קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:וואס איז למעשה די בעסטע וועג אויב איך וויל אינוועסטן ביי א מענטש וואס איך זעה אז ער פארדינט געלט?
קען מען שוין טאקע קיינעם געטרויען?
ניין. אין ביזנעס געטרויעט מען קיינעם נישט. אלעס דארף האבן בעק אָפ און א טרעיל. אויב ס'פעלט איין רינגעל אין די קייט פון אינפארמעישן, אפי' איין ספק, שטיי ווייט, ווייל דארט קען די גאנצע לופט ווערן באהאלטן, והמפורסם אין צריך ראי'. אין ביזנעס איז גענוג איין איבעריגע זערא, אדער אויסלאזן איין שורה נומבערס, צו פעלשען פאקטן און פיגורס. און דאס איז אפילו ווען דו באקומסט יא עפעס "קראנטע" אינפא.
דאס מיינט נישט אז אין ביזנעס איז נישטא די ענין פון טראסט. ס'דא ביזנעסער וואס לויפן נאר אויף טראסט, און ס'דא אופנים ווי מ'טראסט ביז א סערטען פלאץ, אבער בדרך כלל איז נישטא בלינדע טראסט אויף גארנישט. די אויסדרוק "too good to be true" איז די בעסטע נוגע פאר ביזנעס. ספעציעל אז יענער קומט נעמען דיין געלט דורך א סעילס פיטש, און נישט אז דו זוכסט עם אויף. און אפילו דעמאלטס אויך נישט.