דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול
וואס דארף א מענטש צו טוהן ווען ער ווערט דיסאפוינטעד אין זיין רבי, זיין מנהיג, זיין רב, זיין ראול-מאדעל?
עס קען זיין סתם א דיסאפוינטמענט. אדער ער איז געווארן אפגעפרעגט אינגאנצן אין זיינע אויגן אדער עכ"פ אסאך קלענער ווי פריער.
אסאך מאל געשענט עס ווייל עפעס האט פאסירט און דער מנהיג איז ארויסגעקומען מיט זיינע "אמת'ע" קאלירן.
אדער ווייל ס'איז נתגלה קלונו ברבים.
טיילמאל ווערט א מענטש עלטער און קלוגער און זעט זאכן קלארער און טיפער. ער זעהט אז ער האט א טעות ג'האט!
וואס זאל אזא מענטש טוהן?
זאל ער פארבלייבן אין זיין חסידות און ווייטער מיטשפילן, אדער זאל ער נעמען פאקטישע שריט צו לעבן לויט זיין אמת?
זאל ער זיך אפרייסן פון זיין משפחה?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורץ שארף צום פוינט!, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: דיסאפוינטמעט אין מיין רבי
ער זאל נעמען א לעקציע מער קיינמאל צו גלייבן אין א מענטש.
איך וואלט ליבערשט געדינט א הינטל ווי א "הומען"! נאך אלעם דער הינט האט נישט אזויפיל חשבונות און אגענדעס און ווי דער בשר ודם.
בכלל, פון אלע באשעפענישן איז דאס מענטש עלול אויף דאס אַרגסטע! נאך מער, למשל ווען א שלאנג בייסט קען מען נישט האבן קיין טענות ער'יז דאך א שלאנג. אבער אויף דער מענטש וואס האט אפיציעל שכל אויף אים איז דא א שטארקע טענה!
ווער רעדט נאך פון אים דינען און האלטן אלס רעכט-דענקענד, מאכט נישט קיין סענס צו מיר. אויב נישט גאט חלילה, זיי ענדערש פארגלייבט אין די שטערן אפשר אין א שטיינדל, א שעפעלע, א לאקאציע. א מענטש? פליז!

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: דיסאפוינטמעט אין מיין רבי
אויב דארפסטו צוקומען צו פרעגן אנאנימער מענטשן אויפן אינטערנעט זעט נישט אויס ווי דו האסט די אפציע פון " נעמען פאקטישע שריט".
אויב ביסטו יא גענוג שטארק מיט זיך, דאן זע איך נישט וואס איז די שאלה?
אויב ביסטו יא גענוג שטארק מיט זיך, דאן זע איך נישט וואס איז די שאלה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
סאיז שווער צו ענטפערן אויף די אינטערנעט ווען מ'ווייסט נישט די גאנצע מציאות. אבער אויב רעדט מען א סקווירא/וויזניץ סארט חסידות..
ענדערש גיין אין פייער ווי באלאנגען צו א עכטע חסיד פון א שוואנץ רבי וואס נעמט ארום דאס גאנץ לעבן און וויטער מיטשפילן. דאס איז קיין אפציע!
ווי אזוי פארלירט מען משפחה אז מ'טוישט רבי? מ'גייט נישט צום קאמפעטישן פארשטייט זיך. מ'ווערט א מקובל אביסל ווילאנג מ'שאקעלט זיך אפ.. אזוי איז עס נישט פראזענליך אין מ'קעו אהיים קומען אלץ היימישער און גיין צו שמחות וכו'.
והשם אתך גיבור חייל!

- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
אפרייסן פון די משפחה זעה איך נישט ווי ס'קומט דא אריין. אויב זיי ווילן אפהאקן מיט דיך, איז אנדערש, אבער פאמיליע האסטו נאר איינס, א רבי קענסטו טרעפן א צווייטע.
יעצט, ווי שטארק ביסטו קאנעקטעט מיט דיין רבי? אויב איז די לעצטע מאל וואס דו האסט גערעדט מיט אים, מער ווי א האלבע יאר צוריק, האסטו שוין ממילא אפגעהאקט, נאכדעם, האסט אים געפרעגט? גיי אריין צו אים און פרעג ילמדנו רבינו, מה פשט, אבער מאך זיכער אז ס'נישטא קיין גבאים בשעת מעשה.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
כ'על געבן עטליכע דוגמאות
א סטאמערער חסיד וואס האט איינגעזעהן אז דעם רבי'נס שיטה איז נישט מוכרח, אפשר גאר אפגעפרעגט. אדער פארקערט א אגודיסט וואס זעהט איין אז דער ויואל משה איז אמת.
א מזרחיסט וואס האט זיך "פארברענט" בפנימיות, ער האט קשיות אויף רב קוק, אדער פארקערט א קנאי וואס זעהט אז רב קוק איז גאר פון די גרעסטע אידן וועם כלל ישראל האט פארמאגט.
נאכפאלגער פון ר' **** **** וואס האט איינגעזעהן אז די אלעגעישאנס און קרימינאלע קלאגעס זענען יא אמת'דיג, און ס'ליגט נישט קיין העכערע זאכן דארט
א ****** חסיד וועלכער האט איינגעזעהן אז זיין רבי איז איז שוטה רשע וגס רוח, א קאנטראלירער און א קולט פירער
און אזוי ווייטער.
וואס איז ערוואטעט פון אזא איינעם צו טוהן? זאל ער שפילן א צוויי-זייטיגע לעבן? זאל ער פארמאכן די "נייע" מחשבות און ספרים און זיך צווינגען צו בלייבן ביים אלטן?
איך פרעג נישט פאר מיר. איך פרעג אין טעארי וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן

- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
זייער, זייער א גוטע און לעגעטימע פראגע...!
דער תירוץ אויף למעשה ווענטסעך און פיהל זאכן; דער ספעסיפישע מנהיג און ווי ווייט מ׳האלט אז ער טויג נישט, ווי וויכטיג דאס אנהאלטן קשר מיט די משפחה/סאסייעטי איז פאר דעם מענטש און ווי גרינג ס׳איז פאר דעם מענטש צו לעבן א דאפעלטע לעבן, וואס דאס ווענטסעך אויך אסאך אינעם אינדיווידועל׳ס נאטור, מצב וכו׳.

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
דער מענטש איז דער צווייט גרעסטער שונא פארן מענטשצוזאמגעדרייט האט געשריבן:ער זאל נעמען א לעקציע מער קיינמאל צו גלייבן אין א מענטש.
איך וואלט ליבערשט געדינט א הינטל ווי א "הומען"! נאך אלעם דער הינט האט נישט אזויפיל חשבונות און אגענדעס און ווי דער בשר ודם.
בכלל, פון אלע באשעפענישן איז דאס מענטש עלול אויף דאס אַרגסטע! נאך מער, למשל ווען א שלאנג בייסט קען מען נישט האבן קיין טענות ער'יז דאך א שלאנג. אבער אויף דער מענטש וואס האט אפיציעל שכל אויף אים איז דא א שטארקע טענה!
ווער רעדט נאך פון אים דינען און האלטן אלס רעכט-דענקענד, מאכט נישט קיין סענס צו מיר. אויב נישט גאט חלילה, זיי ענדערש פארגלייבט אין די שטערן אפשר אין א שטיינדל, א שעפעלע, א לאקאציע. א מענטש? פליז!
זע דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_d ... _to_humans
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
זיך אפצוהאלטן פון זעלבסט אנטוויקלונג אין פערזענליכע שטייגונג איז קיינמאל נישט ריכטיג. אויב א מענטש איז צוגעקומען צו א מצב וואס ער גלייבט/שפירט אז א צווייטע מהלך איז מער ריכטיג פאר אים, זאל ער דאס אויף קיין שום פאל נישט צוקלאפן.קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן: וואס איז ערוואטעט פון אזא איינעם צו טוהן? זאל ער שפילן א צוויי-זייטיגע לעבן? זאל ער פארמאכן די "נייע" מחשבות און ספרים און זיך צווינגען צו בלייבן ביים אלטן?
די שאלה איז נאר וויאזוי דאס צו 'שפילן'... דהיינו, אויב האט ער די מעגליכקיייט צו שפילן די געים כלפי חוץ אויף א אופן וואס דאס שטערט נישט בפנים, איז מעגליך אז דאס איז די בעסטע מהלך. נישט אייביג וועט אנטלויפן און אפהאקן מיט פריינט און פאמיליע ברענגען דער מענטש צו א בעסערען פלאץ, ווייל דאס קען האבן שווערע אפעקטן אויף די נפשיות'דיגע וועל ביאינג. פון די אנדערע זייט, שפילן כלפי חוץ קען גאר שטארק שטערן דעם מענטש בפנים צו זיך קענען בויען פון אינעווייניג -פילע מענטשען האבן נישט די כוחות הנפש צו לעבן צופרידן מיט זעלבסט זיכערקייט אויף זייערע אייגענע בחירות, בשעת וואס אלעס ארום זיי - אריינגערעכנט זייער אייגענע אויסערליכע לעבן שרייט אנדערש. לדעתי איז עס כמעט אוממעגליך, א מענטש דארף זיך קענען עקספרעסן מיט זיין אייגענע אמת.
מען דארף אפשאצן יעדע סיטואציה באזונדער. צומאל קען מען זיך צוביסלעך ארויסשארן - בשעת וואס מען האלט אן א מינימאלע קשר. יעדע פלאץ האט זיך זיינע י''ג עיקרים, ע"ד משל אויב איז דא איין יו''ט וואס איז חוק ולא יעבור אז מען מיז מיטהאלטן אין די שאטן פון די הייליגער, דאן קומט נאר אויף די יו''ט און טרעפט אייך א צווייטע ביהמ''ד פאר געווענליכע שבת'ים וכדו'. מאכט זיכער דאס צו טון צוביסלעך און אויף א פאזיטיווע אופן, נישט מתוך שנאה צום אלטן פלאץ. צומאל נאך אסאך יארן פון שפילן די שפיל קען מען צוביסלעך אריבערגיין לגמרי צו א אנדערע פלאץ, און עס וועט נישט זיין קיין גרויסע סיפור ביי די אלטע בני הקהילה און משפחה צוליב וואס עס איז נישט געקומען מיט קיין דראמה. אויב איז דאס נישט מעגליך, ווייל איר באלאנגט אין א פלאץ וואס ערלויבט נישט קיין האלבע מעשיות (סקווירא/מרכז וכדו') דאן זעה איך נישט קיין אנדערע עצה נאר צו פארלאזן אינגאנצען, סיידן אויב איר זעהט אז אזא שריט קען אייך אפעקטירן שווער - שווערער ווי צו בלייבן. צומאל ברענט אין א מענטש דער אמת אזוי שטארק אז עס אים שווערער צו בלייבן, און צומאל איז די קשר מיט פריינט און פאמיליע א שטערקערע כוח אינעם מענטש.
אלנפאלס. איך ווינטש הצלחה פאר סיי ווער עס איז שבוי אין די מצב - אזויווי עס איז ליידער די מציאות פון פילע וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין די חרדישע וועלט.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
אינטערסאנט אז אין דעם וויקי ארטיקל שטייט אז נאך מאסקיטא'ס (וועלכע הרג'ן נאר בגרמא) און מענטשן (רציחה) קומט דער נחש!אינטיליגענטער האט געשריבן:דער מענטש איז דער צווייט גרעסטער שונא פארן מענטשצוזאמגעדרייט האט געשריבן:ער זאל נעמען א לעקציע מער קיינמאל צו גלייבן אין א מענטש.
איך וואלט ליבערשט געדינט א הינטל ווי א "הומען"! נאך אלעם דער הינט האט נישט אזויפיל חשבונות און אגענדעס און ווי דער בשר ודם.
בכלל, פון אלע באשעפענישן איז דאס מענטש עלול אויף דאס אַרגסטע! נאך מער, למשל ווען א שלאנג בייסט קען מען נישט האבן קיין טענות ער'יז דאך א שלאנג. אבער אויף דער מענטש וואס האט אפיציעל שכל אויף אים איז דא א שטארקע טענה!
ווער רעדט נאך פון אים דינען און האלטן אלס רעכט-דענקענד, מאכט נישט קיין סענס צו מיר. אויב נישט גאט חלילה, זיי ענדערש פארגלייבט אין די שטערן אפשר אין א שטיינדל, א שעפעלע, א לאקאציע. א מענטש? פליז!
זע דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_d ... _to_humans
דער ואיבה אשית... ואתה תשופנו עקב גייט נאך אן עד היום הזה!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
איך וואלט געגאנגען פין מיין רבי און חסידות אין א אויגן בליק, ווען איך האב נאר ווי!!
יעדער רבי האט א געוויסע מאס ב"ש, יעדער מענטש האט, עס איז דאך א עולם השקר, סכ"ס איז א חסידות א ביזנעס לשם שמים אין בעסטער פאל.
איך וואלט נישט מייעץ געווען צו טוישן חסידות צוליב אויסגעפונען אז דער רבי איז א פעיק פאוני וכו', צוליב דער פשוטער סיבה אז דער נעקסטער רבי איז מן הסתם דער זעלבער. מען קען איבעראל זיין א קאלטער חסיד ווי פריער געשריבן דורך אנדערע ניקס.
אבער טאמער ליידט מען יסורי הנפש אין א חסידות, דארף מען עס טאקע אדרעסירן ריכטיג.

סאטמער ביידע איז די קלענסטע דאגה ווייל עס איז דיר גארנישט מחייב, קענסט רוהיג דארט בלייבן, עס איז פארהאן גענוג אויף ביידע צדדים וואס גלייבן נישט אין די רבי.קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:כ'על געבן עטליכע דוגמאות
א סטאמערער חסיד וואס האט איינגעזעהן אז דעם רבי'נס שיטה איז נישט מוכרח, אפשר גאר אפגעפרעגט. אדער פארקערט א אגודיסט וואס זעהט איין אז דער ויואל משה איז אמת.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
איך גיי בענענעס פאר דיין עצה, דשוינען א צווייטער רבי'ס קולט איז סתם א מחליף פרה בחמור, איך מיין טאקע אז גיין די קבלה ראוט איז די גרינגסטע וועג מבחינת משפחה פרעשור. קויף זיך א סידור ר' שבתי, גיי דאווענען וותיקין אין פוריסוב, און ווען דער שווער וועט פרעגן וואו דו ביזט געוועהן ביים רבין'ס שופר בלאזן וועסטו מסביר זיין די חשיבות פון דאווענען וותיקין ביז דיין שווער וועט זיך שלעכט פילן פאר'ן דיך נישט דשוינען אין פוריסוב... צום טיש קענסטו דאך נישט גיין וועגן תיקון חצות, און בכלל ווילסטו נישט קומען אין רבין'ס שוהל מיט א סידור הרש"ש פשוט אלס יוהרא. און שוין, זה נהנה וזה נהנה...ודברת בם האט געשריבן:ווי אזוי פארלירט מען משפחה אז מ'טוישט רבי? מ'גייט נישט צום קאמפעטישן פארשטייט זיך. מ'ווערט א מקובל אביסל ווילאנג מ'שאקעלט זיך אפ.. אזוי איז עס נישט פראזענליך אין מ'קעו אהיים קומען אלץ היימישער און גיין צו שמחות וכו'.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פינחסבןאלעזר: אני הקטן בין א חסיד פון מיין רבי, נישט ווייל איך האלט אז ער פליעט אין הימל אדער האט רוח הקודש. נאר צוליעב זיינע גוטע מידות פון גמ"ח. ער טוט א סאך טובות פאר מענטשן. אפילו די וואס בארעדן איהם. ער האט אמאל צוזאמגעשטעלט א גרויסן סכום פון געלט פאר א קבוצה פון בחורים/יונגעלייט וואס האבן איהם בארעדט.פנחסבןאלעזר האט געשריבן:איך וואלט געגאנגען פין מיין רבי און חסידות אין א אויגן בליק, ווען איך האב נאר ווי!!
יעדער רבי האט א געוויסע מאס ב"ש, יעדער מענטש האט, עס איז דאך א עולם השקר, סכ"ס איז א חסידות א ביזנעס לשם שמים אין בעסטער פאל.
איך וואלט נישט מייעץ געווען צו טוישן חסידות צוליב אויסגעפונען אז דער רבי איז א פעיק פאוני וכו', צוליב דער פשוטער סיבה אז דער נעקסטער רבי איז מן הסתם דער זעלבער. מען קען איבעראל זיין א קאלטער חסיד ווי פריער געשריבן דורך אנדערע ניקס.
אבער טאמער ליידט מען יסורי הנפש אין א חסידות, דארף מען עס טאקע אדרעסירן ריכטיג.
ער אליין איז א גרויסער תלמיד חכם. ער פיהרט א שיינע קהילה/חסידות. ער לערנט פאר שיעורים. אויך האט ער מגידי שיעור וועלכע לערנען פאר. ער אליין לעבט נישט קיין לוקסוס'דיגן לעבן.
איך קען זיינע מעלות. אויך זיינע חסרונות. ממילא קומט נישט אויס אז איך זאל ווערן דיסאפוינטעד אדער סורפרייזט.
מתחילה האלט איך נישט אז ער איז א מלאך אלוקים. זיינ'ס א ברכה נעם איך אן מיט אן ערנסטקייט. ווען ער ווינטשט אן.
די מענטשן וועלכע גייען מיט די הנחה אז זייער רבי איז א הייליגער איד (במעלת הדברי יואל אדער טאהשער רבי) און זיי געפינען אויס דעם אמת אנדערש, האבן א גוטע סיבה צו ווערן שאק'ט און דיסאפוינטעד.
א יעדער ווייסט פון וועלכע (סארט) רבי'ס מ'רעדט דא. וואס איז די גרויסע שאק?! אז זייער (הייליגע) רבי האט נישט קיין רוח הקודש. און ער איז קארופטירט. פונקט ווי א געוויינליכער בשר ודם.
די מענטשן וועלכע האלטן אז זייער רבי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
ווען איך רעד וועגן סאטמער מיינעך עפעס אנדערש.חיים הלוי האט געשריבן: סאטמער ביידע איז די קלענסטע דאגה, ווייל עס איז דיר גארנישט מחייב. קענסט רוהיג דארט בלייבן, עס איז פארהאן גענוג אויף ביידע צדדים וואס גלייבן נישט אין די רבי
ער האלט פון דעם רבי'ן. אבער ער האט איינגעזעהן אז די שיטה הקדושה איז נישט ריכטיג. ער האט קושאיות אויף דעם ויוא"מ. ער האלט אז נישט גיין צו די בחירות איז אן עבירה און א עוולה. וואס זאל ער טוהן? שווייגן? טוישן חסידות?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
נישט זיכער אז דו ביסט גערעכט. אבער פיין נניח.קורקלענד האט געשריבן:דארף מען ווערן נאך קלוגער און איינזעהן אז יא גיין צו די בחירות מאכט אויך נישט קיין גרויסע נפקא מינה, און מ'קען געהעריג לעבן בשיטה אז בחירות איז נישט אסור. אבער מ'גייט סייווי נישט ווייל ס'מאכט נישט אזוי אויס.
וואסיז פארקערט, כ'האב איינגעזעהן אז דער ויאמשה איז אמת, און אז מיינע רבי'ס זענען פארבלענדעט געווארן פון נגיעות און געלט, און גיין צו די בחירות איז פון די ג' חמורות. וואס טוה איך יעצט? כ'גיי אריין צו מיין רבי'ן? איך דארף פרעגן מיין ראש החבורה? איך דארף באגראבן מיינע מיינונגען און געפילן?
דאס איז די הויפט נקודה פון דעם אשכול
מ'רעדט נישט דא פון איינער וואס וויל סתם אזוי דראפן זיין חסידות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
Re: דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול
גארנישט, ער דארף גארנישט טוהן, ער קען אפילו גיין צום כותל. מען מעג האלטן אנדערש ווי די אייגענע חסידות, חסידות איז נישט קיין רעליגיע סאיז א קהילהקורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:ווען איך רעד וועגן סאטמער מיינעך עפעס אנדערש.חיים הלוי האט געשריבן: סאטמער ביידע איז די קלענסטע דאגה, ווייל עס איז דיר גארנישט מחייב. קענסט רוהיג דארט בלייבן, עס איז פארהאן גענוג אויף ביידע צדדים וואס גלייבן נישט אין די רבי
ער האלט פון דעם רבי'ן. אבער ער האט איינגעזעהן אז די שיטה הקדושה איז נישט ריכטיג. ער האט קושאיות אויף דעם ויוא"מ. ער האלט אז נישט גיין צו די בחירות איז אן עבירה און א עוולה. וואס זאל ער טוהן? שווייגן? טוישן חסידות?
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול
איך האב געשריבן פריער א לענגערע תגובה איבער פארלאזן א חסידות און אלעס ארום. איך האב פארשטאנען אז דאס איז דיין שאלה.קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן: וואס טוה איך יעצט? כ'גיי אריין צו מיין רבי'ן? איך דארף פרעגן מיין ראש החבורה? איך דארף באגראבן מיינע מיינונגען און געפילן?
דאס איז די הויפט נקודה פון דעם אשכול
מ'רעדט נישט דא פון איינער וואס וויל סתם אזוי דראפן זיין חסידות
פון דיינע ווערטער דא הערט זיך אבער עפעס אנדערש. איר ווילט נישט דראפן אייער חסידות, דאן וואס איז אייער ציל? איר ווילט וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין אין אייער אייגענע קהילה? ממ''נ, אייער קהילה/ רבי טאלערירט אנדערע מיינונגען און געפילן? אויב נישט, דאן וואס איז די שאלה? אויב יא דאן נאכאמאל וואס איז די שאלה?
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
נאך א משל, אפשר וועט מיין פוינט ארויסקומען קלארער
א חבד'סקער האט איינגעזעהן אז דער רבי איז יא געשטארבן. און ממש עולם חשך בעדו. זיינע אלע נאנטע האלטן אנדערש.
וואס איז דער ריכטיגע זאך פאר איהם צו טוהן?
באהאלטן וואס ער האלט?
ארויסזאגן זיין אמת אויפן הארץ און מאכן א פייערשטורם אין זיין משפחה/ביהמ"ד?
האבן נאר איין חבר און איהם פארטרויען און מיט אנדערע מיטשפילן א שפיעל?
זיך אוועקמופען פון זיין חסידות און ווערן א פאפא'נער?

- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
אלעס ווענד זיך אין דיין כוחות הנפשקורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:נאך א משל, אפשר וועט מיין פוינט ארויסקומען קלארער
א חבד'סקער האט איינגעזעהן אז דער רבי איז יא געשטארבן. און ממש עולם חשך בעדו. זיינע אלע נאנטע האלטן אנדערש.
וואס איז דער ריכטיגע זאך פאר איהם צו טוהן?
באהאלטן וואס ער האלט?
ארויסזאגן זיין אמת אויפן הארץ און מאכן א פייערשטורם אין זיין משפחה/ביהמ"ד?
האבן נאר איין חבר און איהם פארטרויען און מיט אנדערע מיטשפילן א שפיעל?
זיך אוועקמופען פון זיין חסידות און ווערן א פאפא'נער?
די אמת טוט וויי כמעט אלעמאל ווייל עס רעכנט זיך נישט מיט דיינע געפילן
וויפיל מענטשן גט'ן זיך נישט בלויז וועגן קינדער?
וויפיל מענטשן זאגן אהבתי את אשתי וכו' און בלייבן אינעם סיסטעם?
ווי גוט איז עס פאר דיר צו גיין מיטן אמת?
טוה עס דורך מיט די pros and cons און וועלכע סוועגט איבער דער געווינט
ווען דו רעדסט אבער פון א קולט אדער א ברעינוואשד מח איז עס אן אנדערן נושא, א שאק צו די מח קען ערנסט ווערן א קעיס פון טראמא
און אפט מאל דארף מען פראפעשינעל הילף
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול
איך האב אמאל געהערט זייער א שיינע מעשה פון א גדול איש אלוקים וואס קען אפשר ווארפן א משהוא פערספעקטיוו אויף דעם ענין.קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:וואס דארף א מענטש צו טוהן ווען ער ווערט דיסאפוינטעד אין זיין רבי, זיין מנהיג, זיין רב, זיין ראול-מאדעל?
עס קען זיין סתם א דיסאפוינטמענט. אדער ער איז געווארן אפגעפרעגט אינגאנצן אין זיינע אויגן אדער עכ"פ אסאך קלענער ווי פריער.
אסאך מאל געשענט עס ווייל עפעס האט פאסירט און דער מנהיג איז ארויסגעקומען מיט זיינע "אמת'ע" קאלירן.
אדער ווייל ס'איז נתגלה קלונו ברבים.
טיילמאל ווערט א מענטש עלטער און קלוגער און זעט זאכן קלארער און טיפער. ער זעהט אז ער האט א טעות ג'האט!
וואס זאל אזא מענטש טוהן?
זאל ער פארבלייבן אין זיין חסידות און ווייטער מיטשפילן, אדער זאל ער נעמען פאקטישע שריט צו לעבן לויט זיין אמת?
זאל ער זיך אפרייסן פון זיין משפחה?
דער הייליגער רשנ''נ מלעלוב פון ב''ב וואס איז אוועק כל נדרי ביינאכט בשעת שיר היחוד האט געהאט א מחותן א ראחמעסטריווקער חסיד.
עס איז באקאנט בין חסידי לעלוב אז דער רבי די נאכט פון אשפוזא דמשה חוה''מ ביין שמחת בית השואבה פלעגט ער טאנצען מיט אבוקות בידו (אנדערע האבן געזאגט אז דער ישמח משה דערמאנט שוין דעם מנהג. איך ווייס נישט ווי) דער רקידה איז געווען ביים רשנ''נ אויסארארענדליך ממש התפשטות הגשמי.
הונדערטער אידן מכל קצבי א''י פלעגן קומען מיטהאלטן דעם שמחת בית השואבה נאכט אין ב''ב שיכטן ה' בבית מדרשו צו קענען זעהן דעם ריקוד פון די אבוקות בידו און אבוקות פניו.
דער מחותן זיינער דער ראחמעסטריווקער חסיד וואס האט געוואוינט אין ירושלים האט געוואלט פארן צום מחותן מיטהאלטן דעם ספעקטאל. איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון זיין רבין דער ראחמעסטריווקער רבי. אריין גייענדיג האט ער אים אויף געהאלטן מיט יו''ט'דיגע שמועסן און פארברענגט מיט אים. דערנאך האט ער עים געזעגנט זאגענדיג שיק א גריס און א גוט יו''ט פארן לעלובער רבי'ן.
דער מחותן קומט אן אין שוהל ווי די הקפות זענען פארגעקומען פארשפעטיגענדיג די רקידה. און ווי נאר ער קומט אריין אין שוהל איז דער לעלובער רבי זי''ע ארויס פון שיהל צו זיין שטיבעל זיך אביסעל אפריען פון די גרויסע עבודה זיינער.
ער גייט צו צום טיר איבער צו געבן דעם גריס, און זאגט דעם גבאין ער האט א שליחות צום רבי'ן אבער דער גבאי זאגט אים איידעלערהייט מען קען נישט איצטערט אריין גיין. מען דארף דאך איבער געבן דעם גריס וואס טוהט מען דא. האט דער מחותן ווי אנגרויסער חסיד מחליט געוועזען און איבער געגעבן דעם גריס אינדעראויסען פונעם טיר.
אפאר מינוט שפעטער זוכט דער גבאי דעם מחותן און זאגט מען קען שוין אריין. זאגט דער מחותן צום גבאין איך האב שוין איבער געגעבן דעם שליחות עס פעהלט נישט אויס מער אריין צו גיין. אבער פארט דער רבי רופט אריין צו זאגן א גוט יו''ט פארן מחותן. דער מחותן גייט אריין און שמועסט מיט דעם הייליגער לעלובער עניינים פון יו''ט. וכ''ו
דאן פרעגט ער, נא וואס איז מיטן גריס, איך האב שוין געזאגט אינדעראויסן ביים טיר. ממה נפשך איז דער רבי א רבי האט דאך שוין דער רבי באקומען דעם גריס, איז דער רבי נישט רבי איז די גריס נישט פאר עים.
האט דער רשנ''נ מלעלוב געענפערט און דאס איז די קנאק. אסאך מאל איז דער רבי נישט מיטן שטערקסטער דרגה און נישט אייביג איז ער אין די הויכע מדרגה אבער אויס רבי איז ער נאך נישט געווארן.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
ממש אזוי, אינמיטן שיר הייחוד, נישט א מינוט פריער און נישט א מינוט שפעטער, איך בין נייגעריג ווי דאס האט געדארפט אויסצוקוקן (ווי ווייט איך ווייס איז ער אוועק אינמיטן שלאף, קען זיין אז ער האט געזאגט שיר הייחוד אין חלום.)לייביששרייבער האט געשריבן:דער הייליגער רשנ''נ מלעלוב פון ב''ב וואס איז אוועק כל נדרי ביינאכט בשעת שיר היחוד
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II