איך ווייס נישט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

איך ווייס נישט

שליחה דורך דיכטער »

יא, איך ווייס נישט, אזוי ווי איר הערט. איך בין אומוויסנד, איגנאראנט. איך האב קיין אהנונג.

עס הערט זיך ווי עפעס א פראסטע דעקלעראציע וואס טראגט נישט קיין געוויכט, גענצליך אומנויטיג. וועמען פרובירט איר איבערצייגן אייערע אומוויסנשאפט און ווער איז דער וואס האט פון אנפאנג געמיינט אז דו ווייסט יא?
דער ענטפער דערויף איז אז איך רעד פון מיך צו מיך. איך בין דער אביעקטיוו און דער סוביעקטיוו אינעם זעלבן זאץ.

געמיינט האב איך אז איך ווייס, איך האב פארשטאנד. דאן בין איך עלטער געווארן האב איך איינגעזען אז דאס איז בלויז אן אילוזיע, איך ווייס נאך נישט אלעס. איך האב נאך פיל פיל צו לערנען אבער דאך האב איך מיך געלאזט איינרעדן אז עס איז נאנט, נישט שווער. א קליינע שטרעק-אויס דעם ארעם און איך האב עס עררייכט.

ווי אנטוישט בין איך אבער געווארן ווען איך האב איינגעזען אז ניין, זיך לערנען, זאמלען און שארן קומט מיט פיל פלאג און שווערע ארבעט. עס איז ווייט פון מיר, גאר ווייט פון מיר, א לאנגע וועג שיידט אפ צווישן איהם מיט מיך. אבער דאך האב איך זיך געהאלטן ביי מיינס אז איך האב עס, איך קען עס באווייזן, עטוואס שוויצן, אביסעלע מוטשען און דאן איז עס אין מיין באזיץ.

דאן בין איך ביטערליך איבערראשט געווארן. ווי פיל איך שוויץ, זאמעל און הויפן זיך אן, זע איך נאכאלס נישט דער מינדעסטע צייכן פון אן עק. פארקערט גאר, וויפיל איך יאג אן, זע איך מער איין אז איך האב נאך גארנישט אנגעהויבן, מיט יעדער טריט וואס איך גיי, זע איך איין אז דער וועג איז לענגער מיט נאך צוויי. איך גראָב, אקער און שאר אבער טרעף זיך אן מיט נייע און פרישע מיט יעדער בייג וואס איך געב מיין האנט.

עס אנטפלעקן זיך פאר מיינע אויגן נייע ימ'ן און אקעאנען וועלכע שפרייטן זיך אויס ביזן ווייטן האריזאנט. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז נאך פארהאן פלאץ פאר זיי אויף דעם וועלט צו עקזיסטירן. איך קוק אן די שטורעמישע וואסער, באטראכט זיי פאר א וויילע און א ווערימל פון ייאוש הייבט מיך אן פארדייען אין מיינע געדערים. ווי הייב איך אן? איך שטיי דארט מיט מיין קליינע, נישטיגע גלעזל אין דער האנט און איך קוק פונעם גלעזל צום ריזיגן אקעאן און צוריק, וויאזוי? וואס זאל זיין מיין ערשטע שריט? צו דען לוינט זיך אנצוהייבן בכלל? צו דען וועט זיך באצאלן מיין הארעוואניע?

מוטלאז און אומזיכער נעם איך זיך צאם די ביסל כוחות וואס זענען מיר פארבליבן און מיט א פרישקייט הייבט מען ווידער אן. פון אנפאנג איז עס ביטער שווער, עס וויל זיך, נישט איינמאל אויפגעבן, אראפשליידערן דאס געצייג און זיך צוריקקערן צום לעכל אבער איך שטרענג זיך אן, ארבעט זיך איבער, מיט די הילף פון דער האפענונג וואס זינגט זיך אונטער, מיט די שטיצע פון דער שטרעבונג וואס לאזט זיך ארויס אין א געטענץ, נאך אביסל און דער ארבעט צאלט זיך אויס, מיין שווערע פלאג וועט ווערן אנערקענט, עס וועט אפהילכן פון נאנט און ווייט.

דאן, זייענדיג פארטיפט אין די שווערע ארבעט, וואנדערט מיין אויג ארויס אויפן פרייען ארום און עס ווערט אנטפלעקט פאר איהם א סצענע וועלכע געבט א צי ארויס דאס לעצטע ביסל כוחות פון מיינע מוסקלען ווי א וואקום מאשין און לאזט ארויס יעדעס ביסל קראפט פון מיינע אויסגעמאטערטע קערפער איבערלאזענדיג מיך, גענצליך מאכטלאז. איך זע ווי עס שטייט דארט איינער מיט ריזיגע עמערס און שארט זיך גאלאנען גאלאנען אין זיינע עמערס. ער זאמלט אין איין אויגן בליק וואס עס נעמט מיר צו זאמלען אין א לעבנס-צייט. דער קליינע גלעזל געבט זיך א גליטש ארויס פון מיין האנט און א צעטראגענע, קער איך זיך צוריק צו מיין לעכל.

נע, איך ווייס נישט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

#אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני

#תכלית הידיעה שלא נדע

#למוד לשונך לומר איני יודע
וירח ה' את ריח הניחוח
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו... די חכם קוקט אויף די רעכטע זייט, וויפעל בלעטער ער קען שוין... די כסיל קוקט אויף די לינקע זייט, וויפעל בלעטער ער האט נאך...

זאלסטו וויסן אז דער איינער מיט די ריזיגע עמערס, זעט נאך מער עמערס וואס ער קען נאכנישט...
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

(כתר שם טוב. ח"א ג)
מהבעש"ט ביאר הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו (ירושלמי חגיגה א, ז). פי' כי הידיעה שלא נדע. אמנם יש ב' סוגים שלא נדע. א' מיד שאינו נכנס לחקור ולידע מאחר דא"א לידע. ב' שחוקר ודורש עד שידע שא"א לידע. והפרש בין זה לזה מלה"ד שנים שרוצים לידע את המלך וא' נכנס בכל חדרי המלך ונהנה מאוצרי והיכלי המלך ואח"כ לא יוכל לידע המלך והשני אמר מאחר שא"א לידע המלך לא נכנס כלל לחדרי המלך ולא נדע מיד. ובזה יובן ודאי בשני סוגים הנ"ל. אותי עזבו מלידע שא"א מ"מ הלואי אותי עזבו מתוך החקירה והידיעה אחר שתורתי שמרו:
https://www.sefaria.org/Keter_Shem_Tov. ... e&with=all
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

אויב לערנט מען חכמה, ווייל מען האט הנאה פון די לערנען אליינס און דאס געט די סיפוק, זעה איך נישט פארוואס עס צוקלאפט אז אנדערע קענען מער. אויב לערנט מען חכמה, ווייל מען וויל זיך גרויסהאלטן אקעגן אנדערע וכדומה, דעמאלטס ווערט עס א פראבלעם...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אין אזא פאל זאגט בערל בעל עגלה בשם דעם סקווירא צאדיק אז ער וועיסט נישט...
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

בילד
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: איך ווייס נישט

שליחה דורך שעפטאל »

חדשים האט געשריבן:אויב לערנט מען חכמה, ווייל מען האט הנאה פון די לערנען אליינס און דאס געט די סיפוק, זעה איך נישט פארוואס עס צוקלאפט אז אנדערע קענען מער. אויב לערנט מען חכמה, ווייל מען וויל זיך גרויסהאלטן אקעגן אנדערע וכדומה, דעמאלטס ווערט עס א פראבלעם...
ס'איז אויך דא דעם שרעק: וואס נאך ווייסט מען נישט, אפי' אויב קיינער ווייסט עס אויך נישט.

ווי דערשראקן וואלט מען געווארען ווען מ'ווערט געוואר אז מ'האט געלעבט אין א טעות ס'איז דא א פערטע דיימענשען וואס איז א וועלט פאר זיך.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שעפטאל האט געשריבן:[ווי דערשראקן וואלט מען געווארען ווען מ'ווערט געוואר אז מ'האט געלעבט אין א טעות ס'איז דא א פערטע דיימענשען וואס איז א וועלט פאר זיך.
איך וואלט נישט געווארן דערשראקן, איך וואלט געווארן טויט עקסיידעט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מען פארציילט, אז איינער האט אמאל געזאגט פארן אלטן רבי'ן אזוי:

"צווישן מיר אונעם רבי'ן איז נישטא אזא גרויסע חילוק. די זאכן וואס איך ווייס, ווייסט דאך דעם רבי'ן אויך. די זאכן וואס דער רבי ווייסט נישט, ווייס איך דאך אויך נישט. סך הכול איז דא א קליינע נפק"מ ביי די פאר זאכן וואס דער רבי ווייסט יא און איך ווייס נישט"...

ווי נאר דער בעל התניא האט געהערט די ווערטער האט ער אוועקגע'חלש'ט אויפן פלאץ...
_____
יא, די ים החכמה איז ריזיג גרויס, אבער מען דארף געדענקן צוויי וויכטיגע פונקטן:

1) אז דו וועסט נישט שעפן מיט דיין קליינעם כוס, וועסטו בלייבן דארשטיג. מען דארף נישט זיין ביזי מיט ווי גרויס אנדערע כלים זענען, אדער וויפיל אנדערע שעפן. אז דו שעפסט לויט דיין מאס און לויט דיין יכולת שטייסטו גוט. דו דארפסט נישט ארויסשעפן דעם גאנצן טייך אויפאמאל, עס פעלט ניטאמאל אויס, דו שעפ לויט וויפיל עס מאכט דיר גוט אויפן הארצן, ביז דיין דארשט שטילט איין.

2) דער וואס קומט יעצט מיט גרויסע עמערס איז אויך אמאל אנגעקומען מיט א קליינע לעפל. אזוי גייט עס, מען הייבט אן קליין און מען ווערט גרעסער. דער איז אויך נאר אנגעקומען וואו ער שטייט יעצט, דורכן נישט קוקן אויף די וועלכע זענען דאן געקומען מיט גרעסערע עמערס ווי אים. אז מען האלט אינאיין שעפן, וואקסט מען צעביסלעך גרעסער און גרעסער, און איין טאג וועסטו שטיין מיט די גרויסע עמערס און אנדערע וועלן ארויפקוקן צו דיר ווען זיי קומען מיט זייערע קליינע פעסלעך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

שמן למאור האט געשריבן:מען פארציילט, אז איינער האט אמאל געזאגט פארן אלטן רבי'ן אזוי:

"צווישן מיר אונעם רבי'ן איז נישטא אזא גרויסע חילוק. די זאכן וואס איך ווייס, ווייסט דאך דעם רבי'ן אויך. די זאכן וואס דער רבי ווייסט נישט, ווייס איך דאך אויך נישט. סך הכול איז דא א קליינע נפק"מ ביי די פאר זאכן וואס דער רבי ווייסט יא און איך ווייס נישט"...

ווי נאר דער בעל התניא האט געהערט די ווערטער האט ער אוועקגע'חלש'ט אויפן פלאץ...
די ווארט גייט אז די חילוק צווישן וואס איך ווייס אין וויפיל די רבי ווייסט, איז גארנישט קעגען די חילוק פון וויפיל די רבי ווייסט נישט ביז וויפיל ס'איז דא וואס צו וויסן.

דאך זיך מיר אז דא האט געזאגט החסיד ר' שמואל מונקעס.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא האט @בְּתוֹךְ עַמִּי אָנגערירט אויף דעם געדאנק פונעם אשכול. און דאס איז וואס איך האב דארט גע'ענטפערט.

ר' יוסף אבן כספי בסוף קהלת איז מסכם די טענות פון קהלת קעגן "חכמה ההמונית", וועלכע איז ריבוי הקנינים, וואס איינע פון זיי איז:
הנה החכמה הזאת, אחר שענינה רבוי הקנינים, והמספר יתוסף לאין תכלית הנה לא יוכל איש להגיע אל תכליתה, ומה שענינו אין לו תכלית מושג הנה ההשתדלות בו הבל, אם כן התולדה שהחכמה הזאת היא הבל.
ער זאגט אבער אז דאס איז נישט נוגע צו חכמת העיונית שהיא חכמת האמת:
אין ענין זאת החכמה ריבוי מספר הקנינים החיצונים עד שאין לה תכלית, אבל תכליתה השגת השכל הפועל והדבקה בו, וזה מושג למשה רבינו ע״ה כאשר אמרנו.

וגם לא שעינו לא תשבע עושר, אבל הוא היפך מכל זה שהוא שומח בחלקו ועמל מעט בעניני הגוף, ואם בעניני הנפש אין לו עמל בזה כי אם תענוג והנאה, ועינו תשבע בהשיגו התכלית שרמזנו עליו, כמו שנשבע משה רבינו ע״ה כאשר השיג וראית את אחורי, ואחר המות בדביקות הגמור.
***
ברוך שפינוזה האט געשריבן:בילד
דאס קען געבן נאך א פשט אין ניטשע'ס מימרא... :D

הגם, וויבאלד עפּיסטעמיק יוּמיליטי אליינס קען זיין א הגדרה פאר "חכם" וחכמה, קומט אויס אז דא, אפילו ביי מילי דשמיא וחכמה, איז גחין ותלחוש לה (ועיין בב"מ נט.).

***

״נאר אפאר ווייסן, וויפיל מ׳דארף וויסן, צו וויסן ווי ווייניג מ׳ווייסט.״
ווערנער הייזענבערג

אגב, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. דאַן בּעאר ברענגט ארויס:
The incompleteness of knowledge often encourages theorizing about why technology is incomplete rather than continued experimental efforts to create additional knowledge
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט