א.
די סאמע באקאנטסטע דין איז אוודאי "שינוי קונה", אבער אויסער שינוי קונה וואס מאכט אז דער גזלן זאל גענצליך קונה זיין די גזילה (און זיין חייב נאר דמים) זענען פארהאן נאך פארשידענע זכיות וואס דער גזלן האט אין די גזילה, ווי למשל אז די גזילה גייט אריבער בירושה צו גזלן'ס יורש (און דער יורש קען עס קונה זיין מיט שינוי רשות און יאוש), ווי אויך דאס אז דער גזלן קען קונה זיין די גזילה נאך יאוש (למ"ד יאוש קונה) אפילו אהן מאכן א נייע קנין אין די גזילה (כ"ה לצד אחד בתו' פרק מרובה), און אוודאי איז באקאנט דאס וואס דער גזלן באצאהלט נישט פאר זיין הנאה פון די שימוש בחפץ (כיון דנחית אדעתא דגזלנותא!).
ב.
זענען דא אסאך אחרונים וואס נעמען די גאנצע ענין פון קנין (אדער: קניני) גזילה און זאגן אז דאס איז געבינדן מיט די חיוב אונסין וואס ליגט אויפ'ן גזלן (וכלשון הגמ' גיטין נב: שהגזלן חייב לשלם מחמת ש"קונה" את הגזילה*), ענליך צו די לומדות פון רב אין סנהדרין עב. -
זאגן די אחרונים, אז די זעלבע איז מיט די קנין גזילה הכללי (וואס לויפט דורך גאנץ הלכות גזילה, ווי געוויזן אין ס"ק א'), אז עס איז געבויעט אויף חיוב אונסין.אמר רב: הבא במחתרת ונטל כלים ויצא, פטור, מאי טעמא? בדמים קננהו. אמר רבא: מסתברא מילתיה דרב - בששיבר, דליתנהו, אבל נטל - לא; והאלהים, אמר רב אפילו נטל, דהא יש לו דמים ונאנסו - חייב, אלמא ברשותיה קיימי, הכא נמי ברשותיה קיימי.
(איי די גמרא, אדער רבא (רש"י), דינגט זיך דאך מיט רב!? עי' בזה בספר בית ישי לר"ש פישר ז"ל.)
ג.
דארף מען אבער דערגרונטערן, וויאזוי בויעט רב אויס זיין קנין פון חיוב אונסין; איז אונסין די "סיבה" צום קנין (און ווי געוויסע אחרונים ברענגען ארויס אז דער תורה געבט א קנין פאר'ן גזלן אינעם גזילה כדי ער זאל זיין חייב באונסין)? אדער פארקערט, עס איז א "סימן" אז דער גזלן האט סתם אזוי א קנין אין די גזילה? און לכאו' פשוט פשט אין די ווערטער פון רב ("אלמא") ליינט זיך ווי די צווייטע צד, אז עס איז א סימן! (וכן משמע ברש"י שלא מביא מקור מן התורה לחיוב אונסין במילתיה דרב כי אם במילתיה דרבא.)
ד.
אזוי צו אזוי, איז אבער בכלל נישט מוכרח אז דער ענין הכללי פון קנין גזילה האט סיי וואספארא שייכות מיט חיוב אונסין, עס איז טאקע א שיינע כאפ זיך ארויפצוכאפן אויף די לומדות פון רב, אבער אויסער דעם האבן מיר נישט קיין גמרא וואס האט געשפירט פאר וויכטיג אונז מסביר צו זיין דעם ענין פון שינוי, למשל, אז דאס איז געבויעט אויף חיוב אונסין, צו בדרך סיבה, צו בדרך סימן, אלא יותר נראה אז די גמרא פארלאנגט פון אונז אז מיר זאלן דאס פארשטיין ווי א ברוט פאקט: א גזלן איז קונה די גזילה. (ואין לנו יסוד למה שמחדש הנתיבות ז"ל שגזלן שאינו חייב באונסין אינו קונה בשינוי.)
ה.
ווער עס וויל זאל ביטע ממשיך זיין, אדער אנהייבן פון סקרעטש...
_____
*די גזילה ווערט גערעכנט ווי דער גזלן האט עס קונה געווען און ממילא דארף ער באצאהלן.