שטיצסט נאך אלץ טראמפ?
שטיצסט נאך אלץ טראמפ?
איך בין קיינמאל נישט געוועהן א גרויסע ליב האבער פון טראמפ און אויך נישט זיין גרעסטע שונא, אבער רוב פון מיינע חברים זענען גרויסע חסידים פון אים, און איך זעה אז אפילו יעצט זענען כמעט אלע ווייטער זיינע חסידים און כמעט קיינער האט נישט געטוישט זייער מיינונג. מיין גרעסטע פלא איז עס איז דא אזויפיל מענטשן וואס האבן געארבייט פאר טראמפ אליין וואס זענען יעצט קעגן אים, פארוואס מאכט דאס נישט מענטשען כאפן אז עפעס איז געפערליך ראנג מיט דעם מענטש?
זיין אייגענע ווייס פרעזידענט לויפט קעגן אים! אזויפיל מענטשן וואס האבן געארבייט אין די ווייט הויז ביי טראמפ זענען היינט פון זיינע גרעסטע קעגענערס, גענעראלן, שטאב הויפטען, אטארני זשענערעל, ווער נישט?? איין מענטש קען מען נאך זאגן ער פארגינט נישט טראמפ אדער עפעס אנדערש. אבער אזוי פיל פון זיינע נענסטע מענטשן?? ס'האט פשוט נישט קיין שום פשט חוץ אז זיי האבן געזעהן פון די נאנט ווי צודרייט ער איז און וואספארא סכנה ער איז.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אויך קען זיין דאס זיי זעען וואו אזוי ווער ס'איז נאנט מיט טראמפ ווערט געקענסעלט און האט א שווער פעלד צי באקימען עפעס פרעסטישפאל.
אויב אבער דרייסט טו דיך אויס און פאנגסט אן ווערן זיין שונא וועט מען דיר יא מוחל זיין פארוואס דו האסט געארבעט פאר אים
דער ווייס פרעזידענט ביסטו דאך זייער גוט מסביר: ער לויפט אליין פאר פרעזידענט - איך גלייב ער פילט אביסל גילטי אויך, וואו נישט וואו איז דא צדדים לכאן ולכאן צי ער האט יא ליגעלי גקענט ציריק שיקען צי די סטעטס.

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
אווב די נושא איז דא טראמפ אין זיין פריוואטע לעיבן, אין הכי נמי ער מאכט אסאך שונאים, ער איז א אויסניצער און א נוקם ונוטרחתם סופר האט געשריבן:איך בין קיינמאל נישט געוועהן א גרויסע ליב האבער פון טראמפ און אויך נישט זיין גרעסטע שונא, אבער רוב פון מיינע חברים זענען גרויסע חסידים פון אים, און איך זעה אז אפילו יעצט זענען כמעט אלע ווייטער זיינע חסידים און כמעט קיינער האט נישט געטוישט זייער מיינונג. מיין גרעסטע פלא איז עס איז דא אזויפיל מענטשן וואס האבן געארבייט פאר טראמפ אליין וואס זענען יעצט קעגן אים, פארוואס מאכט דאס נישט מענטשען כאפן אז עפעס איז געפערליך ראנג מיט דעם מענטש?
זיין אייגענע ווייס פרעזידענט לויפט קעגן אים! אזויפיל מענטשן וואס האבן געארבייט אין די ווייט הויז ביי טראמפ זענען היינט פון זיינע גרעסטע קעגענערס, גענעראלן, שטאב הויפטען, אטארני זשענערעל, ווער נישט?? איין מענטש קען מען נאך זאגן ער פארגינט נישט טראמפ אדער עפעס אנדערש. אבער אזוי פיל פון זיינע נענסטע מענטשן?? ס'האט פשוט נישט קיין שום פשט חוץ אז זיי האבן געזעהן פון די נאנט ווי צודרייט ער איז און וואספארא סכנה ער איז.
אעפ״כ, די וואלן זענען נישט אבאוט ווער ס׳האט די שענסטע מידות אין די ארצות הברית, די וואלן זענען אבאוט ווער עס וועט זיין די בעסטע פירער פארן לאנד.
אין מיינע אויגן איז ער די בעסטע פרעזידענט אין אמעריקאנע מאדערנע היסטאריע, ווייל ער האט גרויסע ביצים און טיט צי דער זאך, אנשטאט זיין פארנימען מיט פאליטקלי קארעקט טהאטס און פרעיערס, טוט ער צום דבר, ער ריקט און מאכט שמייסט און שטויסט און זאכן געשעהן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אני הקטן האלט נאך אלס אז ער איז די איינציגסטע אפציע וואס זאל זיך לוינען.
ס'איז א גרויסע טעות צו זאגן אז 'זיינע' מענטשן האבן איהם אפגעלאזט. ווער ס'פארשטייט וויאזוי וואשינגטאן ארבעט ווייסט גאנץ גוט אז רוב פון זיי זענען מתחילה נישט געווען 'זיינע' מענטשן. למשל זיין אלטע וויצע פרעזידענט איז לכאורה נישט קיין מענטש וואס ער האט געקענט איידער ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, און דער וויצע פרעזידענט האט דורכאויס די גאנצע פרעזידענטשאפט געפירט זיין אייגן אגענדע. אפטמאל אקעגן טראמפ. פון די אנדערע זייט זענען דא גאר ווייניג מענטשן פון זיינע מענטשן וואס האבן איהם אפגעלאזט פשוט ווייל זיי האבן איינגעזען אז ער איז א פראבלעמאטישע פארשוין.

- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
הארבע קשיא, אבער אויב האסטו דורכגעטון 'דער דאנעלד' פון זיינע ביכער, און אינטערוויוס אן די 70-80'ער יארן, דאן פאלט אלעס אין פלאץ, 'דאנעלד טראמפ' איז א ביזנעסמאן און דער עיקר, א פריוואטע ביזנעסמאן, ער האט קיינמאל נישט געוואלט נעמען זיינע קאמפעני'ס פובליק, אפילו אין די צייטן וואס ס'איז געווען ווערט שווערע ביליאנען, פארוואס, ווייל ער וויל האבן קאנטראל אויף אלעס, פולקאמע קאנטראל, אויף זיין שאו 'די עפרענטיס' האט ער געהאלטן אין איין פייערן מענטשן, פאר די זעלבע סיבה.
יעצט, ווען ס'קומט צו פירן די רעגירונג, וואס עכט, לויט די קאנסטיטוציע, איז עס אויסגעשטעלט ווי א פריוואטע ביזנעס מיט א CEO ביים שפיץ, (עכ''פ די עקזעקיוטיוו ברענטש איז אזוי אויסגעשטעלט) אבער אין מציאות איז עס מער ווי א שעיר- האלדער ביזנעס וואס האט א באורד, האט 'טראמפ' געמיינט אז ער ע'ט עס פירן אזוי ווי זיין פריוואטע ביזנעס, אבער ווען יעדער איינער פון זיינע סעקרעטער'יס האט זיך זיין אייגענע אגענדע, האט עס געהאט די פנים וואס ס'האט געהאט.
די שאלה איז געווען צו כ'שטיץ אים נאך אלץ.
אלץ א פריוואטע מענטש, האב איך אים קיינמאל נישט געגליכן, אלץ פרעזידענט, יא לכאורה וועל איך וואוטן פאר אים נאכאמאל.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ווען ער האט ווען קלענערע ביצים, וואלט ער געווען א קלענערע פראבלעם.קהל'ס נער האט געשריבן: אין מיינע אויגן איז ער די בעסטע פרעזידענט אין אמעריקאנע מאדערנע היסטאריע, ווייל ער האט גרויסע ביצים און טיט צי דער זאך, אנשטאט זיין פארנימען מיט פאליטקלי קארעקט טהאטס און פרעיערס, טוט ער צום דבר, ער ריקט און מאכט שמייסט און שטויסט און זאכן געשעהן.
וואס פונקטליך איז זיינע אויפטוען וואס זענען אזוי געוואלדיג?
די פערטעל וואנט וואס ער האט געבויט און מעקסיקא האט נישט באצאלט דערפאר?
די אינדאסטריעל דזשאבס וואס ער האט קיינמאל נישט צירוק געברענגט?
ראטעווען אמעריקא דורך צירוק דרייען אבאמא קער?
פארלוירן א יעדע עלעקשאן פאר קאנגרעס און די פרעזידענסי חוץ פון 2016?
ארויפגעשרויפט די דעבט אויף א משוגענע פארנעם?
נניח, אז ער האט געטוהן אפאר גוטע זאכן, אבער פארדעם דארף מען נאך נישט פארקוקן זיין פערסאנעליטי ווייל מיט אזא נארסיסטישע פערסאנליטי איז ער עלול צו איבערדרייען די לאנד און די קומענדיגע פיר יאר אין א מיני סייוויל וואר אויב Jan 6 ווייזט אויף עפעס. וואס דארפסטו מער פון וואס ער האט געטוהן מיט די פאריגע עלעקשאנס, ווען ער האט געפעדלט וויסענדיגערהייט דו גרעסטע שקרים וואס ער טוט נאך עד היום הזה, און אנגעדרייט די גרעסטע דיווייסיוונעס אין מאדערן אמעריקאנע היסטאריע. נאך מער ער איז גרייט זיך אליינס צו באגראבן ברבים אבי צו בלוזען פון זיך ברבים.
וויפיל קאמפעטענט מענטשן מיינסטו זענען געבליבן וואס זענען דאס מאל גרייט צו זיצען אין זיין קעבינעט? ווי פול נאך מענטשען זענען געבליבן וואס זענען גרייט צו האבן ליגעל צרות נאר וויל מ'האט געארבעט פאר עם. זיינע גרעסטע און נענסטע מענטשען פליפן און קומען עדות זאגען אקעגען עם. היינט צוטאגס קען ער שוין ניטאמאל באקריגן א נארמאלע לויער.
דאס איז מער ווייניגער די מציאות פון דעם מענטש, און צו ווידערוועלן אזא מענטש ווייזט אויף בעד דזשאדזמענט אויף א מענטש וואס האט נישט ריספאנסיבל דזשאדזשמענט, ווייל ער איז גרייט צו באגראבן און באשילדיגען די גאנצע וועלט ווייל ער איז העכער אלעס.
צירוק צום שאלה, איז נאך כדי עם צו שטיצן? איך מיין אז ער איז מער טראבל ווי בענעפיט. די חסרונות זענען ביי פאר מער פון זיין פאר אויפטוען אינ'ם עבר, און ס'איז נישט שכל'דיג צו נעמען א ריסק מיט עם וועגען עם אליינס. חוץ פון דעם, ער קען טאקע זיין שטארק ביי זיין בעיס, אבער דאס אליינס קען גורם זיין אז ביידען זאל געווינען אין די דזשענעראל עלעקשאנס. ער איז א שוואכע קאנדידאט צו לייגען א bet אויף עם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
ווען ער וואלט געהאט קלענערע ביצים, וואלסטו נישט געוויסט זיין נאמען.וואלווי האט געשריבן:ווען ער האט ווען קלענערע ביצים, וואלט ער געווען א קלענערע פראבלעם.
וואס פונקטליך איז זיינע אויפטוען וואס זענען אזוי געוואלדיג?
די פערטעל וואנט וואס ער האט געבויט און מעקסיקא האט נישט באצאלט דערפאר?
די אינדאסטריעל דזשאבס וואס ער האט קיינמאל נישט צירוק געברענגט?
ראטעווען אמעריקא דורך צירוק דרייען אבאמא קער?
פארלוירן א יעדע עלעקשאן פאר קאנגרעס און די פרעזידענסי חוץ פון 2016?
ארויפגעשרויפט די דעבט אויף א משוגענע פארנעם?
.
פון די דריטל ביים גרעניץ וואס קען, און דארף, א וואנט, האט ער געבויעט א פערטל, somehow איז אומלעגאלע אימיגראציע געווען די נידריגסטע דורכאויס זיינע יארן.
.
די עקענאמיע האט גע'באומט פון ווען ער איז אריינגעקומען ביז אפריל- מערץ 2019 ווען מ'האט עס בידים אונטערגעברענגט.
.
ער האט צירוקגעדרייט די חלק פון 'אבאמאקעיר' וואס האט די מערסטע געשטערט פאר יד אמעריקאנע באפעלקערונג.
.
18' און 22' איז ער נישט געווען אויפן בעלאוט אז ער זאל האבן פארלוירן.
.
א גרעסערע שקרן ווי 'אבאמא' און 'קלינטאן' איז ער נישט, so we're good to go.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
איך בין אמאל געווען א גרויסע טראמפ האלטער, טאקע צוליב זיינע אויפטואונגען, דהיינו רובאשקין, פרא ישראל אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזען געווארן, געווען א גוטע פריינט פאר היימישע אידן, און אויכעט ס'געווען אסאך fun מיט אים.
נאכדעם וואס ער איז נישט געווען גרייט צו אנערקענען אז ער האט פארלוירן די וואלן, און זיך געטראפו מיט קאניע ווועסט, און געזאגט פ*** ביבי, האב איך געכאפט אז ער איז זייער אן אומאחריות'דיג, און סעלפיש.
למעשה יעצט איז גאנץ רואיג אז ביידן איז אויפן בענקעל, אבער ס'קען נישט אזוי ווייטער אנגיין מיט זיין פארקאלעכט'קייט. ווייס איך נישט וואס איך גיי וואויטען אין 2024. לכאורה וואלט אילאן מאסק געווען א גוטע טשויס, אבער מ'קען נישט ווויסן ווען ער גייט לויפן.
נאכדעם וואס ער איז נישט געווען גרייט צו אנערקענען אז ער האט פארלוירן די וואלן, און זיך געטראפו מיט קאניע ווועסט, און געזאגט פ*** ביבי, האב איך געכאפט אז ער איז זייער אן אומאחריות'דיג, און סעלפיש.
למעשה יעצט איז גאנץ רואיג אז ביידן איז אויפן בענקעל, אבער ס'קען נישט אזוי ווייטער אנגיין מיט זיין פארקאלעכט'קייט. ווייס איך נישט וואס איך גיי וואויטען אין 2024. לכאורה וואלט אילאן מאסק געווען א גוטע טשויס, אבער מ'קען נישט ווויסן ווען ער גייט לויפן.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
פארוואס זאל ער אנערקענען אז ער האט פארלוירן? איז עס טאקע אמת אז ער האט באמת פארלוירן? און אויב האט ער נישט באמת פארלוירן, פארוואס זאל ער עס לאזן לויפן?
דאס זיך טרעפן מיט קאניע וועסט איז גראדע צו מיר נישט מעלה אדער מורד. ס'ווייזט נישט גארנישט.
און ביבי האט איהם למעשה ביטרעיט. ער איז געווען פון די ערשטע וועלט פירער איהם צו ווארפן אונטערן באס נאך די א''ג וואלן, און דאס איז געווען נאך אלס וואס טראמפ האט פאר איהם געטוהן. ר' איד, די קשיא דא איז אסאך שטערקער אויף ביבי ווי אויף טראמפ.....

- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
יש ליגענט ויש ליגענט, אזא ליגענט וואס טרייבט מענטשן צו רעוואלטירן אנטקעגן די רעגירונג איז מסוכןקורקלענד האט געשריבן:וועלכע פאליטישע פערזאן איז נישט קיין פרעכע ליגענער?סקעפטיקער האט געשריבן:טראמפ האט מיך פארלוירן ביי זיינע ליגענטס איבער די גע'גנב'טע עלעקשאן, ער איז אדער א פרעכע ליגענער אן קיין געווינסביסן אדער א שרעקליכער בעל דמיון
איז די עלעקשאן נישט געווען גע'גנב'ט? וואו האט ער ליגענט געזאגט?
און ניין די עלעקשאן איז נישט גע'גנב'ט געווארן (חוץ אויב די רעדסט פון די מידיא פראפאגאנדע פאר די דעמאקראטן, אבער נישט פון דעם רעדט מען)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך בין אלל אין אז טראמפ זאל געווינען נאכאמאל.
מיר ווייסן דאך אז לב מלכים ושרים ביד השם, די באשעפער פירט דאך ממילא יעדע פיצי דעטאל. איבער פאלעסיס און קאראפשן האבן מיר זיך נישט וואס צו זארגן, די באשעפער פירט דאך עניוועי אלעס.
סך הכל וואס עס פעלט איז די פאן וואס פלעגט זיין ווען ער איז געווען פרעזידענט. נו זאל שוין זיין א משוגה'נע פרעזידענט אויך, דער עיקר ס'זאל נאכאמאל זיין אביסל לעבעדיג...

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
דאס ווייסט איר פאר א פאקט? האט איר געזען די 'אלע' טענות און ארגומענטן וואס ווייסן אויף אדער פרובירן אויפציווייזן אז ס'איז יא געווען א גע'גנב'ט עלעקשאן? איז טאקע 'אינגאנצן' אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז די עלעקשאן איז יא גע'גנב'ט געווארן?סקעפטיקער האט געשריבן: און ניין די עלעקשאן איז נישט גע'גנב'ט געווארן (חוץ אויב די רעדסט פון די מידיא פראפאגאנדע פאר די דעמאקראטן, אבער נישט פון דעם רעדט מען)
אויב דארפס'טו רעיטן פון איינס ביז מען אז די עלעקשאן איז געווען אויפריכטיג, וויפיל וואלט איר עס געגעבן?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
וואס זענען די דריי שטערקסטע קלעימס וואס דו האסט געזען? און וויאזוי האסטו עס אפגעפרעגט?
און אויב איז עס פשוט זיכער ווייל דו האסט א אמונה 'אזויווי אלעס' הייסט עס אז דו ווייסט נישט אז ער זאגט ליגענט. און דו רופסט איהם נאך א פרעכער ליגענער. ווייז מיר ביטע וואו דער פרעכע ליגענט איז.....
און אויב איז עס פשוט זיכער ווייל דו האסט א אמונה 'אזויווי אלעס' הייסט עס אז דו ווייסט נישט אז ער זאגט ליגענט. און דו רופסט איהם נאך א פרעכער ליגענער. ווייז מיר ביטע וואו דער פרעכע ליגענט איז.....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
וואס פאר א טענות עקזיסטירן בכלל? נישטא וואס צו זעהן נישטא וואס צו ווייזען. סיי וועלעכע טענה ער האט געהאט אקעגען די עלעקשאנס האט ער גענומען אין קארט, פארלוירן אדער ליגאל ארויסגעווארפן געווארן. ער האט געהאט זיין געלעגענהייט צו ענטפערען לויט די געזעץ און און ער האט פארלוירן.קורקלענד האט געשריבן:דאס ווייסט איר פאר א פאקט? האט איר געזען די 'אלע' טענות און ארגומענטן וואס ווייסן אויף אדער פרובירן אויפציווייזן אז ס'איז יא געווען א גע'גנב'ט עלעקשאן? איז טאקע 'אינגאנצן' אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז די עלעקשאן איז יא גע'גנב'ט געווארן?סקעפטיקער האט געשריבן: און ניין די עלעקשאן איז נישט גע'גנב'ט געווארן (חוץ אויב די רעדסט פון די מידיא פראפאגאנדע פאר די דעמאקראטן, אבער נישט פון דעם רעדט מען)
אויב דארפס'טו רעיטן פון איינס ביז מען אז די עלעקשאן איז געווען אויפריכטיג, וויפיל וואלט איר עס געגעבן?
כמעט זעכציג מאל.
און פאר מען פארגעסט, לאמיר שנעל דערמאנען וואס די דאמיניען/פאקס קעיס האט מגלה געווען...
דאס אלעס איז פאקט אויפן רעקארד, נישטא וואס אויף צו ווייזען, ס'איז קעיס קלאוזד.
אז מ'גייט רעיטען די עלעקשאן פון 1 צו 10, וועט די עלעקשאן באקומען פון 1 ביז 10 און אלעס צווישען. פאקט.
חוץ אז פאליטיקל אפיניאן איז פלוצלונג אויך געווארן א מעסטער
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די דאמיניאן/פאקס קעיס האט 'גארנישט' געוויזן, נאר באהאלטן.
און יא, עס עקזיסטירן גאר שטארקע טענות. (איך גלויב אז כמעט קיינער דא האט עס ניטאמאל געזען.
און ניין ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען אין געריכט, עס איז יעדעס מאל ארויסגעווארפן געווארן. און איינער פון די שטערקסטע קשיא'ס זענען אויב רעדט ער טאקע שטותים דאן פארוואס האט מען איהם נישט געגעבן די פלאטפארמע צו מאכן א חוזק פון זיך. און קענסט זיין זיכער אז אויב האט ער טאקע פארלוירן וואלטן זיי איהם פיין אריינגעלאזט אין געריכט!
און יא, עס עקזיסטירן גאר שטארקע טענות. (איך גלויב אז כמעט קיינער דא האט עס ניטאמאל געזען.
און ניין ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען אין געריכט, עס איז יעדעס מאל ארויסגעווארפן געווארן. און איינער פון די שטערקסטע קשיא'ס זענען אויב רעדט ער טאקע שטותים דאן פארוואס האט מען איהם נישט געגעבן די פלאטפארמע צו מאכן א חוזק פון זיך. און קענסט זיין זיכער אז אויב האט ער טאקע פארלוירן וואלטן זיי איהם פיין אריינגעלאזט אין געריכט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
"קלעימס" דארף מען נישט אפווענדן, "עווידענס" דארף מען אפווענדן.קורקלענד האט געשריבן:וואס זענען די דריי שטערקסטע קלעימס וואס דו האסט געזען? און וויאזוי האסטו עס אפגעפרעגט?
און אויב איז עס פשוט זיכער ווייל דו האסט א אמונה 'אזויווי אלעס' הייסט עס אז דו ווייסט נישט אז ער זאגט ליגענט. און דו רופסט איהם נאך א פרעכער ליגענער. ווייז מיר ביטע וואו דער פרעכע ליגענט איז.....
@קורקלענד ביסט מכובד פארצושטעלן די טענות, אבער נישט א בארג מיט אינפארמאציע אויפאמאל נאר איינס ביי איינס מ'זאל עס קענען צונעמען מיט אן אפענעם קאפ (איך האב שוין געקוקט דערוועגן א לאנגע צייט צורק און די זכרון ארבעט שוין נישט אזוי גוט)
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ווען איינער שרייט 'ליגענט' אויף א קלעים, דארף ער עס אפווענדן, כל שכן ווען ער שרייט 'פרעכע ליגענטס!סקעפטיקער האט געשריבן:"קלעימס" דארף מען נישט אפווענדן, "עווידענס" דארף מען אפווענדן.קורקלענד האט געשריבן:וואס זענען די דריי שטערקסטע קלעימס וואס דו האסט געזען? און וויאזוי האסטו עס אפגעפרעגט?
און אויב איז עס פשוט זיכער ווייל דו האסט א אמונה 'אזויווי אלעס' הייסט עס אז דו ווייסט נישט אז ער זאגט ליגענט. און דו רופסט איהם נאך א פרעכער ליגענער. ווייז מיר ביטע וואו דער פרעכע ליגענט איז.....
@קורקלענד ביסט מכובד פארצושטעלן די טענות, אבער נישט א בארג מיט אינפארמאציע אויפאמאל נאר איינס ביי איינס מ'זאל עס קענען צונעמען מיט אן אפענעם קאפ (איך האב שוין געקוקט דערוועגן א לאנגע צייט צורק און די זכרון ארבעט שוין נישט אזוי גוט)
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ארויסווארפן קעיסעס איז די לעגאלע כח פון א דזשאדש, וואס האט די כח צו אפלערנען אויב די תביעה איז פעלערהאפטיג.קורקלענד האט געשריבן:די דאמיניאן/פאקס קעיס האט 'גארנישט' געוויזן, נאר באהאלטן.
און יא, עס עקזיסטירן גאר שטארקע טענות. (איך גלויב אז כמעט קיינער דא האט עס ניטאמאל געזען.
און ניין ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען אין געריכט, עס איז יעדעס מאל ארויסגעווארפן געווארן. און איינער פון די שטערקסטע קשיא'ס זענען אויב רעדט ער טאקע שטותים דאן פארוואס האט מען איהם נישט געגעבן די פלאטפארמע צו מאכן א חוזק פון זיך. און קענסט זיין זיכער אז אויב האט ער טאקע פארלוירן וואלטן זיי איהם פיין אריינגעלאזט אין געריכט!
ס'דא א דזשודישאל פראסעס אין לאנד, דאס איז די געזעץ. נישטא אזא זאך ווי טענות וואס מ'האט נאכנישט געזעהן, אויב ס'דא עפעס לייטיש וואלט ער גראד געלאפן אין קאורט, און קיינער האלט אים נישט צוריק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
פאר א סיבה האב איך געזאגט "נישט א בארג מיט אינפארמאציע אויפאמאל נאר איינס ביי איינס", נוץ נישט מיין חסרון פון צייט און געדולד זיך צו באנעמען מיט אן אכציג זייטיגע באריכט צו אויפווייזן דיין גערעכטיגקייט, נאר לייג פאר איין טענה מיט באווייזן! מוזט נישט אויסשמועסן די טענה בפרטיות, קענסט אפילו צוצייכענען ווי דאס ווערט אויסגעשמועסטקורקלענד האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/584r7xtnngauc ... 1.pdf?dl=0