טייטאן סובמארין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

טייטאן סובמארין

שליחה דורך לייביששרייבער »

געווענליך שרייב איך נישט זאכן וואס זענען אינגער פון 20 יאר, אבער דאס מאל איז עטוואס אנדערש, די נייעס בוזשעוועט. האבן מיר זיך אריינגעלייגט אין דעם טייטאן סובמארין צו זעהן מי, מה, ומא. וואס איז דאס, ווער איז, ווען איז דאס ארויף געקומען וכו'.

אין יוני 18 2023 האט זיך א טייטאן סובמארין ארונטערגעלאזט דעם ים, צוצופארן צום געזינקענעם טיטאניק שיף, צו עקספלארירן וואס מען קען נאך זעהן פון די שיריים פונעם ריזיגן וואונדערליכן שיף פון בימים ההם (בזמן הזה, ווייס איך נישט ווי וואונדערליך דער טיטאניק וואלט ווען געווען).

דער געדאנק פון זיך ארונטערלאזן אין טיפן ים פאר דעם עקספלארעישאן ווערט אנגעפירט ביי די קאמפאני "אושען געיט" Ocean Gate.

אין די אינטערנאציאנאלע וואסערן, עטוואס נאנט צו צפון זייט פונעם אנטלאנטישן אקעאן, עטוואס אראפ-צוה דער קאנאדישער קאוסט, וואס ווערט אנגערופן נייע-געטראפן-לאנד, איז דאס פלאץ ווי דער סובמארין האט זיך ארונטערגעלאזט כמעט 13,000 פיס אין די טיפעניש פונעם ים, מיט פינף טוריסטן, צו גיין זעהן דעם פאר'חורב'טער טיטאניק שיף וואס האט שוין קונה שביתה געווען אונטער דעם וואסער פאר 111 יאר צוריק, אין יאר תרע"ב.

קאמיוניקאציע מיט די מאנשאפט פונעם סובמארין האט זיך אויפגעלעזט נאך א שעה און פינף און פערציג מינוט וואס דער סובמארין האט זיך אריינגעווארפן אין די טיפעניש פונעם ים.

דער שפאציר אונטערן וואסער נעמט אן ערך פון זיבן ביז ניין שעה. ביי די צענטע שעה ווען דער סובמארין האט זיך נישט צוריק באוויזן אויפן האריזאנט, האט דאס שוין אנגעהויבן מיינען עטוואס מער ווי סתם א קאמיוניקאציע פראבלעם, און די אויטאריטעטן זענען אלארמירט געווארן אז דאס סובמארין איננו און עס זעהט נישט אויס צו גוט. אן א קאמיוניקאציע און נישט זי זאל זיך צוריק באווייזן מיינט אז עס איז טראבעל.

את"ל אז דער סובמארין איז נישט צושמעטערט געווארן ערגעץ-וואו ביים אפגרונד מיינט עס אז עס אנטהאלט אין זיך לופט פאר די פאסאזשירן נישט לענגער ווי צוויי מיט א האלב טעג 96 שעה. דאס מיינט אז אין די שעות איז קיין לופט פאר די פאסאזשירן שוין כמעט נישטא.

א "זוך און ראטעווען" אקציע איז אריין אין קראפט דורך אינטערנאציאנאלע כוחות פון די אמעריקאנער קאוסט גווארדיע US Coast Guard, די אמעריקאנער און דער קאנאדישער נעווי, און די קאנאדישער קאוסט גווארדיע. פון די לופט האט זיך אויך צוגעשטעלט דער קאנאדישער און אמעריקאנער לופט וואפע, ווי אויך ציווילע ריסערטש שיפן וואס זוכן כסדר צו עקספלארירן די וואסערן.

אויך זענען אריינגעברענגט געווארן רימאוט שיפלעך וואס לאזן זיך ארונטער אן קיין מענטשליכער קאפיטאן. עס ווערט קאנטראלירט פון א שיף אויפן וואסער און עס שיקט צוריק אויבן צום קאפיטאן בילדער וואס עס זעהט.

אפי' לויטן חשבון איז שוין קיין לופט פאר די 5 טוריסטן אינעם סובמארין שוין נישטא, פארט האט זיך די רעסקיו אקציע נישט אפגעשטעלט און עס ווערט געהאפט אויף זייער קליינע שאנסן, אבער נאך אלץ איז דא עטוואס האפענונג צו קענען ארויפברענגען דעם סובמארין מיט די פינף טוריסטן לעבעדיג.


אושען געיט Ocean Gate

איז א פריוואטע אונטערנעמונג פון א קאמפאני וואס רופט זיך אושען געיט, וואס איז געווארן געעפנט אין יאר תשס"ט 2009 ביי סטאקטאן ראש Stockton Rush און זיין שותף גדז'יולערמענא סאהנליען Sohnlein Guillermo.

זינט תש"ע 2010 האט עס שוין ארונטערגעלאזט מענטשן פאר גאר א טייערער פרייז אין געוויסע פלעצער פונעם ים. אין קאליפארניע קאוסט האבן זיי פיגורירט מיט קאמערציאלע סובמארינס, און ווי אויך אין דעם גאלף אף מעקסיקא, אין די אנטלאנטיק אקעאן.

ראש איז איינגעפאלן א געניאלן געדאנק צו ברענגן טוריסטן וואס קענען זיך ערלויבן צו פארן צום אפגרונד פון וואסער, דארט וואו דער טיטאניק האט זיך געזעצט, און ווייזן פאר זיינע טוריסטן וואס עס טוהט זיך ביי דעם טיטאניק אונטן. אין תשע"ו האט דער אושען געיט קאמפאני דאס ערשטע מאל אראפגעפירט מענטשן צו דעם טיטאניק דעסטינאציע, וואס איז טיף כמעט דרייצן טויזענט פיס!

דער ערשטער סובמארין וואס מען האט גענוצט דאן איז געווען דער סייקלאפס Cyclops 1 (דער סייקלאפס איז א סובמארין וואס איז געבויט געווארן פאר די סיבה פון מאכן ריסערטש אונטערן וואסער פאר פארשידענע זאכן וואס די וועלט דארף די אינפארמאציע וואס עס טוהט זיך דארט), אבער די טיפסטע פאר וואס דאס איז געבויט געווארן לכתחילה איז פאר נישט מער ווי טויזנט צו פופצן הונדערט פיס, אבער דער ראש האט איבערגעארבעט דעם סובמארין אז עס זאל קענען שווימען אין אזאנע טיפענישן אויך.

ראש'ס קאריערע איז אייביג געווען אין די אוויאציע, ער איז געווען א טעסט פלייט אינדזשיניער פאר מק'דאנעלד דאגלעס עף. 15 פייטער דזשעט פראגרעם. ער האט זיך אויסגעצייכענט אין טעכנעלאגיע פון אוויאציע, ספעיס, און סתם פליען טעכנעלאגיע'ס.

גענוג געפלויגן פלעגט ראש שרייען ביי זיינע רעדעס ווען ער האט געעפענט דעם אושען. עס איז שוין צייט צו אראפגיין צום אפגרונד!

ראש האט זייער שטארק געציהלט צו באקומען מידיע דעקונג. דאס בעסטע דעקונג וואס ער האט נאר געקענט באקומען איז געווען אין יאר תשע"ו 2016 ווען ער האט געפירט א גרופע פון פינף מענטשן צום טיטאניק'ס ברוכווארג, נוצנדיג דערביי דעם איבערגעבויטן סייקלאפ'ס סובמארין.

אין יאר תשע"ט 2019 האט ראש געזאגט פארן סמיטסאניען מאגעזין אז עס איז נאר איין ברוכווארג וואס א יעדער קען. זאלסטו נאר פרעגן עפעס וועגן אונטער וואסער וועט ער ענטפערן דער טיטאניק!!

דער סובמארין איז א וועסעל וואס איז געבויעט געווארן פאר פינף מענטשן אריינצוגיין דערינען, און אראפפארן אזוי טיף ווי 13,000 טויזענט פיס (די טיפסטע פלעצער אין ים איז בערך 35,000 פיס טיף, די טיפסטע חלק אינעם ים איז טיפער אין פיס, ווי הויך דער העכסטער בארג איז, בערך 29,000 פיס הויעך).

דער וועסעל איז געמאכט געווארן לכתחלה פאר ריסערטש, און צו אפירקראצן דאטא וואס איז נויטיג פאר די וועלטליכע בענעפיטן (למשל: ווי אזוי דער וואסער פארפיגט אין געוויסע וועטערס וואס איז נאנט צו קאוסטס, צו קענען וויסן וואס עס קען אדער גייט פאסירן אין פעלער אויב דער ים כאפט אן א רוגזה).

ווי אויך האט מען געניצט דעם וועסעל צו פילמירן אונטערן וואסער פאר פילמס און פראדאקשענס, צו פרובן ווי אזוי געוויסע מאשינען וועלן ארבעטן אונטערן וואסער.

דאס גאנצער וועסעל איז 22 פיס לאנג פון עק צו עק, און וועגט 23,000 פונט. די מאטריאל וואס איז גענוצט געווארן פארן געבוי איז קארבן פייבער (וואס איז א פלאסטישע מאטריאל און וועגט זייער ווייניג אנטקעגן אייזן אדער סיי וואספארא אנדערע מאטריאל) און טאטעיניום (וואס איז א קעמיקאל מאטריאל וואס איז אנשטאט אייזן, און זעהט אויך אויס ווי אייזן).

אין יאר 2020 תש"פ איז דער וועסעל געווארן פארשעמט און דאונגרעידעד פון זייער פארזיכערונגס סערטיפיקעט, און דער נייער רעקאמענדאציע איז געווען אז דער וועסעל קען נישט שווימען טיפער ווי 9,800 פיס, נאך וואס מען האט געטראפן אין די מאטריאל אז עס קרעקד ביי אזא טיפקייט פרעשור. דער סי. אי. או. האט נישט פארנומען אזא נידערלאגע און ער האט גלייך זיך גענומען ארבעטן אויף א נייער מאדעל וועסעל. אין יאר תשפ"א 2021 האט ער עס אריינגעברענגט אין אמט וואס האט מ'כלומרש'ט פארבעסערט די שוואכקייט און עס קען שוין נעמען אסאך מער פרעשור. מען קען שוין ווייטער זיך ארונטערלאזן אזוי טיף ווי בעפאר.

די נעוויגאציע פונעם טייטאן איז אריינגעשטעלט געווארן אינעם וועסעל דורך די קאמפאני לאגיטעק Logitech וואס מען ניצט צו קאנטראלירן ווייערלאזע שפילצייג, ווי קארס טרעקלעך רימאוט קאנטראל'ס. אבער אויך איז געווארן אינסטאלירט געווארן אנאלאג קאנטראלירערס וואס ארבעט אויף פשוט'ע עלעקטריק אויב דער דידזשיטאל רימאוט קאנטראל ווערט פעלערהאפטיג.

די קאנטראל שטעקענעס זענען צוגעטשעפעט צו טראסטערס וואס דאס שטופט אראפ און אריין טיפער דאס וועסעל און ברענגט עס צוריק ארויף אין פאל דער רימאוט פאלגט נישט דעם קאפיטאן.

אין יאר תשפ"ג האט ראש פראקלאמירט אויף די געוועב זייטל פון אושען געיט אז טייטאן איז געווארן דעזיינט און אינדזשענירט ביי נאסא (די ספעיס שאטעל בויער) און ביי באואינג (דער פליגער פאבריקאנט) און די ארכיטעקטור זענען ארכיטעקטן פון די יוניווערסיטי אף וואשינגטאן.

נאך דער איצטיגער דורכפאל פונעם פארלירן דעם וועסעל האט זיך דער וואשינגטאן און באואינג אנטזאגט אז זיי האבן עפעס א שייכות בכלל מיט די קאנסטראקציע מיטן וועסעל און לייקענען דעם סטעיטמענט פון ראש וואס ער האט געשריבן אויפן געוועב א האלב יאר צוריק.


אפיציעל דארף זיין לופט אין דעם קליינעם וועסעל פאר פינף מענטשען 96 שעה. עס איז נישטא קיין נעוויגאציע מאשין אינעם וועסעל זעלבסט, אבער דער שיף וואס עס זיצט פון אויבן וואס פון דעם שיף לאזט זיך דער וועסעל ארויס צו דער נסיעה, גיט דעם סופפארט פארן וועסעל און דירעקטירט דעם קליינעם שיפעלע אונטערן ים ווי אזוי צו גיין מיט א יעדער ריר וואס ער טוהט.

טייטאן זאגט אז דער סובמארין האט 7 מיני וועגן צו נעוויגעיטן אין פאל ח"ו עפעס גייט לינקס. און דאס רעכנט אריין צוריקברענגען דעם שיפעלע אין פאל זי ווערט פאלוירן דורך א מעכאנישער פעלער.

ווי אויך האט עס אין זיך אריינגעבויט א באלון וואס אין פאל זי זינקט אריין טיפער ווי ער דערהייבט קען דער סופפארט שיף אקטיוויזירן א באלון אונטער זיך און עס איבער פילן מיט וואסער, און אזוי ווערט דער קליינער וועסעל ארויפגעשטופט צום אויבערפלאך.

4 פון די 7 סיסטעמס איז דעזיינט צו ארבייטן אפי' אלע פאסאזשירן אויפן שיפל זענען ל"ע נישט בכח באיזה סיבה שהוא צו קענען איבערנעמען דאס קאנטראל פונעם שיפל.

דער ערשטער דייוו האט דער טייטן געמאכט אין יאר תשפ"א 2021. דאן האט עס במשך פ"ב און פ"ג געמאכט עטליכע נסיעות אהין און צוריק אן קיין שום ערנסטע פראבלעמען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר