ווי מיר האבן שוין געשריבן איז גילוי ניק פון אנדערע פארומס אסור בתכלית האיסור פונקט ווי גילוי ניקים פון ק"ש, און וועט באשטראפט ווערן מיט גענצליכע אויסשפארונג תיכף ומיד.
ווער עס האט די מינדעסטע שייכות מיט מגלה זיין ניקס פון סיי וועלכע פארום ווערט אויסגעשפארט תיכף ומיד. אפילו בלויז סיי וואספארא רמז אדער מראה מקום איבער סיי וואס ארום די נושא. שטייטס ווייט דערפון כמטחוי קשת.
מ'קען דא רעאגירן און באהאנדלען דעם תוכן וואס ווערט געשריבן אויף אנדערע פלעצער, אבער בשום פנים ואופן נוצן אונזער פלאטפארמע צו שעדיגן סיי וועמען פערזענליך אויף סיי וועלכען אופן.
דער וואס האט היינט עוסק געווען אין דעם איז אויסגעשפארט געווארן.
איך וויל נאכאמאל באטאנען וואס מיר האבן שוין געשריבן כמה פעמים: אז מ'זעהט עפעס וואס דארף באהאנדעלט ווערן תיכף ומיד זאל מען זיך נישט באגעניגען מיט שיקן א "באריכט", נאר מ'זאל שרייבן א אימעיל צו kaveshtiebel@gmail.com.
גילוי ניקים פון אנדערע פארומס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 20, 2023 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
זייער פשוט, ווייל אויב מיר וועלן אויפדעקן ניקים פון א"וו, וועלן זיי אויפדעקן ניקים פון ק"ש. שמור לי ואשמור לך.
חוץ פון די עצם זאך אז ס'איז א גרויליגע מידה צו נישטערן אויסצוגעפונען יענעמס איידענטיטעט. "אויב מיין מאמע וואלט געוואלט דו זאלסט וויסן וואס ס'איז אינעם טאפ וואלט זי עס נישט באדעקט", האט דער ירושלימער יונגל ג'זאגט...
ווער רעדט נאך פון מפרסם זיין, דאס איז דאך סתם א רשעות. אפילו דער חפץ חיים האט נישט געדארפט רעדן קעגן דעם.

- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 858
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7397 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2420 מאל
באשמיצען אנדערע מיט א נאמען איז אויך נישט ערלויבט דא
[חוץ ווען ס'איז שוין גאר ידוע, אלע צייטונגען וכדו' רעדן דערפון. דאז מותר]
אגב. דעם תגובה האט מיך גאר אסאך געהאלפן דא אין ק"ש. קודם האבעך געכאפט מכות. כ'בעהט ענק, לערענט'ס זיך אויף מיינע ביינער!
[חוץ ווען ס'איז שוין גאר ידוע, אלע צייטונגען וכדו' רעדן דערפון. דאז מותר]
אגב. דעם תגובה האט מיך גאר אסאך געהאלפן דא אין ק"ש. קודם האבעך געכאפט מכות. כ'בעהט ענק, לערענט'ס זיך אויף מיינע ביינער!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20031
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25467 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15278 מאל
- קאנטאקט:
בד"וו: די "סאושל מידיא" אין חפץ חיים'ס צייטן איז באשטאנען פון שרייבן הודעות און קול קורא'ס אויף צעטלעך און עס אויפהענגען אין ביהמ"ד...!
אזוי ווי חיים גראדע ברענגט (אין שטומען מנין) אז ר' שעפטל ( נישט צו פארטוישן מיט ר' שעפטאל פון קאווע שטיבל) דער געוועזענער מלמד און פייער'דיגער מתנגד פון חדר מתוקן פלעגט שרייבן צעטלעך מיט מחאות און עס אויפהענגען אין ביהמ"ד.