סובב כל עלמין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
סובב כל עלמין
יא, די זומער/קאנטרי צייטן זענען פולקאם דא, אט אט פאקט זיך שוין כלל ישראל אריין אין די אדעסיס און סיענאס. איבערגעפילטע מיני ווענס און שווארצע יוקאנס פילן שוין אן דעם סעווענטין, פיפטי טו, פארטי טו, און דעם פיפטי פייוו. שוין העכסטע צייט צו פלאנירן דעם נעקסטן ראוד טריפ.
בשעת מיינע ברודער און שוועסטערס ציען זיך ארויף אויף די הרי נופש, די באקאנטע הרי הקעטסקילס, די שיינע גרינע בערג מיט אירע קלארע לופט און באטעמטע קלימאט, צו שפענדן די זומער וואכן דארט, זעמער זייער געווארנט נישט ארויסגיין פון די גרעניצן וואס אונזערע טאטעס, מאמעס, זיידעס, און באבעס האבן אויסגעטרעטן שוין פאר די לעצטע זעכציג יאר. די סוד וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געוואוסט איז, אז די קעטסקילס מאונטענס איז פיל גרעסער און שענער ווי אונז מיינען. די שיינע גרינע בערג ציען זיך פון קאנאדא (אונטער די jurisdiction פון סאכדעס דארצות הברית וקנדא) ס'הייבט זיך אן ביי ניופאונדלענד אלל די וועי אראפ ביז דזשארדזשע און אריין ביז די אהייא וועלי וואס איז בערך א דריטל פון די סטעיטס טענעסי, קאנטאקי, אהייא.
בדרך כלל ווערען די רענדזש פון בערג גערופן מיט די באוויסטע נאמען אפעלעטשיע(ן) מאונטענס. די נעמען פון די בערג טוישן זיך טאקע כסדר, אבער די בערג שלענגלען זיך פאר מיליאנען קוואדראט מיילן. שפעטער עמער שוין מאריך זיין דערוועגן.
כ'מיין שוין העכסט צייט דער עולם, כאטשיג דער יונגערער עולם, די וואס האבן נישט מורא פונעם חדש אסור מן התורה, די וואס וואקסן שוין אויף מיט עי איי, זאלן אויפהערן איבערקייען און איבער רעדלען די זעלבע שאסייען יאר נאך יאר, פונעם סעווענטין, טו או ניין, פיפטו טו, וכו'. מ'דארף אנהייבן אויסטרעטן אנדערע שאסייען, וועלכע שלענגלען זיך אין די לענג און ברייט פונעם גרויסן שיינעם אמעריקע מיט אירע אכט און פערציג צוזאמען געקלעבטע לענדער.
אני הקטן טוה עס שוין פאר יארן. ס'טאקע נישט גרינג, ספעציעל די וואס האבן נאך פיצלעך אין שטוב. זיי זאלן טאקע גיין אין קאנטרי, די פרויען זאלן אומבאדינגט נישט אויפגעבן די צירקלעך, זיי זאלן ווייטער זיצן דארט מיט זייער שיניעלס און לערנען זייערע שיעורים. אבער די וואס זייערע קליינע זענען שוין גרויס געווארן, פארוואס נישט גיין אויספרובירן עפעס פריש, עפעס אינטערעסאנט, עפעס וואס לא שערום אבותיכם. אמעריקע איז גאר א שיינע לאנד מיט אירע בערג און וואסערפאלן מדבריות און קלימאט, טייכן און וואסערן. דא איז אויך א מיש פון מענטשן מיט אייגענארטיגע קולטור זיך צו באקענען און עקספעריענסן. מענטשן פארן כסדר צו דעם בלוט געווייקטע יוראפעישער קאנטינענט און שפענדן עפרות זהב, ווען אין פאקט איז נאך דא אין אמעריקע פארהאן אזאנע שיינע פלעצער נאר אן אידיש בלוט.
שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל שרייבן אן אשכול וועגן רייזן אין די לענג און ברייט פון אמעריקע. כ'האב שוין מערערע מאל זיך צונויפגערעדט מיט עטליכע חשוב'ע ניקס וועגן עפענען אזא אשכול און שרייבן דערוועגן, כדי די וואס זענען אינטערעסירט זאלן קענען הנאה האבן פון די וואס האבן שוין עקספיריענס דערין. אדרבה, מיר בעטן יעדן וואס האט שוין ארום גערייזט און געפארן אויף "ראודטריפס", אז זיי זאלן אזוי גוט זיין און אריינקומען שרייבן זייער עקספיריענס. אויך בעטן מיר צו האלטן דעם אשכול געווידמעט בלויז פאר ראודטריפן בעצם, אדער ראודטריפ טיפס. ווי אויך בעטן מיר די חברי השטיבל נישט אנצופירקלן דעם אשכול מיט לינקס, נאר אויב האט מען געהאט אייגענע עקספיריענס. ווי אויך איז מען געלאדענט צו מיטטיילן עקספיריענסעס און אטראקציעס. וואס מער אָף-ביעט אלס בעסער, ווייל די טוריסט טרעפס קען יעדער. זעלבספארשטענדליך, זאל דא זיין ריין פון אמעריקאנע פאליטיק. ס'זייער גרינג אריינצומישן פאליטיק אין אן אשכול ווי מ'רעדט פון די אמעריקאנער שטאטן, מיט אירע פילפארביגע קאלטורן. קארגסט נישט קיין טינט, שרייבטס וועגן די סטעיטס מיט אירע הערליכע נאטור, מוזעאומס, היסטארישע מאנומענטן, קולטור, וכדומה.
גיימער אנהויבן מיט אן אריינפיר צו דעם אשכול, דורך געבן א קורצע באשרייבונג פון די היסטאריע פון די שאסייען אין זייער סיסטעם, וואס ציען זיך אין די לענג און ברייט פון די אכט און פערציג צוזאמען געקלעבטע שטאטן פון אמעריקע, דהיינו די קאנטיגיואס יונייטעד סטעיטס. די קאנטיגיואס יונייטעד סטעיטס איז די רעפרענס צו די סטעיטס וואס זענען באהאפטן איינס מיט די אנדערע. לאפוקי אלאסקע מיט האוואי.
איצטער עמער איבערגעבן דעם טייפרייטער פאר אונזערע חשוב'ע ניק ידידי היקר @וואלווי און עם מכבד זיין צו געבן אן איבערבליק.

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
די הייוועי סיסטעם:
אזוי ווי מ'האט אנגעהויבן פארן מיט קארס האט זיך צעביסלעך אויסגעפארעמט די מאדערן ראוד סיסטעם. קודם האט מען זיך יארן געפלאגט צו מאכן ראודס אויף זאמד אין בלאטע. ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר ביז מ'האט צוזאם געשטעלט די ריכטיגע אינגרידענטס פון פעך און שטיינער וכו' אז די פעך זאל זיך נישט צושמעלצן און די שטיינער זאלן נישט קראכן.
דערנאך איז אויסגעשטעלט געווערן א US ראוטינג סיסטעם. די קלאסיפקעישאן נומערן פון די ראודס אין די סטעיטס זענען געלאפן אונטער די US הייוועי סיסטעם וואס איז נאך היינט אין באנוץ, דאס האט דעזיגנעיטעד עקזעסטירנדע ראודס וואס זענען שוין געבויט געווארן, מיט נאמבערס, אנגעהויבן פון US 1 אינגאנצן איסט ביז US 101 אינגאנצן וועסט. דארט וואו די ראודס לויפן נארט/סאוט ווערט גענוצט אדד נאמבערס, און דארט ווי די ראודס וואס לויפן איסט/וועסט האט מען געגעבן איווען נאמבערס. למשל "אונזער" US Route 6 וואס מיר נוצען דא אין אראנדזש קאונטי געגנט לויפט אין די ברייט פון לאנד צווישן מאסס. און קאליפארניע, דהיינו איסט/וועסט נוצט עס די נאמבערס 6 - איווען. יעצט, זייענדיג אין די העכערע (נארט) חלק פון לאנד, האלט נאך די נאמבער נידעריג אין די סיסטעם, און וואס נידעריגער (סאוט) די ראוד געפינט זיך אין לאנד, איז די ראוד נאמבער א העכערע נומבער. כדי נישט צו ווערן צומישט מיט סטעיט ראוטס וואס האבן אויך נאמבערס, איז די נייע US הייוועי סיסטעם נומבערס ארויף געשטעלט אויף די באקאנטע ראוד סיין פון ווייסע שיעלדס.
די גרעסטע שטער אין די US סיסטעם איז למעשה געווען טראפיק. די אלע US הייוועיס זענען דורכגעפארן רויט לייטס און ראש האוער דורך די סיטיס און סטעיטס. אז א מענטש האט געוואלט פארן לאנג דיסטענס איז ער שטארק אויפגעהאלטן געווארן דורכפארנדיג שטעטל ביי שטעטל. די סאלושען דערצו איז געווען די איצטיגער אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם, וואס איז באקאנט אלס limited access highway סיסטעם, דהיינו מ'קען נאר ארויף און אראפ ביי ספעציעלע ערטער, די עקזיטס און ענטערענס קעמפס. קומט אויס אז נאר די ווייטער פארענדיגע קארן דרייען זיך אויף דעם. יעצט דארף מען שוין נישט שערן די ראוד מיט די לאקאלס, וואס פלעגן ארויף און אראפ גיין די US הייוועי סיסטעם ביי א יעדע קארנער אין שטעטל.
די עצם געדאנק פון לימיטעד הייוועי סיסטעם האבן די סטעיטס שפעטער גענוצט פאר סטעיט דעזיגנעעטעד ראוטס אויך, נאר זיי זענען נישט א חלק פון די אינטערסטעיט סיסטעם, און האבן אייגענע נומבערס אדער נעמען, מיט אייגענע איידענטיפייונג סיינס. לדוגמא, פאלעסעידס אינטערסטעיט פארקוועי, וואס האט חלקים אין ניו יארק און ניו דזשערסי, איז אויך א לימיטעד עקסעס הייוועי מיט עקזיט/ענטערענס רעמפס, און דאך נישט א חלק פון די US הייוועי סיסטעם. ווי אויך האט עס די אייגענע ברוינע רינדיגע סיינס, פאר אידענטיפיקאציע.
די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם געדאנק האט מען שוין אנגעהויבן גוט פאר די צווייטע וועלט קריג. עס איז איינגעשטעלט אין די 50'ער יארן דורך פרעזידענט אייזענהאוער, אבער מ'האט שוין געארבעט אויף דעם פון די דרייסיגער יארן. נאך די צווייטע וועלט קריג איז צוביסלעך געווארן א קאר אין א יעדע פאמיליע וואס דאס האט שטארק פארמערט ראוד טרעפיק איז קריטיש געווען מ'זאל האבן א נייע הייוועי סיסטעם.
א שטארקע שטופ פארווארד איז געקומען דוקא פון אייזנהאוער. זייענדיג די הויפט פון די עלייס ביים קריג, הארט ער שטארק באמערקט די דייטשע הייוועיס לאורכה ולרחבה פונ'ם לאנד, וואס דאס האט געגעבן פאר די מיליטער אומגעשטערטע עקסעס דורך די גאנצע לאנד. אמעריקע האט דאס נישט געהאט. אייזענהאוער האט געזעהן אין די לימיטעד עקסעס סיסטעם א געלעגנהייט צו פילן דעם נעשאנעל סעקיוריטי קאנסערן, ווייל יעצט וועט זיין קאנטראלירטע שטרעקעס הייוועי אדורך דעם ברייט פון לאנד צום באנוץ פון די ארמיי.
די נאמבערינג סיסטעם פון די אינטערסטעיט הייוועי זענען אויך אויסגעשטעלט געווארן אזוי ווי די נאמבערס פון די US הייוועי סיסטעם, נאר פונקט פארקערט. בשעת וואס אין די US סיסטעם הייבן זיך אן די סדר פון נאמבערס פון די נארט/סאוט הייוועיס ascending פון איסט, אין די אינטערסטעיט סיסטעם הייבט זיך די נאמבערס די נארט/סאוט פון די ascending פון וועסט, דהיינו I-5 אויף די וועסט קאוסט, און I-95 אויף די איסט קאוסט. די זעלבע ביי די איסט/וועסט הייוועיס, הייבן זיך אן די אינטערסטעיט נאמבערס ascending פון די סאוט, אזוי ווי I-10 וואס לויפט צווישן לאס אנדזשעלעס און פלארידא, און I-90 וואס לויפט צווישן באסטאן און סיאטעל. דאס איז פארקערט פון די US סיסטעם וואס סדר פון נאמבערס הייבט זיך אן אין די נארט.
אז מ'רעדט פון הייוועי דעזיגנאציעס, איז כדי צו באמערקן אז נעמען און נאמבערס פון הייוועיס האבן נישט איינס מיט'ן צווייטן. די נאמבערס זענען טאקע אויסגעשטעלט געווארן דורך די אינטערסטעיט סיסטעם און דאס איז אייביג אין קראפט, אבער די סטעיטס אליינס לייגן "נעמען" אויף די נאמבערד הייוועי ווען ס'פארט דורך די סטעיט. די נענסטע עקסעמפל איז די ניו דזשערסי טורנפייק, וואס איז נישט א ניו דזשערזי הייוועי פאר זיך, עס לויפט אויף די שטרעקע I-95 וואס לויפט דורך ניו דזשערסי זייענדיג אויפן וועג פון פלארידע צו מעין. נאך אינטערסאנטער איז די thruway הייוועי אין ניו יארק, וואס הייבט זיך אן פון די סיטי ארויף ביז אלבעני, אבער ניצט נאר האלב פון די I-87 וואס ציעט זיך ווײטער נארט ביז קאנאדא. פון אלבעני און ווייטער דרייט זיך די New York Thruway אויף וועסט, דורכפארנדיג רוב ברייט פון די סטעיט ביז באפעלא, ניצענדיג דערביי א חלק פון I-90 וואס פארט דורך די ברייט ניו יארק סטעיט, וואס גייט און קומט פון באסטאן/סיאטעל.
צום שלוס:
צו האבן א גוטע ראוד טריפ, דארף מען נישט מעמארייזן די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם, איבערהויפט אז יעדער האט א נעוויגעישאן סיסטעם. נאר, וואס מער מ'פארט אויף לאקאל 2 לעין ראודוועי אלס געשמאקער איז עס, און מער סורפרייזעס האט מען. ספעציעל, אז דורך דעם קען מען טרעפן לאקאלע מענטשן און זיך לערנען פון זיי. דאס מיינט אז מ'דארף האבן א סענס אוו דיירעקשאנס צו מעסטערן די אינס ענד אוטס פון די ראודס, און די בעסטע וועג דאס צו טוהן איז דורך ארויסהאבן די אויסשטעל פון סטעיטס בעיסד אויף די סימנים פון אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם. יעצט הייבט מען אן כאפן ווי מ'קען אלס שפיאנירן, פארבראכן, און רעסטן. און ניין, סטאפן רעסט עיריעס איז נישט עכט ראוד טריפ'ן. אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אבער אסאך מאל א מעלה פארטאגס און ביינאכט, ווען ס'איז סייווי נישט שייך צו ענדזשויען סיניק דרייווען וכדומה, ממילא איז אמאל בעסער צו קאווערען גראונד אין דע שעות. נעווער מיינד, 80 מפ"ש קרוזען ביינאכט שעות אין א צי, קען זיין גאר הייליג צוזאמען מיט ציגארעטלעך, קאווע, וויד, און קאנטרי מיוזיק.
לחיים.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: מסובב כל עלמין
זייער שיין. אבער מה ענין הייוועי אצל שיינע פלעצער?
גיב די אדרעס און גוגל מעפס וועט מיך שוין אהינפירן.

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
מסובב כל עלמין
אזוי נישט מיר נישט דיר מיך אויסגעשלאסן פון כלל ישראלדער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יא, די זומער/קאנטרי צייטן זענען פולקאם דא, אט אט פאקט זיך שוין כלל ישראל אריין אין די אדעסיס און סיענאס.
אלנספאלס, אין די אינגע יארן, ד.ה. אין די נידעריגע צוואנציגער יארן, פלעג איך מער ארומרייזן, היינט פיל איך שוין א שטיקל overtraveled. איך קען נאך פארן פאר א יאגע אדער מעדיטאציע טרענירונג, אבער סתם אזוי ארומפארן האב איך שוין נישט די נערוון אזוי. דאס ערשטע מאל איך האב ארומגערייזט דעם מערב ברעג פון די שטאטן האב איך מיך משוגע פארליעבט אין די נארד קעראליינע בערג, בעיקר דעם היפסטער שטעטל Asheville און די בערג ארום וואס רופט זיך די Blue Ridge Mountains, און איך בין אפאר מאל צוריקגעפארן צו דעם זעלבן געגנד. איין מאל אויפ'ן וועג צוריק בין איך איינגעשטאנען אין א hostel אין ווירדשיניע וואס איז אזא סארט log cabin וואס איז אפן פון די זייטן אויסגעשטאטעט מיט בעטן, פארנט פונעם פראפערטי לויפט א קליינעם שטראם וואס מ'קען נאר אריבערגיין מיט א בריק (סיידן אז מ'וויל זיך נאס מאכן...), און אגאנצע נאכט הערט מען דעם שטראם לויפן, ממש א גן עדן אויף דעם וועלט פאר ממש באבקעס. די פראפערטי אליין איז געלעגן א האלבן מייל פונעם אפעלעטשיען טרעיל, ד.ה. כמעט ביים שפיץ בארג, איז נאטורליך האב איך דארט אנגעטראפן אפאר הייקערס וואס האבן באשלאסן דארט איבערנעכטיגן פאר'ן פארזעצן מיט זייער רייזע. צווישן אנדערן איז געוועהן א טאטע מיט צוויי אינגעלעך וואס האט זיי גענומען אויף א הייק פאר א געבורטסטאג געשאנק, ווי אויך איז דאס געוועהן דאס ערשטע מאל וואס איך האב באגעגנט א טרענסדשענדער, בקיצור, א בחור'ל מיין עידש וואס האט אפגעמאכט אז ער איז א מיידל (ער האט זאגאר באקומען זיין ערשטן פיריעד א האלבן יאר פריער ביי די 23 בערך), און שוין. זי האט אונז פארציילט דארט אז מ'האט איר אפגעזאגט פון איר דשאב אלס קעלנער אין א רעסטוראן ווייל זי איז א טרענס און זי איז יעצט אינמיטן א הייק פון אטלאנטא ביז ניו יארק (א מעשה פון בערך 4 חדשים!) וואו מ'איז מער אקצעפטירנעד פון טרענס חברה, איך האב איר פארגעשלאגן צו געבן א היטש קיין ניו יארק אבער זי האט זיך אנטזאגט ווייל זי וויל דורכגיין די "journey". אין יענע צייטן בין איך נאך געוועהזן גאנץ עקסטרעם מבחינת כשרות קען איך נישט קאממענטירן אויף די עסן, אבער ס'איז געוועהן גאר א שיינע עקספיריענס, דא קענט איר זעהן בילדער פונעם פלאץ.
ווען מ'רייזט אליין איז דא א געפערליכע פראבלעם וואס רופט זיך איינזאמקייט, דאס צו באקעמפן זענען דא צוויי עצות, די ערשטע איז איינצושטיין אין hostels כנ"ל, די צווייטע רופט זיך work exchange. ווען מ'זוכט א work exchange איז ראטזאם צו גיין צו א פלאץ וואו ס'דא ווי מער וואלונטירן, ווען מ'איז דער איינציגסטער דארט קען עס צומאל ווערן לאנגווייליג, ווען ס'דא נאך אפאר פרישע חברה איז אלץ דא מיט וועם צו שמועסן/טרינקען/וואטעווער. די שענסטע work exchange עקספיריענס וואס איך האב געהאט איז געוועהן אין די פלארידע עווערגלעידס, פארוואס? ווייל איך בין געוועהן איינער פון פיר וואלונטירן. איז געוועהן אזוי: וואלונטיר 1) אני הקטן בן 23. וואלונטיר 2) א 24 יעריגער בחור פון מאראקאו fresh off the boat ווי מ'זאגט, יויש, כ'האב איהם אמאל געוויזן דעם קליפ און ער האט זיך עפעס באליידיגט אויף מוחאמד, פאר א מינוט'קעלע האט ער פארגעסן אז ער איז שוין נישט אין מאראקאו און ער האט ארויסגענומען זיין צינדער און מיט רציחה אין זיינע אויגן האט ער מיך געסטאראשעט אז נאך איין מאל וואס איך מאך חוזק פון מוחאמד גייט ער מיך פארברענען אן אנדערע מאל זאגט ער מיך בזה"ל: איך האב פיינט אלע אידן, אבער דיך ליעב איך", כ'האב מיך איינגעהאלטן פון איהם פרעגן וויפיל אידן ער האט שוין באגעגנט, אפשר זענען אלע אידן ווי מיר? טמבל איינער, שוין. וואלונטיר 3) א 27 יעריגער בחור פון טעקסאס מיט'ן נאמען Austin... הגם ער האט גע'טענה'ט אז ער איז נישט פון אוסטין... ער האט מיך פארציילט אז ער האט געזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי א רעסייקעלינג טראק גיסט אויס אלע רעסייקעלינג אויפ'ן landfill, און פון דאן אן איז מיין גאנצע אמונה אין רעסייקעלינג ארויסגעפלויגן פון פענסטער. וואלונטיר 4) אן 31 יעריגע דייטשע מיידל וועם איך האב פרובירט באאיינדרוקן מיט מיין צובראכענעם הויכדויטש... בקיצור, כ'האב דארט פארברענגט 8 טעג, רוב טאג האט מען געפיטערט די הינער א.ד.ג., איין טאג זעמער געפארן קיין Naples צום ביעטש, האב איך שוין אריינגעכאפט א מקווה אויך...
אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך אינטערעסאנטע(?) אנעקדאטן פון מיינע רייזעס אין אמעריקע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מטרת האשכול איז ראוד טריפ עקספיריענס, נישט מראה מקומות פון אדרעסן:טמיר האט געשריבן:זייער שיין. אבער מה ענין הייוועי אצל שיינע פלעצער?
גיב די אדרעס און גוגל מעפס וועט מיך שוין אהינפירן.
קענען די הייוועי סיסטעם גיבט א סענס אוו דירעקשאנס, דאס איז די אלף בית פון ראוד טריפ עקספיריענס:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: מיר בעטן יעדן וואס האט שוין ארום גערייזט און געפארן אויף "ראודטריפס" , אז זיי זאלען זוי גוט זיין און אריינקומען שרייבן זייער עקספיריענס. אויך בעטן מיר צו האלטן דעם אשכול געווידמעט בלויז פאר ראודטריפן בעצם, אדער ראודטריפ טיפס. ווי אויך בעטן מיר די חברי השטיבל נישט אנצופירקלן דעם אשכול מיט לינקס, נאר אויב האט מען געהאט אייגענע עקספעריענס
וואלווי האט געשריבן:צו האבן א גוטע ראוד טריפ, דארף מען נישט מעמארייזן די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם, איבערהויפט אז יעדער האט א נעוויגעישאן סיסטעם. נאר, וואס מער מ'פארט אויף לאקאל 2 לעין ראודוועי אלס געשמאקער איז עס, און מער סורפרייזעס האט מען. ספעציעל, אז דורך דעם קען מען טרעפן לאקאלע מענטשען און זיך לערנען פון זיי. דאס מיינט אז מ'דארף האבן א סענס אוו דיירעקשאנס צו מעסטערן די אינס ענד אוטס פון די ראודס, און די וועג דאס צו טוהן, איז דורך ארויסהאבן די אויסשטעל פון סטעיטס בעיסד אויף די סימנים פון אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
@ברוך שפינוזה
יאפ כ'קאן יענעם געגענו גאר גוט, עשוויל נארט קאראליינא איז נישט צו ווייט פון טענעסי פון מערב. דארט נישט ווייט איז "גרענד פאטער מאונטענס" און די באקאנטע "מייל היי ברידזש". אויך נישט ווייט פון מאונט מיטשעל, וועלכעס איז די העכסטע מאונטען אין די נארט איסט, העכער מאונט וואשינגטאן. די בערג דארט זענען אויגן פארכאפענד, די ארטש בריקן אויף וועלכע מ'ברויך אריבערפארן אנצוקומען צו גרענד פאטהער מאונטענס איז עפעס כמעט שאין דוגמתה. ס'דא אסאך צו טוהן דארט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
מסובב כל עלמין
כהאב אלץ געהאלטן אז צווישן די אינטעלעקטואלע חברי השטיבל מוז זיין אזעלכע וואס עקספלארן די אומאויסגעטראטענע הייוועיס
אשריכם גיבורי החיל
איך בין אויך אסאך ארומגעפארן אין די סטעיטס, כמעט די גאנצע איסט קאוסט, אביסל געטריפט אין די וועסט קאוסט און אביסל אינדערמיט
כגלייך זייער שטארק די קאוסטעל עריעס, ממש ביים וואסער - דאס איז מיין משוגעת, עס איז דא אזויפיל שיינע מקומות א טייל מיט חב״ד הייזער מנינים און א חלק מיט כשר׳ס
ניו יארק - ארויף ביז אויבן, לעיק דזשארדזש, וואטקינס גלען
ניו דזשערסי - ביז די קאוסט קעיפ מעי
קאנעקטיקוט - פלאן איך צו גיין דעם זוממער קיין מיסטיק און גרינוויטש, זיכער איז דא די חברה וועלכע וואלטן געגאנגען קיין yale באזוכן אין ניו העיווען…
ראוד איילענד - גלייך איך זייער, ניופארט איז אזוי געשמאק, אויך פראווידענס
מעסעטשוסעטס - איז דא קעיפ קאד, און אסאך אינטרעסאנטע סיטיס נעבן די וואסער, און באסטאן איז אויך א געשמאקע שטעטל
מעין - די באקאנטע אקעדיע נעשענעל פארק, און די שטאט פארטלאנד
ניו העמפשיר און ווערמאנט - נישט באזוכט דארטן אין זוממער, אבער גאר אסאך פארן אהין
מערילענד - איז דא אשען סיטי, באלטימאר האב איך נישט געגליכן
וואשינגטאן די סי, ווירדזשיניע, ווירדזשיניע ביעטש, די קאראליינעס, אה! סאיז דא א וועלט
טענעסי איז אויך גאר אינטרעסאנט אבער שוין א לענגערע טריפ
מקען שרייבן און שרייבן
פאר סטארטערס דארף מען זיך צוגעוואוינען אז ממוז נישט האבן די אייגענע קאטשעניו און טשולענט
מדארף קאמפראמייזן נאכלאזן די באקוועמליכקייטן אביסל, פרובירן נייע זאכן, דערליידן אנדערע נוסחאות, דרייוון אביסל מער ווי 2 שעה
און קענען אביסל נוצן גוגל סירטש
אבער אויב פלעגסטו ווי מיר חלומ׳ען אראפצוגיין פון יעדע עקזיט אויפן הייוועי אויסטשעקן וואס טוט זיך (קינדערישע חלום) איז עס ווערט!
אפשר וועט מען עפענען אן אשכול איבער ראוד טריפס, טיפס, לינקס אבער וויל איך ארויסגעבן אלע מיינע פלענער? וויל איך אנטרעפן דעם עולם ווי כפלאן צו גיין? עה איך רעד ניטאמאל אידיש… האהא!

- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
לויט די מספר לייקים וואס @דער גאלדענער אדלער @וואלווי און @ברוך שפינוזה האבן באקומען בין איך געווען זיכער אז ס'גייט פליסן געשיכטעס דא, אבער...
פערזענליך גלייך איך זייער ארום צו פארן סאלא ווי מ'רופט עס, אזוי בין איך נישט צוגעבינדען צו קיינעם, מ'דארף נישט נאכקומען קיינעמס פארלאנגן, אזוי אז איך וויל מיך אפשטעלן עט מען סטאפן, און אז מען וויל מאכן א דיטאר, דארף מען נישט הערן קיינעמס קרעכצן, אין קאר איז שא שטיל געווענליך, אדער שטילע מעדיטעשין מיוזיק, וואס איך טו אסאך איז כ'לעש אויס די מעפ'ס און מ'גייט בלאנדזשענען, איינמאל האב איך געהאט אז כ'האב זיך געטראפן ממש ביים גרעניץ מיט 'קאנאדע', שוין זאל זיין.
אזוי ווי איך וואוין אין 'ניו יארק' בין איך אויפן וועג צו קאווערן די גאנצע שטאט, יעדע דערפל, געגענט אדער שטעטל, 'ניו יארק' האט אסאך צו פארקויפן, קיין גרויסע שמועסער בין איך נישט, קומט כמעט נישט אויס איך זאל האבן א שטארקע פארקער מיט די לאקאלע, איך דריי זיך ארום פאר זיך שטילערהייט און באטראכט די ארום און ארום.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
אני הק׳ האב זיך אמאל ארויסגעלאזט אויף א סאולאו ראוד טריפ, אויף זייער שיינע לאקאלע הייוועיס נאך צוויי שעה בין איך געווארען זייער לאונלי און איך האב מיך צוריקגעדרייט, איך זיך נאך א שותף זייט דעמאלטס מיט וועם צי גיין.אלע צוזאמען האט געשריבן:לויט די מספר לייקים וואס @דער גאלדענער אדלער @וואלווי און @ברוך שפינוזה האבן באקומען בין איך געווען זיכער אז ס'גייט פליסן געשיכטעס דא, אבער...
פערזענליך גלייך איך זייער ארום צו פארן סאלא ווי מ'רופט עס, אזוי בין איך נישט צוגעבינדען צו קיינעם, מ'דארף נישט נאכקומען קיינעמס פארלאנגן, אזוי אז איך וויל מיך אפשטעלן עט מען סטאפן, און אז מען וויל מאכן א דיטאר, דארף מען נישט הערן קיינעמס קרעכצן, אין קאר איז שא שטיל געווענליך, אדער שטילע מעדיטעשין מיוזיק, וואס איך טו אסאך איז כ'לעש אויס די מעפ'ס און מ'גייט בלאנדזשענען, איינמאל האב איך געהאט אז כ'האב זיך געטראפן ממש ביים גרעניץ מיט 'קאנאדע', שוין זאל זיין.
אזוי ווי איך וואוין אין 'ניו יארק' בין איך אויפן וועג צו קאווערן די גאנצע שטאט, יעדע דערפל, געגענט אדער שטעטל, 'ניו יארק' האט אסאך צו פארקויפן, קיין גרויסע שמועסער בין איך נישט, קומט כמעט נישט אויס איך זאל האבן א שטארקע פארקער מיט די לאקאלע, איך דריי זיך ארום פאר זיך שטילערהייט און באטראכט די ארום און ארום.
איך פארשטיי נישט וויאזוי מען קען זיך ספראווען מיט איינזאמקייט, אפילו מען קען עס אנרופן מעדיטעשען.
ווען איך האב א שותף העט מען אי״ה נאכאמאל גיין אין די לאקאלע הייוועיס דא אפסטעיט ביז בינגהעמטען
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Gatlinburg TN.
איז א הערליכע ריזארט געגענט וועלכעס נעסטעלד צווישן די סמאוקי מאונטענס, ביים מזרח טענעסי נישט ווייט פון גרענד פאטהער מאונטענס נארט קאראליינא, (בערך 3 שעה דרייוו). די בלוי רידזש מאונטענס, און די בלוי רידזש פארקוועי. ריידס, טשעיר לופט, Scenic, וואסער פאלן און הייקינג טרעילס צווישען אנדערע אינטערעסאנטע אקטוויטעטן פאר גרויס און קליין צוגלייך. דער דרייוו אהין איז נישט צו ווייט, סך הכל עלעוו שעה. אויפן וועג פארט מען דורך (Rt 81) די באקאנטע Shenandoah Valley Virginia אויך קען מען זיך ארויף כאפן אויפן סקיי ליין דרייוו און מיטהאלטן פון די הייעך די הערליכע פאנעררמיק וויוס פון די וואלי. אויך זענען פארהאן דארט אין די וואלי טיפע אינטערערדישע היילן (Caverns)

און אז מ'נאיז שוין עוסק אין די מזרח זייט פון טענעסי איז כדי צו דערמאנעןדער גאלדענער אדלער האט געשריבן:Gatlinburg TN.
Oak Ridge TN - איז נישט ווייט פון געטלינגבורג, בערך א שעה און אהאלב דרייוו. וואס איז דארט אינטערעסאנט? Oak Ridge TN גייט נאך צוריק צו די שפעטערע 1700s ווען ס'נאך געווען פארמס און האט באלאנגט פאר לאקאלע סעטלערס וואס האבן זיך באזעצט דארט גלייך נאך די אמעריקאנער רעוואלוציע.
אינעם ברען פונעם צווייטן וועלט מלחמה אין יארע 1942 האט די אמעריקאנער רעגירונג אפגעקויפט זעכציג טויזענט אקער לאנד כדי צו קענען אויפבויען א שטאט אין וועלכעס זאלן קענען וואוינען דערין 75,000 מענטשן (מיליטערישע מאנשאפט מיט זייערע פאמילעס) און עווענטואל מעניופקטשערן די אטאם באמבע. וואס עפעס פונקט דארט? ווייל די שטאט איז ארום גענומען פון אלע זייטן אדער מיט וואסער אדער וועלדער, און זיצט אין א טאל און איז ממש פארהוילן פון די דרויסענדע וועלט.
היינצוטאגס איז די שטאט מער-ווייניגער א טוריסט אטראקציע און וואוינען דארט עטליכע טויזענט משפחות און כמעט קיין זכר פון די שעת מלחמה'דיגן גייסט וואס האט דאן געהערשט אין שטאט. פארהאן דארט עטליכע אינטערעסאנטע אטאמישע און סייענס מוזעאומס. און בכלל איז אינטערעסאנט צו באזוכן אועק רידזש צו פארשטיין און אביסל מיטלעבן די היסטאריע פון די באקאנטע מאנהעטן פראיעקט.
איך בין אהינגעפארן סתם צו נעכטיגן א לינת לילה, דורך קעמענדיג דעם סמאוקי מאונטעס, נישט וויסענדיג פון דעם רייכן היסטאריע, אבער איינמאל כ'בין שוין דארט געווען האב איך עס גוט דורכגעטוהן.
און אז מ'רעדט שוין, איז אויך כדאי צו דערמאנען אז אויב איינער וויל אויסציען און פארלענגערן דעם וואקעציע פאר איבער שבת, איז פארהאן דארט א שטאט Knoxville TN וועלכעס איז בערך א האלבע שעה פון Oak Ridge און א שעה פון Gatlinburg און פארמאגט א בית חב"ד מיט א האטעל דערנעבן בערך א פופצן מינוט וואק, כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען פונעם האטעל.
דער שליח דארט איז גאר א געשמאקער מיט גוטע ווייבס.
בכלל איז Knoxville א שיינע אבער נישט צו א גרויסע שטאט, און מ'קען דארט פארברענגן אינעם דאונטאון.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הערליכע זיסע אשכול... הלא למשמע אוזן תאבה נפשינו!! איך האב שוין דעם חלום פון די יונגע יארן, איך גיי אויס צו עקספלארירן די געשמאקע פלעצער אויף גאט'ס שיינע וועלט, אבער וואס זאל איך טון אז מעון דארף אסאך צייט און געלט דערצו. איך ארבעט יעדן טאג, און אויב נעם איך שוין אמאל וואקאציע איז עס מיט די משפחה, אלזא איז די שאלה ווי אזוי מאכט מען דאס פאסירן אין די ווירקליכקייט? ווי נעמט מען די צייט און די געלט דערפאר...
אודאי בין איך שוין געפארן אויף געציילטע פלעצער (א חלק טאקע איז צו פארדאנקען גאלדענע אדלער און אביסל אויך וואלווי), אבער דאס איז נאך נישט קיין טיפה מן הים וואו איך וויל אלץ אנקומען!

וירח ה' את ריח הניחוח