שפאנונג צו ערווארטעטע ישיבות ריפארט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שפאנונג צו ערווארטעטע ישיבות ריפארט

שליחה דורך [NAMELESS] »

גרויס שפאנונג הערשט ביי הנהלות המוסדות צו די ריפארט אויף עדיוקעישן אין חסידישע ישיבות וואס דארף אט אט ארויסקומען. פון קראנטע קוועלער הערט מען אז מעיער אדאמס האט געטוהן וואס ער האט נאר געקענט אז די ריפארט זאלן נישט אפשפיגלען די אמת'ע מצב, און מ'האפט אז מ'האט געקענט געניג באהאלטן פון די שטאטישע איוועסטיגעיטארס.

מ'איז ווייטער מתפלל אז די ריפארט זאל זיין גינסטיג און די אמת זאל חלילה נישט ארויסקומען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

חתם סופר האט געשריבן:גרויס שפאנונג הערשט ביי הנהלות המוסדות צו די ריפארט אויף עדיוקעישן אין חסידישע ישיבות וואס דארף אט אט ארויסקומען. פון קראנטע קוועלער הערט מען אז מעיער אדאמס האט געטוהן וואס ער האט נאר געקענט אז די ריפארט זאלן נישט אפשפיגלען די אמת'ע מצב, און מ'האפט אז מ'האט געקענט געניג באהאלטן פון די שטאטישע איוועסטיגעיטארס.

מ'איז ווייטער מתפלל אז די ריפארט זאל זיין גינסטיג און די אמת זאל חלילה נישט ארויסקומען.
גאנץ א שוואכע ארטיקל אקעגן די פריערדיגע, עס ליינט זיך מער ווי א רענט ווי א דזשורנאליסטישע ארבייט. עס רעדט טאקע אסאך פון מעיאר עדעמס וואס פראבירט מיט אלע כוחות צו פארשטילן די אינוועסטיגעישען.

די ארטיקל לאזט איבער מער קשיות ווי תירוצים. וואס טוען די פיר וואס מען דארף פארמאכן אקעגן די אנדערע וואס איז נאר א רעקאמענדעישען? בכלל, זיי שרייבן קלאר אז די רולינג איז אז מען קען נישט פארמאכן, וויאזוי קען מען די פיר יא? חוץ מזה, וואס זיי האבן נישט קיין איין נאמען פון קיין מוסד. ני”ט האט יא געזען די רעפארט? עפעס איז זייער נישט קלאר דא. עס קוקט אויס אבי געזונט ארויסגעשיקט אין חגא וויקענד.

שוין, יבא הישועה מכל מקום...
פארשפארט