טראמפ טויגט מער נישט 'יעצט', אדער חרטה אויף דיין שטימע?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: טראמפ טויגט מער נישט 'יעצט', אדער חרטה אויף דיין שטימע?

שליחה דורך בעלינגהעם »

חרטה קומט נישט אריין ווייל איך האב בכלל נישט געשטימט פאר אים אבער איך האב געהאלטן פון עם מיט אלע זיינע משוגעתן, איך האלט נאך יעצט אז ער איז געווען א גוטע פרעזידענט, אבער דאס אז ער מאכט אוועק די וואלן סיסטעם איז שעדליך פאר דעמאקראטיע
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: טראמפ טויגט מער נישט 'יעצט', אדער חרטה אויף דיין שטימע?

שליחה דורך בעלינגהעם »

שווערע זאך זאגן אויף זיך אז מען האט זיך טועה געווען אבער איך וועל עס ציטיילען, איך האב מיך נישט טועה געווען אז ער טויגט פאר די דזשאב אבער איך האב נישט געוויסט אז ער גייט נישט אנעמען א פארלוסט
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: טראמפ טויגט מער נישט 'יעצט', אדער חרטה אויף דיין שטימע?

שליחה דורך בעלינגהעם »

איך האב אויך געזעהן אז ער איז א איגאיסטישע מענטש איך האב מיך נישט פארגעשטעלט אזוי ווייט, קען זיין אנדערע האבן עם בעסער ארויסגעהאט. קען זיין זיינע סטעיטמענט און פאליסיס האט מיך געמאכט פארזעהן די סימנים.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

איך וואלט געצויגן מער צו נומער איינס, וויבאלד ער האט געמאכט א מהפיכה לגבי זיין פרא איזרעיל לכאורה אויף לדורות, און בכלל האב איך הנאה געהאט פון זיין צודרייטקייט. ער איז געווען געשמאק אבער עקלדיג אין די זעלבע צייט, געשמאק ווייל ער איז געווען אינטערטעיניג, עקלדיג ווייל ער האט חוזק געמאכט פון אנדערע מענטשן אויף א נידריגע אופן, אבער ווי לאנג ער האט געדינט מיינע אינטערעסן האב איך אים געגלייכט.

פון די אנדערע זייט צו איך אויך צו די צווייטע אפציע, ווייל צו זיין אזוי צודרייט דארף מען זיין אזוי משוגע פון פארדעם, און ס'איז נתגלה געווארן למפרע אז דער בחור האט נישט דעוועלאפט זיין שכל און עמאוישענס ווי אן עדאלט, נאר ער האט ליבערשט אזאנס ווי א זעקס יעריגס.
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: טראמפ טויגט מער נישט 'יעצט', אדער חרטה אויף דיין שטימע?

שליחה דורך בעלינגהעם »

און אנדערע ווערטער, אויב געווינט ער נאכאמאל וועט ער זיין א גוטע פרעזידענט, אבער ענדערש א שוואכע דאמאקראטישע (נישט די פארטיי) פרעזידענט ווי א גוטע דיקטאטור, אפילו ער קען נישט אויפירן זיין דיקטאטורשאפט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דער אמת איז אז אסאך טראמפ שטיצער ווייסן זייער גוט וואספארא חברה מאן ער איז, אבער דאך האלטן זיי אז למעשה איז ער גוט צו זיין פרעזידענט. איך האב נישט געשטימט פאר אים אין 2016, הגם כ'האב נישט געשטימט פאר הילערי אויך נישט. כ'האב געהאלטן אז ביידע טויגן נישט, כ'האב זייער מורא געהאט אז טראמפ וועט ברענגען א נייע סארט ווינט אין אמעריקע, אויפהייבן די גייסט פון די ווייסע סעפרעמעסיסטן, מער אויפהעצן דעם קולטורישע מלחמה, און ווער ווייסט וואס נאך עס קען אלס פאסירן... כ'האב געציטערט פון די unknown, ווער ווייסט וואס דער נארסעסיסט איז אלץ עלול צו טון? ער וועט מעגליך אויפשטיין איין צופרי אין א שלעכטע גיסטע, און פינקט וועט מעקרון פון פראנקרייך זיך עפעס פאררעדן אז טראמפ איז נישט אזוי קלוג, און פאר ווען-וואס וועט שוין פאריז זיין אונטער א נוקלאערע אטאקע.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט גאנץ פיין געפירט אמעריקע. ער איז אפילו גרייט געווען צו מאכן פשרות, ער איז בכלל נישט קיין רעכטע עקסטרעמיסט. ער איז געווען א שטארקע אידן פריינט און אונז האבן דארטן געהאט א אפענע טיר. קיין נוקלעארע באמבעס איז נישט געפלויגן, אויב עפעס איז די וועלט געזיצן איינגעמאכט פאר שרעק ציטערנדיג פון דעם משוגע'נעם אינעם ווייסן הויז. קיין מלחמות האבן זיך נישט אנגעפאנגען און שלום געשפרעכן זענען גע'חתמ'ט געווארן. ער האט פארדינט מיין שטימע אין 2020.

למעשה נאכן פארלירן אין 2020 און ער האט נישט אויפגעהערט צו דרייען א קאפ אז ער האט געוואונען, און בפרט נאכן אנמאכן א שטינק יאנואר דעם זעקסטן, זענען אסאך פון זיינע הייסע חסידים אפגעקילט געווארן און אסאך אינדעפענדענטס האבן זיך גענצליך אפגעשאקלט פון אים. ביי מיר -וואס קיין הייסע שטיצער פון טראמפ בין איך קיינמאל נישט געווען- האט די גאנצע לייקענען די וואלן מיט די יאנואר דעם זעקסטן נישט צופיל אויסגעמאכט אויף מיר. קיין גרויסע חידוש איז דאס נישט געווען אז ער וועט נישט קענען אננעמען א פארלוסט, און יאנואר דעם זעקסטן האלט איך נישט אז ער איז ממש שולדיג אין דעם. הגם פעטש קומט זיך אים זיכער, אבער פעטש קומט זיך פאר יעדעם, מען דארף אלץ זען וועלכע צוויי אפציעס זענען דא אויפן טיש.

לעת עתה האף איך אז דעסענטיס וועט געווינען די רעפאבליקאנער טיקעט און ארויסשטויסן ביידן. אונז קענען שוין ניצן אביסל שטילקייט און האבן א נארמאלן מענטש וואס זאל פירן דאס לאנד. איך האלט אבער אז עס וועט נישט געשען. עס זעט שטארק אויס אז טראמפ האט די רעפובליקאנע נאמינאציע, און אויב עס קומט לידי כך וועל איך לכאורה שטימען נאכאמאל פאר טראמפ. ביידן מיט הערריס זאל מען ארויסקאפען ווי אמשנעלסטן, ענדערש דעם פארריקטן טראמפ ווי דער טויטע ביידן.

למעשה איז ממש א שאד אז טראמפ האט נישט געוואונען אין 2020. שטעל דיך פאר אז ער געווינט... מען וואלט יעצט געהאלטן קרוב צום סוף פון די 8 שיכור'ע יארן. עס וואלטן געלאפן חברה אויף ביידע זייטן פון די מטבע. טראמפ וואלט ארויסגעגאנגען סוף פון זיין טערמין מיט די גאווה ביז העכערן נאז, ער וואלט געפילט אקאמפלישט און צופרידן אלץ די בעסטע פרעזידענט אין די וועלטס היסטאריע, ער וואלט זיך אריינגעקראכן אין זיין לעכל, און אמעריקע וואלט געקענט אנפאנגען זיך צו ערהוילן פון די וואונדן. יעצט אז ער האט פארלוירן, וועט זיך די גאנצע מערכה ציען פאר נאך פיר פרישע יאר, נישט קיין חילוק צו ער געווינט צו נישט. אזוי צו אזוי וועט נאך זיין אסאך לעבעדיגע צייטן אין אמעריקע. טייל וועלן טענה'ן פארקערט, 8 יאר פון טראמפ אין איין צי איז צופיל, מען האט געדארפט נעמען א שטיקל ברעיק, אביסל שטילקייט מיט דעם פארשלאפענעם ביידן, און יעצט איז מען גרייט פאר פרישע פאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
קורץ שארף צום פוינט!
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך קורץ שארף צום פוינט! »

חרטה
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אוי @שמן למאור וואס האסטו געטון, האסטו מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל.

א קאנסערוואטיווער בין איך, אבער צו שטיצן 'טראמפ' האב איך גראדע אנגעהויבן גאנץ שפעט. איך האב אקטיוו געהאלפן די 'קרוז קאמפיין', נאר נאך וואס ער איז ארויס, האב איך גענומען די 'טראמפ' טראמוויי. ניין, איך האב קיינמאל נישט געהאלטן אז ער איז אזוי משוגע אז ס'זאל פליען נוקלעארע מיסילס אויף 'פאריז', אבער אזוי ווי יעדער האב איך געציטערט פון די unknown.

יעצט, נאכ'ן מיטהאלטן די רדיפות וואס ער איז אריבער פון -נאך פאר- די אנהייב, א ספעציעלע קאנסיל געבויעט אויף לופט, אן אימפיטשמענט געבויעט אויף גארנישט, האט ער פאר דעם אליינס פארדינט מיין שטימע, א בחינה פון גירא בעיני דשטנא.

די וואלן מאניפולאציעס בין איך נאך נישט איבערצייגט אז ס'איז נישט געווען, און און די 'יאנואר 6' פראטעסט, האט אויך גארנישט געוויזן, איז זעה איך נישט פארוואס ער זאל נישט באקומען מיין שטימע אין די יעצטיגע רונדע.

נאך איין זייער שטארקע סיבה פארוואס איך אין זיין קעמפ, איז די 'דיעפ סטעיט'. שוין היינט קלאר אז ס'עקזיסטירט און פון אלע קאנדידאטן וואס לויפן, א חלק זענען גאר אין דעם, די אנדערע חלק וויל נאכנישט אנערקענען די מציאות, און טאקע ווייל ער איז אריבער די טשעפערייען, אויב קומט ער אריין, גייט ער קלינען האוז.

'דיסענטיס' איז דער איינציגסטער צו וועם כ'קען מיך זעהן אריבערגיין. ער איז אויך א שלעגער, קאוויד האט ער באהאנדלט בעסער ווי 'טראמפ', אין די קולטור מלחמה איז ער אויך גאנץ אינוועסטירט, סאו...
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך בין געפאלען פאר בוש, שפעטער פאר מעקעין, און שפעטער פאר ראמני, און שפעטער פאר רייען, נאר געוואויר צו ווערן נאך טראמפ איז אריינגעקומען אז די 'גאנצע' וואשינגטאן איז אויף איין זײט, און אלע האבן זיך שפעטער אויסגעלאזט צו האבן געווען די זעלבע פראוד.
ווער ס'וויל, קען גיין מיט דיסאנטעס און נאכאמאל פאלן פאר די זעלבע פראוד. ער איז געספאנסערט ביי די זעלבע וואס האבן געספאנסערט די פריערדיקע. גוד לאק.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

קורקלענד האט געשריבן: ווער ס'וויל קען גיין מיט דיסאנטעס און נאכאמאל פאלן פאר די זעלבע פראוד. ער איז געספאנסערט ביי די זעלבע וואס האבן געספאנסערט די פריערדיקע. גוד לאק.
ס'נישט אמת, ווייל ער שלאגט זיך אויף אישו'ס וואס ניטאמאל 'מעקארטי' וויל צורירן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

עס איז מיר שווער צו באשליסן צווישן די צוויי אפציעס, אבער קיין שטארקע חרטה זיכער נישט
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געשטימט פאר טראמפ אין 2020 און איך האב נישט קיין חרטה, איך פלאן צו שטימען פאר אים נאכאמאל, פאר די סיבות @אלע צוזאמען האט אויסגערעכנט, און פאר נאך פארשידענע סיבות.

זיין פרעזידענטשאפט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער סוקסעספול און די מצב וואס די מידיא האט אראפגעלייגט אז ס’גייט זיין האט ארויסגעשטעלט צו זיין א איבריגע היסטעריע, אויב עפעס דארף מען ארויסוואוטן די מידיא פארן מאכן אזא מצב פאר גארנישט סתם ווייל זיי האבן נישט ליב געהאט טראמפ, האבן זיי אריינגעלייגט האלב אמעריקא אין א אומזיסטע פחד, מ’קען אבער נישט ארויסווארפן די מידיא ווייל זיי לויפן נישט פאר פרעזידענט וועל איך גיין וואוטן פאר טראמפ פשוט צוצופאכענען די מידיא און די עסטעבלישמענט פון ביידע פארטייען וואס ווילן אים נישט.

בנוגע ינואר דעם זעקסטן, האלט איך אז טראמפ איז נישט אזוי ראונג געווען, ס’קען זיין אז מ’האט אים טאקע באגנבעט, און אפילו טאמער נישט, פארוואס זאל ער נישט מעגן אויפברענגען פראגעס דערקעגן ווען ער האט אזא פילינג אז עפעס נישט ריכטיג איז געווען דא, ס’איז זיכער באגאנגען געווארן אומיושרדיגע זאכן צו אים ווי למשל באגראבן זיין סטארי פון האנטערס לעפטאפ, ער האט געשפירט דורכאויס די וואלן אז עפעס נישט גוט טוט זיך אפ, פארוואס זאל ער נישט מעגן פרעגן שאלות, די מידיא האט אראפגעלייגט ווער ס’האט זיך געוואגט צו פרעגן עפעס א ווארט פאר א משוגענער, בשעת הילערי האט עס געמעגט זאגן אין 2016, און דאס איז די זעלבע מידיא וואס האט אנגעדרייט דעם פחד אין 2016 קעגן טראמפ שלא ביושר.

איך האלט זיך גראדע פאר א ליבעראל אויף אסאך נושאים, אבער פאר טראמפ גיי איך אלל דע וועי.

איך כאפ מיך יעצט אז קען זיין אז איך דארף נישט שרייבן אין דעם אשכול ווייל איך האב נישט חרטה, אבער איך זע איך בין נישט די איינציגסטער ווייל געוויסע וואס האבן חרטה האבן קיינמאל נישט לכתחילה געוועלט פאר אים..
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ליבי אומר לי דאס א חלק פין די וואס האבן יעצט חרטה וועלן נאך, איידער די וואלן, חרטה האבן אויף זייער חרטה

איך בין נייגעריג פין די וואס האבן געוואט פאר ביידען איז דא וואס האבן חרטה?...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

הקטן האט געשריבן:ליבי אומר לי דאס א חלק פין די וואס האבן יעצט חרטה וועלן נאך, איידער די וואלן, חרטה האבן אויף זייער חרטה

איך בין נייגעריג פין די וואס האבן געוואט פאר ביידען איז דא וואס האבן חרטה?...
כמעט נישט שייך פאר אן אנטי טראמפער חרטה צו האבן אויף ביידן, ווייל דער איינציסטער אלטערנעטיוו צו ביידן איז דאך געווען טראמפ

א בעסערע שאלה איז צו איינער וואס האט געוואיט פאר ביידן לעצטע מאל וואלט געוואיט פאר אים נאכאמאל, און מיין פערזענליכע תשובה איז אז סווענדט זיך, אויב איז עס נאכאמאל סטריקטלי טראמפ קעגן ביידען וואיט איך קלאר פאר ביידן ווייל א האלב פארקאלעכטער ביידן איז ענדערש ווי דעם צודרייטן טראמפ וואס איז מסוכן פאר די מענטשהייט, משא״כ אויב סאיז ביידן קעגן א צווייטער מער נארמאלער קאנדידאט (דעסאנטיס למשל, אין טעאריע), באקומט נישט ביידן מיין וואויט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

כלבאשבוע האט געשריבן:ווייל א האלב פארקאלעכטער ביידן איז ענדערש ווי דעם צודרייטן טראמפ וואס איז מסוכן פאר די מענטשהייט
די ערשטע מאל האב איך טאקע מורא געהאט דאס ער איז מסוכן פאר די מענטשהייט און נישט געוואוט פאר אים.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ביי מיר איז עס אויסדרוקליך חרטה.

איך האב געשטיצט טראמפ אין 2016 ווייל איך האב, ווי אסאך אנדערע, שוין לאנג געהאלטן אז פאליטיקאנטן פירן אלעס אין ד'רערד וויבאלד זיי שפילן מיט יענעמס געלט און עס פעהלט זיך אויס א ביזנעסמאן זאל מאכן סדר.

איך האב אויך געהאלטן אז נאך די וואלן וועט ער זיך ארומנעמען מיט קלוגע באזעסענע מענטשן וואס וועלן אהערשטעלן א שטארקע אפעקטיווע אדמיניסטראציע וואס וועט זיין א שטאלץ פארן לאנד.

אין 2020 האב איך שוין איינגעזעהן אז אפעקטיוו איז די אדמיניסטראציע נישט געווען אבער די וועג וויאזוי ער איז באהאנדלט געווארן שלא ביושר, פלאס דאס אז די באוועגונג קעגן טראמפ גייט געווענליך בענאזאם מיט אנדערע פראגרעסיווע שאר ירקות, דאס האט מיר באוואויגן צו נאכאמאל געבן מיין שטימע פאר טראמפ.

די עיקר טוירן אף איז געווען נאך די וואלן, איך קויף נישט אפ אז דא איז געווען עפעס מאסיווע פעלטשערייען וואס האבן געטוישט די אויסגאנג פון די וואלן, און מיט טראמפ'ס אומאויפהערליכע האמערן די נושא האט ער ביי מיר אויסגעקלארט אז ער איז א שעדליכע פערזאן וואס אויב קומט איהם אויס פערזענליך עפעס גוט זאל די גאנצע לאנד פלאקערן דערויף.

ביידן האב איך אויך נישט ליב, אויב עווענטועל גייט טראמפ לויפן קעגן ביידן שרייב איך אריין די פשטו רבי אלץ רייט אין.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:און די צווייטע מאל האסטו געשטימט פאר טראמפ? און וואס פלאנסטו צו טוהן אין 2024?
דארף איך יעצט דיסיידען?

פין וואס איך האב געזען ביז דערווייל זעה איך נישט דאס ער איז "מסוכן פאר די מענטשהייט"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שושן פורים האט געשריבן:אויב עווענטועל גייט טראמפ לויפן קעגן ביידן שרייב איך אריין די פשטו רבי אלץ רייט אין.
:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
אילין מאסק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 4:29 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך אילין מאסק »

באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

א קורצע הסברה איבער די אבנארמאלע סיטואציע מיט טראמפ
https://www.youtube.com/watch?v=b58qKqL1d_Y
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט