שטיצסט נאך אלץ טראמפ?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שמן למאור האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
shadchan האט געשריבן:הערטס מיר אויס אידן טייערע.
בעצם אויפן טאג טעגליכע לעבן מאכט אינז נישט אויס ווער זיצט ביים רידער.
אינז דארפן האבן הכרת הטוב פאר ווער עס האט אונז געהאלפן
און דעס איז קלאר פאר יעדעם
אבאמא קעיר האט איעדער, וואס לעיבט נישט אויפן פעטער׳ס חשבון, ביטער געשפירט, עד שבא בן טראמפ וביטלו.
האב איך עפעס פארפאסט? ווען איז אבאמא-קעיר בטל געווארן?
טראמפ האט אראפ גענימען די גילט קנס פאר ווער עס האט נישט קיין אבאמא קעיר, וואס מיט דעים האט ער עס ווירטואל געהרגט
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

אינטרעסאנט. אבאמא קעיר איז טויט? איך בין נישט עלידזשעבעל פאר מעדיקעיד, אבער צאלן צאל איך גארנישט פאר אינשוראנס, צוליעב אבאמא קעיר. מיט וואס איז עס טויט? עס לעבט נאך אין גרויסן, און אסאך אירע האבן שטארק הנאה דערפון.

אויב דאס איז טויט, לעבן זאל עס ווייטער.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נאך א מיינונג האט געשריבן:אינטרעסאנט. אבאמא קעיר איז טויט? איך בין נישט עלידזשעבעל פאר מעדיקעיד, אבער צאלן צאל איך גארנישט פאר אינשוראנס, צוליעב אבאמא קעיר. מיט וואס איז עס טויט? עס לעבט נאך אין גרויסן, און אסאך אירע האבן שטארק הנאה דערפון.

אויב דאס איז טויט, לעבן זאל עס ווייטער.
נו טאקע דאס איז די מעלה פון טראמפ, ווען אבאמע קעיר איז געוועהן בימי חרפו האסטו געדארפט צאלן טבין ותקילין פאר אינשורענס אז נישט האסטו באקימען א ריזיגע קנס (טעקס לפי לשון אובאמה), היינט דארפסטו שוין נישט קויפן קיין אינשורענס און דארפסט נישט צאלן קיין קנס, יא און איך קען דעי טריק וויאזוי האט העלטה קעיר אן צאלן אינשורענס, און אויב דעיס מיינט ביי דיר אובאמאה קעיר איז טאקע הייל אובאמה קעיר.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער אנערקענען אז ער האט פארלוירן? איז עס טאקע אמת אז ער האט באמת פארלוירן? און אויב האט ער נישט באמת פארלוירן, פארוואס זאל ער עס לאזן לויפן?

דאס זיך טרעפן מיט קאניע וועסט איז גראדע צו מיר נישט מעלה אדער מורד. ס'ווייזט נישט גארנישט.

און ביבי האט איהם למעשה ביטרעיט. ער איז געווען פון די ערשטע וועלט פירער איהם צו ווארפן אונטערן באס נאך די א''ג וואלן, און דאס איז געווען נאך אלס וואס טראמפ האט פאר איהם געטוהן. ר' איד, די קשיא דא איז אסאך שטערקער אויף ביבי ווי אויף טראמפ.....
איך בין מסכים מיט דיין ערשטע נקודה. נאר זיין טרעפן זיך מיט קאניע וועסט און אנדערע באוואוסטע האסערס און אנטיסעמיטן ווייזט אז ער איז נישט אינגאנצן תוכו כברו. אויב ער האט א געמיינזאמע שפראך מיט די שונאי ישראל.
און איך בין נישט מסכים, תוכו כברו זענען ווייניג מענטשן, אבער אן אנטיסעמיט איז טראמפ נישט, און ניין מ'זעהט עס נישט ווייל ער איז געווען גוט צו מדינות ישראל, נאר פון זיין 65 יאר פאר ער איז אריין אין פאליטיק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

די מידיע וואטעווער זיי האבן געטון ארבעט עס אויף מיר, זיי האבן אים געמאכט פאר היטלער און פערטיג
אפילו די וועג וויזוי זיי זענען אַבּסעסד מיט אים כהאב נישט קיין כח צו די העדליינס מער, שיק אים אויף מאַרס
סטאקע נישט קיין גרויסע חילוק ווער סאיז ביים רודער לאז דער אלטער קאַקער בלייבן
מזאל ווייטער שיקן ביליאנען פאר אוקריינע און ערלעדיגן נאך א קאָוויד דאס בערזל ווערט שוין ליידיג
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

קהל'ס נער האט געשריבן:
נאך א מיינונג האט געשריבן:אינטרעסאנט. אבאמא קעיר איז טויט? איך בין נישט עלידזשעבעל פאר מעדיקעיד, אבער צאלן צאל איך גארנישט פאר אינשוראנס, צוליעב אבאמא קעיר. מיט וואס איז עס טויט? עס לעבט נאך אין גרויסן, און אסאך אירע האבן שטארק הנאה דערפון.

אויב דאס איז טויט, לעבן זאל עס ווייטער.
נו טאקע דאס איז די מעלה פון טראמפ, ווען אבאמע קעיר איז געוועהן בימי חרפו האסטו געדארפט צאלן טבין ותקילין פאר אינשורענס אז נישט האסטו באקימען א ריזיגע קנס (טעקס לפי לשון אובאמה), היינט דארפסטו שוין נישט קויפן קיין אינשורענס און דארפסט נישט צאלן קיין קנס, יא און איך קען דעי טריק וויאזוי האט העלטה קעיר אן צאלן אינשורענס, און אויב דעיס מיינט ביי דיר אובאמאה קעיר איז טאקע הייל אובאמה קעיר.
דאס האט גארנישט געהאט מיט טראמפ. בחיי אבאמא, דער וואס האט נישט געקויפט קיין אינשוראנס, האט געדארפט באצאלן א קליינם קנס. דער וואס האט געקויפט אינשוראנס, האט פארדינט נישט נאר די קנס, נאר אויך די סובסידיס וואס נאר א גרויסן עושר האט נישט זוכה געווען דערצו.

טראמפ האט אוועק גענומן די קנס, אבער די (כמעט) אומזיסטע אינשוראנס איז געבליבן.

און טאקע, הייל אבאמא קעיר. עס איז א געוואלדיגע זאך פאר אונז אלע, און טאמער 'הכרת הטוב' איז אין פלאץ ביי עלעקשאנס, קומט זיך עס אים פי כמה אלע אנדערע פרעזידענטן אין מיין צייטן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וויי איז פאר א דור וואס געדענקט שוין נישט העלטה קעיר פון פאר אובאמא קעיר. נישט מצד קעיר און נישט מצד קאסט.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

קורקלענד האט געשריבן:וויי איז פאר א דור וואס געדענקט שוין נישט העלטה קעיר פון פאר אובאמא קעיר. נישט מצד קעיר און נישט מצד קאסט.
אוקיי, ביסט צוריק.

שתיקה כהודאה, און דו האסט מסכים געווען אז טראמפ און זיין שטיצערס פרעדיגן פרעכע ליגענט מיט זייער ברענגן א ראיה אז 'ביז חצות האט ער געוואנן'. זייער גוט.

לגבי העלטה קעיר, איך געדענק גוט העלטה קעיר פאר אובאמא האט עס געראטעוועט. אז איך האב יעצט העלטה קעיר און די צוויי וואכן די יאר וואס איך האב געוויילט אין שפיטאל האבן מיר נישט באנקראטירט, איז צו פארדאנקן טראמפ.

און דעריבער איז נישט דא קיין איין פאליטישען וואס האלט ביים מבטל זיין אבאמא קעיר. נאר שוטים אין מקוה רעדן דערפון.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קורקלענד האט געשריבן:ס'איז א גרויסע טעות צו זאגן אז 'זיינע' מענטשן האבן איהם אפגעלאזט. ווער ס'פארשטייט וויאזוי וואשינגטאן ארבעט ווייסט גאנץ גוט אז רוב פון זיי זענען מתחילה נישט געווען 'זיינע' מענטשן. למשל זיין אלטע וויצע פרעזידענט איז לכאורה נישט קיין מענטש וואס ער האט געקענט איידער ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, און דער וויצע פרעזידענט האט דורכאויס די גאנצע פרעזידענטשאפט געפירט זיין אייגן אגענדע. אפטמאל אקעגן טראמפ. פון די אנדערע זייט זענען דא גאר ווייניג מענטשן פון זיינע מענטשן וואס האבן איהם אפגעלאזט פשוט ווייל זיי האבן איינגעזען אז ער איז א פראבלעמאטישע פארשוין.
סתם נייגעריג, רוב זיינע מענטשן האבן אים אפגעלאזט? אדער ער האט זיי געפייערט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

נאך א מיינונג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וויי איז פאר א דור וואס געדענקט שוין נישט העלטה קעיר פון פאר אובאמא קעיר. נישט מצד קעיר און נישט מצד קאסט.
אוקיי, ביסט צוריק.

שתיקה כהודאה, און דו האסט מסכים געווען אז טראמפ און זיין שטיצערס פרעדיגן פרעכע ליגענט מיט זייער ברענגן א ראיה אז 'ביז חצות האט ער געוואנן'. זייער גוט.

לגבי העלטה קעיר, איך געדענק גוט העלטה קעיר פאר אובאמא האט עס געראטעוועט. אז איך האב יעצט העלטה קעיר און די צוויי וואכן די יאר וואס איך האב געוויילט אין שפיטאל האבן מיר נישט באנקראטירט, איז צו פארדאנקן טראמפ.

און דעריבער איז נישט דא קיין איין פאליטישען וואס האלט ביים מבטל זיין אבאמא קעיר. נאר שוטים אין מקוה רעדן דערפון.
איך קען פלענטי מענטשן וואס באנקראטירן היינט צוטאגסַפון מעדיקל ביללס. און אויב געדענק איך גוט זענען היינט דא מער ווי אמאל. נישט זיכער.

איך בין צוריק צו רעדן פון א נייע נושא. יענע נושא איז א שאד די צייט. וויזוי האט יענער געזאגט, I already made up my mind please don't confuse me with facts.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לול, כאטש זאגסטו עס ארויס בפה מלא... אנדערע נארן זיך אז זיי גייען פשוט נאך די פאקטן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
קורץ שארף צום פוינט!
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך קורץ שארף צום פוינט! »

האט די אלגעמיינע פרעססע אויפגעכאפט דעם פאקט אז חרדישע מענער זענען זייער פרא-טראמפ?
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: שטיצסט נאך אלץ טראמפ?

שליחה דורך בעלינגהעם »

איך פלעג אמאל שטארק שטיצן טראמפ אבער די וועג וויאזוי ער האט באהאנדעלט פארלירן די וויילן האט מיך זייער פארעקלט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער אנערקענען אז ער האט פארלוירן? איז עס טאקע אמת אז ער האט באמת פארלוירן? און אויב האט ער נישט באמת פארלוירן, פארוואס זאל ער עס לאזן לויפן?

דאס זיך טרעפן מיט קאניע וועסט איז גראדע צו מיר נישט מעלה אדער מורד. ס'ווייזט נישט גארנישט.

און ביבי האט איהם למעשה ביטרעיט. ער איז געווען פון די ערשטע וועלט פירער איהם צו ווארפן אונטערן באס נאך די א''ג וואלן, און דאס איז געווען נאך אלס וואס טראמפ האט פאר איהם געטוהן. ר' איד, די קשיא דא איז אסאך שטערקער אויף ביבי ווי אויף טראמפ.....
אוי דו רעדסט ווי אזא טראמפ שטיצער, אזוי ווי ער זאגט אליינס אז ער קען שיסן א מענטש אויף פיפט עוועניו און זיינע שטיצער וועלן נאך גיין פאר אים.

וואס האט ביבי געזאלט טון? ער האט געווארט ווי א טאטעלע אז די ריזאלטס זאלן ארויסקומען, הערשט נאכדעם האט ער ארויסגעשיקט דעם טוויט.
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: שטיצסט נאך אלץ טראמפ?

שליחה דורך בעלינגהעם »

ביבי האט עם ביטרעיט? ביבי ארבעט עפעס פאר טראמפ? ער פארטרעט א לאנד וואס ארבעט נאנט מיט אמעריקע האט ער גראטולירו די מענטש וואס האט געוואנען די וואלן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די פראבלעם מיט ביבי איז נישט געווען אז ער האט גראטולירט. די פראבלעם איז אז ער איז געווען פון די סאמע ערשטע. נאך פאר רוב וועלט פירער האבן עס געטוהן.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

קליענן די 'דיעפ סטעיט' איז א זינלאזע זאץ.

דער דיעפ סטעיט איז נישט עפעס א באהאלטענם מעשה. יעדער גרויסע ביזנעס האט ארבעטארערס וואס פארשטייען די ביזנעס, און פירן די איינצעלהייטן פון די ביזנעס, און פארן זיך מיט די פראבלעמן פון די ביזנעס. א נייעם CEO קען עטוואס טוישן, אבער נישט די גאנצע קולטור, און נישט אין אפאר יאר.

דאס איז די דיעפ סטעיט, ארבעטארערס אין די פעדעראלע רעגירונג, וואס פירן זיך לויט געוויסע געזעצן און מנהגים המסורים מדור דור. ווען א נייעם CEO קומט צו גייען און רופט אויס 'קיינער מעג שוין נישט אימיגרירן קיין אמעריקא', אדער עפעס ענליך, איז נישט מעגליך פאר א ריזיגע אפאראט ווי דער DHS זיך צו טוישן איבערנאכט. טראמפ'ס DHS סעקרעטאר האט טאקע געפטר'ט האלב די שטאב, און דוקא די געלונגענם האלב, פון די אימיגראציע אטאריטעטן. אבער די סיסטעם טוישט זיך נישט.

טאמער איינער וועט עס טאקע קליענן, וויסן זאלסטו אז דאס מיינט אז אינקאמפעטענץ איז יעצט די נייעם ארדנונג. קיינער ווייסט נישט ווי זיך אומצוגייען מיט גארנישט, און אלס וועט זיך צוזאם פאלן.טאמער טראמפ קליענט עס, איז אך און וויי פאר יעדעם. א DEP אן ארבעטארערס מיינט קינדער וואס וואוינן לעבן פאבריקן וועלן שטארבן פון מאדנע מחלות. א DOT אן א סיסטעם מיינט פיל מער בריקן וועלן זיך צוזאם פאלן. א DOE אן א פלאן פאר די קינדער מיינט אז טשיינע נעמט איבער די אינפארמעישן פארמעסט.

פראבירטס ענק אליינס צו 'קליענן סאטמאר'. טראכט צו זיך וואס וועט זיין ווען א נייעם רבי רוקט זיך אן, וואס פלאנט צו מאכן ארדנונג. די חדרים וועלן לערנן מיט שכל, נישט מיט פעטש. מלמדים וועלן מוזן פארשטייען צו די ארבעט, לימודי חול וועט האבן א חשיבות, פינסטערניש און כניאקישקייט וועלן שוין נישט זיין די תכלית. וויאזוי פירט מען דאס אויס? וויפיל פון די איצטיגע שטאב וועט מען מוזן פטרן? פון וואנעט וועט מען טרעפן א נייעם שטאב?
און דאס איז די פיצי סאטמאר פון אפאר טויזענט אירע. שטעל זיך פאר א גאנצם שטאט אדער לאנד.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

שווארץ אדער ווייס, דאס איז די גאנצע וואס דו זעהסט?

לאמיר אנכאפן דיין משל פון אימיגראציע. אויף עפעס א וועג איז עס געווען אז אונטער 'טראמפ' איז אומלעגאלע אימיגראציע געווען די נידריגסטע אין מאדערנע היסטאריע, כ'ווייס נישט וויאזוי, כ'קען נאר טראכטן.

קלינען האוז, מיינט נישט פארמאכן אגענטורן, דאס איז טיפיקל פראפעגאנדע טאלקינג פוינט'ס פון די דעמאקראטן, קיינער טראכט נישט אז מ'קען אדער אפילו אז מ'וויל פארמאכן די DOT אדער DEP, סך הכל רעדט מען פון שניידן די מאסיווע און אומנויטיגע ארבייטער'ס. און ניין, זיי זענען נישט 'די דיעפ סטעיט', ווען מ'רעדט פון די 'דיעפ סטעיט', רעדט מען פון די חברה וואס זיצן ביים שפיץ פון די אגענטורן שוין פאר יארן, און קיינער האט נישט קיין איבערזיכט און קאנטראל אויף זיי.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

אלע צוזאמען האט געשריבן: לאמיר אנכאפן דיין משל פון אימיגראציע, אויף עפעס א וועג איז עס געווען אז אונטער 'טראמפ' איז אומלעגאלע אימיגראציע געווען די נידריגסטע אין מאדערנע היסטאריע, כ'ווייס נישט וויאזוי, כ'קען נאר טראכטן.
איך רעד דא פון לעגאלע אימיגראציע, וואס טראמפ האט צושטערט און צושמעטערט אין גרויסן.

אומלעגאלע אימיגראציע איז אן אנדערן ענין. גראדע שטערט עס מיר נישט צופיל. פאר די מדינה זענען זיי גאנץ גוט, און די גאנצע עסק וואס די רעכטע מאכן פון זיי זעט מיר אויס ווי סתם שנאה ווי עפעס א שכלדיגע זאך. נאך א מיליון מענטשן מיינט נאך א מליון קאסטומערס פאר דיין ביזנעס, נאך א מיליון הייזער פאר בילדערס צו בויען און נאך א מליון מענטשן וואס זענן גרייט צו ארבעטן אין מיין שטוב אדער ביזנעס. What's not to like?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

נאך א מיינונג האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן: לאמיר אנכאפן דיין משל פון אימיגראציע, אויף עפעס א וועג איז עס געווען אז אונטער 'טראמפ' איז אומלעגאלע אימיגראציע געווען די נידריגסטע אין מאדערנע היסטאריע, כ'ווייס נישט וויאזוי, כ'קען נאר טראכטן.
איך רעד דא פון לעגאלע אימיגראציע, וואס טראמפ האט צושטערט און צושמעטערט אין גרויסן..
דענק איך נישט אז 'טראמפ' זאל האבן צושטערט לעגאלע אימיגראציע, יעדע יאר נעמט 'אמעריקע' אריין בערך א מיליאן אימיגראנטן אויפן לעגאלן וועג, און 17'-20' איז נישט געווען אנדערש.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

עס האט מיר קיין צוויי מינוט נישט געדויערט אויסצוגעפינן די ציפערן.
Immigration chart.png
קוק ווי די נומערן גייען אראפ ווען טראמפ איז אריין. א גרויסע לאיער אין דער געביט האט מיר פארציילט אז טראמפ'ס מיניסטער פאר אימיגראציע האט געפטר'ט אלע טיכטיגע ארבעטארערס, און געבליבן זענען זיי מיט די שלעפערס.

באופן כללי, בימי טראמפ, האט מען נאכאנאנד געהערט סטראשונגן פון אפשטעלן די סארט אימיגראציע אדער א צווייטע מאכן שטרענגער. דאס האט גארנישט געהאט מיט אומלעגאלע אימיגראציע.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

רבי, פליז דערצייל די גאנצע מעשה.

אין 16' סוף 'אבאמא'ס יארן איז געווען די פיעק, כמעט 1.2 מיליאן, ס'הייבט אראפצוגיין, אבער נישט צו סאך, במשך צוויי יאר גייט עס אראפ צו אביסל מער ווי א מיליאן אימיגראנטן, דאן אין 19' גליטשט זיך עס אראפ זייער שנעל, איינער קען צוטרעפן וואס איז דאן געשעהן?
אה, קאוויד איז אנגעקומען, און די וועלט האט זיך צוגעמאכט.

#FakeNews
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

אנטשולדיגט, אבער קאוויד איז אנגעקומן אין 2020.

דאס האט ניטאמאל גענומן א מינוט.
פארשפארט