ווארשעווער אויפ-שטענדלער - מרדכי אניעליוויטש

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

ווארשעווער אויפ-שטענדלער - מרדכי אניעליוויטש

שליחה דורך לייביששרייבער »

דער קאמענדאנט פון דער אידישער קאמף ארגינעזאציע אין ווארשע איז געבוירן געווארן אין יאר תרע"ט אין א פוילישער קווארטעל מיטן נאמען פאדלאוויטש, ווי עס האבן גיוואוינט וייניג אידן. אויף סאלעץ גאס 13 האט געוואוינט אן ארימער משפחה וואס האט געפירט א שווערער געראנגעל מיט זייער עקזיטענץ. דער מוטער האט פארקויפט פיש. ער דער פאטער פלעגא אויפן גייענדיג אין ביהמ"ד אויסטיילן פרישע געבעקסען צו דיי בעלת הביתט'עס צו צוען נאך א שטיקעל חיונה פאר זיין געזונדעל.

א אידישער ציוניסט איז ער געווארן, און ווי אויך איז ער געווען ש שטודירטער גימנאזיא'יסט דער מוסד אין ווי ער האט געלערנט גימנאזיע האט זיך גערופן "לאור". דוקע האט זיך דער מרדכי אניעליוויטש אויסגעצייכענט אין גימנאזיע פון די העכסטע אין זיין קלאס און דערפאר האט ער באקומען א סקאלערשיפ פון די ציוניסטישע באוועגונג צו זיין דאס בעסטע גימנאזיאיסט וואס עס איז נאר מעגליך צו זיין.

ווי אויך האט ער זיך אויסגעצייכענט אין ספארט שפילערייען, און א גוטער געטרייער חבר פון די באוועגונג חובבי ציון און קרן קיימת.

לערענענדיג גימנאזיע האט ער זיך באפריידענט מיט אסאך קאלעגען מיט די זעלבע אנטשויאינגען פון עים, וואס זענען געווען מיטגלידער אין פארשידענע בעוועגונגען וואס האט געבודזשעוועט אין יענע צייטן ווי בית"ר (ברית הנוער העברי) געגרינדעט געווארן נאכן באזוך פון זאב ז'בטונסקי וואס האט דאן אויפגעפלאקערט אין א רעדע די אידישע אינגע באפעלקערונג צו זיך דראפעווען אויף די אלע פיזישע ספורט כדי צו קענען העלםן דאס בריטישע מיליטער אין מיטל מזרח, כדי די בריטישע זאלן קוקען מיט א גוט אויג אויף דאס אידישע באפעלקערונג צו קענען איבער נעמען די אטאמען שטחים כדי צו שטעלן דארט אן אייגענארטיגער מקום מנוחה פאר די גערוידעפטע אידן אין אייראפא.

ווען ער איז עטוואס עלטער געווארן בערך 16-17 יאר איז ער אריין אין די השומר הצעיר באוועגונג
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=16285 ווי שוין געשריבען אין אונזערע פריערדיגע אשכולות

דארט האט ער זיך שטארק באפריינדעט מיט משה קאפיטא (וואס איז שפעטער געהארגעט געווארן דורך די נאצישע הונט אין יאר תש"א) און מיט שושנה אהראנאוויטש. דער משה און שושנה האבן אים פארשלעפט צו אן אנדערע באוועגונג צוגאב השומר השעיר וואס האט זיך גערופן "גדוד בחזית" (שפעטער געווארן אן אפטיילונג אין די ציוניסטישע מיליטער) אין די בחזית געווארדיע האט ער זיך אויך באקענט מיט שמואל בראסלאוו.

גאר אין גיכען איז ער ארויף געקראכן אויף די לייטער פון סוקסעס אין אלע פיליאלעס פון די אינגע ציוניסטישע אונטערערדישע פארטיזאנישע אפטיילונגען וואס האבן זיך דאן געעעפנט ווי שוועמעל נאך א רעגן. און איז געווארן איינער פון די געטרייסטע מעמבערס אין פון די ווארשווער קן.

אין יאר תרצ"ז איז ער גאר געווארן א מדריך צו לערנען די אינגערע מיטגלידער די חכמה פון געשלעיג און פיזישע מונאווערעס וואס ער האט געלערנט אין גימנאזיע. אינעם זעלבן יאר האט ער זיך דערווארבן צו ווערן מנהל פון אלע מחלקי הגדוד וואס האט שוין דאן געהאט א היפשער צאל פון פיליאלעס. "תל עמל" "בחזית" "בית"ר" און נאך.

דער צענטראלער אפיס פון די אלע גדודים האבן זי געפונען טאקע אין ווארשע אויף רימארסקע 12. נאנט צום זאקסישען גארטן ביים אריינגאנג צום פוילישער שטאט-טייל. פון דער פוילישער שטאט-טייל האבן זיך כסדר געמאכט ווילדע פארברענגענס פון די לאקאלע פאלאקען, און פון דארט פלעגן זיך די אינגע שרצים ארויס לאזען וואנדלאזירן די אידשע קווארטלעך אין די געגענטער ארום.
עס זיצען זיך די פירער פונעם גדוד אין זייער אפיסעס און הערן דורך די פענסטער די קולות פון די געוואלדעס אויס מישענדיג זיך מיט די קולות פון שויבען ברעכעריי. פלעגן זיך די אינגע גדודי מיטגלידער ארויס לאזן פון די באריגאדע מיט שטעקענעס אין די האנט און מרדכי האט מיט זיי אנגעפורט קאלטבלוטיג און לויט זיין באשטימטער פלאן און געטיילט מכות רצח מיט א רואיגקייט אן קיין איבערגעטריבענע אויפרעגונג.

עס האט געזאגט מאנכע חבירים פון די גדודי גרופעס אז ווען נרדכי זאל ווען נישט זיין קיין איד וואלט ער זיך דערגרינטעוועט צו די העכסטע שטאפלען אין די מיליטער, זיינע סטראטעגיעס און קאלטבלוטיגקיין און רואיגער צוגאנג צו די געשלעגען האט אים געברענגט געוואלדיגע הצלחות אז די פוילישע שקצים האבן מיט די צייט געציטערט נאר צו קוקען אויף א איד מיט א קרום אויג ווייל מרדכי וועט זיך אין זיי נוקם זיין.

ניבא ולא ידע מה ניבא, די חבירים האבן נישט געוואוסט ווי גוט זיי האבן געזאגט ווען זיי האבן אנאלעזירט די כוחות און חכמה פון דעם מרדכי, און איז אין די שפעטערע יארן טאקע געווארן א גענעראל אפי' ער איז געבליבן א איד. נאר נישט פאר די פאלאקן נאר פאר די אויפשטענדלער. א גרופע יונגען האבן מחליט געווען צו גיין ביז אויס און זיך מכין געוען צו פאלן אין שלאכט און האבן באשלאסען צו הייבן דעם פאן פון ווידערשטאנד און אויפשטאהנד אין די ווארשעווער געטא אנטקעגען די אינטעדריקער וואס האבן מחליט געווען צו פארטיליגען דעם אידענטום להשמיד ולהרוג ולאבד אנשים נשים וטף ושללם לבוז פאר די איינציגע עבירה פון ווערן געבוירן א איד.

א לאנגער היסטאריע האט זיך דער מרדכי ערווארבן ביזן ווארשעווער אויפשטאנד

א שיינער הויכער געשטאלט מיט זעבלסט זיכערע געזוכט האט דער מרדכי אויף זיך געהאט, און ווי אויך האט ער פארלאנגט אבסעלוטע דיספלין פון די אינגען וועמען ער האט געהאלטן אין זיין געווארדיע. דער דיספלין איז עים שטארק צוניץ געקומען בשעתן אויפשטאנד וואס האט געקאסט די עס עס גאר אסאך שאדנס פון סאלדאטן ביז זיי האבן געדארפט אריין ברענגען שווערע ארטילעריע צו אונטער ברענגען דעם אויפשטאנד. נאך דריי מאל דארפן מאכן א ריקצוג פון די שווערע ווידערשטאנד וואס די אידישע גדודי חבירים האבן דאן געהאלטן.

זיינע תלמידים האבן אים זייער נישט געגליכען פארן נישט צו לאזן קיין הפקרות און זיי צווינגען צו מאכען כסדר שווערע איבונגען זיך צו גרייטן אויף צייטן וואס דאס וועט זיי צינוץ קומען. ביז די שלאכטן פון די ווארשעווער ווידערשטאנד האבן זיינע תלמידים נישט איינערקענט על מה ולמה איז מרדכי אזוי שטרענג מיט זיי. אבער דאס גלאנץ האט געשיינט ווען די קריג מיט די פארגעשריטענע עס עס סאלדאטן איז געוועזען אין שוואונג האבן זיי איינערקענט אז ווען די פארשידענע שווערע איבונגען מרדכי האט מיט זיי געמאכט די לעצטע פאר יאר וואלטן זיך די שךאכטן אפח' נישט אנגעהויבן און קיין איין עס עס סאלדאט וואלט נישט פארלוירן געגאנגען. אזוי האבן די עס עס פארלוירן אן א שיעור סאלדאטן אין די ווארשעווער שלאכט.

געוויסע סאבאטאזש אקציעס האבן זיינע זעלנער אדורך געפירט אין םארשידענע פלעצער אין אנהייב פון די קריג יארן אין אלע עקן פון פוילן ביז די ווארשעווער אויפשטאנד ווי דער געווארדיע איז געקומען צו א קאמפלעטע שטילשטאנד נאך די שווערע שלאכטן צווישען זיי און די עס עס.

ער מיט א גרופע מעמבערס פון זיין געוארדיע זענען אינהויב קריג געפארן קיין קאלאמיי ביי די גרעניץ פון קיטעווע כדי זיך צו פארבינדען מיט די רומעינישע און איינשטעלן א פאקט צו קענען שווערצען די געפאלענע פוילישע אידן וואס זענען פארשיקט געווארן ון זייערע שטיבער נאך וואס נאצי דייטשלאנד האט אונטער גענומען דעם בליץ קריג מיט פוילן אין יאר תרצ"ט.

ער איז ארעסטירט געווארן אדורך די סאוועיטישע מאכט ארגאנען און זיי האבן עים צוריק געשיקט אריבער די פוילישע גרעניצען. איז ער דאן צוריק געפארן קיין ווארשע צום הופט קאנצעליי, אבער געטראפן האט ער א געפאלענע צוווארפענע ווארשע מיט נאצישע קאנטראלירער אינעם גאנצען שטאט.

קיין סך ברירה'ס האט נישט געהאט איז ער ארויס געפארן צו די געביטן און אוםגעגענטער זעהן ווי אזוי ער זאל זיך רעארגענעזירן און צוריק שטעלן דאס גדוד אזוי ווי פארן נאצישער איבערפאל אויף פוילן.

אסאך פון די חבירים האבן םארלאזט ווארשע אנטלויפענדיג פונעם דייטש, און ער האט זיך מיט זיי רעגרופירט אין די געביטן און זיי איבערצייגט נישט צו פארלאזן זייערע פאסטענס און מיר וועלן די עס עס צוריק לאגען דארט ווי עס וועט זיי וויי טוהן.

כדי צוריק צו ארגענעזירן צוריק די גרופע איז ער געגאנגען קיין ווילנע צו באזוכען זיין יוגענט פריינדינע פון די גימנאזיע קלאסן מיט וועם ער אנגעהאלטן א כסדרדיגע קשר. מירא פוכרער און איר משכנע געוועזען אז זי זאל מיט אים צוריק פארן קיין ווארצע צוריק צו שלאגן די עס עס.

זי איז טאקע מיט אים צוריק קיין ווארשע און אנגעהויבן זיך גרייטן םאר אן ערענסטע אקציע נגד די עס עס.

א נייער לאקאל איז פאר די צוועק געווארן איינגעשפאנט, פראסטע 5 איז געווארן דער הויפט קווארטיר פאר די רעארגענעזירטע חברה. א גרויסע אסיפה איז פארופן געווארן פאר די הונטרעדעטער רעגעסטרירטע חבירים און חבערטעס פונעם גדוד ווי באראטונגען זענען געווארן דעבאטירט ווי און וואס מען דארף טוהן צו זיך פאראייניגען מיט כוחות אנטקעגן די עס עס און וואס וועט זיין דער ציהל ווען דער אפשלאג וועט קומען. דער אספיה איז געווען דער ערשטע פון אפאר נאכפאלגענדע אספיה'ס אין יאר ת"ש חודש מערץ. פאליטישע און אידילאגישע שמועסן זענען געווען די הויפט טעמעס ביי די אסיפה אויסער די פלענער פון אפשלאגען די עס עס און זיי לערנען לקח.

א יאר דעראויף ווען די נאצישע חיות האבן שוין דעם שטריק ארום דעם אידישער האלדז פארשטארקט, האט מרדכי נאכאמאל צוזאם געוםן דעם גאנצע חברה פאר א דרינגעדע אסיפה. מער קיין פאליטיק און אידדילאגיע זענען שוין נישט דעבאטירט געווארן. די אסיפה איז בלויז געווען באשטימט פאר די איבערפאל פון די עס עס פאר די קומענדיגע ליקוועדירונג וואס אלע אין ווארשע האבן געהערט און געשפירט אז עס איז גאר נאנט. ביי יענע אסיפה זענען ארויס גערוקט געווארן אפאר גייסטיגע פירער פון די חברה פארן זיך נישט וועלן צו שטעלן צו מרדכי'ס אידלאגישע אנטשאוינגען טענעדיג אז די נאצי איז נישט מעגליך צו אונטער ברענגען און מיר וועלן נישט האבן קיין שום זכות קיום אנטקעגן זיי. אבער די בלוט פון די חברה האבן געזוט און געשאטן פייער פון נקמה םארן אומבענגען זייערס א בליבטע פירער יוסף קאפלאן, און שמואל ברעסלאוו. ביידע פון זיי זענען געוועזען שטארקע אנהענגער און פירער פון אלע גדודי מחנות. דאס אומברענגען זיי האט געברענגט א שווערע דארשט נאך נקמה פאר נאצישע בלוט. יעבור עלינו מה מיר וועלן זיך נישט לאזן הארגענען אן א ווידערשטאנד. פאר א יעדעס איינס פון אונז וואס וועט פאלן וועלן מיט פאלן 100 עס עס סאלדאטן.

די ידיעות קומען קיין ווארשע אז די ליקוועדירונג איז פערמענאנט, עס איז נאר א שאלה אין צייט ווען די דייטשען וועלן דאס אויפירן, די ידעיות האבן געלויטעט אז די אידן פון ווארשע ווערן דעפארטירט אין בהמה וואגאנען צום פארנוכטונגס לאגער אשוויענטשים (אוישוויץ) איז מרכי געפארן טראץ די גרויסע סכנה מיט וואס דאס איז געווען םארבינדען קיין אויבער-שלעזיע זיך צו טרעפן מיטן הויפט פון די אידנ-ראט אין שלעזיע. דער הויפט פון די אידנ-ראט אין שלעזיע האט פרובירט אויפקלערן מרדכי זיך נישט אנטקעגן שטעלן, און אויך פרובירט צו ערקלערן די גרויסע אויפטוהן די אידנ-ראט טוהט פאר די אידישע געמיינדע אין די געביטן וואס ווערן ליקוואדירט און מאכן זיכער אז די אידן באקומען ארבייט און ווערן נישט פארנוכטעט, און דער דייטש האט זיי דאס גאראנטירט ע"כ האט עס נישט קיין שום פירוש זיל צו שטעלן דערקעגען און פארלירן אידישע נפשות ווען מען רעדט ס"ה פון צצואנגס ארבעט. און ארבעט וועט מאכען פריי וי עס איז פארארדענט געווארן ביי דעם דייטש. ארבייט מאכט פריי איז געווען דעם צוזאג פארוואס הארגענען אונזערע אייגענע ברידער ווען נאך שווערע צוואנגס ארבעט וועלן זיי חאטשיג דערלעבן און גיין אויף דער פריי.

מרדכי האט פאר מערין דער הויפט פון די אידנ-ראט אין אויבער-שלעזיע געזאגט מיר אידן אין ווארשע וועלן זיך שלאגן מיט געווער ביזן לעצטען מענטש, שווערע פארלוסטן ערווארט די עס עס ביים ליקווידירן ווארשע.

דארט אין אויבער-שלעזיע און אין שלעזיע זעלבסט האט נרדכי געהאלפן אויף שטעלן א זעלבסט שוץ געווארדיע זיך צו באשיצען פון די ליקווידאציע. אבער דאן בי יענעם גירוז זענען דערהרגעט געווארן אסאך פערזענליכקייטן ון די חברה. ווי פריער דערמאנט יוסף קאפלאן און שמואל בראסלאוו ( אין דם דריטען פון סעפטעמבער תש"ב 1942) האט זיך מרדכי גלייך צוריק געדרייט קיין ווארשע און אנגעהויבען יבערהאפטיג זיך גרייטן פאר וואס עס קומט.

ווען ער האט אויפן וועג צוריק אפגעשטאט א בזוך אין טשענסעכאוו האט ער אויך עטוואס פרובירט צו העלפן די אונטערוועלט זיך צו ארגענעזירן א שוץ פלאן און צוריק שלאגען דעם עס עס.

דארט אין טשענסעכאוו האט ער זיך געטראן מיט ארי' ווילנער און צבי בראנדעס (פירער פון גדוד לפ"ג) און זיי האבן צוזאמען באהאנדעלט פלענער וועגן ארגאנעזירן די זעלבסט שוץ אין פארשידענע שטעט און ווי אזוי אנצוהאלטן דעם קאנטאקט צווישען די אלע ארגאנעזירטע באזעס.

פון דער גרינדונג ביזן לעצטען שלאכט איז מרדכי געוועזן דער גענעראל הויפט קאמאנדיר און זיך איבער געגעבן מיטן לייב און לעבן צו באשיצען די ווארשעווער געטא צו אויסברייטערן אירע מעגליכקייטן און אוואדאי פון ווערן דעפאטירט.

איינע פון זיינע אויפגאבעס, און אויך ארויפגעלייגט אויפגאבעס אויף זיינע אינטערטאנען איז דער פראדעצירונג פון איידען געמאכטע ארטילעריע, פלאש באמבעס, און אנדערע מינע ארטילעריע וואס וועט אנזייען חורבן צווישען די עס עס. אויסער דאס שווערצען פון האנט געווער, שיסער, גראנאטן, און שווער מאכטפולע האנט ארטילעריע וואס וועט אויך העלפן פארקריפלען די טענק וואס וועלן קומען צו הילף די נאציס ווען די געשלעג וועט זיין אין טאקט.

אין יאנעווער תש"ג 1943 האט ער אנגעפירט מיטן ערשטן שלאכט אנטקעגן דעם דייטש ער האט מיט א סטראטעגיע זיך אריינבאקומען מיט א קליינער צאל פון זיינע חברה אין די רייען פונעם זידלונגס צענטער. און פון אינעווייניג האט ער אטאקירט און געעפענט פייער אויף די דייטשען. אין יענער שלאכט האט ער פארלוירן אלע זיינע זעלנער וואס ער האט מיט זיך מיט געברענגטט. באיזה אויפן האט ער זיך יא ארויס געזעהן גאנץ פון דארט.

אין געטא האבן אים אלע געשעצט און זיך באצויגען אים מיט רעספעקט און סימפאטיע, אין דעם 23'סטער האט ער געשריבן א בריוו צו יצחק צוקערמאן: וואס איז שפעטער געווארן די אויפשטעלער פון די חיל אויר אין מדינת ישראל און איז געשטארן תשמ"א, א ויילנער געוירענער אין יאר תרע"ה 1915 "מיין לעבענס טרוים איז שוין פארווירקטליכט געווארן די אידישע זעלבסט שוץ אין געטא איז א פאקט, עס איז געשאפן געווארן דער באוואפענטער אידשער ווידערשטאנד. איך בין אן עדות פון די דערהויבענע העלדן-שלאכטן פון די אידישע אויפשטאנדס-לייט".

דעם 8'טען אין מאי תש"ג 1943 נאך וואס דער ווידערשטאנד איז געווארן באזיגט שב"ק ג' אייר, האט ער זיך געפונען אין א בונקער צוזאמען מיט א טייל קעמפער פונעם הויפט שטאב אויף מליא 18 ווי דער הויפט צענטער פון די ארגאניזאציע איז געעוען דאן קווארטירט. ווען דער גאנצער בנין פון אלע זייטן זענען ארום גענומען מיט די עס עס וועלעכער ווארפן אריין האנט-גראנאטן און גאז באמבעס אינעם בנין ווי זיי זענען אויס-באהאלטן אינעם בונקער, דאן האט שוין מרדכי מיט זיינע חבירים נישט געקענט ווייטער אויסהאלטן און זענען געפאלן" ווי אויך איז דעמאלס געשטארבן מירא פוכרער און נאך 80 קעמפער וואס זענען באגאנגען זעלבסט מארד ווי איידער אריין פאלן אין די הענט פון די עס עס. דאס זענען געוועזען די לעצטע קרבנות פן די ווארשעווער געטא אויפ-שטאנד. הי"ד
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר