס פיש', ווייל זיי האבן וואלאווע, און אז 'פריינדס' טראכט ערנסט פון אראפווארפן וואלאווע.
בעל אחריות האט געשריבן:איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
אויב די פייט גייט זיך נישט סעטלען שנעל, איז דא א גוטע טשאנס די פעדעראלע גאווערמענט אנטי טראָסט דיוויזיע זאל זיך אריינמישן! די מלכות של חסד, די הייליגע אמעריקאנער גאווערמענט האט הארבע געזעצן קעגען אזוינע מאַפיאָסע מאנאפאלי געימס. השם זאל האלטן זיין יד החזקה וילמדו תועים בינה.
און אויב נישט איז דא א פייט וואס הייבט אן א טיילונג. די ערשטע זאך וואס די חכמים האבן געטון צו פייטן די נוצרים איז געווען צו אסרן זייער וויין. מ'זאל זיך נישט מישען! טאקע נישט געווען נאך אזוינס אין היסטאריע פון כלל ישראל אז מ'זאל אסרן א הכשר פאר געלט גייציגע פערזענלעכע אינטערעס, אבער בסיעתא דשמיא אכשר דרא ואשרינו שיש לנו רבי כזה. גייט ביידע זייטען האפענטליך אסרן די אנדערע הכשר ולא ישאר ספק בהיסטאריע האיך דרך אבותינו הגיע לידינו, כי מעשה אבות סימן לבנים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
בעל אחריות האט געשריבן:איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
גא''מ, ביי מיר אינדערהיים ווייסט מען שוין פון פאר די פרשה, אז התאחדות איז א גאר שוואכע הכשר, און ס'איז נאר א בדיעבד שבדיעבד.
אינטערסאנטער האט געשריבן:
נישט אומזינסט האט וועד הכשרות קרית יואל עטליכע יאר צוריק געוואלט ארויסקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג אז מען סטאפט צו נעמען סאכדעס פרודאקטן, טאקע וויבאלד זיי האבן איינגעזעהן וואס פאר א ריזיגע קוראפשען און הפקירות עס טוט זיך דארט, ביז ר' הלל וויינבערגער האט זיך געבעטן בתחנונים אז מען זאל דאס נישט טוהן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויפנעמען נייע משגיחים און מען גייט זיך פארבעסערן. זייט דעמאלס האט מען אנגעפאנגען צו שיקן אביסל משגיחים "בלויז אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, ער האט שפעטער אויך לעצטנס צוגעלייגט ר' ישי ליבערמאן.
און פארוואס האט ער דאס געטוהן? נאר נאכדעם וואס ער האט געציטערט אז מען גייט ארויסקומען קעגן אים, דאס הייסט א הכשר? אויף אזעלכע מענטשן דארף מען זיך פארלאזן? און אפילו יעצט איז דאס נאך אלס א שיף אן א רודער, קענסט מאכן א קאמפעני אין פענסילוועניע און טוהן דארט וואס די ווילסט, ווילאנג די שיקסט די טשעק צו התאחדות גייען זיי ניטאמאל אראפקומען צו דיר, זיי זענען איין שטיק קוראפשען.
איך בין אויך סוספיסיש אויף התאחדות הכשר, נישט וויסענדיג ווער ס'איז די בעל אחראי דארט און וואס זייערע סטאנדארטן זענען, אבער וואס ברענגסטי מיר א ראי' פון וועד הכשרות קר"י? ווייסטי דען נישט אז די ארונים זענען שוין לאנג נישט אויף איין פעיזש מיט התאחדות? ובפרט אין כשרות ווי די וואלאווע רב'ס זון איז פון די פירער פון ועד כשרות דקר"י.
און נאכאמאל, איך זאג נישט אז התאחדות הכשר איז נישט קאראפטירט, ובפרט נאכ'ן יעצטיגע סומאטוכע, ווי ס'נתגלה געווארן קלונם ברבים.
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:וויאזוי שטייט אין רש"י דער וואך?
ווואלאווע רב שפיקח היה מה ראה לשטות זו?
ווען אין וואלאווע ישיבה לאזט מען נישט אריין מיט התאחדות הכשר און סאטמאר פלייש פארשטיי איך, אבער דערווייל האט די וואלאווע ישיבה נאכנישט ג'אסרט...
וואלאווע רב'ס בעק-אפ פלאן איז אז די ארונים וועלן איהם שטיצען אנשטאט...
ארונים מאכן שבת פאר זיך מיט זייער אייגענע ועד הכשרות. צופיל קען ער נישט פארדינען פון זיי. איך גלייב אז ער האט זיך געמאכט די חשבון אז ער וועט נישט צופיל שאדן האבן פון א זלונישע בויקאט. און איך מיין אז חוץ די מוסדות איז נישטא קיינער וואס צעקראצט זיך פון די בויקאט
בעל אחריות האט געשריבן:איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.