אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נישט אראפרייסן אדער אטאקירן.
מנהל
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עמעזאן האט געשריבן:נקודת למחשבה:

קודם וויל איך שטארק ארויסברענגען אז איך רעדט נישט פון די קוק ווינקל פון די קרויס קאפעל איך פארשטיי נישט זייער פעין אין פאל אז עס איז טאקע אמת, און עס איז זייער החלטה וו אזוי זיך צו ספראווענען מיט א מחילה אויב בכלל קיינער קען זיין נישט דן זיין.

מאלעסטעשאן קומט געווענדליך נישט פון שלעכטיגקייט אדער א כוונה צו וויי טון עס איז פשוט א קרענקליכע אומקאנטעלירטע תאווה וואס ער אליינס מוטשעט זיך דערמיט.

וועבערמאן איז שוין היינט א גברא קטילא צובראכן און צו שאסן זייענדיג אפגעזינדערט אין נישט לייכטע תפיסות פארפאסענדיג אייגענע קינדער'ס חתונות און פון די ערשטע אייניקלעך ער איז קלאר מער נישט קיין סכנה פאר די עתיד אפילו ב.מ.ל. איז געווען צושאסן על אף וואס ער איז קוים געזעצן און זיין קעיס איז געווארן דיסמיסט.

די מעססעטש איז שוין איינמאל אנגעקומען און מענטשען ווייסען אז דאס איז נישט קיין מאנקי ביזנעס און קיינער קען דיר נישט העלפן און פאר א קליינע אומריכטיגע ריק קענסטו זיצן אין תפיסה פאר יארן, און די וואס האלטן זיך נעבעך נאך אלס נישט צוריק וועט גארנישט העלפן....

איך זעה נישט פארוואס וועבערמאן זאלצדארפן אריינלייגן א פול פעיטש אין די איד אז ער בעט מחילה ווען ער ווייסט ניטאמאל צו זיין גייען עס עקסעפטען, די ערשטע בריוו איז זייער נארמאל און פארשטענדליך ער ריטשט אוט' צו די וויקטעם אז איך וויל איבערבעטן און אפעקט אפילו געלד אז דו ווילסט אן אנדערע סארט מחילה לאז וויסען איך וועל זיך צו שטעלן ווי ווייט מעגליך נאך עטליכע חדשים איי געס קיין ענטפער איז נישט געקומען האבן זיי געשיקט אן הזמנה איך פארשטיי טאקע נישט פשט דערפון אבער קען זיין עס איז דא א סיבה דערצו ליגאל

פאר די חשש אז וועבערמאן וועט זיין ווייטער א גאנצע יום זה מכובד איינמאל ער קומט ארויס קען מען זיך אויסנעמען אויף דעם מיט אן אגרימענט
לאמיר זיין זייער קלאר, ס'איז דא צוויי מהלכים וויאזוי ציצוגיין צו דעם ענין. ס'איז דא א מהלך פון לייקענען און בלייבן א שיינע איד, און ס'איז דא א מהלך פון מודה זיין, נעמען פולע פאראנטווארטליכקייט און בעטן מחילה.

ער האט גענומען די ערשטע מהלך. דאכצעך אז ס'איז אפילו געווען דעמאלטס אויפן טיש א דיעל מיטן DA אז ער זאל פלידן גילטי און ער וועט און אויסטויש באקומען בלויז עטליכע יאר. (מען רעדט ניטאמאל פון געהעריג מודה זיין, בלויז פלידן גילטי, וואס דאס קען מען אסאך גרינגער ספינען אין די היימישע פרעסע אז ער האט עס נאר געטון לצורך דעם דיעל) ער האט אבער נישט מסכים געווען. ער האט ניטאמאל געוואלט פלידן גילטי אין קאורט, ער האט געוואלט נעמען זיינע שאנסן מיטן בלייבן א שיינע איד, און דאס האט זיך אויסגעלאזט גאר ביטער פאר אים.

יעצט אז ער זעט כי כלתה עליו הרע, ער זיצט שוין צען יאר און תפיסה און עס נעמט נישט קיין עק, וויל ער טרייען די צווייטע מהלך. אבער למעשה שיקט ער א האלבע מחילה בריוו, מיט עפעס אן מאדנע הזמנה... אנטשולדיגט, עס גייט נישט אזוי. אז דו ווילסט גיין מיט די מהלך פון מודה זיין און איבערבעטן, טוה עס געהעריג. שיק נישט עפעס א האלבע מחילה און שפעטער ווייטער אנשטעלן פאר די צייטונגען און פאר די גאס א שיינע פנים ווי אן אומשילדיגער קרבן ציבור.

די מהלך פון לייקענען און בלייבן שיינע איד האסטו שוין פראבירט, יעצט קום ארויס, יא! אין דער איד! און פול אן א גאנצע בלאט מיט א הודאת בעל דין, וויין ווי א קליין קינד אויף די אלע דעמעדזש וואס דו האסט אפגעטון פאר יודישע קינדער און בעט מחילה פון די וויקטעמס און פון זייערע עלטערן.

אזעלכע רעיפיסטן און מאלעסטערס האבן פאר יארן געריטן אויף כלל ישראל און אפגע'שחט'ן דורות, און דאס האט געדארפט קומען צו א סוף. אויב גייען די מאלעסטערס מיט די מהלך פון לייקענען, דאן איז נישטא קיין ברירה און מען מוז גיין בכל חומר הדין, אז נישט וועט זיך עס קיינמאל נישט אפשטעלן, ס'איז נישטא קיין שום אקאונטעבילעטי. אויב אבער וועט זיין שווערע שטארקע עונשים וועט דאס ברענגען אז פעטענציאלע מאלעסטערס זאלן ציטערן און האלטן די הענט ביי זיך.

אויב אבער קומען זיי ארויס מיט א גרויסע אנטשולדיגונג אין די צייטונגען, עס ווערט אן אויפוואכונג אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם, דעמאלטס איז דאס א צווייטע מהלך קעיר צו נעמען פון די פראבלעם. די בושה איז כמובן גרויס און די סאציאלע קאנסוקווענצן און אויפוואכונג קען אויך העלפן אז די פראבלען זאל קומען צו א לעזונג.

מען קען אבער בשום אופן נישט טאנצן אויף ביידע חתונות... מען קען נישט ווייטער לייקענען און זיין א שיינע איד פאר די מאסן און שטילערהייט בעטן א מחילה, עס גייט נישט אזוי. און אז ער בעט יא אזא מחילה איז זייער פארשטענדליך אז זיי האבן עס נישט אנגענומען און אים פשוט איגנארירט. אנשטאט פראבירן יעצט צו בעטן מחילה ווי א נארמאלע מענטש, שיקט ער יעצט אן הזמנה... סארי... עס גייט נישט אזוי. איך ווייס אפילו נישט צו א געהעריגע מחילה וועלן די וויקטעמס אננעמען, אבער אזא סארט זיכער נישט.

דו און איך ווייסן אז אויב קומט ער היינט ארויס פון תפיסה וועט מען אים אויפנעמען אין די גאסן ממש ווי ראבאשקין. אפשר וועלן זיך אפאר ניקים רעגן אויף קאווע שטיבל, עס וועלן ארומפארן אפאר גערעגטע וואסטאפפ מעסעדזשעס, אבער די אפעציעלע פלאטפארמעס ווי 'דער איד' וועט אים באשרייבן מיט די שרייעדיגסטע טיטלען, ער וועט באזיכן אלע רבי'ס און זיצן אויבן אן ביים טיש.

ס'איז נישט מעגליך זיך אויסצונעמען אויף דעם. קודם כל קען קיינער זיך נישט אויסנעמען מיט קיין צייטונגען, און אז מען נעמט זיך אויס אויף איין וועג, קען מען אים געבן כבוד אויף א צווייטע וועג. דאס איז קלאר אז ער וועט זיין א גרויסע היראו, און דאס וועלן נאך די וויקטעמס מוזן צוקוקן נעבעך. די איינציגסטע וועג איז אויב ער קומט ארויס געהעריג ברבים מיט א פארמאלע הודאה און בקשת מחילה, יא, עס וועט זיין גרויסע בזיונות, ער וועט פארוואנדלט ווערן פון דעם גרויסן אומשילדיגן צדיק צו דעם אראפגעקוקטן מאלעסטער, אבער נאר אזוי קען איך בכלל הערן אז מען זאל אים לאזן נעמען דעם בקשת מחילה מהלך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך יצחק אייזיק »

שמן למאור האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:כ'בין שאקד צו זעהן אז דער גרויסע חכם שאול קליין פארטיידיגט וועבערמאן אז ס'איז נאר געוועהן איין באשולדיגער. די טענה אליין ממילא , אבער מיך באדערט נאך מער וואס ער זאגט ווייטער , ער שפינט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" (יא ער ניצט די פענצי ווערטער) וואלט ווען געדארפט זיין נאך וויקטימ'ס. ר' שאול , די ווייסט נישט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" ווערן אונזערע וויקטימ'ס געצאפט די בליט און זיי באקומען גיהנם אויף די וועלט אויב זיי קומען ארויס ברבים?

https://twitter.com/booreydeutsch/statu ... 6096373761
נאכן זען דיין מעסעדזש דא, און נאכן אויסהערן די ריקארדינג פון ר' שאול אויף קול מבשר האב איך אפגעשריבן אן אימעיל פאר ר' שאול ווי פאלגנד:

איינער האט צוגעצייכנט אויף קאווע שטיבל א בריוו ווי וועבערמאן איז זיך מודה און בעט מחילה פאר דייטש. דערויף האט איינער געפאוסט א לינק צו די טוויטער קאנטע פון דייטש ווי עס איז דא א ריקארדינג ווי דו נעמסט זיך אן פאר וועבערמאן. און יענער שרייבט בזה הלשון:
כ'בין שאקד צו זעהן אז דער גרויסע חכם שאול קליין פארטיידיגט וועבערמאן אז ס'איז נאר געוועהן איין באשולדיגער. די טענה אליין ממילא , אבער מיך באדערט נאך מער וואס ער זאגט ווייטער , ער שפינט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" (יא ער ניצט די פענצי ווערטער) וואלט ווען געדארפט זיין נאך וויקטימ'ס. ר' שאול , די ווייסט נישט אז "סטאטיסטיקלי און מעטעמעטיקלי" ווערן אונזערע וויקטימ'ס געצאפט די בליט און זיי באקומען גיהנם אויף די וועלט אויב זיי קומען ארויס ברבים?
טאקע א שטארקע טענה, איך וואלט געזאגט נאכמער, הארווי וויינשטיין קומט זיך טאקע נאר 16 יאר, ווייל אפילו ווען ער קומט ארויס פון תפיסה איז זיין רעפוטאציע דערנאך, עס איז דא גענוג בושה און סאציאלע קאנסוקווענצן אין די אלגעמיינע וועלט וואס זאל צוריקהאלטן פעטענציאלע רעיפיסטן. אנדערש איז אבער ביי אונז, אז אזעלכע חכמים ווי דיר קענען ליידער פארטיידיגן די ארגסטע סארט מענטשן וואס איז דא צווישן אונז, לייגט דאס אריין מיינע און 'דיינע' קינדער און אייניקלעך אין א געפערליכע סכנה גדולה!!! 

פארוואס זאל א פעטענציאלע פרעדעטאר טראכטן צוויי מאל פארן לאקערן אויף מיינע און דיינע קינדער און אייניקלעך??? רוב וויקטעמס ציטערן צו רעדן און אפילו אויב וואגן זיי זיך עפעס צו זאגן טערארעזירט מען זיי אויף די ארגסטע אופנים, און דאן גייען נאך די הוגה דיעות דרייען א קאפ אויף קול מבשר זיך אנצונעמען פאר די נידריגע מאלעסטערס אנשטאט די וויקטעמס... די רבנים גייען זיי באזיכן אין תפיסה, מען מאכט גרויסע קאמפיינס פאר זיי, און ווען זיי וועלן ארויסקומען פון תפיסה וועלן זיי נאך זיין גרויסע היראס... רח"ל!!!

אונזער בוים איז ליידער אזוי פארקרימט אין די נישט ריכטיגע דירעקציע, אז מעגליך 300 יאר אין תפיסה איז נישט גענוג צוריקצודרייען אונזער פארקרימטע מהלך פון באשיצן אויף די נידריגע חברה. אפשר אז מען וועט גיין אביסל שארפער, וועלן זאכן בעסער ווערן. לייקענען און זיך אננעמען פאר א מאלעסטאר איז זיכער קאנטאר פראדאקטיוו. ביטע געבט נישט קיין יד פאר די מחבלי הכרם פון ילדי בני ישראל.

 ס'איז כדי אנצומערקן אז ביי די פאל פון וועבערמאן איז 'טאקע למעשה' געווען נאך מיידלעך וואס זענען געקומען פארציילן זייערע מעשיות פאר די DA, אבער מען האט זיי ליידער אלע פארשטילט מיט טעראר.

ביטע זיי נישט די שליח צו פארמערן מאלעסטארס ביי כלל ישראל.

א דאנק.

ר' שאול האט רעספאנדעט צום אימעיל, און נאכן באקומען ספעציעלע רשות פון אים ארויפצושטעלן די ענטפער אויף קאווע שטיבל, לייג איך עס דא ארויף פאר דער עולם צו זען.
@שמן למאור גאר אסאך פון דיין טענה איז געבויט אויף אונזער סיסטעם איז קרום און כדי דאס צוריקצודרייען דארף מען גיין גאר עקסטרעם די אנדערע וועג. טאמער געדענק איך גוט האט די judge אדער ביי דעם קעיס אדער ביי אן אנדערען קעיס אויך געזאגט ענליכע דיבורים. אן אריינגיין אין די עצם טענה, אבער לכאורה פארזעסטו דא איין זאך. די נידון איז אויף א יחיד און נאר אויף דעם יחיד (און די וויקטים'ס פארשטייט זיך) און נישט אויף דעם קאמיוניטי. משפט'ן א מענטש פאר מער ווי עס קומט אים אך ורק ווייל זיין קאמיויטי טויג נישט איז נישט יושר. האסט א פראבלעם מיט א סיסטעם געב דיך אן עצה אבער גיס נישט אויס דיין כעס אויפן יחיד צוליב זיין קאמיוניטי.

נ. ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם קעיס איך רעד נאר בכלליות
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

נישט ריכטיג, א גרויסע עיקר פון געבן א שטראף איז למען ישמעו ויראו ולא יזודין עוד. עס קומט אפצושרעקן און מאכן אויפמערקזאם אז אזעלכע זאכן זאלן זיך נישט איבערשפילן, אנדערע זאלן ציטערן צו טון ענליכס. אז אונזער סעסייעטי איז אבער קרום פאר סאם אדד ריזן און מען איז גאר מחשיב די חברה, מען לייקנט און מען געבט זיי כבוד מלכים, מוז מען גיין די פארקערטע ריכטונג עס צו געבן באלאנס. ער האט געקענט רייטן אויף נעבעכדיגע קינדער און טון וואס ער האט געוואלט און נאך הייסן א שיינע איד אויכעט, אפילו נאכן ווערן אנגעקלאגט, טאקע צוליב די פראבלעמען און נאיווקייט פון די סעסייעטי. אז ער האט געריטן אויפן סעסייעטי, וועט סעסייעטי מוזן רייטן אויף אים. פארפאלן. ריאליטעט און יושר קען טאקע זיין ברוטאל, אבער עס פעלט אויס פאר סערווייוול.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

שמן למאור האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן: i hear your opinion... but let me ask you. would a guy that does therapy for a living (and she wasn't the only girl he was doing therapy with) put his livelihood in japery ? it doesn't make sense...

and since you are so against the Jewish version of חזקת כשרות
let me spell it out in the constitutional version innocent till proven guilty. and the only thing that was proven at that court room was that the "ME TOO" movement has started . and if you wanna take someone down, a sexual allegation will do it wheatear or not its true
ס'איז ממש א שאד איבערצוקייען פאריעריגע שטרוי, און אפווענדן די אלע טאלקינג פוינטס וואס זענען פאבראצירט געווארן צו באשיצן רעיפיסטן. אבער לאמיר דיר דאך ענטפערן, קען זיין אז ביסט פשוט נישט אפ טו דעיט און ביסט געבליבן סטאק מיינענדיג אז די אלע 'סברות' זענען עפעס דעם סוף פסוק.

קודם כל דאס אז א איד זאל טון אן עבירה און בפרט אזא נידריגע עבירה, מאכט סתם אזוי בכלל נישט קיין סענס! אבער דאך געשעט עס ליידער... גיי פארשטיי דעם יצר הרע און וויאזוי תאוות ארבעטן. די משנה זאגט דאך שוין אז תאווה איז איינע פון די זאכן וואס זענען מוציא את האדם מן העולם. יעדער וואס טוט אזעלכע זאכן לייגט -נישט נאר זיין פרנסה, נאר זיין גאנצע לעבן איז א גרויסע ריזיקע, און דאך זענען ליידער דא אזעלכע מענטשן. פאקט.

חזקת כשרות און innocent until proven guilty דארף מען וויסן וויאזוי צו ניצן. אויב איז דא שמועות אויף איינעם אז ער איז יענע פויגל וואלסטו אים גענומען אלס א בעיבי-סיטער? העעעע! חזקת כשרות!!! פארוואס נישט...? חזקת כשרות זאגט מען ווען עס האט נישט מיט דיר... זיי אים דן אויף גוט, למה לא... אבער אויב וועט ארויסקומען פון דעם א שאדן פאר סעסייעטי, דארף מען ניצן שכל. צודען זאגן נישט חז"ל כבדהו וחשדהו? האסט אמאל געהערט פון די גמרא אין קידושין "מלקין על לא טובה השמועה"!!! יא! מען געבט פעטש בלויז פאר א שלעכטע 'קול'! אז ס'איז דא א שלעכטע קול טויג שוין נישט... איי ס'נאכנישט דא עדים??? פיין אבער אונז אלס א סעסייעטי מעגן שוין שלאגן.

פירערס פון א סעסייעטי דארפן זען צו מאכן דאס געזעלשאפט א בעסערע פלאץ און נישט פארקערט, און טאקע דערפאר איז דא דעם איניסענט אנטיל פראוון גילטי, וואס לויטעט אז מען קען נישט שטראפן ביז מען פראווט עפעס. דאס איז אלעס פיין ביי רוב זאכן אין די וועלט, אבער טאקע ווען עס קומט צו אזעלכע זאכן ווי מאלעסטעישן וואס מאכט ממש חרוב 'דורות' ואין פוצה פה, און קיין עדים איז נישטא, ווייל כמובן ווערט עס דווקא געטון בחשאי, מוז מען זיך פארלאזן אויף די וויקטעמס וואס נעמען די קוראדזש צו פארציילן וואס איז געשען מיט זיי.

דאס מיינט נישט אז ווער עס וויל קען קומען פארציילן א מעשה און פארטיג. מען פרעגט אויס, מען אינוועסטיגעיט, און רוב מאל כאפן די אויספארשערס נאך צוויי מינוט אויב איז דער וויקטעם סתם א קאפ דרייער אדער האט אנדערע כוונות. מען כאפט סתירות, מען זעט אז זאכן שטימען נישט וכדומה. צו מיינט עס נישט אז א גאר געשליפן וויקטעם קען אויסטראכטן א מעשה, עס מאכן גאר גוט שטימען, עקטן מורא'דיג גוט, יעדעם פארנארן און אוועקלייגן אן אומשילדיגן מענטש? אוודאי קען עס פאסירן, מיט צוויי עדים קען עס אויך געשען, און אויף דעם וועט די בי"ד של מעלה אויסגלייכן זאכן, אבער דא אויף דעם עולם מוז מען צוגיין צום ענין מיט וואס מען האט, אויב זעט אויס אז די זאך איז אמת, דאן דארף מען זיך באגיין בכל חומר הדין, בעיקר צו פארמיידן אזעלכע זאכן אין די צוקומפט.

די זאגסט אז ער איז געווען די ערשטע וויקטעם פון די מי טו מאוומענט, איך זאג פארקערט. ביז אים זענען 'דיינע' קינדער און אייניקלעך געווען און א געוואלדיגע סכנה, מאלעסטערס האבן זיך ארומגעדרייט מיט די קאפ אין דער הייעך, קיינער גלייבט נישט קיין וויקטעמס, זיי זענען אטאמאטיש טראבלד, ווען איינער האט שוין יא גענומען די קוראדזש צו רעדן, האט די טאטע שנעל געזאגט... זיי שטיל ווייל אויב נישט וועסטו קיינמאל נישט טרעפן קיין שידוך... און ווען איינער האט שוין יא געמאכט גרידער האט די רבי שליט"א און זיינע משורתים געזען צו דעם אז די מעשה זאל שנעל שטיל ווערן, א רעיפיסט האט ממש נישט געהאט וואס מורא צו האבן... און קינדער זענען געווען און א געוואלדיגע סכנה.

עד שבא די פרשה, און די נידריגע חברה האבן געכאפט א גרויסן פראסק, יא! ס'שוין נישט די אלטע צייטן, ס'איז דא געזעץ! מען קען איינעם אריינשיקן אין חד גדיא פארן לעבן!!! ס'דא געוויסע וואס האבן נישט מורא פאר אזוי געריפענע 'מסירה', ס'שוין מער נישט קיין הפקר וועלט!!! לדעתי האט דעם פסק פונעם ריכטער געמאכט גאר אסאך חברה האלטן די זיפער פארמאכט, עס ראטעוועט לעבנס פון 'דיינע' קינדער און אייניקלעך עז ווי ספיעק. ס'איז קלאר אז די זאך ווערט בעסער פון טאג צו טאג, און מיר אלע פארדינען פון דעם. סתם צו זיכן מיט אלע דריידלעך און סברות צו באשיצן די שמיציגע חברה טראגט אונז נאר צירוק צו א פלאץ וואס מיר ווילן נישט צוריקגיין אהין.
it is mindboggling to me how you take it as simple as you do...
Happens to be i know Boory from when he was a kid, and heard enough of the so called victim so i would take Nechamya's word any day of the week over what any of these 2 would say

now to the point if i would take him as a babysitter to my kids, most likely not. but i wouldn't take you or anyone else i don't know for that.

yes the rule is innocent till proven guilty both legally and torahdig. i don't see why i would accept anything that came out of this mock court after the judge and the juries came in with a made up mindset
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

אייגענארטיג האט געשריבן:it is mindboggling to me how you take it as simple as you do...
Happens to be i know Boory from when he was a kid, and heard enough of the so called victim so i would take Nechamya's word any day of the week over what any of these 2 would say
פארוואס? דו קענסט זיי אלס ליגענערס און שלעכטע מענטשן וואס וואלטן איינגעזצט א מענטש על לא עול בכפו?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אייגענארטיג האט געשריבן:

ס'איז כמעט נישטא אזא מציאות אז איינער זאל ארויסקומען מיט אזא גרויזאמע באשולדיגונג, און שטיין דערביי דורך אויספארשונגען, פרעשור פון אדוואקאטן און די גאנצע יוסטוס סיסטעם, זיך שטעלן פאר א ריכטער עדות זאגן, אפזאגן ריזיגע סומעס לא יחרץ געלט, אויסשטיין די גרעסטע מאס טעראר, און שטיין דערביי ביז יענער באקומט א שווערער תפיסה אורטייל, און אלעס איז בלויז אן אנשטעל פון א בלבול וועגן עפעס זייטיגע אינטערעס, כמעט וואס ס'איז נישטא אזא מציאות. עס נעמט געווענליך אינטער צען מינוט פאר א טראנירטע פסיכעלאג צו זען אויב דער וויקטעם דרייט סתם א קאפ אדער האט זי טיפע ווייטאגליכע איינגעבאקענע טראומא וואס באגלייט איר נאך פון די שוידערליכע מעשה וואס זי איז נעבעך אריבער.

יא, פאר איינער וואס דרייט זיך נאר אין ראדני והגלילות און ליינט נאר דער איד, קען מען דרייען א קאפ אז א איד מיט א בארד איז דאך מער באגלייבט ווי איינער וואס איז אפגעפארן, און פארשטייט זיך אז מען "הערט זיך אן" אויפן וויקטעם... מען קען ספינען אז די גאנצע קאורט סיסטעם איז דאך נאר געגרינדעט געווארן צו פייניגען אומשילדע אידן פונקט ווי די אמאליגע פריצים אין אייראפע. אבער אז מען ליינט א טראפעלע וויאזוי סעקשואל אביוז טוט אפעקטירן א מענטש פארן גאנצן לעבן, און וויאזוי די מהלך פון אויספארשונגען גייען צו, מען טוט נאר א ביסל אין דעם ענין פארשטייט מען אז די סארט נאראטיוו איז לעכערליך ביז גאר.

צו מיינט עס אז 'עס קען נישט זיין' אז איינער זאל אויסטראכטן א מעשה? זיכער אז יא, און רוב מאל כאפט מען עס זייער שנעל. אז יענער איז נאר דא פאר זייטיגע סיבות נעמט יענער געווענליך זייער שנעל אפאר מיליאן דאלער, ובפרט נאך שווערע פרעשור און טעראר, ווי איידער אריינשליידערן יענעם אין תפיסה, וואס מען האט דאך נישט קיין שום ניצן פון דעם, סיידן אויב מען וויל באמת קלאודזשער אויף די טראומא.

יא. עס נעמט אזא איינער ווי דייטש זאל זיך ארויסשטעלן און זיין גרייט צו פייטן. רוב 'נארמאלע' וויקטעמס מאכן נאך די אייגענע טאטע מאמע נעבעך שטיל פאר מען קען עפענען דאס מויל. ווער רעדט נאך ווען מען וויל עס טראגן ווייטער, וויפיל פרעשור און טעראר מען דארף נעבעך אריבערגיין, און דאס איז שוין נאך וואס מען האט נישט קיין טאג און קיין נאכט צוליב די געפערליכע טראומא וואס באגלייט שוין אזוי אויך זייט די מעלעסטעישן. איך האב געקענט א ברודער פון בארי דייטש, א טייערער איידעלע נשמה, ממש א צדיק וואס האט נישט געטשעפעט קיין פליג, ער איז אבער געווען גאר אן אלטער בחור ווייל קיינער האט אים נישט געוואלט אנקוקן, ווארום ער איז דאך א ברודער פונעם 'אזוי געריפנעם' מסור...

יעדער ווייסט אז ס'האט זיך געטון א געפערליכע מצב פון מאלעסטעישן פאר יארן לאנג, קינדער זענען נעבעך גערעיפט געווארן אויף די ארגסטע אופנים, רוב קינדער האבן אפילו נישט געעפנט דאס מויל, זיי האבן זיך געשעמט און געמיינט אז מען וועט זיי נעבעך באשולדיגן -כאילו זיי זענען עפעס שילדיג. כמעט אלעמאל סטראשעט נאך דער נידריגע באנדיט מיטן לעבן אויב וועט ער רעדן, אזוי זענען די מעשיות אנגעגאנגען אן קיין סוף. ווען איינער האט שוין יא גענומען די דרייסטקייט און פארציילט פאר די עלטערן, האבן זיי גלייך געזאגט, פארמאך דיין מויל אויב ווילסטו נאך קענען אמאל טון א שידוך. אזוי זענען קינדער נעבעך אפגעפארן אין די מאסן פונעם אידישן וועג רח"ל, און אז זיי האבן נאכן אנקומען אין די אפענע וועלט איינגעזען וואס מען האט געטון מיט זיי און זיי האבן געוואלט עפענען דאס מויל, זענען זיי דאך גלייך נישט באגלייבט, ווייל ווער גלייבט אן אפגעפארענע קינד מיט אישוס קעגן א חשובע פערזענליכקייט?

אזא מאדנע ספאקטאקל... קינדער ווערן נעבעך פארוואגלט אין די מאסן... אבער ס'נישטא קיין רעיפיסטן... נישטא קיין מאלעסטארס... בלויז אפאר קרבן ציבור'ס וואס די גרויזאמע שונאי ישראל זיכן סתם איינצוזעצן אין תפיסה על לא עוול בכפם... (אינטערסאנט טאקע אז נישט אלעמאל געלאנגט עס פאר די שונאי ישראל). וועבערמאן איז סתם געזעצן מיט מיידלעך מיט פארשפארטע טירן באיסור ייחוד, מיידלעך זענען נאך שטארקע דרייסטקייט געקומען פארציילן זייער מעשה, די וויקטעם אטעמט אפ נאך ער באקומט איבער 100 יאר תפיסה!... אבער ס'איז אלעס דמיונות...

אז דו מיינסט באמת פשוט יושר, דו ווילסט פשוט גיין מיטן איניסענט אנטיל פראוון גילטי, דו האלסט טאקע פונעם חזקת כשרות, עס ארט דיר אז מען זעצט מעגליך איין אן אומשילדיגע מענטש, דאן טוה זיך א טראפעלע אריין וויאזוי דעם פראצודור גייט צו, און פארוואס מען גלייבט געווענליך א וויקטעם. פרעג דיך אביסל נאך ביי דעם ספיציפישע פרשה פון די וואס זענען באמת קרוב על החלל און האבן נישט קיין אינטערערסן, און אז מען רעדט שוין, כאפ נאר א בליק אויף זיין טיילווייזע בקשת מחילה און הודאה. עס זעט מיר ענדערש אויס אז דו ניצט דעם פראז פון חזקת כשרות אלס אן אויסרייד קיינמאל נישט צו טרעפן קיין פרעדעטארן. א ווידיאו קען מען אויך פעלשן, און עדים קען מען אויך אינטערקויפן, אלעמאל קען מען ספינען אויב וויל מען, און אויף דעם האט מען א מהלך וויאזוי מען באגייט זיך מיט אזעלכע זאכן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

שמן למאור האט געשריבן:נישט ריכטיג, א גרויסע עיקר פון געבן א שטראף איז למען ישמעו ויראו ולא יזודין עוד. עס קומט אפצושרעקן און מאכן אויפמערקזאם אז אזעלכע זאכן זאלן זיך נישט איבערשפילן, אנדערע זאלן ציטערן צו טון ענליכס. אז אונזער סעסייעטי איז אבער קרום פאר סאם אדד ריזן און מען איז גאר מחשיב די חברה, מען לייקנט און מען געבט זיי כבוד מלכים, מוז מען גיין די פארקערטע ריכטונג עס צו געבן באלאנס. ער האט געקענט רייטן אויף נעבעכדיגע קינדער און טון וואס ער האט געוואלט און נאך הייסן א שיינע איד אויכעט, אפילו נאכן ווערן אנגעקלאגט, טאקע צוליב די פראבלעמען און נאיווקייט פון די סעסייעטי. אז ער האט געריטן אויפן סעסייעטי, וועט סעסייעטי מוזן רייטן אויף אים. פארפאלן. ריאליטעט און יושר קען טאקע זיין ברוטאל, אבער עס פעלט אויס פאר סערווייוול.
איך בין נישט זיכער אז דו ביסט גערעכט. אפילו דו ציל פון א שטראף איז אז אנדערע זאלן נישט טוהן, איז אבער איינע פון די כללים פון דזשאסטיס נאר צו שטראפן אויף זיינע עוולות אפגעזעהן פון וואס אנדערע טוען. (איך זאג נישט אז דאס איז דא די קעיס, נאר צום עצם געדאנק)
און בכלל, אויב זיצט ער פאר די סאסייעטי, מיינט דאך עס אין אנדערע ווערטער אז די סאסייעטי זיצט. איז נישט מער ווי נארמאל אז אונזער סאסייעטי זאל טוהן וואס זיי קענען אים ארויסצונעמען אפגעזעהן אויב ער איז שולדיג אדער נישט
(איך געדענק טאקע הערן דעמאלטס אז עס איז געווען א נארישקייט מצד די סאסייעטי זיך אומצוגיין מיט די קעיס ווי א קעיס אויף די סאסייעטי, און דאס האט געמאכט די קאורט אויך עס אזוי באטראכטן)
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך שערי יושר »

שמן די זאגסט זייער שיינע טענות, אבער ס'קען נישט זיין אמת ווייל זי איז א אפגעפארענע
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך שערי יושר »

ער גייט אנגעטון מיט א שטאפען היט און זי גייט מיט הויזען. End of discussion
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

איך האב נישט דורכגעליינט אלע צדדים וואס זענען דא אויסגעשמיסט געווארן, קען זיין אז וואס איך גיי שרייבן איז שוין געשריבן געווארן. אלפאנס, איך קען פארשטיין אז איינער וואס האט געטון אן עולה זאל פארדינען מחילה אויב איז ער געווארן א בעסערער מענטש און איז נישט מער קיין סכנה צו די מענטשהייט, אבער נחמיה וועבערמאן איז נישט די איינציגסטע וואס דארף בעטן מחילה כדי צו לייגן די קעיס שלאפן. די אלע וואס האבן אים געשטיצט, די סיסטעם וואס האט זיך אנגענומען פאר אים דארפן פינקט אזוי בעטן מחילה פאר ער גייט פריי. די פאקט איז אז וויקטימ'ס האבן היינט פינקט אזוי מורא ארויסצוקומען מיט זייערער דורכגענג, ווי בשעת נחמיה וועבערמאן'ס געריכט. גארנישט האט זיך נישט געטוישט, און ווילאנג וויקטימ'ס האבן נאך מורא איז נישט דא קיין מחילה. נישט קיין מחילה פון די ספעסיפישע וויקטים, און נישט קיין מחילה פון די פשוט'ע עמך אידן וועלכע זענען אינטערגעווארפן די יאך פון די סיסטעם פירערס. נישט דא קיין מחילה, אויב מען קען בדחילו וברחימו, רעיפן א בתילה!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

סקעפטיקער האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:נישט ריכטיג, א גרויסע עיקר פון געבן א שטראף איז למען ישמעו ויראו ולא יזודין עוד. עס קומט אפצושרעקן און מאכן אויפמערקזאם אז אזעלכע זאכן זאלן זיך נישט איבערשפילן, אנדערע זאלן ציטערן צו טון ענליכס. אז אונזער סעסייעטי איז אבער קרום פאר סאם אדד ריזן און מען איז גאר מחשיב די חברה, מען לייקנט און מען געבט זיי כבוד מלכים, מוז מען גיין די פארקערטע ריכטונג עס צו געבן באלאנס. ער האט געקענט רייטן אויף נעבעכדיגע קינדער און טון וואס ער האט געוואלט און נאך הייסן א שיינע איד אויכעט, אפילו נאכן ווערן אנגעקלאגט, טאקע צוליב די פראבלעמען און נאיווקייט פון די סעסייעטי. אז ער האט געריטן אויפן סעסייעטי, וועט סעסייעטי מוזן רייטן אויף אים. פארפאלן. ריאליטעט און יושר קען טאקע זיין ברוטאל, אבער עס פעלט אויס פאר סערווייוול.
איך בין נישט זיכער אז דו ביסט גערעכט. אפילו דו ציל פון א שטראף איז אז אנדערע זאלן נישט טוהן, איז אבער איינע פון די כללים פון דזשאסטיס נאר צו שטראפן אויף זיינע עוולות אפגעזעהן פון וואס אנדערע טוען. (איך זאג נישט אז דאס איז דא די קעיס, נאר צום עצם געדאנק)
און בכלל, אויב זיצט ער פאר די סאסייעטי, מיינט דאך עס אין אנדערע ווערטער אז די סאסייעטי זיצט. איז נישט מער ווי נארמאל אז אונזער סאסייעטי זאל טוהן וואס זיי קענען אים ארויסצונעמען אפגעזעהן אויב ער איז שולדיג אדער נישט
(איך געדענק טאקע הערן דעמאלטס אז עס איז געווען א נארישקייט מצד די סאסייעטי זיך אומצוגיין מיט די קעיס ווי א קעיס אויף די סאסייעטי, און דאס האט געמאכט די קאורט אויך עס אזוי באטראכטן)
אין די כללים פון יוסטוס איז טאקע אז מען זאל נישט העכערן די שטראף צוליב זייטיג סיבות. מען קען נישט זאגן, דיין טאטע איז שוין געווען א באנדיט, יעצט וועסטו באקומען א הארבערע שטראף, דאס איז נישט קיין יושר, וואס האט ער מיטן טאטע? אבער ווי אויבן מסביר געווען איז די חלק פון סעסייעטי יא א חלק פון די עוולה דא, קען מען עס יא אנקוקן אויף דעם וועג.

ס'איז זיכער דא אזא מהלך אין יוסטוס אז היות די גאנצע סעסייעטי איז געבויגן, מוז מען נעמען ערנסטערע שריט וואס מען נעמט נישט געווענליך. די גרעסטע בעל רחמן און בעל יושר דער באשעפער האט אויך געברענגט א מבול ווען סעסייעטי איז געווען פארקרימט, א זאך וואס איז אויסערארנטליך.

לאמיך זיין קלאר. ער זיצט נישט פארן וואוילן סעסייעטי, ער זיצט פאר די אמאליגע און פיוטשער רעפיסטן. די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי פארקרימט קומט פון זייער א ריינע פלאץ, רוב כלל ישראל איז פיין און קען ניטאמאל באגרייפן אז א איד מיט פיאות זאל זיך קענען אזוי נידריג אראפלאזן און טון אזעלכע זאכן. אסאך נאאיווע אידן ווייסן ניטאמאל פון אזא זאך צו זאגן, טייל מאל ווערן זיי געוואויר ווען ס'איז שוין צו שפעט ליידער. אטאמאטיש קענען די פרעדעטארן גרינגען זיך צופירן די הענט, און אז מען כאפט זיי יא, און כלל ישראל הערט אז מען גייט איינזעצן א איד, איז די ערשטע אינסטינקט זיך אנצונעמען, עס מוז זיין א בולבל. בפרט אז די מנהגים און צייטונגען שטיפן די סארט נאראטיוו.

ער זיצט נישט פאר די ריינע אפגעהיטענע סעסייעטי, זיי זענען נעבעך גארנישט שילדיג. אויב עפעס זיצט ער פאר די קצה המחנה פרעדעטארן, און פאר די פירערס וואס ווייסן יא וואס גייט פאר און וועלן אויס צו מאכן א שווייג ווייל דאס וועט לפי דעתם שאפן די ווייניגסטע בזיונות פאר כלל ישראל ווען און ווארהייט איז עס ליידער פארקערט.
אנדערש ווי דו שרייבסט, אויב איז עס אמת דארף סעסייעטי ארבעטן אז ער זאלן דווקא יא ווייטער זיצן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שערי יושר האט געשריבן:שמן די זאגסט זייער שיינע טענות, אבער ס'קען נישט זיין אמת ווייל זי איז א אפגעפארענע
שערי יושר האט געשריבן:ער גייט אנגעטון מיט א שטאפען היט און זי גייט מיט הויזען. End of discussion
ס'איז ליידער נישט קיין וויץ, אסאך היימישע קוקן עס אן אזוי. עס פאלט זיי נישט איין אז ווען נישט מען אביוזט דעם אומשילדיג קינד, און נאך א חשובע ארויפגעקוקטע פערזענליכקייט אין די קאמיוניטי, וואלט די מיידל מעגליך געווען פרום און אויפגעשטעלט א שיינע חסידישע משפחה.

וואס דארף זי נעבעך טראכטן אויף חסידישע אידן אדער אידישקייט בכלל, ווען נאך אלעס וואס זי איז אריבער און זי זיכט אביסעלע דזשאסטיס, נעמט זיך גאנץ סאטמאר אן פאר איר רעיפיסט. און זי דארף אויסשטיין די ארגסטע סארט טעראר און רדיפות...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך טמיר »

סקעפטיקער האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:it is mindboggling to me how you take it as simple as you do...
Happens to be i know Boory from when he was a kid, and heard enough of the so called victim so i would take Nechamya's word any day of the week over what any of these 2 would say
פארוואס? דו קענסט זיי אלס ליגענערס און שלעכטע מענטשן וואס וואלטן איינגעזצט א מענטש על לא עול בכפו?
יאפ! איך קען בערי פון אלץ קינד. א באשמוץ נישט פערזענליך קינד געווען (אין מידות). מוז נישט זיין זיין שולד, קען זיין ער האט געווען א שווערע יוגנט, אבער דאס איז די מציאות.

און זי, הגם איך קען איר נישט, אבער ווי עס שיינט איז זי געווען א גרויסע טראבעל מעקער נאך פאר זי האט זיך געטראפן מיט נחמיה.

איך זעה נישט פארוואס מען זאל לייגן געוויכט אויף די צוויי ליידאקעס. און מען דארף פארשטיין אז איר מאמע האט שוין געהאט עפעס א חשבון מיט נחמיה איך געדענק נישט פונקט וואס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך טמיר »

די פריערדיגע תגובה איז אביסל שלא מן הענין, אבער עס זעהט אויס ווי יעדער נעמט דא אהן מיט א פשטות אז ער איז טאקע שולדיג.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

שליחה דורך מן הסתם »

טמיר האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:it is mindboggling to me how you take it as simple as you do...
Happens to be i know Boory from when he was a kid, and heard enough of the so called victim so i would take Nechamya's word any day of the week over what any of these 2 would say
פארוואס? דו קענסט זיי אלס ליגענערס און שלעכטע מענטשן וואס וואלטן איינגעזצט א מענטש על לא עול בכפו?
יאפ! איך קען בערי פון אלץ קינד. א צופראסקעט און גרויליג קינד געווען (אין מידות). מוז נישט זיין זיין שולד, קען זיין ער האט געווען א שווערע יוגנט, אבער דאס איז די מציאות.

און זי, הגם איך קען איר נישט, אבער ווי עס שיינט איז זי געווען א גרויסע טראבעל מעקער נאך פאר זי האט זיך געטראפן מיט נחמיה.

איך זעה נישט פארוואס מען זאל לייגן געוויכט אויף די צוויי ליידאקעס. און מען דארף פארשטיין אז איר מאמע האט שוין געהאט עפעס א חשבון מיט נחמיה איך געדענק נישט פונקט וואס
אלע זענען דא פארנומען איבער די טעראר וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף קרויס און דייטש.

ווי ווייט איך געדענק איז דעמאלץ געווען באקאנט אז ס'דא א עדות שא...אן וואס איז געווען א נאנטע פרענד מיט די אנקלעגער, ער האט פארקויפט אז זי האט עם קלאר און דייטליך פארציילט אז זי האט עס קלאר פאבריצירט וכו '. כגעדענק נישט די גענויע דעטאלן, אדרבא אויב איינער ווייסט זאל ביטע פארציילן, עפעס געדענק איך איז געגאנגען די מעשה וואס מהאט בשעתו געשמועסט אז די שופט האט עם נישט געלאזט עדות זאגן אין קאורט און מ'האט עם דאן געסטראשעט. אויב יענע מעשה וואס מ'האט געהאט געשמועסט איז אמת, דאן איז דאס א שרעקליכע עוולה וואס מהאט געטון מיטן חסיד המרומם...
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

אפשר שמועס אויס אביסל מער, א קינד קען אסאך מאל זיין צופראסקעט, ס'מיינט נישט גארנישט, איז ער געבליבן אזוי אויך אלס בחור און אפילו ווען ער איז עלטער געווארן? איז ער געבליבן אזוי מתחילתו ועד סופו? איינער וואס איז אביסל ווילד מיינט נאכנישט אז ער וועט זיכן אריינצושליידערן אן אומשילדיגע מענטש אין תפיסה פאר 103 יאר, עס קען סך הכול מיינען אז היות ער איז געווען ווילד האט ער אנדערש ווי רוב מענטשן נישט געבליבן שטיל נאר גענומען די קוראדזש ארויסצוקומען און גיין און קאורט (אנדערע זענען דאך ארויסגעקומען און שנעל פארשטילט געווארן). צו אריינווארפן א אומשילדיגע מענטש אין תפיסה דארף מען נישט נאר זיין סתם צופראסקעט, גרויליג, טראבל מעיקער אדער א ליידאק, און מען טוט עס נישט אויב מען האט בלויז עפעס א חשבון, מען דארף זיין אן אויסטערלישע רשע און אכזר צו טון אזאנס.
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

מן הסתם האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:it is mindboggling to me how you take it as simple as you do...
Happens to be i know Boory from when he was a kid, and heard enough of the so called victim so i would take Nechamya's word any day of the week over what any of these 2 would say
פארוואס? דו קענסט זיי אלס ליגענערס און שלעכטע מענטשן וואס וואלטן איינגעזצט א מענטש על לא עול בכפו?
יאפ! איך קען בערי פון אלץ קינד. א צופראסקעט און גרויליג קינד געווען (אין מידות). מוז נישט זיין זיין שולד, קען זיין ער האט געווען א שווערע יוגנט, אבער דאס איז די מציאות.

און זי, הגם איך קען איר נישט, אבער ווי עס שיינט איז זי געווען א גרויסע טראבעל מעקער נאך פאר זי האט זיך געטראפן מיט נחמיה.

איך זעה נישט פארוואס מען זאל לייגן געוויכט אויף די צוויי ליידאקעס. און מען דארף פארשטיין אז איר מאמע האט שוין געהאט עפעס א חשבון מיט נחמיה איך געדענק נישט פונקט וואס
אלע זענען דא פארנומען איבער די טעראר וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף קרויס און דייטש.

ווי ווייט איך געדענק איז דעמאלץ געווען באקאנט אז ס'דא א עדות שא...אן וואס איז געווען א נאנטע פרענד מיט די אנקלעגער, ער האט פארקויפט אז זי האט עם קלאר און דייטליך פארציילט אז זי האט עס קלאר פאבריצירט וכו '. כגעדענק נישט די גענויע דעטאלן, אדרבא אויב איינער ווייסט זאל ביטע פארציילן, עפעס געדענק איך איז געגאנגען די מעשה וואס מהאט בשעתו געשמועסט אז די שופט האט עם נישט געלאזט עדות זאגן אין קאורט און מ'האט עם דאן געסטראשעט. אויב יענע מעשה וואס מ'האט געהאט געשמועסט איז אמת, דאן איז דאס א שרעקליכע עוולה וואס מהאט געטון מיטן חסיד המרומם...
אויב איז דאס אמת איז עס טאקע א גרויסע עוולה, די שאלה איז ווי אמת דאס איז און צו איז דאס נאר א אויסגעבאקענע מעשה וואס איז פאבראצירט געווארן צו דעפענדן וועבערמאן. אדרבה, ווער איז דאס דער חבר'טע, פארוואס הערט מען נישט פון אים? זאל די סאטמארע פראפאגאנדע מאשין אים אפירזיכן און נעמען זיין עדות אויף קעמערא און עס ארויסשטעלן פארן פאבליק.

לויט ווי איך האב דאן געהערט, איז זי געווען אין א רילעישנשיפ מיט איינעם שאלאמאן, און וועבערמאן האט עס אפגעטיילט זה עס דא באשריבן.. די סאטמארע טענה איז געווען אז די באשולדיגונג האט זי אויסגעטראכט נקמה צו נעמען אין וועבערמאן פארן אויפברעכן די רילעישנשיפ. עס לייגט זיך אבער זייער שווער אויפן שכל אז דאס איז געווען די מעשה. קודם כל איז זייער שווער פאר א מיידל צו מאכן אזא ליגנט אויף זיך און זיך פארשעמען פאר די גאנצע שטאט אלס א סעקשואל אביוז קרבן, ועוד, אויב איז דאס די גאנצע זאך דאן וואלט זי גענומען די שווערע מיליאנען וואס מען האט איר געאפערט, און נישט געזיכט אים סתם אריינצולייגן אין תפיסה, און בכלל וואלט די יעצטיגע אפילו פארווע בקשת מחילה פון וועבערמאן נישט געמאכט קיין סענס, די לשון שטימט נישט געהעריג לפי זה. עס זעט מער אויס ווי א בקשת מחילה אויף סעקשועל אביוז ווי סתם אויפברעכן א רילעישנשיפ. און אויך, פארוואס זאל דייטש, איר נייע בויפרענד זיך שלאגן מיט ציין און נעגל פאר דעם וואס וועבערמאן האט איר אויפגעבראכן פון איר פאריגע רילעישנשיפ? ער האט נאר פארדינט פון דעם... (ווען נישט ער זעט אז זי ליידט ממש טאג טעגליך פון איר סעקשואל אביוז וואס זי איז אריבער, פארוואס זאל ער זיך שלאגן און אריינשליידערן א מענטש אין תפיסה מיט אזא ברוטאלקייט בלויז פאר אן אויפגעטראכטע נאראטיוו? אהה זי האט אים אויך פארנארט? קאם אן...) הקיצור... עס הערט זיך מער ווי א סאטמארע ספין ווי אמת.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

אינטערעסאנט ווי גאנץ וויליאמסבורג האט זיך צוגעזאגט אז די שידוך וועט זיך נישט צו לאנג האלטן, אבער עס איז שוין דורך צען יאר און זיי לעבן און לאכן צוזאמען.

פון די אנדערע זייט האט מען אויף קאווע שטיבל צוגעזאגט אז עס קומט נייע צייטן, מען גייט אנהייבן איינצוזעצן מאלעסטערס, אבער למעשה מיין איך זענען די לעצטע פאר יאר געווען נאך ווייניגער ארעסטן ווי פאר דעם.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

מן הסתם האט געשריבן: ווי ווייט איך געדענק איז דעמאלץ געווען באקאנט אז ס'דא א עדות שא...אן וואס איז געווען א נאנטע פרענד מיט די אנקלעגער, ער האט פארקויפט אז זי האט עם קלאר און דייטליך פארציילט אז זי האט עס קלאר פאבריצירט וכו '. כגעדענק נישט די גענויע דעטאלן, אדרבא אויב איינער ווייסט זאל ביטע פארציילן, עפעס געדענק איך איז געגאנגען די מעשה וואס מהאט בשעתו געשמועסט אז די שופט האט עם נישט געלאזט עדות זאגן אין קאורט און מ'האט עם דאן געסטראשעט. אויב יענע מעשה וואס מ'האט געהאט געשמועסט איז אמת, דאן איז דאס א שרעקליכע עוולה וואס מהאט געטון מיטן חסיד המרומם...
דו ווייסט נישט קיין דעטאלן און דו גלייבסט עס נאך? פארוואס ווערט דאס נישט דערמאנט אין די אפיעל? אפשר מאכסטו א מישמאש מיט וואס דער שופט האט נישט געלאזט אויפשפילן די טעיפ צווישן איר און שאלאמאן, און דאכט זיך מיר אויך נישט געלאזט צו סאך רעדן דערפון
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אונטער חכם האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי גאנץ וויליאמסבורג האט זיך צוגעזאגט אז די שידוך וועט זיך נישט צו לאנג האלטן, אבער עס איז שוין דורך צען יאר און זיי לעבן און לאכן צוזאמען.

פון די אנדערע זייט האט מען אויף קאווע שטיבל צוגעזאגט אז עס קומט נייע צייטן, מען גייט אנהייבן איינצוזעצן מאלעסטערס, אבער למעשה מיין איך זענען די לעצטע פאר יאר געווען נאך ווייניגער ארעסטן ווי פארדעם.
ארעסטן איז טאקע לאו דווקא געווען מער, אבער איך מיין אז עס איז פארגעקומען אסאך פארבעסערונגען בכלליות. די נידריגע עלעמענטן ציטערן אנצוקומען בשכינות פון וועבערמאן, זיי האלטן מער די הענט ביי זיך. אזוי אויך איז דא אסאך מער אווערנעס איבער די נושא, אמאל האט מען ניטאמאל געקענט רעדן וועגן דעם, היינט ווארענען שוין אסאך אן די קינדער בפה מלא, א פעטענציאלע פרעדעטאר ווייסט נישט צו ער הייבט זיך אן מיט א תמימות'דיגע אומוויסנד קינד, אדער ער גייט זיך אנהייבן מיט א צוגעגרייט קינד וואס וועט מאכן קולות און אים מסרס זיין די ביצים. אזוי אויך איז שוין מער באוויסט די פסק פון ר' אלישיב אז גיין צו די פאליציי פאר א מאלעסטער הייסט נישט מסירה, ס'איז שוין ב"ה אנאנדערע וועלט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מן הסתם און שלימה משנתו: מ'דארף דא קלארשטעלן עטליכע פאקטן. ערשטנס, דער דזשאדזש האט נישט געלאזט אז וועבערמאנ'ס לאיערס זאלן אויפברענגען דעם פאקט אז ער האט צושטערט איהר רילעישנשיפ מיט איר (ערשטן) בויפרענד, וואס וואלט געקענט זיין א מעגליכע מאטיוו פאר איהר אויסצוטראכטן אזא אומגלויבליכע מעשה. אויך, קיין שום אנדערע מעגליכע עווידענס וואס איז אפילו געווען א ביסל לטובת נחמיה'ס קעיס האט דער דזשאדזש נישט אריינגעלאזט אין קאורט. צווייטנס, די דזשורי איז געווען אזוי שטארק אנגעהיצט צו ברענגען א גילטי ווערדיקט, צי וועגן דעם גרויסן טומל אין די מידיא אדער ווייל זיי זענען רובם ככולם שווארצע און היספאנישע אנטיסעמיטן. זיי זענען געווען אזוי שטארק צוהיצט (שנאה מקלקלת את השורה) אז אויף די מינוט ווי זיי זענען אריינגעקומען אין קאורט זאל האבן זיי שוין אויסגעשריגן בקול רם גילטי,גילטי,גילטי אן אלל טשארדזשעס, נאך פאר דער דזשאדזש האט זיי אפילו געפרעגט, כנהוג בעולם אז דער דזשאדזש רעדט צוערשט, און פרעגט ביי די דזשורי אויב זיי האבן שוין א ווערדיקט...! און בכלל, די דיטעילס וואס די קרויס מיידל האט פארציילט אז נחמיה האט געטון צו איהר מאכט בכלל נישט קיין סענס, ס'איז א פראדוקט פון א רייכע פאנטעזיע. ועל כולם, אויב, ווי זייער צד טענה'ט, אז ס'זענען דא נאך באשולדיגערינס, מיידלעך וועמען נחמיה האט אביוז'ט, פארוואס הערט מען נישט פון זיי? פארוואס זענען זיי נישט געקומען עדות זאגן אין קאורט? ווער האט זיי צוריקגעהאלטן...?! אלא מאי, אז מ'האט גענימען א מענטש (כ'גיי נישט אריין אין זייטיגע חשבונות) און מ'האט איהם פאר'משפ'ט און געשיקט אין תפיסה פאר איבער 100 יאר, און ס'איז נישט דא קיין שום עכטע עווידענס אז ער האט געטון וואס זיי באשולדיגן איהם...!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אהה, זיידי איז דא. נעע, נישטא אזא זאך ווי מאלעסטערס אויפן וועלט... סתם אויסגעטראכטע פאנטאזיעס.

נעע ס'מאכט נישט קיין סענס וואס זי האט פארציילט... עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל אז א איד מיט בארד אין פיאות זאל טון עפעס אזא סארט זאך... נעעע, וואו זענען די אנדערע מיידלעך??? ווער האלט זיי צוריק? מיר ווארטן זיי אלע מקבל פנים צו זיין מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס....

זיידניו, עס וואלט געווען ראטזאם אז דו גייסט צוריק און דו ליינסט אביסל ווי כ'האב שוין מקדים געווען רפואה למכה און אפגעפרעגט דיינע טענות נאך פאר דו האסט זיי געפרעגט. טוה דיר אן די ליין ברילן און נעם דיר צו די עבודה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט