סובב כל עלמין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3687 מאל

סובב כל עלמין

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יא, די זומער/קאנטרי צייטן זענען פולקאם דא, אט אט פאקט זיך שוין כלל ישראל אריין אין די אדעסיס און סיענאס. איבערגעפילטע מיני ווענס און שווארצע יוקאנס פילן שוין אן דעם סעווענטין, פיפטי טו, פארטי טו, און דעם פיפטי פייוו. שוין העכסטע צייט צו פלאנירן דעם נעקסטן ראוד טריפ.

בשעת מיינע ברודער און שוועסטערס ציען זיך ארויף אויף די הרי נופש, די באקאנטע הרי הקעטסקילס, די שיינע גרינע בערג מיט אירע קלארע לופט און באטעמטע קלימאט, צו שפענדן די זומער וואכן דארט, זעמער זייער געווארנט נישט ארויסגיין פון די גרעניצן וואס אונזערע טאטעס, מאמעס, זיידעס, און באבעס האבן אויסגעטרעטן שוין פאר די לעצטע זעכציג יאר. די סוד וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געוואוסט איז, אז די קעטסקילס מאונטענס איז פיל גרעסער און שענער ווי אונז מיינען. די שיינע גרינע בערג ציען זיך פון קאנאדא (אונטער די jurisdiction פון סאכדעס דארצות הברית וקנדא) ס'הייבט זיך אן ביי ניופאונדלענד אלל די וועי אראפ ביז דזשארדזשע און אריין ביז די אהייא וועלי וואס איז בערך א דריטל פון די סטעיטס טענעסי, קאנטאקי, אהייא.

בדרך כלל ווערען די רענדזש פון בערג גערופן מיט די באוויסטע נאמען אפעלעטשיע(ן) מאונטענס. די נעמען פון די בערג טוישן זיך טאקע כסדר, אבער די בערג שלענגלען זיך פאר מיליאנען קוואדראט מיילן. שפעטער עמער שוין מאריך זיין דערוועגן.

כ'מיין שוין העכסט צייט דער עולם, כאטשיג דער יונגערער עולם, די וואס האבן נישט מורא פונעם חדש אסור מן התורה, די וואס וואקסן שוין אויף מיט עי איי, זאלן אויפהערן איבערקייען און איבער רעדלען די זעלבע שאסייען יאר נאך יאר, פונעם סעווענטין, טו או ניין, פיפטו טו, וכו'. מ'דארף אנהייבן אויסטרעטן אנדערע שאסייען, וועלכע שלענגלען זיך אין די לענג און ברייט פונעם גרויסן שיינעם אמעריקע מיט אירע אכט און פערציג צוזאמען געקלעבטע לענדער.

אני הקטן טוה עס שוין פאר יארן. ס'טאקע נישט גרינג, ספעציעל די וואס האבן נאך פיצלעך אין שטוב. זיי זאלן טאקע גיין אין קאנטרי, די פרויען זאלן אומבאדינגט נישט אויפגעבן די צירקלעך, זיי זאלן ווייטער זיצן דארט מיט זייער שיניעלס און לערנען זייערע שיעורים. אבער די וואס זייערע קליינע זענען שוין גרויס געווארן, פארוואס נישט גיין אויספרובירן עפעס פריש, עפעס אינטערעסאנט, עפעס וואס לא שערום אבותיכם. אמעריקע איז גאר א שיינע לאנד מיט אירע בערג און וואסערפאלן מדבריות און קלימאט, טייכן און וואסערן. דא איז אויך א מיש פון מענטשן מיט אייגענארטיגע קולטור זיך צו באקענען און עקספעריענסן. מענטשן פארן כסדר צו דעם בלוט געווייקטע יוראפעישער קאנטינענט און שפענדן עפרות זהב, ווען אין פאקט איז נאך דא אין אמעריקע פארהאן אזאנע שיינע פלעצער נאר אן אידיש בלוט.

שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל שרייבן אן אשכול וועגן רייזן אין די לענג און ברייט פון אמעריקע. כ'האב שוין מערערע מאל זיך צונויפגערעדט מיט עטליכע חשוב'ע ניקס וועגן עפענען אזא אשכול און שרייבן דערוועגן, כדי די וואס זענען אינטערעסירט זאלן קענען הנאה האבן פון די וואס האבן שוין עקספיריענס דערין. אדרבה, מיר בעטן יעדן וואס האט שוין ארום גערייזט און געפארן אויף "ראודטריפס", אז זיי זאלן אזוי גוט זיין און אריינקומען שרייבן זייער עקספיריענס. אויך בעטן מיר צו האלטן דעם אשכול געווידמעט בלויז פאר ראודטריפן בעצם, אדער ראודטריפ טיפס. ווי אויך בעטן מיר די חברי השטיבל נישט אנצופירקלן דעם אשכול מיט לינקס, נאר אויב האט מען געהאט אייגענע עקספיריענס. ווי אויך איז מען געלאדענט צו מיטטיילן עקספיריענסעס און אטראקציעס. וואס מער אָף-ביעט אלס בעסער, ווייל די טוריסט טרעפס קען יעדער. זעלבספארשטענדליך, זאל דא זיין ריין פון אמעריקאנע פאליטיק. ס'זייער גרינג אריינצומישן פאליטיק אין אן אשכול ווי מ'רעדט פון די אמעריקאנער שטאטן, מיט אירע פילפארביגע קאלטורן. קארגסט נישט קיין טינט, שרייבטס וועגן די סטעיטס מיט אירע הערליכע נאטור, מוזעאומס, היסטארישע מאנומענטן, קולטור, וכדומה.

גיימער אנהויבן מיט אן אריינפיר צו דעם אשכול, דורך געבן א קורצע באשרייבונג פון די היסטאריע פון די שאסייען אין זייער סיסטעם, וואס ציען זיך אין די לענג און ברייט פון די אכט און פערציג צוזאמען געקלעבטע שטאטן פון אמעריקע, דהיינו די קאנטיגיואס יונייטעד סטעיטס. די קאנטיגיואס יונייטעד סטעיטס איז די רעפרענס צו די סטעיטס וואס זענען באהאפטן איינס מיט די אנדערע. לאפוקי אלאסקע מיט האוואי.

איצטער עמער איבערגעבן דעם טייפרייטער פאר אונזערע חשוב'ע ניק ידידי היקר @וואלווי און עם מכבד זיין צו געבן אן איבערבליק.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר