איחוד פעלד האט געשריבן:אויף איינס און צוויי פארשטיי איך דער טעות. אבער דריי שטייט נישט אן אנדערע נאמען, עס שטייט עבדו זקן ביתו, סא סיז נישט עכט א מיסטעיק.
גרעכט
a1b2 האט געשריבן:יענער וואך שבת האט זיך געשפירט כאילו פרשת בראשית האט פאסירט מיט דריי וואכן צוריק אפאר בלאקס אוועק? איינער דערציילט אז דער גאנצער מעשה פון אדם און חוה האט פאסירט אויף ערב פסח. איך האב געוואלט אריינפרעגן צי אדם האט נאך אלעדיקט באקן מצות. נאך איינער האט געזאגט אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח. מען האט געברענגט ראיות פון זייגערלעך אז בראשית איז פשוטו כמשמעו און געלאכט אויף די נערנים וואס קלערן אנדערש. און מען האט זיך געדינגן איבער קינס קרבנות.
אז איר ווילט אבער פארשטיין ווי מען מאכט ביי אונז א בראטל פון חומש, רש"'י, מדרשים, ילקוט מעם לועז און ספר הישר אז מען ווייסט נישט ווי איינץ ענדיקט זיך און דער צווייטער הייבט זיך אן פרעגט אייך די פאלגענדע דריי שאלות:
1. וועלכע ביימער האט דער אייבישטער אנגעזאגט אדם און חוה אז זיי טארן פון זיי נישט עסן?
2. וועלכער פון זיינע זינען האט נח געשאלטן?
3. וועם האט אברהם געשיקט געפונען א פרוי פאר יצחק?
אז איר האט געענטפערט
1) עץ הדעת און עץ החיים, 2) חם, 3) אליעזר זייט מוחל און מישט אויף א חומש און געט א קוק.
1) גאט האט נאר אנגעווארנט אדם, פאר ער האט אפילו באשאפען חוה
2) כנען האט גאט געשאלטען, נישט חם
3) אברהם האט געשיקט זיין כנעכט טרעפן א ווייב פאר יצחק. ס’ שטייט נישט ווער.
a1b2 האט געשריבן:אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח.
chosen people האט געשריבן:[justify]איך ווייס אז איך בין שוין אפאר טעג שפעט, אבער די חכם זאגט בעטער לעטער זען נעווער.
ביי די מעשה פון סדום שטייט אז לוט האט געבעטן די מלאך/ה', אז ער זאל איהם לאזן גיין קיין צוער, אנשטאט אנטלאפן ביז אברהם. למעשה האט דער מלאך געזאגט איך גיי דיך דעס אויכט נאכגעבן, אבער ער זאגט איהם אָן - מַהֵר הִמָּלֵט שָׁמָּה כִּי לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה, אייל דיך צו ווייל איך קען גארנישט טוהן [איבערדרייען סדום]ביז די קימסט אָן אהין [צוער].
דערציילט די נעקסטע פסוק הַשֶּׁמֶשׁ יָצָא עַל הָאָרֶץ וְלוֹט בָּא צֹעֲרָה. ווען עס איז געווען די נץ החמה דעמאלטס ערשט איז לוט אנגעקומען קיין סדום.
קימט דער נעקסטע פסוק און זאגט אינז אז וַיהוָה הִמְטִיר עַל סְדֹם וְעַל עֲמֹרָה גָּפְרִית וָאֵשׁ מֵאֵת יְהוָה מִן הַשָּׁמָיִם.
זאגט רש''י אז וה' המטיר איז נישט קיין המשך מיט די פריערדיגע פסוק השמש יצא על הארץ, נאר עס איז שוין געווען ביי די עלות השחר.
וואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין אז וה' המטיר איז געשעהן ביי די עלות און לוט איז אנגעקומען צו צוער ביים נץ ווען ווען די מלאך האט איהם געהאט געזאגט אז לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה?[/justify]
באמת האט געשריבן:לעצטינס האט מיר גכאפט א התהרת איבערן לימוד חומיש רש''י איך האב אויפגגעבן א שיער כדי צי לערנען חומיש רש''י
זייט דערמאלץ בין איך א נייע יוד פשווט כמשמעה
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטינס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי מיינט קריטק צי קאמטלימענט)
די סיבה אז פשיט ווייל מעו זעהט די באשעפיר דארט
דארט האט זיך אונגעהויבן יודישקייט
ברוך שאמר האט געשריבן:אפשר קען איינער אנווייזן די מקור פון דעם אלעם באקאנטן ווארט" רש"י באה"ק נאמרו"