פאסיוו ווס. אסערטיוו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

פאסיוו ווס. אסערטיוו

שליחה דורך לייביששרייבער »

א גוט מארגן, א גוטע וואך.

היינט וועלן מיר שרייבן דעם פאסיווער בילד און בעז"ה אין דעם נעקסטן ארטיקל דעם עסערטיווער בילד.

העלא גוד מארנינג גאלדי, וואס מאכסטו? הייבט אויף רוחי דעם טרייבל מיט א געמאכטע איינגענעמקייט, טראכענדיג צו זיך וואס וויל שוין די גאלדי ווייטער פון מיר היינט. ווען זי קאלט קען קיין גוטס נישט ארויסקומען.

גאלדי, א בעלת חסד, לויפט אין שפיטעלער פאר ביקר חולים'ס וועגן. ווי אויך באזוכט זי כסדר אין די אלט-היימען צו באזוכען די איינזאמע עלטערע פרויען וואס האבן נישט ווער עס זאלן זיך אויף זיי אומקוקן, קומט זי כסדר באזוכן און פארברענגען מיט זיי עטוואס כדי זיי זאלן האבן מיט וועם און מיט וואס צו פארטרייבן זייער לאנגווייליגע טעג. (קען זיין טאקע אויף יענעמס חשבון, אבער פארט איר חסד שטייט איבער אלעם. אויב גייט זי נישט מחיה זיין א צובראכענעם נפש כאטשיק איינמאל א וואך איז איר וואך נישט קיין וואך).

רוחי, קענסט מיר אפשר נעמען מיין יואל'ישל פאר צוויי שעה בערך, איך האב וויכטיגס צו ארלעדיגן אין מאנהעטן היינט פאר צוויי שעה. שור, גלעדלי, ענפערט רוחי מיט אן אפנהארציגקייט. ער איז דאך אזא זיסע שעפעלע, עני טיים.

רוחי איז א שכן מיט גאלדי אין איין בנין שוין פאר יארן, ווען אימער גאלדי דארף א בעבי סיטער ווייסט זי אז רוחי איז איר אדרעס, מען קען דארט איבערלאזן דעם קליינעם יואל'ישל. זי נעמט אים אלץ זייער גערן. ווי אויך האט רוחי א שטוב מיט טעכטער וואס קענען צולייגן א האנט און אכטונג געבן אויף מיין יואל'ישל. רוחי איז סאמטינג ספעשל, עני טיים זייער גערן עטפערט זי אייביג.

ווי נאר דער טעלעפאן געשפרעך, מיט דער טובה וואס דארף באלד געטוהן ווערן פאר גאלדי ווערט געענדיגט, קלאפט רוחי אראפ עם טרייבל מיט א כעס, רעדנדיג צו זיך אליינס שטילערהייט, האפענדיג אז גאלדי הערט איר נישט: שוין ווייטער דארף איך בעבי-סיטען דעם יואל'יש ווייס, אזא שווער קינד, אייביג וויינט ער, איך האב נישט קיין געדולד צו אים, די שעות וואס מען דארף אים בעבי-סיטן איז ממש א גהינם דא ביי מיר אינדערהיים.

זינט דעם פאון קאל צופרי פון גאלדי איז רוחי צופיפן און נערוועז ווי א צאפ, זי האט נישט קיין געדולד צו נעמען דעם יואל'ישל און זי ווערט שוין משוגע שעות בעפאר. אלע קינדער און דער מאן בתוכם כאפן אריין פסקים און קולות על לא עול בכפם. די קינדער און דער מאן האבן נישט קיין אנונג על מה חרי האף הזה. רוחי גייט אן מיט איר נערוועזיטעט אן וואס מען זאל איר קענען בארואיגן.

עס קומט שוין ענדליך דער באשטימטע שעה וואס רוחי דארף איבערנעמען דעם יואל'ישל ווייס. די נערווען דערגרייכן אויפן העכסטן גראד שייך אט צו א נערווען אטאקע.

גאלדי קלאפט אין טיר פון רוחי. מיט אן העפליכקייט זאגט גאלדי צו רוחי, יואל'ישל איז אנגעזעטיגט און געבאדן, ער דארף צו שלאפן ביז ממש איך קום אן אהיים, איך האף צום אייבערשטן ער וועט זיין וואויל, און גיט דערביי איבער יואל'ישל אין די האנט פון רוחי. ווי נאר רוחי נעמט אים איבער אין איר האנט דעם קליינעם יואל'ישל הייבט ער אן צו קוויטשען און פארפירן אויף דעם וואס זיין מאמע לאזט אים אזוי איבער ביי רוחי אין די האנט אן א רחמנות. גאלדי פיהלט זייער שלעכט פאר איר שכן חבר'טע, און זאגט צו איר לייג אים אריין אין בעטל, ער וועט נישט וויינען פאר צו לאנג, ער וועט גלייך איינשלאפן. איצטערט איז די צייט וואס ער דרימלט און רוהט זיך אפ פאר צוויי דריי שעה.

נישט געזארגט, עס איז אוקיי, ער וועט זיין גוט. מיט א צוגעלייגטע מוט טראכט זיך גאלדי יואל'ישעס מאמע אז ה' ירחם, ער וועט זיין וואויל האפענטליך. זי באדאנקט זיך העפליך פאר די געוואלדיגע טובה וואס איר שכן רוחי טוהט פאר איר, און וואונטשט א גוטן טאג, איך וועל זיין צוריק בערך 2 אזייגער בעז"ה.

ווי נאר גאלדי דרייט אויס איר רוקן פונעם טיר שטויסט רוחי צו דעם טיר מיט אזא זעץ אז די ווענט קומען אראפ, נעמט דעם וויינענדיגע יואליש און טראסקעט אים אריין אין א קינדער בעטל, מיט א כעס האקט זי צו דעם טיר פונעם שלאף צימער ווי דער קליינער איז געווארן איינגעשפארט, און טוהט זיך אן אויער שטאפערס און פרובירט אנגיין מיט איר סדר היום.

דער יואליש ליגט אין דעם בעטל און וויינט מיט בכיות נוראות, ער בארואיגט זיך נישט בשפו"א כי אבי ואמי עזבוני. אזוי גייט א דורך די צוויי שעה מיט געוויינען און געשרייען פון דעם קליינעם יואליש ביים שכן רוחי. די צוויי שעה גייט אדורך זייער זייער צעגרענדיג און גאלדי איננו, זי איז נאך אלץ נישט צוריק. ווי איז זי, די מכשפה. מען קען איר קיין טובה נישט טוהן, זי נעמט עדוועטעדזש, א סאקער, א שווערע שכן. ווען איך דארף פון איר א טובה קען איך עס פאר קיין געלט נישט באקומען פון איר (שקר!!) אבער אזוי זענען מענטשן, עדוועטעדזש נעמערס.. דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך נעם אריין איר יואלי'של ביי מיר אינדערהיים!

עס איז שוין דריי מינוט נאך צוויי שעה און גאלדי איז נאך אלץ נישטא. אייביג טוהט זי דאס! איר צוויי שעה מיינט פינף, די רשע'נטע... ענדליך נאך 15-20 מינוט פון די צוויי שעה קלינגט גאלדי צו איר שכן רוחי אין טעלעפאן, און אנטשולדיגט זיך מיט א מיליאן אנטשולדיגונגען אז זי האט נישט געקענט האבן קיין קאר אין צייט, בלית ברירה האט זי געכאפט דעם טרעין, זי האט נישט געהאט קיין סערוויס אין די סובוועי טונעלן אבער די טרעין איז איצטערט אויפן ברידזש, די נעקסטע סטאפ איז ווייניגער ווי א גאס פון איר שטוב. הקיצור זי איז שוין דארט.

עס איז אוקיי, נישט געזארגט, ענטפערט רוחי העפליך, אלעס איז געוואלדיג, און ווידער א קנאק אראפ מיטן טעלעפאן. א ליגנער וואס זי איז, אייביג איז עס אזוי! רעדט רוחי ווייטער צו זיך, זי וועט נישט דא זיין פאר א שעה, איך קען איר שוין, די ליגענער.

גאלדי קלאפט אין טיר מיט איבערגעפילטע הענט מיט שאפינג בעגס, עס דערקענט זיך אז די שכנ'טע האט זיך ארויסגעלאזט קיין מאנהעטן אויף א שאפינג ספרי. אפאר מינוט פונעם קאל, רוחי עפענט אין די רגע מיט יואלישעל אין די האנט פארוויינט, דאס נאז זיינע רינענדיג מיט דמעות שליש קען זיך יואליש נישט בארואיגען זעהנדיג זיין מאמע שטייט ביים טיר אים אפצונעמען. ער נעמט זיך וויינען נאך שטערקער, קוים וואס ער כאפט זיך דעם אטעם זעהנדיג דעם מאמען.

אזוי וויינט ער נעבעך? פרעגט גאלדי באזארגט אז דער יואליש האט נישט געגעבן קיין מנוחה פארן שכן. נעה, ענפערט רוחי מיט א שמייכל, ער האט זיך ממש יעצט גענומען וויינען, ממש א מינוט צוריק, אה, מאכט סענס, זאגט גאלדי, פערפעקט טיימינג.. איצטערט שטייט ער געווענליך אויף און ער דארף זיין סעודה קטנה וכו', טענק יו סא מאטש, צום באצאלן אין פריידן. איי סאו מאטש אפרישיעיט יור העלפ.

זי דרייט זיך אויס צו גיין צו איהר דירה. ווידער א זעץ דעם טיר כאילו א באמבע האט אינעם בנין אויפגעריסן, אזא זעץ האט דער טיר געגעבן. די רשע'נטע די גאלדי, אויף מיין חשבון גייט זי אייביג שאפינג. אויב איז שאפינג אזוי וויכטיג פאר איר זאל זי טראגן דעם קליינעם צו א בעבי סיטער! נאך א טוץ מיט קללות אונטערן נאז, הייבט זי זיך אן עטוואס צו בארואיגן.

דער מאן ציטערנדיג אהיימצוקומען נאך וואס ער האט געזעהן דער נערוועזיטעט פון זיין אשת חיל אהיימקומענדיג פון דאווענען, דורכאויס דעם טאג האט ער פון איר נישט געהערט, ווער ווייסט וואס עס ווארט אים אפ ווען ער קומט אהיים. ער גארטלעט זיך אן מיט אייזערנע נערווען פאר ער לאזט זיך ארויס פון דעם שווערן ארבייטס טאג וואס ער האט היינט געהאט (מן הסתם האט זיין שווערער טאג געהאט צו טוהן מיט זיין געטרייער באגלייטערן באגלייטענדיג ארויס צו דער ארבעט היינט צופרי).

ואת אשר יגורנו בא. ער קומט אריין אין שטוב, די ברוך הבא וואס ער באקומט פארן אהיימקומען שפעט (איר קענט זיך שוין אליינס פארשטעלן די איבעריגע חלק פונעם בילד ווי אזוי דער ווייטערדיגער סדר היום האט אויסגעקוקט דארט).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר