די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל
מיר אלע קענען דער שווערע דילעמא נאכן אפליינען א תגובה - יא לייקן אדער נישט לייקן.
איך ענדיג ליינען דער תגובה, נאכנישט פארשטאנען קלאהר וואס דער ניק פרובירט ארויסצוברענגען און צו עס גייט אין איינקלאנג מיט מיינע שיטות אבער שוין קומען מיר ארויף א טוץ געדאנקען.
זאל איך איהם לייקן?
פאר אלעם, איז וויכטיג צו קוקן ווער עס האט געפאוסט דער תגובה. איז זיין ניק גענוג שעפעריש? איז זיין אוואטאר גענוק ציענד? קען איך ערווארטן פון איהם לייקס אויף צוריק? וויל איך זיך אנגעבן אלעס איינער וואס איז אין זיין ליגע?
דאן קען מען אריבער גיין צו דער עצם תגובה. איז עס גענוג לאנג אדער אינטערעסאנט אז עס זאל פארדינען דער אויפמערקזאמקייט פאר א לייק? טאמער יא, איז זייער וויכטיג צו קוקן טאמער דער תגובה האט זיך שוין אנגעזאמלט לייקס. אין פאל וואס יא, ווער זענען זיי? מי ומי ההולכים? וויל איך זיך אידענטיפיצירן מיט זיי?
טאמער אלע אויבנדערמאנטע תנאים שטומען, קען מען גיין ווייטער.
פון איין זייט וויל איך ווייזן אז איך לייק זיינע תגובות פשוט פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, אזוי זאל ער לייקן מיינע אויף צוריק, דער פראבלעם איז אז איך בין נאך נישט זיכער טאמער זיין מיינונג גייט אזוי אין איינקלאנג מיט מיין און איך וויל נישט עס זאל זיך אנגעבן כאילו איך בין מסכים מיט וואס ער זאגט. איך ליין עס איבער פשוט צו קענען באשליסן איבער לייקן און איך זע אז ס'איז אביסל מער קאמפליצירט ווי איך האב געמיינט.
איך האלט שטארק מיט וואס ער פרובירט ארויסצוברענגען, אבער ער ברענגט עס נישט ארויס אזוי ווי איך וואלט עס געזאגט. ער גייט אביסל אויף אן אנדערן מהלך, אבער נישט גענוג ווייט אז איך זאל קענען שרייבן א גאנצע נייע תגובה דערויף, בפרט אז איך אליין בין נאך עטוואס צעמישט איבער וואס איך האלט.
איז אזוי, טאמער איז עס אן ענטווארט צו אן אשכול וואס איך האב געעפענט און עס איז נאך אין דער מעת לעת פון דער פתיחה, דאן קען מען מער פאַרקוקן אויף די אינהאלט פון דער תגובה, מיטן לאגיק אז עס קומט זיך איהם דער לייק, בלויז פארן אקט פון צייגן אינטערעסע אין מיינע געשרייבעכטס. איך וויל נישט אריין גיין אין די פרטי דינים צי מען רעכענט דער מעת לעת פון נאכן פאוסטן דער אשכול אדער פון דער לעצטע מאל וואס מען האט דאס רעדאגירט וואס דאס גייט אריין אין א שמועס צו א רעדאגאציע איז א פארעכטיגונג אדער א נייע בריאה פאר זיך און דער אלטע ווערט פאררעכענטט ווי פארמעקט. ווען עס קומט אונטער אזא מין שאלה זאל יעדער פרעגן זיין רב.
אין פאל וואס עס האנדלט זיך פון א תגובה וואס איז נישט פראוואקיצירנד אין איר נאטור, אנבאלאנגט מיינונגען, (אין פשוטע ווערטער: עס ברענגט נישט ארויף געפילן צו היטן אדער זיך קריגן אויף א שיטה) ווי למשל אן איבערזיכט, א געשיכטעלע, פאאטיע וכ״ו, איז עס אביסל גרינגער פון איין זייט אבער שווערע מצד שני.
מצד אחד קומט זיך איהם א לייק. איינער האט זיך דא געמושטעט, ער האט צאמגעשטעלט אפאר שורות, פארדינט ער זיך דען נישט ערליך, דעם לייק? אבער פון דער אנדערע זייט וויל איך איהם נישט סתם לייקן, איך האב דאך נישט פארשטאנען קלאר וואס ער שרייבט דא, און אין עטליכע פעלער, ניטאמאל דורכגעליינט דער גאנצע צי אפילו האלבע, תגובה. האב איך מורא וואס טו איך טאמער גייט מיך איינער דא פארהערן און וועלן וויסן וואס דער לייק איז, אבער פאר דעם חשש זענען דא שטארקע צדדים להקיל.
אויף טעפעטאלק ווערט דער גאנצע פילאסאפיע פון לייקן אנגעקוקט אנדערש. אויף טעפעטאלק איז עס מער א דאנק צייכן און נישט אזוי ווייט א צייכן פון שטימונג ווי דער אגודל אין דער הייך צייגט אן אויפן וועבזייטל, דעריבער קען מען דארט אסאך מער מקיל זיין פון איין זייט, ס'הייסט ווען עס קומט צו לייקן א תגובה וואס איך האלט נישט ממש אזויווי דער וואס האט עס געשריבן און אפילו טאמער מען טוט עס נאר להרבות רֵעוּת איז אויך גוט. פון דער אנדערע האט טעפעטאלק א חומרא ווייל טאקע ווייל עס איז א דאנק קנעפל מער ווי א גוט קנעפל קען אמאל זיין אז איך שטום צו, אבער איך פיל נישט אז עס קומט זיך דער דאנק.
דעריבער טייערע ניק, קומענדיגע מאל דו זעסט א חבר האט דיך פארגינט א לייק, דארפסט איהם אפשר נישט באדאנקען דערפאר אבער זיי באוואוסטזיניג אומווייניגסטס, ווי פיל עס איז אריין דערין.

- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
@וואלווי: געב זיך אכטונג. אויב דו לייק'ס מיך נאך איין מאל דעם וואך, אדער דו געסט מיך נאך איין קאמפלימענט, וועט @דער גאלדענער אדלער שוין זאגן אונז זעמער אויכעט דו פרצופים...
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
נא'וואדע. ס'ווערט פאר מיך. אבער פאר דיך?
הגם כ'זעה עס ווי א קאמפלמענט אז ס'שטערט נישט פארן הויעך געשעצטען וואלווי אויב מ'איז עם חושד צו זיין שעפטאל
וואלטעך געלייק'ט
אבער @דיכטער'ס שווערע יסורי הנפש נעמען מיך שוין איבער, סאו כ'קען נישט לייקן דיין תגובה

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל
ווען דו שרייבסט צו @דיכטער דרייסטו דיין פנים צו עם אדער קוקסט גראד אין די לופטן? ווענדט זיך וועלכע זייט ס'האט געפעהלט די מעסערלךשעפטאל האט געשריבן:[emoji38] [emoji38]
כ'לאך בשעת ס'שטעכט. האסט עס אזוי גוט ארויס'געברענגט!!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל
צרות רבים חצי נחמה, עס איז א ווייטאג שאין כדגמתו, לאמיר עס אביסעל רעדאגירן און ארויס ברענגען אנדערש ווי די האסט עס געזאגט אבער די תוכן איז נאך אלץ דיינס און איך נעם נישט אוועק קיין שום קרעדיט אלע לייקס בלייבן דיין אייגענטום. (מען דארף קיין שאלה פרעגן ווייל איך ריספאנד נאר איז דאך זיכער נישט קיין נייע בריאה)דיכטער האט געשריבן:מיר אלע קענען דער שווערע דילעמא נאכן אפליינען א תגובה - יא לייקן אדער נישט לייקן.
איך ענדיג ליינען דער תגובה, נאכנישט פארשטאנען קלאהר וואס דער ניק פרובירט ארויסצוברענגען און צו עס גייט אין איינקלאנג מיט מיינע שיטות אבער שוין קומען מיר ארויף א טוץ געדאנקען.
זאל איך איהם לייקן?
פאר אלעם, איז וויכטיג צו קוקן ווער עס האט געפאוסט דער תגובה. איז זיין ניק גענוג שעפעריש? איז זיין אוואטאר גענוק ציענד? קען איך ערווארטן פון איהם לייקס אויף צוריק? וויל איך זיך אנגעבן אלעס איינער וואס איז אין זיין ליגע?
דאן קען מען אריבער גיין צו דער עצם תגובה. איז עס גענוג לאנג אדער אינטערעסאנט אז עס זאל פארדינען דער אויפמערקזאמקייט פאר א לייק? טאמער יא, איז זייער וויכטיג צו קוקן טאמער דער תגובה האט זיך שוין אנגעזאמלט לייקס. אין פאל וואס יא, ווער זענען זיי? מי ומי ההולכים? וויל איך זיך אידענטיפיצירן מיט זיי?
טאמער אלע אויבנדערמאנטע תנאים שטומען, קען מען גיין ווייטער.
פון איין זייט וויל איך ווייזן אז איך לייק זיינע תגובות פשוט פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, אזוי זאל ער לייקן מיינע אויף צוריק, דער פראבלעם איז אז איך בין נאך נישט זיכער טאמער זיין מיינונג גייט אזוי אין איינקלאנג מיט מיין און איך וויל נישט עס זאל זיך אנגעבן כאילו איך בין מסכים מיט וואס ער זאגט. איך ליין עס איבער פשוט צו קענען באשליסן איבער לייקן און איך זע אז ס'איז אביסל מער קאמפליצירט ווי איך האב געמיינט.
איך האלט שטארק מיט וואס ער פרובירט ארויסצוברענגען, אבער ער ברענגט עס נישט ארויס אזוי ווי איך וואלט עס געזאגט. ער גייט אביסל אויף אן אנדערן מהלך, אבער נישט גענוג ווייט אז איך זאל קענען שרייבן א גאנצע נייע תגובה דערויף, בפרט אז איך אליין בין נאך עטוואס צעמישט איבער וואס איך האלט.
איז אזוי, טאמער איז עס אן ענטווארט צו אן אשכול וואס איך האב געעפענט און עס איז נאך אין דער מעת לעת פון דער פתיחה, דאן קען מען מער פאַרקוקן אויף די אינהאלט פון דער תגובה, מיטן לאגיק אז עס קומט זיך איהם דער לייק, בלויז פארן אקט פון צייגן אינטערעסע אין מיינע געשרייבעכטס. איך וויל נישט אריין גיין אין די פרטי דינים צי מען רעכענט דער מעת לעת פון נאכן פאוסטן דער אשכול אדער פון דער לעצטע מאל וואס מען האט דאס רעדאגירט וואס דאס גייט אריין אין א שמועס צו א רעדאגאציע איז א פארעכטיגונג אדער א נייע בריאה פאר זיך און דער אלטע ווערט פאררעכענטט ווי פארמעקט. ווען עס קומט אונטער אזא מין שאלה זאל יעדער פרעגן זיין רב.
אין פאל וואס עס האנדלט זיך פון א תגובה וואס איז נישט פראוואקיצירנד אין איר נאטור, אנבאלאנגט מיינונגען, (אין פשוטע ווערטער: עס ברענגט נישט ארויף געפילן צו היטן אדער זיך קריגן אויף א שיטה) ווי למשל אן איבערזיכט, א געשיכטעלע, פאאטיע וכ״ו, איז עס אביסל גרינגער פון איין זייט אבער שווערע מצד שני.
מצד אחד קומט זיך איהם א לייק. איינער האט זיך דא געמושטעט, ער האט צאמגעשטעלט אפאר שורות, פארדינט ער זיך דען נישט ערליך, דעם לייק? אבער פון דער אנדערע זייט וויל איך איהם נישט סתם לייקן, איך האב דאך נישט פארשטאנען קלאר וואס ער שרייבט דא, און אין עטליכע פעלער, ניטאמאל דורכגעליינט דער גאנצע צי אפילו האלבע, תגובה. האב איך מורא וואס טו איך טאמער גייט מיך איינער דא פארהערן און וועלן וויסן וואס דער לייק איז, אבער פאר דעם חשש זענען דא שטארקע צדדים להקיל.
אויף טעפעטאלק ווערט דער גאנצע פילאסאפיע פון לייקן אנגעקוקט אנדערש. אויף טעפעטאלק איז עס מער א דאנק צייכן און נישט אזוי ווייט א צייכן פון שטימונג ווי דער אגודל אין דער הייך צייגט אן אויפן וועבזייטל, דעריבער קען מען דארט אסאך מער מקיל זיין פון איין זייט, ס'הייסט ווען עס קומט צו לייקן א תגובה וואס איך האלט נישט ממש אזויווי דער וואס האט עס געשריבן און אפילו טאמער מען טוט עס נאר להרבות רֵעוּת איז אויך גוט. פון דער אנדערע האט טעפעטאלק א חומרא ווייל טאקע ווייל עס איז א דאנק קנעפל מער ווי א גוט קנעפל קען אמאל זיין אז איך שטום צו, אבער איך פיל נישט אז עס קומט זיך דער דאנק.
דעריבער טייערע ניק, קומענדיגע מאל דו זעסט א חבר האט דיך פארגינט א לייק, דארפסט איהם אפשר נישט באדאנקען דערפאר אבער זיי באוואוסטזיניג אומווייניגסטס, ווי פיל עס איז אריין דערין.
היינט שטיי איך אויף צו אן אישי פון אן איינערקענטער ניק א חבר השטיבל מיט אסאך קאמענטס און הערה'ס און ווי אויך א שיינע סכום לייקס. געשטיגן אין ראנג אפאר מאל שוין, זונט ער איז דא מיט אונז אין שטיבעל. (ער איז דא א שיין ביסעל בעפאר מיר, און אסאך מער תגובה'ס ווי מיר) פאר א שיינע תקופה.
פארשטייט זיך זייער א נארמאלער שיינער ניק.
דרך ארץ'דיג, מענטשליך, קאמענטירט שיין מיט רעספעקט. זייער א געשמאקער שרייבער.
און דער געוויין איז אז אזוי ווי ער האט געפאוקעסט אויף לייקס איז ער געבליבן מיט לייקס אבער ביחסנות איז ער געבליבן שטיין.
אינטערסאנט איז אז איך האב בכלל נישט געפאוקעסט אויף לייקס אדער סיי וואס, איך האב מחליט געווען איך שרייב אשר ישים בעטי, וואס עס קומט אריין אין פעדער, אבער תנאי קודם למעשה. איז דא ציטרונגען בין איך ממשיך. אויב נישט חלילה ווער איך זייער צובראכן איך פארליר מיין קאנפידענץ אז איך דארף מאכן אן אפוינטמענט ביי להשיג און פראדוקטיוו צוזאמען זיך צוריק אויפצוהייבן.
און עס ווירקט.
אין מיין האמבעלד מיינונג, א לייק דארף מען געבן אויב די ווערק איז גוט ריגארדלעס צו עס איז דיין גאנג דיין מהלך מחשבה אדער סיי וואס. די גלייכסט דעם שריפט, דער שרייבער האט זיך באמיט. שמייס אריין א לייק מיט א גוט ווארט. עס מוטיגט און עס וועט האלטן דעם שרייבער מונטער און פריש צו שרייבן און שרייבן.
באותו מעמד וויל איך באגאנגען די אלע וואס האבן טאקע אזוי געטוהן צו מיר. דאס ברענג די טונט צו רינען אן אויפהער אפי' ווען איך האב נישט וואס צו שרייבן פיבערט מיר די מוח אז איך קען נישט דיסאםוינטן (קען זיין א חסרון. אבער פון אזויפיהל שרייב ווערק אילי' ואילי' וועט ארויס קומען איין דבר נאה ומתקבל, זה יהיה חלקי מכל עמלי)
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
ס'געוועהן מיך?
אויב יא, שכח פאר די קאמפלמענט, יעצט זאל יעדער ווייזן מיטן פינגער אויף מיך אז כ'בין גוט...
כ'בין נישט אזוי גוט אין שמועסן, דערפאר לייק איך אנשטאט פון מגיב זיין אסאך..

ס'נישט געוועהן קיין געוויין, [כ'וויל נישט ווערען קיין שריפטשטעלער דערווייל, ווי @חדשים האט שוין מסביר געוועהן] ס'געוועהן אנערקענונג און שעצונג! וואס דו פארדינסט זיך ערליך!שעפטאל האט געשריבן:דארפסט נישט מיין הסכמה אז דו שרייבסט הערליך!
דיין ווייסע הויז ארטיקל, מיט נאך, קומען נאך ארויף אין מיין קאפ פון צייט צו צייט.
נ.ב. ביסט געוועהן גערעכט. דו האסט געקוקט אויף רעספאנס'עס און איך אויף לייק'ס. דו ביסט א שריפטשטעלער, און איך קען זיך האלטען מיט מיינע לייק'ס
כ'בין נישט אזוי גוט אין שמועסן, דערפאר לייק איך אנשטאט פון מגיב זיין אסאך..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל
איך האב נישט געזאגט ווער.שעפטאל האט געשריבן:ס'געוועהן מיך?
אויב יא, שכח פאר די קאמפלמענט, יעצט זאל יעדער ווייזן מיטן פינגער אויף מיך אז כ'בין גוט...
ס'נישט געוועהן קיין געוויין, [כ'וויל נישט ווערען קיין שריפטשטעלער דערווייל, ווי @חדשים האט שוין מסביר געוועהן] ס'געוועהן אנערקענונג און שעצונג! וואס דו פארדינסט זיך ערליך!שעפטאל האט געשריבן:דארפסט נישט מיין הסכמה אז דו שרייבסט הערליך!
דיין ווייסע הויז ארטיקל, מיט נאך, קומען נאך ארויף אין מיין קאפ פון צייט צו צייט.
נ.ב. ביסט געוועהן גערעכט. דו האסט געקוקט אויף רעספאנס'עס און איך אויף לייק'ס. דו ביסט א שריפטשטעלער, און איך קען זיך האלטען מיט מיינע לייק'ס [emoji38]
כ'בין נישט אזוי גוט אין שמועסן, דערפאר לייק איך אנשטאט פון מגיב זיין אסאך..
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל
יא די בוסט גוט א מיליאן % ריגארדלעס צו עס איז געווען די אדער נישט. איך זאג נישט ווער עס איז געווען ביטע נישט פרעגן [emoji1787]שעפטאל האט געשריבן:ס'געוועהן מיך?
אויב יא, שכח פאר די קאמפלמענט, יעצט זאל יעדער ווייזן מיטן פינגער אויף מיך אז כ'בין גוט...
ס'נישט געוועהן קיין געוויין, [כ'וויל נישט ווערען קיין שריפטשטעלער דערווייל, ווי @חדשים האט שוין מסביר געוועהן] ס'געוועהן אנערקענונג און שעצונג! וואס דו פארדינסט זיך ערליך!שעפטאל האט געשריבן:דארפסט נישט מיין הסכמה אז דו שרייבסט הערליך!
דיין ווייסע הויז ארטיקל, מיט נאך, קומען נאך ארויף אין מיין קאפ פון צייט צו צייט.
נ.ב. ביסט געוועהן גערעכט. דו האסט געקוקט אויף רעספאנס'עס און איך אויף לייק'ס. דו ביסט א שריפטשטעלער, און איך קען זיך האלטען מיט מיינע לייק'ס [emoji38]
כ'בין נישט אזוי גוט אין שמועסן, דערפאר לייק איך אנשטאט פון מגיב זיין אסאך..
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
יסורי הנפש בעפארן לייק'ן
ועל הטוב יזכר דעם חכמה וזקנה פון ר' @berlbalaguleh וואס לייגט דעם עגא אין א זייט ווען ס'קומט צו לייקן. קיין חילוק אויב ביסט ניי צו אלט, אויב זיידי שמייכלט, האט הנאה, אדער שטומט מיט. קומט א לייק.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
שריפט שטעלער דעזיגנאציע
אנכי הק' רעקאמאנדיר מע"כ אלץ שריפט שטעלער
ילכו מחיל אל חיל. כמותך ירבו בשטיבעל