שטיצסט נאך אלץ טראמפ?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שטיצסט נאך אלץ טראמפ?

שליחה דורך חתם סופר »

איך בין קיינמאל נישט געוועהן א גרויסע ליב האבער פון טראמפ און אויך נישט זיין גרעסטע שונא, אבער רוב פון מיינע חברים זענען גרויסע חסידים פון אים, און איך זעה אז אפילו יעצט זענען כמעט אלע ווייטער זיינע חסידים און כמעט קיינער האט נישט געטוישט זייער מיינונג. מיין גרעסטע פלא איז עס איז דא אזויפיל מענטשן וואס האבן געארבייט פאר טראמפ אליין וואס זענען יעצט קעגן אים, פארוואס מאכט דאס נישט מענטשען כאפן אז עפעס איז געפערליך ראנג מיט דעם מענטש?

זיין אייגענע ווייס פרעזידענט לויפט קעגן אים! אזויפיל מענטשן וואס האבן געארבייט אין די ווייט הויז ביי טראמפ זענען היינט פון זיינע גרעסטע קעגענערס, גענעראלן, שטאב הויפטען, אטארני זשענערעל, ווער נישט?? איין מענטש קען מען נאך זאגן ער פארגינט נישט טראמפ אדער עפעס אנדערש. אבער אזוי פיל פון זיינע נענסטע מענטשן?? ס'האט פשוט נישט קיין שום פשט חוץ אז זיי האבן געזעהן פון די נאנט ווי צודרייט ער איז און וואספארא סכנה ער איז.

דער אשכול פארמאגט 122 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר