די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

זונטאג פאריגע וואך, לאזן זיך אראפ פינף מענטשן וואס זענען ווערד מיליאנען, גרויסע יחסנים אווענטוריסטן, און גייען זעהן דורך א קליין לעכעל פונעם סובמערסיבעל די ברוכווארג פונעם 110 יעריגע איינגעזיקענע טיטאניק וואס טויזענטער שעות עקספלארעישאן איז שוין דערינען אריינגעגאנגען במשך די לעצטע 100 יאר.

א נסיעה וואס נעמט אן ערך פון 8-9 שעה, מיט א לופט טאנק צום אטעמען פאר די פינף מענטשען פאר אפאר שעה לענגער ווי זיי דארפן דארט פארברענגן אין דעם קליינעם סובמערסיבעל (אזוי גרויס ווי א סאדע קען).

די פינעף ביליאנערן זיצן אינעם סאדע קען צושטופט אבער פארט אויפגעלייגט, אזא אווענטור וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן בעפאר.

עס איז זונטאג מיטאג, א שעה מיט פינף און פערציג מינוט נאך וואס דער קליינער סאדע קען מיט די פינף מאנשאפט מיטגלידער האבן זיך ארונטערגעלאזט דעם וואסער און הילד איננו, די קאמיוניקאציע האט זיך אפגעשטעלט, מען הערט נישט די חברה מער, מען ווייסט נישט וואס האט מיט זיי האט פאסירט.

אלע מידיע אוטלעטס Media outlets שטעלן זיך אפ פון זייערע רעגלמעסיגע נייעס פראגראמען, ברעיקינג ניוס! די סובמערסיבעל האט אויפגעהערט קאמיוניקירן מיט'ן סופפארט שיף.

פאליטיק הערט אויף עקזעסטירן, אלעס ווערט איבערגענומען מיט די ברעיקינג ניוז א גאנצן ליבער טאג. די וועלט האט זיך אפגעשטעלט. דער פאליטישער ארענע איז אויף וואקאציע. ביידען טראמפ, נייע קאנדידאטן, פינאנציעלע נייעס, אלעס איז געשטארבן, נישטא גארנישט. ווילאנג מען וועט הערן אז די פינף ביליאנערן זענען צוריק מיט גאנצע גלידער.

דאס גאנצע מידיע האט נישט איצטערט קיין צייט צו רעפארטן קיין שום אנדערע נייעס אויסער ארום דעם סובמערסיבל. א יעדעס קליינע נייעסל, א יעדעס ספק ספיקא ארום דעם סאדע-קען וואס שווימט ערגעץ-וואו אין קאנאדע אונטער די וואסער, די מידיע איז פארנומען צו ברענגען די מינוטיגע איצטיגע אפדעיטס.

אזוי גייט אדורך זונטאג מיט שפילענדע פאטאגראפן ווי די רעטונגס שיפן מיט די רעטונגס פליגער און העליקאפטערס קומען אן צום פלאץ אין וואסער ווי די טראגעדיע האט זיך אנגעהויבן, פונקט דארט ווי דער סובמערסיבעל האט זיך אפגעטיילט מיט דעם גרויסען סופפארט שיף וואס האט מיט זיך געטראגן דעם שיפל און זיך ארונטערגעלאזט אינעם ים 13000 פיס ארינטער.

די רעטונגס אקציע גייט אריין אין שוואנג און די גאנצע וועלט קוקט זיך צו מיט אנגסט וואס עס גייט זיך אויסלאזן מיט דעם סובמערסיבעל און זיינע פאסאזשירן. די מידיע שפילט אויס א גאנצן טאג דעם מומחה און יענעם מומחה, אלעס נאר ארום די נייעס וואס האלט א יעדן געשפאנט צום טי. ווי. מיט אנגסט וואס עס גייט פאסירן. אזוי גייט אדורך דעם זונטאג.

מאנטאג מען האט געהערט קלאפערייען, מען הערט גרודער, א געוויסער קאוד ווערט געקלאפט אויף די ווענט פונעם סובמערסיבעל ווי זיי רופן פאר הילף. מען דעבאטירט א גאנצן טאג צו די ROV'S רעמאוט שיפל זאל יא אדער נישט ווערן אריינגעברענגט אינעם אקציע. דינסטאג טאגט שוין און עס איז שוין ב''ה דא אן החלטה פון די צוויי לענדערס קאוסט גארדס אז די ROV איז אויפן וועג מיט די מומחים וואס וועלן דאס פירן צוצוקומען צום סאדע קען, און אזוי איז די מידיע פארנומען אינטערוויוען די אפערעיטארס, און די וואס זענען אין דעם גלגול נאר געשטאנען נעבן אזא ROV.

ויהי ממחרת, עס איז שוין מיטוואך, און במשך רוב טאג, און די שרעקליכער נייעס ווערט געבראכן אין א ברעיקינג ניוס אויסרוף אז מען האט געטראפן שטיקער פונעם סובמערסיבעל. די 5 מיטגלידער זענען ל''ע אומגעקומען. נאך אפאר שעה איז נאך די מידיע פארנומען מיט עקספערטן אפשאצן וואס האט אלץ געקענט פאסירן. א יעדער עקספערט ווערט אינטערוויוט, און אויך די זיכערהייטס פארלעצונגען פון אושען געיט וכו', און עס איז שוין דארנעשטאג.

ביני לביני וואס פאסירט אויף די פאליטישע ארענע, האנטער ביידן ווערט אנגעקלאגט און ריינגעוואשן אין די דריי-פיר טאג.

דזשעי פי מארגן אין דזשעפרי עפשטיין אימעילס ריליעסד, 47 מיליאן אימעילס זענען עפעס מיסטריעזיש נעלם געווארן, פארווישט און פארלוירן זייערע שפורן אז אימעילס צווישן די צוויי איז אמאל געוועזען.

דער פרעזידענט גייט אדורך אן אימפיטשמענט פראסעס אין די הויז פון סענאט.

די פענטאגאן האט אפגעשיקט קיין אוקריינע נאך 6 ביליאן דוללער. יא, ביליאן מיט א "ב".

עף בי איי וויסעל-בלאזערס ווערן נעלם פון די מאפע.

דזשאן דארעם גייט אדורך א קאנגרעשאנעל הערינג וועגן דעם אומפארלעסליכע ראשען האוקס Russian Hoax

די אלע נייעסער זענען פארגעקומען אונטער אונזער נאז ווען מיר זענען אלע אין אנגסט און פארנומען וואס עס האט פאסירט מיט 5 ביליאנערן וואס האבן מחליט געווען צו גיין שווימען אונטער'ן וואסער 13000 פיס, אין די צייט וואס די נעווי האט שוין זונטאג אינמיטן טאג געוואוסט אז די 5 ביליאנערן זענען פארביי.

וואס מיינט איר ליינער, וואס האט דא פאסירט?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל.

שליחה דורך בעלינגהעם »

האנטער איז גענצליך ריינגעוואשן?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

יא יא, די לינקע מידיע דאמינירט.

אבער טרייב נישט איבער, די פרעזידענט ווערט נישט אימפיטשט, סך הכל האבן די רעפובליקאנע שוואכלינגען געשיקט די אימפיטשמענט צו א קאמיטע וואס ס'וועט דארט אפשטארבן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

נוח האט געשריבן:כ'האב אנגעהויבן ווערן צעקאכט קעגן די מידיא, אבער פלוצלינג איז מיר בייגעפאלן א מחשבה: וואספארא שייגעץ-שטיק וויל @לייביששרייבער דורכשווערצן אונטער מיין נאז בשעת כ'בין צעקאכט אויף די מידיא און כ'באמערק נישט וואס ער טוט?!
וואס איז די החלטה? דו וועסט נאך געוואויר ווערן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

בעלינגהעם האט געשריבן:האנטער איז גענצליך ריינגעוואשן?
וואס מיינט גענצליך?
מ'האט אים אנגעקלאגט אויף נארישע טעק'ס עבירות וואס ער עט בלויז דארפן צאלן אפאר דאלער, און אויף איין גאן טשארדזש באקומט ער אביסל פראבעישן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

אלע צוזאמען האט געשריבן:יא יא, די לינקע מידיע דאמינירט.

אבער טרייב נישט איבער, די פרעזידענט ווערט נישט אימפיטשט, סך הכל האבן די רעפובליקאנע שוואכלינגען געשיקט די אימפיטשמענט צו א קאמיטע וואס ס'וועט דארט אפשטארבן.
יא יא, דאס איז שוין צווייט-זייטיג וואס די דיטעילס זענען, עס איז נאר דער געדאנק.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

אלע צוזאמען האט געשריבן:יא יא, די לינקע מידיע דאמינירט.
נישט נאר דאמינירט, ממש ער שווענקט וואשט און קאנטראלירט וואס דו זאלסט יא און נישט וויסן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
בעלינגהעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך בעלינגהעם »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
בעלינגהעם האט געשריבן:האנטער איז גענצליך ריינגעוואשן?
וואס מיינט גענצליך?
מ'האט אים אנגעקלאגט אויף נארישע טעק'ס עבירות וואס ער עט בלויז דארפן צאלן אפאר דאלער, און אויף איין גאן טשארדזש באקומט ער אביסל פראבעישן.
וואס טוט זיך מיט די אוקריינע געלטער?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

בעלינגהעם האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די אוקריינע געלטער?
האלט דיך נישט איין דיין אטעם.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

יעדע שטיק צייט האט די 'דיעפ סטעיט' פאן מיט די באפעלקערונג. בלויז עטליכע וואכן צוריק, די טאג וואס די FBI האט זיך געבראכן און געברענגט פאר קאנגרעס קלארע באווייזן אז דאן 'וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען' האט גענומען שוחד ברייטערהייט, דעם זעלבן טאג האט די 'ספעציעלע קאנסיל דזשאן סמיט' געמאלדן פרישע קלאגעס קעגן 'דאנעלד טראמפ'.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
זיי טרעפן זיך רעגעלמעסיג אין די בעיסמענט פון די זקני ציון ווי אלעס ווערט פראטאקאלירט. ס'וועט נאך איין טאג ארויסרינן טראץ די צענזור. האלט אן אויג אויף 4chen.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?

The New York Times runs the show and the others usually follow. NYT decides what the important news of the day is and the rest follow along.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
איך שמעק אז דו ביסט גארנישט אזוי נייגעריג. ווילסט סתם מאכן ליצנות. אויב ביסטו ערנסט נייגעריג קענסטו באמת געוואויר ווערן.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

קורקלענד האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
איך שמעק אז דו ביסט גארנישט אזוי נייגעריג. ווילסט סתם מאכן ליצנות. אויב ביסטו ערנסט נייגעריג קענסטו באמת געוואויר ווערן.
איז עס דיר נישט מאדנע אז אלע נעטווארקס האבן באשלאסן צו האמערן פונקט מיט די זעלבע נייעס? דאס מוז זיין אפגעשמועסט.

אדרבה, ווי קען איך עס געוואר ווערן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
זאג נאר, די ווייסט ווי 50-75% פון געוועזענע הויכע שישקעס פון די דעמאקראטישע פארטיי ארבייטען היינט צוטאגס?
יא אינערהאלב די ''אומפארטייאישע מידיע''.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
די שיפל איז טאקע פארשוואנדען געווארען אן זייער אינטערווענץ אבער דאס אז עס איז געווארען אזא הויפט נייעס איז (arguably) זיי צו פארדאנקען.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

בעל אחריות האט געשריבן:די שיפל איז טאקע פארשוואונדען געווארען אן זייער אינטערווענץ, אבער דאס אז עס איז געווארען אזא הויפט נייעס איז (arguably) זיי צו פארדאנקען.
אזוי ווי דו זאגסט, עס איז דא אזעלכע נייעסער מדי יום ביומו און מיר ווייסן ניטאמאל דערפון, ווייל עס איז בכלל נישט וויכטיג און אינטערסאנט פאר קיינעם. אבער ווען מען דארף פארדעקן אנדערע נייעסער דאן זוכט מען פון אונטער די קוליסן וואס מען קען האלטן דאס פאלק געשפאנט און דראמאטיזירט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

אוי די קאנספיראציעס!! דאס איז דאך פיל בעסער ווי איני יודע... נאאא פערענ

דו שרייבסט גאר פיין אבער דו טרייבסט שוידערליך איבער...

CNBC's Squawk Box רעדט נאך וועגן די פעד און טרעדזשורי'ס און בלינקין'ס באזוך, news nation פארציילט נאך אנדערע געווענליכע נייעס אין אירע סעגמענטס, fast money פלוידערט ווייטער וועגן וואליטיליטי א fed pivot און סעמיקאנדאקטער'ס כתמול שלשום די financial times האט נאך העדליינס אויף זייער טעלעגראם טשענל וועגן generative AI, נתניהו, די דייטשע עקאנאמיע, אינדיע'ס קאמענטארן איבער די מערב וועלט'ס היפאקריסי איבער ענערגיע'ס טראנזיציע, דער ציבור האט נאך מיטגעהאלטן יעדע רוסישע סטעימענט ווידיאו פון פריגאוזשין'ס PMC Wagner אויפשטאנד קעגן פוטין. יא די מידיא פארציילט נישט אלעס און פארדעם איז independent journalism און עפפס ווי סמארט ניוז אדער גראונד ניוז, the free press פון בעערי ווייס (נישט מיכאל'ס איידים) on the rise like never before

הער אויף צו רעדן פון קעיבל טשענל'ס וואס דו אבוויעסלי קוקסט נישט.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין מעשיות וואס איך פאלוי נישט, אבער מאך עס נישט אויסקוקן ווי א דיסטרעקשן ווען די נייעס גייט אן פונקט ווי אלעמאל. Curb the drama
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

קורקלענד האט געשריבן:קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!

אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
לעצטנס איז געווען א מהפיכה (גראדע געטראפן אויף די אומפארטיאיישע breaking points וואס קריסטעל איז א לינקער, און סאאגאר איז א רעכטער) אז עפעס א נייע יונגע רעפארטערין האט באקומען עפעס א אינטערוויא מיט א גרויסע וואל סטריט ביגשאט וואס אנדערע קאלעגעס אויפן נעטווארק קריצן מיט די ציין אז אזא אינטערוויא וואלט זיי געווען זייער שווער צו קריגן שוין נאך יארן עקספערטיז און זיך ארויפדראפען אויפן מידיא ראנק, ווי קומט דאס צו דעם יונגע שנוק? שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן פשוט געהאקט א לעבן צוזאמען ווען דער אלטער מאגנאט האט זיך באוויזן אויף איר סקרין אין די בעיקראונד בשעת זי האט געהאלטן אינמיטן א segment

!Ouch

אבער אונז קלוגע אידן ווייס מיר דאך אל תסתכל בקנקן ס'מוז דאך דא ליגן עפעס טיפער'ס, ער האט איר עכט געברענגט א געהיימע מעסעדזש פון די לעצטע דיפ סטעיט זיצונג, און די סקאנדאל איז פשוט א דיסטרעקשן פון די מידיא זאלסט נישט כאפן אז זיי זענען אלע אויף די זעלבע זייט...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך ארבעט. די ניו יורק טיימס, וואשינגטאן פאסט, סי ען ען, עי בי סי, אא''וו גייען ארויף אויף א קאנפערענס קאל אז צוליב וואס די וועטער זאגער זאגט פאר שלעכטע נייעס די וואך גיימיר אלע אינאיינעם האמערן מיט א טיטאניק?
זאג נאר, די ווייסט ווי 50-75% פון געוועזענע הויכע שישקעס פון די דעמאקראטישע פארטיי ארבייטען היינט צוטאגס?
יא אינערהאלב די ''אומפארטייאישע מידיע''.
ווער האט געזאגט אז ס'איז אומפארטייאיש? וואס מיינט אפילו פארטייאיש? יעדע אפגעריסענע נייעס באריכט איז אדער קאנסערוואטיוו אדער פראגרעסיוו? ס'איז עפעס נישט דא קיין objective truth אויף די וועלט?

און וואס זאל איך טוהן מיט די אינפארמאציע וואס דו גיבסט מיר יעצט Arguments from ignorance פעלעסי'ס קען יעדער מאכן, דאס איז נישט קיין חכמה.
I get it קאנספיראציעס איז פאן, און מיסטעריעז, און ס'איז גאר א גוטע דראג פאר מענטשן בפרט וואס ליידן אויף דעלוזיע און פערענאויע, אבער א מענטש דארף זוכן פאקטן נישט שפעקעלירונגען...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
פארשפארט