נישט אז איך האב פערזענליך א מיינונג אין אימיגראציע, אבער ס'דא א צד וואס טענה'ן אז אייער ארגומענט ארבעט נאר אין א מצב ווען אימיגראנטן קומען אהער צו פארדינען און פראדוצירן. אבער אויב איז עס א וועלפעיר סטעיט, פראדוצירן זיי ווייניגער ווי וואס זיי פארדינען. און די שטאטישע קאסע דארף צולייגן ביליאנען. און צום סוף גייט אלעס אין דער ערד.נאך א מיינונג האט געשריבן:איך רעד דא פון לעגאלע אימיגראציע, וואס טראמפ האט צושטערט און צושמעטערט אין גרויסן.אלע צוזאמען האט געשריבן: לאמיר אנכאפן דיין משל פון אימיגראציע, אויף עפעס א וועג איז עס געווען אז אונטער 'טראמפ' איז אומלעגאלע אימיגראציע געווען די נידריגסטע אין מאדערנע היסטאריע, כ'ווייס נישט וויאזוי, כ'קען נאר טראכטן.
אומלעגאלע אימיגראציע איז אן אנדערן ענין. גראדע שטערט עס מיר נישט צופיל. פאר די מדינה זענען זיי גאנץ גוט, און די גאנצע עסק וואס די רעכטע מאכן פון זיי זעט מיר אויס ווי סתם שנאה ווי עפעס א שכלדיגע זאך. נאך א מיליון מענטשן מיינט נאך א מליון קאסטומערס פאר דיין ביזנעס, נאך א מיליון הייזער פאר בילדערס צו בויען און נאך א מליון מענטשן וואס זענן גרייט צו ארבעטן אין מיין שטוב אדער ביזנעס. What's not to like?
עס איז זייער א שטארקע טענה ויש לעיין.