אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויפדעקונג: אין די צייט וואס רבי'ס האבן באזיכט נחמיה וועבערמאן אין רייקערס איילענד און די באזיכן זענען געווען באשריבן אין די היימישע צייטונגען מיט הערליכע טיטלען אויף נחמיה, האט וועבערמאן געשיקט א בריוו צו זיין באקאנטסטע וויקטים בעטן מחילה און אז ער האט שוין תשובה געטוהן.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב קיין אנונג וואס דו שרייבסט דא דו ווייסט זייער גוט וואס די בריוו מיינט און מען קען בכלל נישט ציען מסקנות פון דעם

בכלל א היימישע איד וואס זיצט אין תפיסה 10 יאר אוועק פון די פאמיליע בפרט אין א סטעיט תפיסה אחז בכל אופן א בעל תשובה און איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן און איך גלייב נישט אז זיי האבן געשריבן אז ער איז די גדול הדור...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
אפפס. ראנג ניק. סיין אריין צו @me smart
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

Alleged should be in quotation marks...

I'm not sure how many of you know the supposed victim here but whoever does know her, she was a troubled kid and rebelues at best. oh! and her husband... common

though I'm not sure if the story is true or not, a yid has the חזקת כשרות
and its hard to believe that he could have done what she is alleging he did.

I would argue that Nechamya Weberman was the first victim of the "ME TOO" movement
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דאס איז זיכער אז נחמיה (און זיינע יועצים) האבען גענומן אין חשבון אז דער בריוו קען ארויסליקן. דארף מען וויסן די ענגל זייערע, מן הסתם אין פארברייטונג צו א אפיעל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך אויך האט געשריבן:דאס איז זיכער אז נחמיה (און זיינע יועצים) האבען גענומן אין חשבון אז דער בריוו קען ארויסליקן. דארף מען וויסן די ענגל זייערע, מן הסתם אין פארברייטונג צו א אפיעל.
אדער אפשר א פארדאן
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

חב''ד הויזן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
אפפס. ראנג ניק. סיין אריין צו @me smart
דו שטעלסט צאם קרישבסקי מיט וועבערמאן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אייגענארטיג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
Alleged should be in quotation marks...

I'm not sure how many of you know the supposed victim here but whoever does know her, she was a troubled kid and rebelues at best. oh! and her husband... common

though I'm not sure if the story is true or not, a yid has the חזקת כשרות
and its hard to believe that he could have done what she is alleging he did.

I would argue that Nechamya Weberman was the first victim of the "ME TOO" movement
שוין ווייטער מיט די אלע נארישקייטן פון די אלטע זיידעס וואס זענען נאך סטאק מיט די "חזקת כשרות" "שווער צו גלייבן" בול-קרעפלעך. העעעע ס'נישט געווען קיין עדים... ווילאנג א רעיפיסט גייט נישט ריפן עדים פאר ער רעיפט האט זיך די מעשה קיינמאל נישט אנגעפאנגען און די מיידל איז אטאמאטיש טראבלד... (נישט חלילה אז די מעשה האט איר געמאכט טראבלד... ווייל... די מעשה איז דאך קיינמאל נישט געשען...!)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

א חוצפה פון א בריוו.
.I got voices in my head.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

שמן למאור האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
Alleged should be in quotation marks...

I'm not sure how many of you know the supposed victim here but whoever does know her, she was a troubled kid and rebelues at best. oh! and her husband... common

though I'm not sure if the story is true or not, a yid has the חזקת כשרות
and its hard to believe that he could have done what she is alleging he did.

I would argue that Nechamya Weberman was the first victim of the "ME TOO" movement
שוין ווייטער מיט די אלע נארישקייטן פון די אלטע זיידעס וואס זענען נאך סטאק מיט די "חזקת כשרות" "שווער צו גלייבן" בול-קרעפלעך. העעעע ס'נישט געווען קיין עדים... ווילאנג א רעיפיסט גייט נישט ריפן עדים פאר ער רעיפט האט זיך די מעשה קיינמאל נישט אנגעפאנגען און די מיידל איז אטאמאטיש טראבלד... (נישט חלילה אז די מעשה האט איר געמאכט טראבלד... ווייל... די מעשה איז דאך קיינמאל נישט געשען...!)
i hear your opinion... but let me ask you. would a guy that does therapy for a living (and she wasn't the only girl he was doing therapy with) put his livelihood in japery ? it doesn't make sense...

and since you are so against the Jewish version of חזקת כשרות
let me spell it out in the constitutional version innocent till proven guilty. and the only thing that was proven at that court room was that the "ME TOO" movement has started . and if you wanna take someone down, a sexual allegation will do it wheatear or not its true
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

וואס זענען די מאטיוון פון די בריוו? פשוט תשובה וחרטה, אדער עפעס א סארט שתדלנות?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אייגענארטיג האט געשריבן: i hear your opinion... but let me ask you. would a guy that does therapy for a living (and she wasn't the only girl he was doing therapy with) put his livelihood in japery ? it doesn't make sense...

and since you are so against the Jewish version of חזקת כשרות
let me spell it out in the constitutional version innocent till proven guilty. and the only thing that was proven at that court room was that the "ME TOO" movement has started . and if you wanna take someone down, a sexual allegation will do it wheatear or not its true
ס'איז ממש א שאד איבערצוקייען פאריעריגע שטרוי, און אפווענדן די אלע טאלקינג פוינטס וואס זענען פאבראצירט געווארן צו באשיצן רעיפיסטן. אבער לאמיר דיר דאך ענטפערן, קען זיין אז ביסט פשוט נישט אפ טו דעיט און ביסט געבליבן סטאק מיינענדיג אז די אלע 'סברות' זענען עפעס דעם סוף פסוק.

קודם כל דאס אז א איד זאל טון אן עבירה און בפרט אזא נידריגע עבירה, מאכט סתם אזוי בכלל נישט קיין סענס! אבער דאך געשעט עס ליידער... גיי פארשטיי דעם יצר הרע און וויאזוי תאוות ארבעטן. די משנה זאגט דאך שוין אז תאווה איז איינע פון די זאכן וואס זענען מוציא את האדם מן העולם. יעדער וואס טוט אזעלכע זאכן לייגט -נישט נאר זיין פרנסה, נאר זיין גאנצע לעבן איז א גרויסע ריזיקע, און דאך זענען ליידער דא אזעלכע מענטשן. פאקט.

חזקת כשרות און innocent until proven guilty דארף מען וויסן וויאזוי צו ניצן. אויב איז דא שמועות אויף איינעם אז ער איז יענע פויגל וואלסטו אים גענומען אלס א בעיבי-סיטער? העעעע! חזקת כשרות!!! פארוואס נישט...? חזקת כשרות זאגט מען ווען עס האט נישט מיט דיר... זיי אים דן אויף גוט, למה לא... אבער אויב וועט ארויסקומען פון דעם א שאדן פאר סעסייעטי, דארף מען ניצן שכל. צודען זאגן נישט חז"ל כבדהו וחשדהו? האסט אמאל געהערט פון די גמרא אין קידושין "מלקין על לא טובה השמועה"!!! יא! מען געבט פעטש בלויז פאר א שלעכטע 'קול'! אז ס'איז דא א שלעכטע קול טויג שוין נישט... איי ס'נאכנישט דא עדים??? פיין אבער אונז אלס א סעסייעטי מעגן שוין שלאגן.

פירערס פון א סעסייעטי דארפן זען צו מאכן דאס געזעלשאפט א בעסערע פלאץ און נישט פארקערט, און טאקע דערפאר איז דא דעם איניסענט אנטיל פראוון גילטי, וואס לויטעט אז מען קען נישט שטראפן ביז מען פראווט עפעס. דאס איז אלעס פיין ביי רוב זאכן אין די וועלט, אבער טאקע ווען עס קומט צו אזעלכע זאכן ווי מאלעסטעישן וואס מאכט ממש חרוב 'דורות' ואין פוצה פה, און קיין עדים איז נישטא, ווייל כמובן ווערט עס דווקא געטון בחשאי, מוז מען זיך פארלאזן אויף די וויקטעמס וואס נעמען די קוראדזש צו פארציילן וואס איז געשען מיט זיי.

דאס מיינט נישט אז ווער עס וויל קען קומען פארציילן א מעשה און פארטיג. מען פרעגט אויס, מען אינוועסטיגעיט, און רוב מאל כאפן די אויספארשערס נאך צוויי מינוט אויב איז דער וויקטעם סתם א קאפ דרייער אדער האט אנדערע כוונות. מען כאפט סתירות, מען זעט אז זאכן שטימען נישט וכדומה. צו מיינט עס נישט אז א גאר געשליפן וויקטעם קען אויסטראכטן א מעשה, עס מאכן גאר גוט שטימען, עקטן מורא'דיג גוט, יעדעם פארנארן און אוועקלייגן אן אומשילדיגן מענטש? אוודאי קען עס פאסירן, מיט צוויי עדים קען עס אויך געשען, און אויף דעם וועט די בי"ד של מעלה אויסגלייכן זאכן, אבער דא אויף דעם עולם מוז מען צוגיין צום ענין מיט וואס מען האט, אויב זעט אויס אז די זאך איז אמת, דאן דארף מען זיך באגיין בכל חומר הדין, בעיקר צו פארמיידן אזעלכע זאכן אין די צוקומפט.

די זאגסט אז ער איז געווען די ערשטע וויקטעם פון די מי טו מאוומענט, איך זאג פארקערט. ביז אים זענען 'דיינע' קינדער און אייניקלעך געווען און א געוואלדיגע סכנה, מאלעסטערס האבן זיך ארומגעדרייט מיט די קאפ אין דער הייעך, קיינער גלייבט נישט קיין וויקטעמס, זיי זענען אטאמאטיש טראבלד, ווען איינער האט שוין יא גענומען די קוראדזש צו רעדן, האט די טאטע שנעל געזאגט... זיי שטיל ווייל אויב נישט וועסטו קיינמאל נישט טרעפן קיין שידוך... און ווען איינער האט שוין יא געמאכט גרידער האט די רבי שליט"א און זיינע משורתים געזען צו דעם אז די מעשה זאל שנעל שטיל ווערן, א רעיפיסט האט ממש נישט געהאט וואס מורא צו האבן... און קינדער זענען געווען און א געוואלדיגע סכנה.

עד שבא די פרשה, און די נידריגע חברה האבן געכאפט א גרויסן פראסק, יא! ס'שוין נישט די אלטע צייטן, ס'איז דא געזעץ! מען קען איינעם אריינשיקן אין חד גדיא פארן לעבן!!! ס'דא געוויסע וואס האבן נישט מורא פאר אזוי געריפענע 'מסירה', ס'שוין מער נישט קיין הפקר וועלט!!! לדעתי האט דעם פסק פונעם ריכטער געמאכט גאר אסאך חברה האלטן די זיפער פארמאכט, עס ראטעוועט לעבנס פון 'דיינע' קינדער און אייניקלעך עז ווי ספיעק. ס'איז קלאר אז די זאך ווערט בעסער פון טאג צו טאג, און מיר אלע פארדינען פון דעם. סתם צו זיכן מיט אלע דריידלעך און סברות צו באשיצן די שמיציגע חברה טראגט אונז נאר צירוק צו א פלאץ וואס מיר ווילן נישט צוריקגיין אהין.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סקעפטיקער האט געשריבן:וואס זענען די מאטיוון פון די בריוו? פשוט תשובה וחרטה, אדער עפעס א סארט שתדלנות?
איך טראכט אפשר אן אוטריעשט צו די וויקטעם צו בעטן מחילה און רחמנות אזוי אויף אז מען איז גרייט אויף געלד... איך גלייב עס איז אויסגעארבייט ליגאל
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

עמעזאן האט געשריבן:

און וואס גייט אים העלפן איר מחילה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
אפשר ביסטו מסביר וואס איז ראנג צו שרייבן אז כ''ק אדמו''ר שליט''א באזיכט ר' נחמיה וועבערמאן אין תפיסה

ווי ווייט איך ווייסט קאווערן אלע צייטונגען ביל קלינטון... און דאנאלד טראמפ... ועוד ועוד ועוד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סקעפטיקער האט געשריבן:

אויב זענען זיי מקבל די מחילה און זענען מסכים אז ער זאל ארויסגיין פרי איז שייך צו ארבייטן אויף דעם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בת קול האט געשריבן:א חוצפה פון א בריוו.
פארוואס?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עמעזאן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
אפשר ביסטו מסביר וואס איז ראנג צו שרייבן אז כ''ק אדמו''ר שליט''א באזיכט ר' נחמיה וועבערמאן אין תפיסה

ווי ווייט איך ווייסט קאווערן אלע צייטונגען ביל קלינטון... און דאנאלד טראמפ... ועוד ועוד ועוד
ראנג איז אז אן אדמו"ר גייט באזיכן און געבט לעגיטימאציע פאר אזאנע פארשוינען, אז ער גייט שוין יא באזיכן זאלן די צייטונגען מאכן א שווייג און זיך פארשטעקן פאר בושה. איך מיין אז איך דארף נישט אויסלערנען היימישע צייטונגען וויאזוי אויסצולאזן געוויסע באריכטן וואס איז נישט קיין כבוד פארן אידינטום.

אבער די עיקר פראבלעם וואס @חתם סופר האט ארויסגעברענגט בנוגע צייטונגען איז דאס אז מען האט אים באשריבן מיט שיינע טיטלען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן: איך זעה נישט פארוואס די צייטונגען זאל עם נישט נארמאל קאווערן
וואס??? מיינע אויגן זעען גוט?!?!? די צייטונגען זאלן אים נארמאל קאווערן? מען זאל קאווערן 'נארמאל' אן אלעדזשט רעיפיסט???
אפשר ביסטו מסביר וואס איז ראנג צו שרייבן אז כ''ק אדמו''ר שליט''א באזיכט ר' נחמיה וועבערמאן אין תפיסה

ווי ווייט איך ווייסט קאווערן אלע צייטונגען ביל קלינטון... און דאנאלד טראמפ... ועוד ועוד ועוד
ראנג איז אז אן אדמו"ר גייט באזיכן און געבט לעגיטימאציע פאר אזאנע פארשוינען, אז ער גייט שוין יא באזיכן זאלן די צייטונגען מאכן א שווייג און זיך פארשטעקן פאר בושה. איך מיין אז איך דארף נישט אויסלערנען היימישע צייטונגען וויאזוי אויסצולאזן געוויסע באריכטן וואס איז נישט קיין כבוד פארן אידינטום.

אבער די עיקר פראבלעם וואס @חתם סופר האט ארויסגעברענגט בנוגע צייטונגען איז דאס אז מען האט אים באשריבן מיט שיינע טיטלען.
דאס אז צייטונגען קאווערן ביל קלינטון האסטו אויך א פראבלעם? דארט איז געווען DNA משא''כ דא...
אפשר ברענגסטו די טיטלען וואס די צייטונגען האבן געשריבן אויף עם דו רעדסט כאילו זיי האבן געשריבן הגה''ק 7כדו' זיי האבן געשריבן א טיול וואס מען שרייבט פאר יעדע מאנספערזאן יעדער פארשטייט עס פונקליך

און בכלל כאפ איך נישט וואס @חתם סופר וויל מיט די דראמאטישע אויפשאקלונג אויב עפעס גיט עס א פאזיטיווע ליכט אויף וועבערמאן אז בייגט זיך און בעט מחילה און צום ערגסטן פאל פראבירט ער צו ערוועקען רחמנות און אפערען געלד צו באקומען אן אפיציעלע מחילה וואס קען עם אפשר העלפן לינדערען זיין עונש

עס איז הארצרייסענד צו זעהן ווי אונז אייגענע ברודער ווילען זעהן אונזער א ברודער באגראבען לעומי עד, נניח אז אלעס איז אמת איז דא איינער וואס האלט אז ער איז נאכנישט אפגעקומען דערמיט? זיצן איינזאם אליינס פאר 10 יאר פארפאסט עטליכע קינדער און אייניקליך'ס שמחות ער האט זיכער תשובה געטון און איז מער נישט קיין סכנה.

פארשטייט זיך אז איך רעדט נישט פון די וויקטעם ווי ער שרייבט קלאר אין די בריוו אז די פעין און שעים קען זיין אזוי שטארק און טיף וואס מען זיך נישט זעהן מוחל צו זיין
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

נישטערנדיג איבער די פרשה האב איך באגעגנט א קורצע בוך באשריבן די מעשה מיט אלע דעטאלן (פארשטייט זיך פון איין זייט) The Devil of Williamsburg
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עמעזאן האט געשריבן: דאס אז צייטונגען קאווערן ביל קלינטון האסטו אויך א פראבלעם? דארט איז געווען DNA משא''כ דא...
אפשר ברענגסטו די טיטלען וואס די צייטונגען האבן געשריבן אויף עם דו רעדסט כאילו זיי האבן געשריבן הגה''ק 7כדו' זיי האבן געשריבן א טיול וואס מען שרייבט פאר יעדע מאנספערזאן יעדער פארשטייט עס פונקליך

און בכלל כאפ איך נישט וואס @חתם סופר וויל מיט די דראמאטישע אויפשאקלונג אויב עפעס גיט עס א פאזיטיווע ליכט אויף וועבערמאן אז בייגט זיך און בעט מחילה און צום ערגסטן פאל פראבירט ער צו ערוועקען רחמנות און אפערען געלד צו באקומען אן אפיציעלע מחילה וואס קען עם אפשר העלפן לינדערען זיין עונש

עס איז הארצרייסענד צו זעהן ווי אונז אייגענע ברודער ווילען זעהן אונזער א ברודער באגראבען לעומי עד, נניח אז אלעס איז אמת איז דא איינער וואס האלט אז ער איז נאכנישט אפגעקומען דערמיט? זיצן איינזאם אליינס פאר 10 יאר פארפאסט עטליכע קינדער און אייניקליך'ס שמחות ער האט זיכער תשובה געטון און איז מער נישט קיין סכנה.

פארשטייט זיך אז איך רעדט נישט פון די וויקטעם ווי ער שרייבט קלאר אין די בריוו אז די פעין און שעים קען זיין אזוי שטארק און טיף וואס מען זיך נישט זעהן מוחל צו זיין
סיריעסלי? ביל קלינטאן? איך דארף דיר מסביר זיין די חילוק? קיינער באשרייבט נישט קלינטאן אלס א צדיק, מען רעדט פון אים ווען ס'איז נוגע אין די נייעס. אפילו ווען סקווירא רבי איז אים גאגאנגען באזיכן פארשטייט יעדער אז ער איז נישט געגאנגען ארויסצואווייזן שטיצע פארן פרעזידענט'ס שייגעץ שטיק מיט מאניקא לאווינסקי, ער איז געגאנגען שטאדלען פאר אידן. נאך א זאך, ביל קלינטאן איז נישט געזעצן אין תפיסה וועגן די פרשה פאר א סיבה! זי איז שוין געווען אן אדאלט, זי איז געווען 22 יאר אלט. א סקאנדאל איז עס געווען ווייל עס פאסט נישט פאר א פרעזידענט מזנה צו זיין, און בפרט אז מען קען עס אנקוקן אלס אן אביוז אוו פאוער, אבער די רילעישנשיפ אליין איז געווען קאנסענשואל, קיין רעיפיסט איז ער נישט געווען.

איך קען נישט רעדן פאר @חתם סופר, אבער לויט ווי איך פארשטיי ברענגט ער פון דעם צעטל א ראיה אז ס'איז דא א הודאת בעל דין. אויב האט ער קיינמאל נישט גארנישט געטון און די גאנצע זאך איז א בלבול, דאן וואס בעט ער מחילה?

איך פריי מיך נישט אז אידיש קינד מוז ליידער זיצן אין תפיסה, אבער די וועלט איז א ברוטאלע פלאץ, אז מען טוט זאכן, איז דא קאנסאקווענצן, אזוי ארבעט עס. אויב שטעלט דאס אפ ווייטערדיגע פרעדעטארן, מוז מען דאס טון.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לשם יחוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שליחה דורך לשם יחוד »

עמעזאן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:א חוצפה פון א בריוו.
פארוואס?
פירסט אף אלל, אויב ער וויל באמת איר מחילה זאל ער קודם ארויסקומען ברבים זיך מודה און מתוודה זיין אויף אלעס וואס ער האט געטוהן.
ער שיקט אן אונטערערדישע צעטל כדי צו היטן אויף זיין כבוד בשעת וואס זי איז נאכאלץ באשמיצט ברבים..
א גרויל.
פארשפארט