אומעטיג און איינזאם
רעדן צו זיך אין הארץ
מחשבות צו יענעם
אבער צו מיר שווארץ
קוקט ארויס צום ליכטיג, ווען שווארץ
אבער ווען זוניג, די שווארץ עס טאנצט
פארוואלקענט און פארוועקלט
פארוואס אליינס
אבער ווען מיט יענעם
די הארץ שרייט מיט שטום
צח ואדום
איז די פנים
בלוי און שווארץ
איז די הארץ
קום שנעל
אבער פון מיר גיי
די מויל ביים שוועל
אבער די געפיל ווייט
וויל ארויס
אבער בלייבן פארשפארט
זיין גרויס
אבער קליין פארבלייבט
ארויס פונעם מצר
אריין אונעם ייצר
צוריק אין גבול
אוועק פון שוהל
א מז"ט אפגעבן
פארן אבי הבת
שטיי דערנעבן
אנטלויף צום גאס
צוריק אין תפיסה
מיטן אייגענעם ווילן
או חברותא
או מיתותא
וואס צו טוהן
וואס צו זאגן
וואס צו טראכטן
מיר נישט צו שלאגן
ווי אויפן STAGE ביים שפיל
אנעם סקריפט
נישט וויסענדיג די ציהל
וואס איך בין
וואס טראכט ער
פארוואס נישט מיר
דארף מיר יא
אדער נאר א שפיל
איך דארף עס יא
אבער וויל עס נישט
גיב מיר א HUG
איך וועל געבן א SHRUG
אוועקשטופן
אבער שרייען שטום
קום צוריק
מיין קרוין, מיין בלום