צוויבל קניפער האט געשריבן:א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.

זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.
עס איז געווען א קלײנע פענסטער אבער בעיקר האבן זיי גענוצט א קעמרע מיט א סקרין.
אגב דאס איז וואס איך האב געלײענט מוז נישט זיין עס איז אמת

די צווייטע לעקציע וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אז אפילו אויב א מענטש האט דאס געלט און די מעגליכקייט צו טון עפעס אויסטערליש און געפערליך, זאל ער עס נישט טון, ווייל אויב (ח"ו) ס'געשעהט עפעס צו איהם. ווען ער איז ארויסגעגאנגען פארדינען געלט פאר פרנסה, אפילו אן עושר, זאגט מען... נו, ער האט דאך געארבעט שווער פאר זיין געלט. משא"כ אויב ער פרובירט צו טון עפעס ווילד און געפערליך, און עפעס געשעהט צו איהם אדער זיין משפחה, קענמען זאגן... "צו וואס האט דאס איהם אויסגעפעהלט"?...!
די דריטע לעקציע איז, אויך פונ'ם ספר קהלת פון שלמה המלך... "אל תהי בז לכל אדם, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום"...!
דער ספר הברית, וועלכער איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכער איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים. כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
דער ספר איז זייער אן אינטרעסאנטער און טיילווייז מיסטעריעזער. איבער וואס ס'איז כדאי אויפצומאכן א באזונדערע אשכול. ואכמ"ל.
berlbalaguleh האט געשריבן:דער ספר הברית, וועלכע איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכע איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים, כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
דער ערשטער סובמארין איז געווארן אינטערדוסד אין יארע 1775. עס איז גערופן געווארן "די טורטל", דעזיינד ביי דוד בושנעל David Bushnel אין די צייטן פון די רעוואלושינערי מלחמה. איין מאל דער סובמארין איז שוין געווען א פאקט איז שוין נישט געווען קיין חכמה צו שרייבן וועגן אראפפארן זוכען אוצרות, ווייל אונטער די וואסער איז אייביג געווען אוצרות און מענטשן האבן אייביג געוואלט אראפגיין. ווי נאר דער סובמארין איז ארויסגעקומען איז עס געווארן ערמעגליכט, און דאן איז די סייענס פון וואסער געווארן א נושא פאר זיך.
berlbalaguleh האט געשריבן:דער ספר הברית, וועלכע איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכע איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים, כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
אזוי ווי געשריבען דער ספר הברית איז מלא וגדוש מיט אינטערסאנטע סייענס, אבער דער אינטערוואסער שיפל איז נישט די ראיה.
ער האט אסאך אינטערסאנטע באשרייבונגען פון זאכן וואס איבער 100 יאר שפעטער זענען סייענטיסטן געקומען צו דער זעלבער הכרה.
berlbalaguleh האט געשריבן:די דריטע לעקציע איז, אויך פונ'ם ספר קהלת פון שלמה המלך..."אל תהי בז לכל אדם, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום"...!
במחילת כבוד הרב שליט"א,
ערשטנס, מיין איך אז דאס שטייט אין פרקי אבות, נישט קהלת, ניין?
צווייטנס, וואס איז די לעקציע? ווי אזוי לערנסטו עס ארויס פונעם אינצידענט וואס האט פאסירט?