וגר זא"ב עם כב"ש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5765 מאל

וגר זא"ב עם כב"ש

שליחה דורך וואלווי »

יום א' לסדר ודברתם אל הסלע ה'תשפ"ג לפ"ג

לעצטענס האט זיך פארמירט דא אין שטיבל א ווינט פון לייקעריי. איך לייק דיך, דו לייקסט מיך, איך קלאפ דיר אין רוקן, דו קלאפסט מיר. ספעציעל זעהט זיך דאס אן צווישען די יונגווארג דא אין שטיבל, כתינוק הבורח מבית הספר, ווי אין לאנטש רום אין סאמע לעצטע חדר טאג פון יאר. ס'פליט טונא מיט טעלערס, מ'גיסט מילך אין די זופ. אזוי דא אויך, ס'פליעט לייקס איבער'ן גאנצע פלאץ, ס'שפראצט אשכולות דבר בי רב דחד יומא, תגובות ווי ס'נישט דא קיין פעריעד אדער קאמע פאר א רפואה. די דאזיגע טרעטן גאר על ראשי עם קודש, די אלטגעזעסענע חכמים דא, ס'שטערט די רוהיגקייט און סיניאריטי, און בכלל טוט דאס אריינברענגען אומעטשור גייסט, וואס סטראשעט די "נאבעלע" און "מכובד'יגע" צורה פונ'ם פלאץ.

האביך נייעס פאר ענק, מורי ורבותי, דא איז נישט קיין נורסינג האום, דא איז נישט קיין בית החיים. ווער ס'וויל שלאפן זאל מוחל זיין און פארמאכן זיין פאון. ווער ס'וויל דיסציפלין זאל פרובירן אייוועלט. קאווע שטיבל איז נאר נתייסד געווארן אז מיר זאלן אלע דא באקוועם וואקסן, מיר זאלן אלע האבן א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסגעבן אונזערע צוקוועטשטע פילינגס. דאס דערגרייכט מען דורך ארויסגעבן אונזער קונסט פון די נשמה און די מוזיק פון די הארץ, און פארדעם דארף מען פלאץ. נאך מער דערגרייכט מען דעם ציל דורך לייענען "צווישן" די שורות פון קאווע. אמאל קען איינער שרייבן א גאנצע תגובה, מ'פארשטייט נישט אינגאנצן וואס ער זאגט, אבער די חידוש פון די תגובה וועט נישט ליגן אין די געזאגטע ווערטער, נאר אין די אומגעזאגטע ווערטער. אונז זוכן דוקא די אריגינעלע הארציגע תגובה, אן אריגינעלע חכמה'לע, א תמימות'דיגע קלאג און א פריש געבליצטע געדאנק.

מיר האבן דא עכטע תינוקות הבורחים מבית הספר, אזוי ווי די מערסטע פאפולערע סטייל תגובה אין שלום עליכם אשכול צייגט, אז "מ'קומט אהער דוקא וויל מ'דארף ארויסגיין פון ענגשאפט", און דייקא ווייל מ'וויל שפראצן און בליען אן קיין גרעניצן. אז מיר ווילן אז קאווע שטיבל זאל בלייבן קאווע שטיבל דארף "א יעדע" מעמבער זיין באקוועם. די נייע מעמבער'ס דארפן זיך קענען ארומדרייען ווי אין וויינגארטן אן דארפן קוקן איבער'ן שאלדער צו זיי ווערען געדזשאדזש. אז מ'וועט ענג מאכן די נייע מעמבער'ס האט מען געטרעטן אויף די יסודות פון קאווע שטיבל. זאל מען שיסן לייקס אהין און צוריק ווי ערעפלעינס ביי ענגליש, זאל מען עפענען א יעדע פינף מינוט נאך אן אשכול וועגען אמונה אדער מארעלס, זאל מען שרייבן און מעקן. זו הודה זו הדרה, די שיינע פרישע אריגינעלע קונסט קומט ארויס פון די נייע ניקס. אונטער א יעדע צוהאקטע תגובה ליגט א קומענדיגע גאנצע תגובה, אונטער א יעדע וואלנערביליטי ליגט א שטארקייט.

אלזא, שלום עליכם אייך נייע ניקס! מיר דאנקען אייך פאר אריינקומען אין אונזער שטיבל, זייט אונז מהנה, מיר ווילן אייך קענען!

__________________________________

אבער זכר אהב"ת קדומים, לאמיר דערמאנען אונזער סופער לייקער. מיר האבן צו פארדאנקען אונזער ליבער שעפטאל, וואס האט זיך נישט געשעמט ווי די אנדערע איידעלע ניקים, און תיכף אריינגעפלאטשקעט מיט די בוטס אין די פאדל. "איך וויל א לייק", "איך בעט דיך פאר א לייק", "אויב ווילסטו געב א לייק", "איך שטארב פאר א לייק" - געהעריג שעפטאל שפראך. ער מעקט אין איין אשכול און לינקט אין צווייטען אשכול. טעגט דעם דארט, און זיך טעגט ער איבעראל. בקיצור ס'פליעט, און קיינער איז נאכנישט אריינגעפלויגן אהער מיט אזא "נחשון" עטיטוד ווי ער. ער פילט זיך באקוועם צו קלאפן די זקנים אין רוקן, כאילו מ'האט עם געהייערט צו אויפלעבן די פלאץ. ס'שטורעמט אן אויפוואכונג, און ער איז די "אויג" פונעם שטורם. ער ווארט נישט פאר רשות הדיבור, ער איז געהעריג סתירת נערים בנין.

דאס איז די חיות פון שעפטאל, דאס איז זיין מהות. איך גיי נישט פארשטעלן ווער שעפטאל איז. שעפטאל איז שעפטאל, אזוי ווי ער שרייבט, אזוי וואקט ער און אזוי רעדט ער. דאס וואס עטס לייענטס דאס איז ער. אז איר וועט דורכוואקן שעפטאל אויפן גאס, וועט איר גראד וויסן אז דאס איז שעפטאל. שעפטאל שרייט שעפטאל. ער קומט נישט אריין אין בית מדרש מיט די לוח הציבור ארויסשטעקנדיג פון איין טאש, און היט פלעסטיק פון צווייטן, אדער מיט מאראסטיגע שיך און אומגעפיצטע ציין. נישט פון די סארט חוש'ערס, ער איז פון די "מסודר'דיגע" חוש'ערס. ער איז א צעפלויגענער מיט א ריינע טלית קטן און אויסגעפיצטע שיך.

ער איז א ידו בכל ויד כל בו. אז דו שטייסט אונטער איין דאך מיט אים, ביז צוויי מינוט רעדט ער מיט דיר. ער איז א רונדעכיגער וועסטל טראגער, מיט א ברייטע שטחיות. דו זעסט עם קומען, דו הערסט עם וואקען. ער איז גוט מיט דיר נאך פאר דו האסט עם געזעהן, ער פארענטפערט זיך נאך פאר ער האט דיך אנגעדרייט. ער פליעט פון רעכל צו מעכל, און סודות'ט זיך מיט יעדן. כ'וואלט געזאגט ער פליעט ווי אן ערעפלאן, נאר ער קען זיך פשוט נישט הייבן. מ'דארף נישט מסביר ווי אזוי ער זעט אויס, ווייל ער האט זיך שוין גענוג פארגעשטעלט רוב גדלו ומלא רוחבו. ער מיינט איך פארשטיי צו אכילה, וואס עפעס, ער איז די מאכל אליינס. כ'ווייס נישט צו ער'ז א חי אדער צומח אדער ביידע, אבער א "דומם" איז ער זיכער נישט. ניטאמאל איז ער מכיר אין זיין גרויסקייט, שרייענדיג אז ער האט נאר איין דאבל טשין, בשעת ס'הענגט עם מער טשינס ווי אין א כינעזע פאון בוק.

שעפטאל ווייסט אלעס, רעכנט אלעס, קאנפירמט אלעס. דער מענטש סטאפט נישט דרייען. כ'באמפ אריין אין אים איין טאג, אזוי ווי ער זעהט מיך, באמערק איך זיין שטערן אזוי פארטראכט, ער בלינקט מיט די אויג, ער דארף שנעל מחליט זיין צו איך וויל רעדן מיט עם יעצט אדער נישט. ער כאפט נישט אז מיט אזא דזשאלי פיגור ווי עם וויל א יעדער רעדן. כ'האף כ'האלט דיך נישט אויף זאגט ער, אויב יא גיי איך שוין ווייטער (קענסט די קיינד מענטשען זיכער...). עניוועיס, כ'אינטערסיר מיך אין זיין היינטיגע חידוש. כ'האב באמערקט, זאגט ער, אז די אויבערשטע רעכטע טאש פון וועסטל איז גוט פאר ליקעריש. וואס? פרעג איך. יא ליקעריש, הערסט גוט. איך נוץ אלע מיינע טאשן. די לינקע אויבערשטע טאש איז די סעל, פארשטייט זיך, די צוויי קלענערע אינטערשטע פאר פאפיטעס און מענטאס, למעשה די אויבערשטע רעכטע איז עכט פאר טשאקלאד, פלאכע באר - פערפעקט פיט. נאר וואס, ס'איז זומער, איך שוויץ, (נאו קידינג...) האביך מיך מסדר געווען מיט ליקעריש. ער ווארנט נאך אן, אז די נייע פאני קאליר ליקעריש דארף מען שטיין ווייט, די בעסטע איז טוויזלער שטעקעלע ליקאריש, ס'האט טעם, טעקסטשור, און ס'פיט שיין אריין.

ווי די פרייליכע גוטסקייט וואס ער איז, האט ער מיר נישט דורכגעלאזט אן אריינרוקן האלב זיינע ליקעריש. ער האט סייווי סאוער סטיקס אין די באהאלטענע טאש (גאר אינווענדיג) זאגט ער, גענוג ביז איך קום אן צום ארבעט. עטס דארפטס עם זעהן אין די ווינטער, די טיפע ביזעם טאשן קענען ענטהאלטן אלע סארט פרוט לעדער כאטש צוויי פון יעדע קאליר. ער פערזענליך האט ליעב פיינעפל, ער איז אזא זיס זויער סארט. ער האט אייביג אן איבעריג שטרויס און טוטפיק אין טאש. לאמיר נישט פארגעסן דאס קליין פעקל טרעוועל ווייפס (וואס נאך איז נייעס...). א שווימעדיגע לויתן, א געדעכטער שור הבור, און טאנצט ווי דבורה הנביאה. ער איז די פערפעקט מיקס פון ספיקות, וואלנערביליטי, קאנפידענס, און אטענשאן סיקינג. ער דארף אלעס אווערטינקען. ער איז געבוירן אויף א ראקעט שיפ און מאכט זיכער יעדער ווייסט עס. כ'האב ענק געזאגט, ווען עטץ וועטס אים זעהן וועט עטץ וויסען אז דאס איז שעפטאל.

דאס שעפטאל מהות האט אויפגעפרישט דאס פלאץ. מיר האבן אסאך שעפטעלאך, אבער ער איז דער וואלנערעבל שעפטאל. דער נחשון שעפטאל. ער בעט זיך זיינע לייקס, פארענפערט זיך פאר דעם, און ער טיילט ווייטער לייקס. אז ער מאכט א מיסטעיק, איז ער וואלנערעבל און מעקט אפילו יעדער זעט. ער מאכט אויף אלע מיני אשכולות, ער מאכט התוועדות'ן, און ביזי מספיד זיין ניקס כאילו מ'גייט זיי פארגעסן. חברה, ס'איז א רוח פון עקסעפטענס און וויזיעס, וואלנערביליטי און ווארהייט, בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו.

הערצליכע דאנק שעפטאל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר