קורקלענד האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!
אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..
קאפיטאליזם איז אזא סיסטעם וואס פונקציאנירט אויסשליסליך אין א פרייע מארק ווי יעדער האט אייניגע צוטריט צו קאמפיטן. אנדערע מארקעטן מיט אנדערע סארטן סיסטעמען ווי סאושעליזם און קאמיוניזם און פאשיזם ארבעטן פארקערט. און דארט האט מען וואס ווייניגער.
איך בין זייער נישט באקאנט אין די קאסמעטישע פעלד, דעריבער קען איך נישט קאמענטירן, אבער אין די וועלט פון די אלגעמיינע פרעסע, איז די סיבה פארוואס ווייניגער ווי צען פערזאנען קאנטראלירן עס גארנישט אדאנק קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, ס'איז בלויז אדאנק רעגירונג אינטערווענץ און רעגולאציעס וואס מאכן עס אומעגליך צו קאמפיטן. ס'איז איראניש ווען מאנכע באשולדיגן די אידיי פון קאפיטאליזם אויף זאכן וואס וואלט געשטאנען פיל בעסער אויב וואלטן מיר ווען געלעבט אין א קאפיטאליסטישע סיסטעם.
אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד.
די קאסמעטישע אינדוסטריע איז קאנטראלירט ביי 8 עמפייערס:
L'Oreal
LVMH
Shiseido
Johnson & Johnson
Estee Lauder
Proctor and gamble
Unilever
און Coty - קיילי דזשענער'ס ברענד באלאנגט צו זיי צווישן אנדערע
דאס מיינט: אז יעדע פערפיום, ציין-פיץ, דיאודערענעט, זייף, שאמפאו, פענסיל איי ליינער, האנט קריעם, און נאך צענדליגע פראדוקטן וואס קומט אריין אין יעדע שטוב, דרייען זיך דורך די גרויסע אכט. (יעדע פון די אכט האט נאך אסאך גרויסע ברענדס אונטער זיך וואס דו זעהסט אין די פארמאסי) ווילסט בעסערע נייעס? די צווייט פארמעגליכסטע מענטש אויף די וועלט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי Bernard Arnault די אייגננטומער פון LVMH ער האט געהאט די נומבער וואן ספאט פאר פופצן מינוט אויך.
פונקט די אנהייב חודש איז דער מענטש געווען אין טשיינע ווען מ'האט צוריקגעעפענט די דארטיגע עקענאמיע פאר פארקער, פונקט איז אילאן מאסק געפארן, און פונקט איז די CEO פון GE געפארן, די CEO פון Nvidia איז געפארן. וואס איז יעצט? איך וועל דיר זאגן וואס איז. ס'איז דא א כעמיקאל ס'הייסט sulfate ס'ליגט אין כמעט יעדע שאמפאו, ווען מ'נוצט עס צו לאנג קען ארויספאלן די האר, אדער הייבט זיך עס אן שיילן און דין ווערן ביז ס'איז א פארזעהעניש. און בכלל ס'איז זייער אומגעזונט פאר האר. ס'איז ביי מיר קלאר ווי טאג אז די אלע אינדיווידואלע עפיזאדן זענען אלע איינס... זיי מאכן עס אין טשיינע ווייל דארט איז ביליג, זיי האבן געטראפן עפעס א שטערקערע כעמיקאל וואס מ'קען אריינלייגן אין אנדערע פראדוקטן נישט נאר אין שאמפאו, און דעס גייט גאר שנעלער ארבעטן אויסצורייסן די פאליקלס צוואנציג מאל שנעלער ווי ביז היינט. דער פון GE איז דארט צוזאמען מיט אילאן מאסק ווייל זיי ווילן עס מאכן מיט AI און מ'דארף צוקומען צו machine learning סאפטוועיר וואס די עלקעטראנישע קארס האבן כדי מ'זאל עס קענען שנעלער פראדוצירן מיט ראבאטן און נישט מיט די הענט Nvidia איז דארט ווייל ער גיט די טשיפ'ס דערפאר, און אזוי קען ארנאלט עס אריינברענגען אין די קאסמעטישע אינדוסטריע און פון דארט וועט שוין פארן א באן top down style. בלומבערג וועט דיר שטייציך נאר דערציילן האלב פון די מעשה זאלסט נישט חלומ'ען וואס קומט... זיי ווילן אז מער זאל קיינער נישט קיין האר און נישט קיין בארד. פאריקטע לינקע...
כאפסט וואס כ'האב דא געטוהן?
איך האב דיר אויפגעבויט א פארטיגע קאנספיראציע אין פינף מינוט. אזוי ארבעט די מוח פון א קאנסיפיראציע טעאריקער אין א נאטשעל. זיי לאזן אויס פאקטן, און קומען צו נישט געשטויגענע קאנקלוזנשס און ס'פעלט אסאך דעטע פוינטס אינמיטן. די מינוט דו פרעגסט קשיות איז נישט דא מיט וועם צו רעדן (אין אסאך פעלער) חוץ אויב דו פאלסט פאר פעלעסי'ס.
ס'קען זיין אמת אז news Corp האט א שטארקע קאנטראל אויף די פרעסע, ס'קען זיין אמת אז די מידיא פארלייקנט, פארוואסערט, און איגנארירט פאקטן, אבער אז עמיצער וויל קאנקלודן אז ס'ליגט עפעס טיפער דערונטער דארפסטו האבן way more information למשל דו ווייסט פונקטליך וויפיל קריעטיוו קאנטראל די נעטווארקס האבן? נאר ווייל א CEO האט עקווייערד א קאמפעני מיינט אטאמאטיש אז ער קען שלעפן יעדע שטריקל פון אויבן אראפ? וואס ווייסטו וואס די הסכם איז? און אז יא איז עס אין זיין בעסט אינטרעסט? אין די אינטרעסט פון זיין קלייענטעל? M&A's פארמאגן דעטאלן. אמאל מיינט עס אז זיי האבן נאר א פעטענט, און זיי נעמען א קאט פון די רעוועניו, אבער אלעס אינצווישן און וועלכע טיווי שאו מ'זאל מאכן מארגן האט נישט מיט זיי... ס'איז דא א באורד, ס'איז דא שעירהאלדערס.. מיט א רוהיגקייט. אבער דער סטעריאטייפ וואס איז טונקל און פערענעאויד דארף נישט קיין לאגיק, און קיין עווידענס, זיי זוכן אלס א דראמא אין יעדע נייעס'ל צו שטילן דעם דארשט פון נישט פארשטיין און ארויסהאבן פונקטליך יעדע ריר. מיטן ארייטייטשן שווערע קצות און מהרש"א. מ'דארף נאר זאגן א פונקט און עפעס אן ארגומענט פון איגנארענס און דו האסט א פארטיגע פארמיולע פאר די נעקסטע קאנסיפיריסי.
ווי פונקטליך איז די רעגירונג פארמישט אין די מידיא ביזנעס און וועלכע רעגולאציעס שטערט פון קאמפיטן? וואס קען Bary Weiss אדער Vice news נישט פארציילן וואס minutes 60 קען יא? אדרבה.
קאפיטאליזם איז נישט פערפעקט, און סאושליזם איז נישט אזוי פאשיסט ווי די רעכטע מאכן עס יעדע רגע. למשל יוניוויערסעל בעסיק אינקאם וואלט געווען נאטינג באט סאושליסט, PPP איז סאושליסט, "סאושל סעקיורטי" עניבאדי? FDIC אא"וו. ס'האט נאך אזויפיל מעלות ווי קאפיטאליזם. און ס'קען זיין איך קען עגריען אז אונז זעמיר נישט ממש קאפיטאליסט, איך וואלט געזאגט אונז זעמיר א היבש אליגארכיע און די רייכע קאנטראלירן רוב פאליסיס. אבער פאקטיש ארבעט די פרי מארקעט נישט גוט פאר יעדעם. קוק אויף וואל סטריט און קוק אויף דזשעף בעזאס, דו קענסט נישט זיין דזשעף בעזאס. קוק אויף די צובראכענע העלטקעיר סיסטעם, טאקע א פערפעקט עקזעמפל ווי דו קענסט נישט קאמפיטן. רוב מדינות זענען סאך בעסער אויסגעשטאט פאר דעם, אבער אונזער פריוואטע סיסטעם ווערט נאר קאמפליצירטער און טייערער... בכלל נישט קיין דבר השווה לכל נפש.