איך בין אינספייערט ווי משוגע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

איך בין אינספייערט ווי משוגע

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

מוראדיג אינספייערינג
א מענטש אן קיין הענט, א קורצע מידזשעט, יענע מעשה, א פארשטארבענע מענטש, א מענטש מיט דריי פוס, א דאון סינדראם מענטש…

יעדער פון אונז האט זיך זיינע אישוס, איך בין נישט אינטרעסירט אין יענעמס צרות, יענער האט נישט מיינע צרות, ווי גרויס און ווי קליין ווער קען מעסטן? אויב איינער קען נישט פארנעמען א צרה נפשיותדיג ער קען זיך נישט ספראווען מיט זיין פראבלעם איז ער פונקט אזוי ווי די מענטשן וואס מבאשרייבט אין די ארטיקלען, זיין צרה פאר אים ווערט נישט קלענער ווען ער זעט א צווייטן וואס האט לכאורה מער פראבלעמען פון אים, יא מקען טראכטן פאר אפאר מינוט ב״ה מהאט קליינע צרות, אבער צו וואלט זיך איינער פארטוישט מיט א צווייטנס לעבן? לכאורה נישט.

מקען ווערן אינספייערד, סאיז נישט אז מווערט נישט, אבער סאיז פונקט ווי א דרשה, סהעלפט פאר אפאר מינוט. דערנאך דארף מען ווארטן אויפן נעקסטע דאוז פון אינספיירעישן פונעם נעקסטן אומבאהאלפענעם נעבעכדיגן איבערגעלעבטע און געשטארקטע מענטש, און מדארף ווארטן צו ליינען די נאך נעקסטע וואכעדיגע בריוון פון ליינער וואס האבן ממש געטוישט זייער בליק אויף זייערע פראבלעמען.

End rant

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר