ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

שליחה דורך מי אני »

אפאר יאר צוריק האב איך געשמועסט מיט מיין שוואגער ביי א משפחה שמחה איבער וואס איז די מעטריק צו מעסטן צי איינעמ׳ס מערידזש איז א גוטע? ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס ווערט געשאצט לויט די קינדער וואס די מערידזש פראדוצירט - צי זיי זענען וועל-ראַוּנדעד און עמאָשׁענעלי סטעיבּל און געזונט אא״וו. איך האב אבער צוריק גע׳טענה׳ט אז דאס האלט נישט אויס מכמה סיבות. איינס, דאס זאגט גארנישט לגבי א קינדערלאזע קאָפּל ל״ע; ס׳אעז נישט שייך אז זייער מערידזש, קוואַ מערידזש, זאל זיין א גוטע? ווי אויך איז דאס נישט סתם אזוי נישט מוכרח. עס איז דאך טעארעטיש יתכן אז די קאָפּל איז באמת א ״סאָקסעס״ מכח זייער הייראט, נאר פשוט די קינדער זענען ״נישט געלונגען״, אויף די זעלבע אופן ווי עס איז שייך זיי זאלן געבוירן ל״ע א קראנק קינד. און דאס זעלבע אויף פארקערט: עס איז שייך א געלונגען קינד וואס זאל ארויסקומען פון א דיספאָנקשענעל שטוב וואס די מערידזש דארט איז ״נישט קיין סאָקסעס״. פארשטייט זיך אז מ׳קען טענה׳ן אז א סאָקסעספול מערידזש צווישן צוויי מענטשן הייבט די פּראַבּעבּיליטי אז עס זאלן ארויסקומען עמאָשׁענאלי וכו׳ געזונטע קינדער, וההיפך בהיפך, אבער דאן דארף מען מקודם מגדיר זיין א ״סאָקסעספול מערידזש״ וואס אט דאס הייבט די פּראַבּעבּיליטי פון די געזונטע קינדער.

ווידעראום דאס׳ן דאס מגדיר זיין עפ״י וויפיל ליבע ס׳איז דא דערין איז אויך שווער, ווייל ערבך ערבא צריך. ווי אזוי איז מען מגדיר ליבע? טאמער ס׳איז בכלל דא? דאס זאגט למעשה נישט איבער די קאָמפּעטיבּיליטי פון זיי ביידע, וואס איז לכאורה נעסעסערי קאנדישאן פאר א ״סאָקסעספולע״ מערידזש. און דאס זעלבע פראבלעם קען נוגע זיין בכלל לגבי מעסטן ומגדיר זיין ״קאָמפּעטיבּיליטי״ אליין (דאס אז מ׳זעהט אז זיי האבן קאָמפּעטיבּל שטריכן פאר׳ן הייראט ווייזט נישט אויב דאס וועט למעשה זיין א ״סאָקסעספול״ מערידזש).

איך האב אים גע׳ענטפערט אז איך קלער אז דאס צו מגדיר זיין (מער אַבּדזשעקטיוולי) איז אז מ׳פרעגט סיי דער מאן און סיי די פרוי, לויט וואו זיי שטייען יעצט, צו ענטפערן אויפריכטיג (און ענאַנימעסלי, אז די מאן/ווייב און מעסטער זאלן נישט וויסן ווער ענטפערט וואס, אזוי אז עס זאל זיין ווי מער עטיש און אויפריכטיג אָן קיין פחד פון וויי טוהן א מענטש), אויף א לייקערט סקעיל פון 1 ביז 10, אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט, צי זיי וואלטן איבערגעטוהן די מערידזש מיט אט די זעלבע פּאַרטנער. דערנאך עוורידזשד מען די ענטפערס פון זיי ביידע. ווי העכער עס איז צו 10, אלס מער סאָקסעספול און קאָמפּעטיבּל זענען זיי אלס א פארהייראטע פּאָר.

הגם, דאס אליין דארף מען אויך אויסקלארן. לדוגמא, איז ענדערשער אז דאס וואס זיי ענטפערן אויף די פראגע זאל זיין ספּאַנטעיניאוס ובמושכל ראשון וואס ווייזט וואס עס איז באמת טמון בנפשם ובהסאָבּקאַנשעס שלהם, אדער איז ענדערשער אז זיי זאלן ענטפערן דערויף לאחר עיון וזמן? ווי אויך קען מען טענה׳ן אז פאר איינער וואס האט די ״אפענקייט צו עקספּיריענס״ פּערסאנעליטי (פון די ״גרויסע פינעף״ פּערסאנעליטי טרעיטס) איז די שאלה נישט אקוראט דאס צו מעסטן. והיינו, ווייל עס איז יתכן אז אפילו ס׳איז גאר גאר גוט ובאמת קאָמפּעטיבּל, איז אבער די תכונת הנפש פון דעם מענטש אלס אויסגעשטעלט צו ריזיקירן און טרייען ״עפעס ניי״ וואו מ׳האלט ממילא פאר דעם (און עס איז נישטא קיין עטישע פראבלעם דערין).

די שמועס איז מיר נתעורר געווארן אין א שמועס מיט מיין ווייב( ;) ) נאכדעם וואס איך האב געליינט פון דר. עריק שוויצגעבעל איבער דעם אז עס איז דאך יתכן אז די יוּניווערס איז אינפיניט, און נאכ׳ן היץ-טויט פונעם יוּניווערס ווען די יוּניווערס קומט צו צו מאַקסימום ענטראָפּי, וועט זיך ברבות הזמן (זייענדיג אז דאס איז אינפיניט) די רענדאם פלאָקטשועישאנס דערין גורם זיין אז דאס זאל זיך צוריק אויסשטעלן לסדר. וברבות הזמן וועט זיך דאס אויסשטעלן אין צו פונקט דאס זעלבע, און סדר, ווי עס איז יעצט. און עס קומט אויס דערפון אז באינפיניט זמן וועט זיך א מענטש׳נס לעבן גענוי איבערשפילן (אויך) דאס זעלבע, און אַן אינפיניט צאל מאל. ע״ש מה שפירש בזה לפי דרכו (בענין בחירה וכו׳).

עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל און פארהייראטע לעבן בפרט. לגבי א פארהייראטע לעבן קען מען מעסטן אויף א לייקערט סקעיל ביי ביידע אז וויסענדיג דאס אז עס וועט זיך איבערשפילן זייער פארהייראטע לעבן גענוי דאס זעלבע ווי יעצט, ווי עקסיידעד (צי נישט) זענען זיי על הכלל איבערצושפילן דאס לעבן מיט׳ן שותף נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל בב״ת פאר אייביג (און זיי וועלן נישט געדענקען בשעת מעשה אז עס האט זיך שוין אויסגעשפילט). אזא סארט ״המגיד מראשית אחרית״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

מי אני האט געשריבן:
איך האב אים גע׳ענטפערט אז איך קלער אז דאס צו מגדיר זיין (מער אַבּדזשעקטיוולי) איז אז מ׳פרעגט סיי דער מאן און סיי די פרוי, לויט וואו זיי שטייען יעצט, צו ענטפערן אויפריכטיג (און ענאַנימעסלי, אז די מאן/ווייב און מעסטער זאלן נישט וויסן ווער ענטפערט וואס, אזוי אז עס זאל זיין ווי מער עטיש און אויפריכטיג אָן קיין פחד פון וויי טוהן א מענטש), אויף א לייקערט סקעיל פון 1 ביז 10, אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט, צי זיי וואלטן איבערגעטוהן די מערידזש מיט אט די זעלבע פּאַרטנער. דערנאך עוורידזשד מען די ענטפערס פון זיי ביידע. ווי העכער עס איז צו 10, אלס מער סאָקסעספול און קאָמפּעטיבּל זענען זיי אלס א פארהייראטע פּאָר.

.
אפשר איז דאס אויך נישט קיין גוטע מעסטער ווייל אפטמאל קענען זיין זייטיגע סיבות פארוואס א מענטש וואלט נישט איבערגעטוען די זעלבע שידוך, למשל, די משפחה ארום אדער זיין שוויגער רודפ'ט איהם וכדומה אז ווען ער האלט פאר די שידוך איז נישט קיין סיבה נישט צו זיכען א צווייטן, למעשה אבער, אין די מערידש גופא פעלט נישט גארנישט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יתכן. אבער דאן קען מען דאס באטראכטן אז דאס אעז א פאקטאר וגורם פארוואס ער גלייכט איר נישט אזוי; דאס איז די פאקטאר וואס מאכט זיי, סוף כל סוף, אינקאָמפּעטיבּל. משל למה הדבר דומה, ווען זי האט ווען נישט די-און-די שטריך/פעהלער, וואלט ער דאס יא געוואלט איבערטוהן מיט איר. דאן איז די שטריך/פעהלער די פאקטאר. די געדאנק איז אבער אז לאחרי ככלות הכל וויל ער דאס נישט איבערטוהן מיט איר. די סיבות זענען אלעמאל פארשידענארטיגע.

ואיה״נ. עס איז יתכן אז ביי א קינדערלאזע פארפאלק ל״ע, איז די צער פון נישט האבן קינדער גענוג צו ברענגען אז זיי זאלן דאס נישט וועלן איבערטוהן מיט די אנדערע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

מי אני האט געשריבן:די שמועס איז מיר נתעורר געווארן אין א שמועס מיט מיין ווייב( ;) ) נאכדעם וואס איך האב געליינט פון דר. עריק שוויצגעבעל
און וואס איז מיט לועג לרש? :twisted: :twisted: :twisted:
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זאגסט, טאמער מ׳קען אזאנס שמועסן מיט׳ן ווייב איז שוין א גוטע סימן ומעטריק פאר א סאָקסעספול מערידזש… :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

מען קען אפשר נוצן דער זעלבע מעטאד צו מעסטן א סאָקסעספול (סוקסעספול, ערפאלגרייך) לעבן בכלל, דהיינו, פרעגן צי ער וואלט נאכאמאל געוואלט לעבן נאכן וויסן וואס ער ווייסט יעצט, און נישט אזוי ווי דער אלעמיינער וועג פון מעסטן סוקסעס וואס איז בערך דער עקוויוועלענט צו מעסטן ליבע אין א מערעידזש.
אולי…

האב איך שפעטער באמערקט אז דו שרייבסט אט דאס:
עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל
לגבי דער אויסלייג פון דאס ווארט ״סאָקסעספול״ בין איך נייגעריג, טאמער שרייבט מען דער לאנגע ״u״ וואקאל מיט א קמץ אלף ״אָ״, דאן וואלט מען דאך געדארפט שרייבן ״סאָקסעספאָל״ מיט אן אלף נאך דעם פיי, ניין?
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

סוקסעספול איז לכאורה סאבדשעקטיוו לויט די סיבה פארוואס מהאט חתונה געהאט. איך ווייס נישט די סיבות אלס פארוואס מענטשן האבן חתונה אבער ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם ולפי זה האבן רוב חברי הק"ש זייער סוקסעספול מערידזשעס.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

מען קען אפשר זאגן נאך א פשט (ענליך צו דעם וואס @ביבער זאגט) אז בדרך כלל מעסט זיך סוקסעס אין וויפיל פון דער איניציאלע פלאן איז געווארן עררייכט. ס׳הייסט ווען איינער פלאנירט עפעס אויס, נאכדעם וואס זיין פלאן האט זיך אויסגעארבעט קען מען זאגן ער איז געווען סוקסעספול.

טאמער וויל מען דאס לייגן אויף מערעידזש וועט אויסקומען אז סוקסעס אין מערעידזש ווערט געשאצט לויטן וויזיע וואס ער האט געהאט אויף זיין מערעידזש און וויפיל דערפון עס איז געווארן פארווירקליכט. ווי מער ער האט מצליח געווען אין נאכקומען זיינע פאראויסשאצונגען אלץ מער סוקסעספול וועט זיך עס אנגעבן. דער פראבלעם איז אז אדאנק ענטראפי איז זייער שווער צו מענואווירן דאס לעבן צו וויאזוי מען וויל, אבער אז מען ווייסט אז מען גייט עס נאכאמאל איבער גיין לפי דר. עריק שוויצגעבעל, דאן לוינט זיך אריינצולייגן יעדער עפארט (אָן אריינגיין אין בחירה) אז עס זאל זיין גוט אפילו עס איז נישט וויאזוי מען האט לכתחילה געוואלט.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

איך פארשטיי נישט די גאנצע הנחה מיט די עקירה
בנוגע איבערשפילן דאס לעבן, פארוואס דארף מען אריינגיין אין די סארט איידיעס ווען סאיז דא איין סימפל וועג צו מעסטן

ווי שטארק ווילסטו אהיימגיין צו דיין ווייב?
פארשטייט זיך אן נגיעות פון וואסערע עסן סווארט דיך אפ אדער די קינדער
און נישט ווייל מהאט זיך היינט געריסן, אין אלגעמיין אויף א דורכשניטליכער טאג
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ביבער האט געשריבן: ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם.
מען 'מאכט' אונז אפשר חתונה פאר דעם סיבה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס מיר 'האבן' חתונה.

בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דיכטער האט געשריבן:מען קען אפשר נוצן דער זעלבע מעטאד צו מעסטן א סאָקסעספול (סוקסעספול, ערפאלגרייך) לעבן בכלל, דהיינו, פרעגן צי ער וואלט נאכאמאל געוואלט לעבן נאכן וויסן וואס ער ווייסט יעצט, און נישט אזוי ווי דער אלעמיינער וועג פון מעסטן סוקסעס וואס איז בערך דער עקוויוועלענט צו מעסטן ליבע אין א מערעידזש.
אולי…

האב איך שפעטער באמערקט אז דו שרייבסט אט דאס:
עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל
אגב, איך האב טאקע געקלערט צי איינער וואס איז קעגן דעם געדאנק פון הייראטן בכלל (ווייל ער האלט זיך נישט גענוג אַלפאַ דאס צו קענען הענדלען וכדומה), צי אפילו ער איז סוּעסיידל און געבט נישט אזא גרויסע שוויית צו דאס לעבן בכלל, צי ס׳איז נאך אלס שייך צו זאגן אז בנוגע מערידזש האט ער יא א סאָקסעספול מערידזש? וויבאלד ער קען דאך זאגן אז טאמער דארף ער שוין איבערטוהן לעבן און מערידזש טוהט ער דאס נאר מיט איר.
דיכטער האט געשריבן:לגבי דער אויסלייג פון דאס ווארט ״סאָקסעספול״ בין איך נייגעריג, טאמער שרייבט מען דער לאנגע ״u״ וואקאל מיט א קמץ אלף ״אָ״, דאן וואלט מען דאך געדארפט שרייבן ״סאָקסעספאָל״ מיט אן אלף נאך דעם פיי, ניין?
איך האב געקלערט אז בשעת די אָ פון ״סאָקסעספול״ איז די געהעריגע ʌ פאָניִם פאר u, איז די ו פון ״סאָקסעספול״ מער די ʊ (צי ə) פאָניִם דערפאר. הגם אבער אז גוגל שרייבט אז זיי האבן ביידע די ə פאָניִם.
IMG_4964.jpeg
ביבער האט געשריבן:סוקסעספול איז לכאורה סאבדשעקטיוו לויט די סיבה פארוואס מהאט חתונה געהאט. איך ווייס נישט די סיבות אלס פארוואס מענטשן האבן חתונה אבער ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם ולפי זה האבן רוב חברי הק"ש זייער סוקסעספול מערידזשעס.
איך זאג די חקירה לגבי מערידזש בכלליות - איד אדער גוי. והיינו, מער אביעקטיוו און נישט נאר געבינדן צו א קולטוראלע קאנטעקסט.

וואס דו זאגסט דא דערמאנט פון דיין ארטיקל אין וועקער 6.
ערנסטגערעדט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע הנחה מיט די חקירה
בנוגע איבערשפילן דאס לעבן, פארוואס דארף מען אריינגיין אין די סארט איידיעס ווען סאיז דא איין סימפל וועג צו מעסטן

ווי שטארק ווילסטו אהיימגיין צו דיין ווייב?
פארשטייט זיך אן נגיעות פון וואסערע עסן סווארט דיך אפ אדער די קינדער
און נישט ווייל מהאט זיך היינט געריסן, אין אלגעמיין אויף א דורכשניטליכער טאג
איה״נ. די געדאנק איז אפילו צו מעסטן וואו ער קען וועהלן/זוכן א ווייב פון פריש. ווילסטו איר? אין אנדערע ווערטער, זיי זענען איינס און דאס זעלבע:
ווי שטארק ווילסטו אהיימגיין צום ווייב = ווי שטארק ווילסטו איר (באמת) פאר א ווייב
שמן למאור האט געשריבן:בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
:D

דאס דערמאנט פון וואס @קהל'ס נער האט דא געשריבן. מיין אשכול דארט האט א שטיקל שייכות צו דעם אשכול דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

שמן למאור האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן: ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם.
מען 'מאכט' אונז אפשר חתונה פאר דעם סיבה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס מיר 'האבן' חתונה.

בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
איך פארשטיי דיין נקודה אז קיינער האט נישט חתונה צו זיין געבינדן אבער קיינער ווייסט טאקע נישט פארוואס ער האט חתונה, די אלע זאכן וואס דו רעכנסט קען דאך געסאלווט ווערן אהן חתונה האבן אדער מיט חתונה האבן שפעטער, נאר ער וויל חתונה האבן ווייל ער וויל זיין פונקט ווי יעדעם און יעדער האט חתונה יונג ווייל אזוי האבן די אדמורים מוצלים מאש איינגעשטעלט כדי אזוי סיסטעמאטיקלי פרעזערוון חרדיזם אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

חתונה האבן איז א קאמיטמענט צווישן צוויי ענטיטיס. אלעס וואס חתונה געהאטע מענטשן טוען קען געטהון ווערן אהן חתונה האבן אויך, נאר מענטשן מאכן אן עקסלוסיוו קאנטראקט ווייל ער וויל עפעס פון די צווייטע צד. און אונזער סיסטעם וויל מען נישט דא קיין שום קאמיטמענטס, מנערט אריין צוויי אינגע מענטשן מיט א לעבנסלענגליכן קאנטראקט כדי צו פרעזערוון עפעס א קולטור.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב איז שייך שאצונג ביי אונז, דארף מען עס שאצען אביסל אנדערש.
עלטערן וואס האבן שוין חתונה "געמאכט" לדוגמא 11 קינדער, זאלן מען דערנאך אויסרעכענען וויפיל זענען סוקסעספול וכדומה, אויב 6 זענען צופרידן און פרייליך איז א סימן אז זיי זענען עפ"ר טויגליכע שליחים פאר זייערע קינדער.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

מי אני האט געשריבן:
איך זאג די חקירה לגבי מערידזש בכלליות - איד אדער גוי. והיינו, מער אביעקטיוו און נישט נאר געבינדן צו א קולטוראלע קאנטעקסט.
איך האלט נישט אז עס איז דא אן אביעקטיווע סיבה. יעדער האט זיך זיינע סיבות. אנגעהובן פון רעליגע ביז געלט און אלעס אינדערמיטת
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ביבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

קרן זוית האט געשריבן:אויב איז שייך שאצונג ביי אונז, דארף מען עס שאצען אביסל אנדערש.
עלטערן וואס האבן שוין חתונה "געמאכט" לדוגמא 11 קינדער, זאלן מען דערנאך אויסרעכענען וויפיל זענען סוקסעספול וכדומה, אויב 6 זענען צופרידן און פרייליך איז א סימן אז זיי זענען עפ"ר טויגליכע שליחים פאר זייערע קינדער.
יא יא. דאס איז שוין סעקאנד-אָרדער: צו שאצן אויב עלטערן זענען סאָקסעספול מיט'ן טרעפן/ערעינדזשען סאָקסעספול מערידזשעס פאר זייערע קינדער.
ביבער האט געשריבן:איך האלט נישט אז עס איז דא אן אביעקטיווע סיבה. יעדער האט זיך זיינע סיבות. אנגעהויבן פון רעליגע ביז געלט און אלעס אינדערמיט.
די סיבות "פארוואס" ער האט חתונה געהאט איז נישט אזוי נוגע. איינמאל ער האט שוין חתונה געהאט איז די שאלה צי די מטרה פונעם אינסטיטוט פון "הייראט" איז דא א סאָקסעס. די דוגמא פון געלט וואס דו האסט צוגעברענגט קען דינען אלס ראיה: אויב האט ער חתונה געהאט לשם ממון אבער איז דערנאך מיזרעבּל מיט איר, דאן הלזאת יקרא "סאָקסעס"? ודון מינה וכו'. כמובן, מיינט די טראכטן עקספּערימענט צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן, אויב ער וואלט געהאט א ברירה מצדו אָן קיין דרויסענדע אונסים (הנראים).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

מי אני האט געשריבן:
די סיבות "פארוואס" ער האט חתונה געהאט איז נישט אזוי נוגע. איינמאל ער האט שוין חתונה געהאט איז די שאלה צי די מטרה פונעם אינסטיטוט פון "הייראט" איז דא א סאָקסעס. די דוגמא פון געלט וואס דו האסט צוגעברענגט קען דינען אלס ראיה: אויב האט ער חתונה געהאט לשום ממון אבער איז דערנאך מיזרעבּל מיט איר, דאן הלזאת יקרא "סאָקסעס". ודון מינה וכו'. כמובן, מיינט די טראכטן עקספּערימענט צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן, אויב ער וואלט געהאט א ברירה מצדו אָן קיין דרויסענדע אונסים (הנראים).
לדעתי איז עס יא נוגע, ספעציעל ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגען דערפון. מיר מענטשן זענען נישט געבוירן אין א וועקיום. אז דו פרעגסט וויאזוי משאצט דארף מען אריינקוקן לעומק הדבר.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ביבער האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
די סיבות "פארוואס" ער האט חתונה געהאט איז נישט אזוי נוגע. איינמאל ער האט שוין חתונה געהאט איז די שאלה צי די מטרה פונעם אינסטיטוט פון "הייראט" איז דא א סאָקסעס. די דוגמא פון געלט וואס דו האסט צוגעברענגט קען דינען אלס ראיה: אויב האט ער חתונה געהאט לשום ממון אבער איז דערנאך מיזרעבּל מיט איר, דאן הלזאת יקרא "סאָקסעס". ודון מינה וכו'. כמובן, מיינט די טראכטן עקספּערימענט צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן, אויב ער וואלט געהאט א ברירה מצדו אָן קיין דרויסענדע אונסים (הנראים).
לדעתי איז עס יא נוגע, ספעציעל ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגען דערפון. מיר מענטשן זענען נישט געבוירן אין א וועקיום. אז דו פרעגסט וויאזוי משאצט דארף מען אריינקוקן לעומק הדבר.
איז נישט די טבע העולם אז א זכר וויל וואוינען מיט א נקיבה פאר ליבע? אויב איז דא אנדערע סיבות איז עס סתם מעוקמ׳דיג
צו איז די ליבע עכט אדער מהאט זיך אליינס ליב וועט מען לאזן פאר די חוקרים, אבער בדרך כלל געלט אדער רעליגיע איז סתם גענוצט די טבע וואס עקזיסטירט אנצוקומען צו יענעם מטרה
אפגערעדט אז ערעינדזשד מערידזש איז דאך דא נישט נוגע עכט…
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

כ׳הייב נישט אן צו פארשטיין דעי גאנצע משא ומתן דא... ביי מיר א סוקסעספול ״מערידזש״ (א אידישע עכ״פ) מיינט, אז נאכן זאגן דעם ׳הרי את...׳ האט דאס רינגל צוגעטראפן און זיך ארויפגעשלייכט מיט ׳סוקסעס׳ אויפן פינגער
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איז דאך תשובתך בצידך. ווייל ער איז ממשיך נאכ׳ן זאגן דעם ״הרי את מקודשת לי בטבעת זו״ מיט ״כדת משה וישראל״, ומכח דעם כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש, ועיין בתוד״ה כל בגיטין לג. נו, איז דאך די ״סאָקסעס״ פונעם רינגעל שטעלן דאך תלוי בספק טאמער וועלן דאס די רבנן שפעטער מפקע זיין… :)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ליצנות אין די זייט...

פאר׳ן דן זיין וויזוי צו מעסטן סוקסעס, דארף מען פארשטיין וואס דאסיז בכלל.

במשנת הרב מאניס פרידמאן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

סוקסעס באדייט אז מען האט באוויזן אויסצופירן א פון פאראויס פארשטאנענע מיסיע מיט - סוקסעס. כדי צו רעכענען די סוקסעס פון די מיסיע דארף מען פון פאראויס פארשטיין וואס איז די ציל פון די מיסיע,און לויט וויפיל די ציל איז עררייכט געווארן לויט דעם קען מען שאצן די סוקסעס.
כדי צו מעסטן אויב א מערידש איז סוקסעספול דארף מען מאכן א ליסטע פון אספעקטן וועלכע נאמען ארום מערידש און קוקן וויפיל פון די זאכן די ספעציפישע מערידש פארמאגט.
יעצט וועט איר פרעגן, נו וואס זענען די זאכן? [emoji12]
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי איך האב צוגעלינקט אינעם ערשטן תגובה איז דר. פינקעל מיט קאלעגעס עוסק אין אט די שאלה, און ווי אזוי דאס וואס מ'ערווארט פון אט דעם אינסטיטוט און קאנטראקט פון מערידזש האט זיך געטוישט במשך הדורות.

אזוי צי אזוי איז דאך אט די מעטריק דן אויף דעם אפילו אָן דאס קלאר ארויסהאבן. והיינו, אויב וואלטן זיי איבערגעטוהן פון פריש אט דעם קאנטראקט איינע מיט'ן אנדערן (און נישט אז זיי גייען שוין "אָקעי, ס'איז גוט" מיט דערמיט ווייל ארויס דערפון יעצט איז נאך שווערער), דאן באדייט דאס אז ביידע פּאַרטיִס זענען סעטיספייד מיט וואס זיי באקומען ארויס פון דעם קאנטראקט אויף וואס זיי זענען איינגעגאנגען מעיקרא. און דאס באדייט דאך "סאָקסעס" אין דעם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן:סוקסעס באדייט אז מען האט באוויזן אויסצופירן א פון פאראויס פארשטאנענע מיסיע מיט - סוקסעס. כדי צו רעכענען די סוקסעס פון די מיסיע דארף מען פון פאראויס פארשטיין וואס איז די ציל פון די מיסיע,און לויט וויפיל די ציל איז עררייכט געווארן לויט דעם קען מען שאצן די סוקסעס.
כדי צו מעסטן אויב א מערידש איז סוקסעספול דארף מען מאכן א ליסטע פון אספעקטן וועלכע נאמען ארום מערידש און קוקן וויפיל פון די זאכן די ספעציפישע מערידש פארמאגט.
יעצט וועט איר פרעגן, נו וואס זענען די זאכן? [emoji12]
ענליך צו דעם האט @דיכטער אויבן געשריבן
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 79#p529079
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט