המלוכה והממשלה האט געשריבן:כ'בין שאקד צו זעהן אז דער גרויסע חכם שאול קליין פארטיידיגט וועבערמאן אז ס'איז נאר געוועהן איין באשולדיגער. די טענה אליין ממילא , אבער מיך באדערט נאך מער וואס ער זאגט ווייטער , ער שפינט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" (יא ער ניצט די פענצי ווערטער) וואלט ווען געדארפט זיין נאך וויקטימ'ס. ר' שאול , די ווייסט נישט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" ווערן אונזערע וויקטימ'ס געצאפט די בליט און זיי באקומען גיהנם אויף די וועלט אויב זיי קומען ארויס ברבים?
https://twitter.com/booreydeutsch/statu ... 6096373761
נאכן זען דיין מעסעדזש דא, און נאכן אויסהערן די ריקארדינג פון ר' שאול אויף קול מבשר האב איך אפגעשריבן אן אימעיל פאר ר' שאול ווי פאלגנד:
איינער האט צוגעצייכנט אויף קאווע שטיבל א בריוו ווי וועבערמאן איז זיך מודה און בעט מחילה פאר דייטש. דערויף האט איינער געפאוסט א לינק צו די טוויטער קאנטע פון דייטש ווי עס איז דא א ריקארדינג ווי דו נעמסט זיך אן פאר וועבערמאן. און יענער שרייבט בזה הלשון:
כ'בין שאקד צו זעהן אז דער גרויסע חכם שאול קליין פארטיידיגט וועבערמאן אז ס'איז נאר געוועהן איין באשולדיגער. די טענה אליין ממילא , אבער מיך באדערט נאך מער וואס ער זאגט ווייטער , ער שפינט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" (יא ער ניצט די פענצי ווערטער) וואלט ווען געדארפט זיין נאך וויקטימ'ס. ר' שאול , די ווייסט נישט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" ווערן אונזערע וויקטימ'ס געצאפט די בליט און זיי באקומען גיהנם אויף די וועלט אויב זיי קומען ארויס ברבים?
טאקע א שטארקע טענה, איך וואלט געזאגט נאכמער, הארווי וויינשטיין קומט זיך טאקע נאר 16 יאר, ווייל אפילו ווען ער קומט ארויס פון תפיסה איז זיין רעפוטאציע דערנאך, עס איז דא גענוג בושה און סאציאלע קאנסוקווענצן אין די אלגעמיינע וועלט וואס זאל צוריקהאלטן פעטענציאלע רעיפיסטן. אנדערש איז אבער ביי אונז, אז אזעלכע חכמים ווי דיר קענען ליידער פארטיידיגן די ארגסטע סארט מענטשן וואס איז דא צווישן אונז, לייגט דאס אריין מיינע און 'דיינע' קינדער און אייניקלעך אין א געפערליכע סכנה גדולה!!!
פארוואס זאל א פעטענציאלע פרעדעטאר טראכטן צוויי מאל פארן לאקערן אויף מיינע און דיינע קינדער און אייניקלעך??? רוב וויקטעמס ציטערן צו רעדן און אפילו אויב וואגן זיי זיך עפעס צו זאגן טערארעזירט מען זיי אויף די ארגסטע אופנים, און דאן גייען נאך די הוגה דיעות דרייען א קאפ אויף קול מבשר זיך אנצונעמען פאר די נידריגע מאלעסטערס אנשטאט די וויקטעמס... די רבנים גייען זיי באזיכן אין תפיסה, מען מאכט גרויסע קאמפיינס פאר זיי, און ווען זיי וועלן ארויסקומען פון תפיסה וועלן זיי נאך זיין גרויסע היראס... רח"ל!!!
אונזער בוים איז ליידער אזוי פארקרימט אין די נישט ריכטיגע דירעקציע, אז מעגליך 300 יאר אין תפיסה איז נישט גענוג צוריקצודרייען אונזער פארקרימטע מהלך פון באשיצן אויף די נידריגע חברה. אפשר אז מען וועט גיין אביסל שארפער, וועלן זאכן בעסער ווערן. לייקענען און זיך אננעמען פאר א מאלעסטאר איז זיכער קאנטאר פראדאקטיוו. ביטע געבט נישט קיין יד פאר די מחבלי הכרם פון ילדי בני ישראל.
ס'איז כדי אנצומערקן אז ביי די פאל פון וועבערמאן איז 'טאקע למעשה' געווען נאך מיידלעך וואס זענען געקומען פארציילן זייערע מעשיות פאר די DA, אבער מען האט זיי ליידער אלע פארשטילט מיט טעראר.
ביטע זיי נישט די שליח צו פארמערן מאלעסטארס ביי כלל ישראל.
א דאנק.
ר' שאול האט רעספאנדעט צום אימעיל, און נאכן באקומען ספעציעלע רשות פון אים ארויפצושטעלן די ענטפער אויף קאווע שטיבל, לייג איך עס דא ארויף פאר דער עולם צו זען.