זייער שיין ארויסגעברעגנט איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס עס זענען דא אזאלעכע חרדישע פארפעלקער וואס כאפן זיך קיינמאל נישט אן די הענט וואס איז פשט זיי ווילן נישט ווייזן ליבע אין פובליקום אדער זיי ווילן נישט וויסן אז זיי זענען אין די ריינע טעג????????רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@שאלתיאל: איך מוז דיר זאגן א גרויסן דאנק פאר'ן זיין דעם ערשטן מגיב וואס נישט נאר פארשטייט מיין אישו נאר איז אויך מסכים.
באמת האט מיין גאנצע אויסבראך זיך אנגעפאנגען מיט אן אשכול פון אונזער חבר @נוח איבער עפעס א ספר לזכר נשמת א מאלעסטער, ער האט מיר געבעטן נישט מגיב צו זיין האב איך באשלאסן מרחיב צו זיין אין מיין אייגן אשכול, שפעטער האט ער געעפנט נאך אן אשכול איבער א ליעבע מעסעדש וואס איז פארמעקט געווארן אין די חרדישע סאושל מידיא, דאס ברענגט אויסטערליש שטארק ארויס די חורבן ווי triggered חרדים ווערן פון יעדע פאזעטיווע ערשיינונג, אביסעלע רויע ליעבע וואס וואס קומט ארויס אין אן אמת'ע מינוט טריגערט זיי שוין, אויב איז דאס נישט מזוכיזם ווייס איך נישט וואס יא. און נאכאמאל, איך האלט אז די שורש דערפון איז די געדאנקענגאנג פון רש"י און חזון איש הנ"ל, מעגסט זיך דינגען מיט מיר אבער אזוי האלט איך.
און מיינט נישט אז מיר איז יא גרינג אנגעקומען פטור צו ווערן פון דעם מזוכיזם, איך פלעג אויך אמאל ווערן טריגערד פון צ.ב. קאפלס וואס גייען אין גאס האלטענדיג הענט, אפילו לאנג נאכ'ן פארלאזן דעם "סיסטעם", ביז ס'מיר אמאל אויסגעקומען עס אליינס צו טוהן, נאר דעמאלטס האט זיך עס אפגעקילט... (ועדיין לא פלטינן מינה…) בשעתו האב איך געמיינט אז ס'נאר א קלייניקייט, ביז איך בין געגאנגען צו איינע פון מיינע טעראפיסטס די נעקסטע וואך און ער האט מיך געפרעגט וואס איז געשעהן לעצטנס אז מיין ענערדשי איז אסאך מער פאזעטיוו געווארן... הגם איך האב נאך אסאך צו ארבעטן…
מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך האב מיך דווקא נישט באנוצט מיט דעם ארגומענט ווייל דאס וואלט אימפלייט אז אויב וואלטן די פארקריפלטע חרדישע פרייאריטיס יא געוועהן 100% פילאזאפיש קאנסיסטענט וואלט עס יעדעם מחייב געוועהן, מיין גאנצע טענה איז דאך אז געזונטע פרייאריטיס זענען וויכטיגער פון זיין פילאזאפיש קאנסיסטענט.פרנס החודש האט געשריבן:א בעסערע צושטעל וואלט געווען אזויכע זאכן ווי שקר, עבודה זרה וכדומה, וואס איז שוין אומפארמאל מותר אין די חרדישע וועלט. השתא דאתית להכא, קענסטו שוין מודה זיין צו די מהלך פון רביה״ק צו מתיר זיין אלעס און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף סעקולארע געזעץ.
איינמאל דו ביסט אוועק פון דיין פונדאמענטאליסטישע הנחה אז אלעס וואס שטייט אין שו״ע איז קאי וקיים, וואס האלט דיר צוריק פון אוועק ווארפן נאך אפאר אומבאקוועמע הלכות?
שוין צייט אראפצוקריכן פונעם בוים, קיינער היט נישט די געזעץ ווייל ער האט עפעס פילאזאפישע פייגלעך אין קאפ (אויסער אפשר אפאר פילאזאפן וואס לעבן אין עפעס א מגדל השן ערגעצוואו), מ'היט די געזעץ ווייל מ'פארכט זיך פון די פאליציי א.ד.ג., איך באראבעווע נישט דיך ווייל איך וויל נישט אז דו זאלסט מיר באראבעווען, א.א.וו. העכסטנס קומט עס מיט א פילאזאפישע קנייטש אבער נישט דאס איז די מטרה פון געזעץ, צו זיין פילאזאפיש קאנסיסטענט. די מטרה פון געזעץ איז אז ס'זאל הערשן הארמאניע און יעדער זאל זיין פרייליך און צופרידן און גארנישט מער, וואס איז די מטרה פון די חרדישע code of conduct? אזא סעלף סערווינג קאנסיסטענסי, מוחל טובות. פון פילאזאפישע דעסקריפטיוו קויד אן געזונטע פרייאריטיס איז נאך קיין גוטס נישט ארויסגעקומען, פון קאמיוניזם ביז מיין קאמף, פון לב טהור ביז אייסיס, זאל מען אפגעהיטן ווערן פון וואס דאס קען צוברענגען. הער זיך גוט איין צו דשאו ראוגענ'ס ווערטער דא אין די ערשטע מינוט און א האלב ווי ער רעדט פון די פארקריפלטע פרייאריטיס פון די קאטוילישע קירכע בנוגע מאלעסטעישן, "!!!Imagine! Imagine", זאל יאשקע שומר ומציל זיין...מי אני האט געשריבן:אט וועגן דעם האב איך צוגעצייכענט פריער צו קאהלבערג׳ס שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג וואו מ׳האט צו טוהן די ריכטיגע זאך, אין די פאל די סאָבּמישאן צו געזעץ והלכה (דעסקריפּטיוו מאראליטעט) וואס מ׳האלט אלס ריכטיג, מכח דעם אז ס׳איז ריכטיג און נישט מכח יראת העונש והמשטרה.פרנס החודש האט געשריבן:מילא ביי סעקולארע געזעץ איז דא די פאליציי וואס האלט אן די געזעצן, אבער ביי אונז ווי עס האלט זיך נאר דורך דעת הקהל און טעראר פון די מוסדות, פארוואס נישט אויפקלערן אביסל דעם דעת הקהל און טוישן זאכן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיך דווקא נישט באנוצט מיט דעם ארגומענט ווייל דאס וואלט אימפלייט אז אויב וואלטן די פארקריפלטע חרדישע פרייאריטיס יא געוועהן 100% פילאזאפיש/לאגיש קאנסיסטענט וואלט עס יעדעם וואס סאָבּמיט צו דעם קויד [הלכה, ווי זיי אינטערפּעטן דאס] מחייב געוועהן, מיין גאנצע טענה איז דאך אז געזונטע פרייאריטיס זענען וויכטיגער פון זיין פילאזאפיש קאנסיסטענט.פרנס החודש האט געשריבן:א בעסערע צושטעל וואלט געווען אזויכע זאכן ווי שקר, עבודה זרה וכדומה, וואס איז שוין אומפארמאל מותר אין די חרדישע וועלט. השתא דאתית להכא, קענסטו שוין מודה זיין צו די מהלך פון רביה״ק צו מתיר זיין אלעס און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף סעקולארע געזעץ.
איינמאל דו ביסט אוועק פון דיין פונדאמענטאליסטישע הנחה אז אלעס וואס שטייט אין שו״ע איז קאי וקיים, וואס האלט דיר צוריק פון אוועק ווארפן נאך אפאר אומבאקוועמע הלכות?
וואס דו טענה'סט יעצט איז אז עס זענען נישטא קיינע מענטשן וואס, לדוגמא, גנב'ענען נישט, פשוט ווייל דאס איז די ראָנג זאך צו טוהן און טראכטן "איך בין א גוטער מענטש"?! מ'האלט זיך צוריק נאר מחמת יראת העונש און קאָנווענשאן/סאָשעל קאנטראקט?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין צייט אראפצוקריכן פונעם בוים, קיינער היט נישט די געזעץ ווייל ער האט עפעס פילאזאפישע פייגלעך אין קאפ (אויסער אפשר אפאר פילאזאפן וואס לעבן אין עפעס א מגדל השן ערגעצוואו), מ'היט די געזעץ ווייל מ'פארכט זיך פון די פאליציי א.ד.ג., איך באראבעווע נישט דיך ווייל איך וויל נישט אז דו זאלסט מיר באראבעווען, א.א.וו. העכסטנס קומט עס מיט א פילאזאפישע קנייטש אבער נישט דאס איז די מטרה פון געזעץ, צו זיין פילאזאפיש קאנסיסטענט. די מטרה פון געזעץ איז אז ס'זאל הערשן הארמאניע און יעדער זאל זיין פרייליך און צופרידן און גארנישט מער, וואס איז די מטרה פון די חרדישע code of conduct? אזא סעלף סערווינג קאנסיסטענסי, מוחל טובות. פון פילאזאפישע דעסקריפטיוו קויד אן געזונטע פרייאריטיס איז נאך קיין גוטס נישט ארויסגעקומען, פון קאמיוניזם ביז מיין קאמף, פון לב טהור ביז אייסיס, זאל מען אפגעהיטן ווערן פון וואס דאס קען צוברענגען.מי אני האט געשריבן:אט וועגן דעם האב איך צוגעצייכענט פריער צו קאהלבערג׳ס שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג וואו מ׳האט צו טוהן די ריכטיגע זאך, אין די פאל די סאָבּמישאן צו געזעץ והלכה (דעסקריפּטיוו מאראליטעט) וואס מ׳האלט אלס ריכטיג, מכח דעם אז ס׳איז ריכטיג און נישט מכח יראת העונש והמשטרה.פרנס החודש האט געשריבן:מילא ביי סעקולארע געזעץ איז דא די פאליציי וואס האלט אן די געזעצן, אבער ביי אונז ווי עס האלט זיך נאר דורך דעת הקהל און טעראר פון די מוסדות, פארוואס נישט אויפקלערן אביסל דעם דעת הקהל און טוישן זאכן?
ואפילו לו יצוייר אז עס איז כמעט נישטא, ביסטו אבער דען נישט מודה אז דאס דארף זיין אַן אידעאל צו וועלכעס מ'דארף שטרעבן (אפילו אָן זיין אין א "מגדל שן")? וכן הוא לגבי די דעסקריפּטיוו קויׁד פון מאראליטעט וואס דער אינדיווידואל מענטש וואס נעמט דאס אָן האלט אלס ריכטיג.
(אגב, דאס וואס דו דערמאנסט "מ'היט די געזעץ ווייל מ'פארכט זיך פון די פאליציי", איז דאס ערשטע שטאפל פון פשוט יראת העונש, בשעת "איך באראבעווע נישט דיך ווייל איך וויל נישט אז דו זאלסט מיר באראבעווען" איז שוין דאס צווייטע שטאפל; עס איז נישט יראת העונש גרידא, נאר א פשוט'ע חשבון אז די געזעלשאפט קען נישט אָנגיין אנדערש. רוב מענטשן קומען אָן צו דעם שטאפל. אבער וואו ער קען זיך "מורה היתר" זיין און זיך ארויסדרייען פון טוהן דאס עטישע זאך אדער אפילו טוהן אַן אומעטישע זאך, און דאס געזעלשאפט על הכלל וועט "רואיג אָנגיין" אזוי אויך, קען ער רואיג באגיין אומעטישע מעשים; ער איז נישט ביים דריטן שטאפל. עס איז טאקע אינטרעסאנט צי ס'דא אַן אנאלאג צום צווייטן שטאפל לגבי דעסקריפּטיוו קוידס? אפשר דאס וואס דו דערמאנסט לגבי סאָשעל ארטאדאקסיע לגבי דעם אז עס איז פשוט קולטוראליש און אזוי האלט זיך די קולטור.)
לסיכום, ווי איך האב ארויסגעברענגט עטליכע מאל, האלט איך אויך אז נארמאטיווע עטיקס (עכ"פ אין איר ברייטע סענס), דארף און מוז טאקע זיין העכער און נכלל בתוך עני דעסקריפּטיוו קויד פון מאראליטעט/עטיקס. אויב נישט האט מען טאקע די atrocities וואס דו רעכענסט אויס פשוט ווייל מ'האט דאך נישט קיין נארמאטיווע עטיקס, און וואס יעדעס רעכט-דענקענדע ראציאנאלע מענטש, צי ער סאָבּמיט צו א דעסקריפּטיוו קויד (וועלכע אימער) צי נישט, וועט מודה זיין אז דאס איז אומריכטיג. אויב דאס מיינסטו מיט "געזונטע פּרייאריטיס" דאן האסטו 100% רעכט. (וכן הוא לגבי די טענה פון נישט האבן א וועלט-אוסקוק געבויט אויף אבערגלויבנס.)
(טענה'ן אז דעסקריפּטיוו קוידס פון עטיקס/מאראליטעט בכלל קענען צוברענגען צו atrocities, ווי מ'זעהט טאקע דוגמאות פון היסטאריע, ולכן זענען זיי אפגעפרעגט, איז א סליפּערי סלויפּ טענה און לכאורה א קאָנטיניוּאָם פאָלאָסי אין די קאנטעקסט. לדוגמא, פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז לפי דר. יובל נח הררי איז דאך יומעניזם געווען די "רעליגיע" פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט, וואס שטרייטן אינערהאלב די אידעאלאגיע/"רעליגיע" פון יומעניזם זענען פארגעקומען די וועלטס קריגס. איז אפילו אויב זאל מען זאגן אז ער איז גערעכט מיט זיין אנאליז, פרעגט דאס דען אפ יומעניזם על הכלל כולו?!)
ווידעראום, אויב מיינסטו מיט "געזונטע פּרייאריטיס" פשוט העדאניזם און ארויסהייבן תענוג און קאָמפאָרט, וואס ווי איך פארשטיי איז דאס טאקע וואס דו מיינסט דא אין דעם אשכול, דאן ביסטו אינקאנסיסטענט מיט דעם וואס דו ביסט מודה אז אט די העדאניזם דארף זיך בייגן צו נארמאטיווע עטיקס, וואס דו האלסטס איז ריכטיג, אבער נישט צו א דעסקריפּטיוו מאראליטעט קויׂד וואס דער מענטש האלט אז עס איז ריכטיג. מאי שנא? חוץ דין הניין לי ויתהון לא הניין לי.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
א מוזיקאלישע הבדלה פרייטאג צו נאכטס אדער שבת צו נאכטס?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו זאגסט זייער גוט, ״טאמער מ׳פארשטייט״, איך פארשטיי טאקע נישט.
אז מ'רעדט שוין, כ'האב א שכן, אויך א שטיקל שנה ופירש'ניק, ער האט געלערנט אין איינע פון די שטארקע ישיבות, אפשר YU? כ'געדענק נישט פונקטליך. קיצר, זאגט ער מיך איין מאל אינמיטן וואך אז ער איז געפארן שבת פארנאכט צום אנדערן עק שטאט מיטהאלטן א "musical הבדלה"... מיר האבן זיך צוזאמען אונטערגעשמייכעלט איבער די אבסורדיטי דערפון, כאילו פון א חרדי'שע פערספעקטיוו, אז מ'איז מחלל שבת צו מאכן הבדלה... אבער ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט איהם פארדרייט א קאפ אז זי וויל גיין, זיינע קינדער ענדשויען איז, האט ער געזאגט יאללה, פארוואס נישט? "הגם" - זאגט ער מיר - "איך פארשטיי נישט די ענין פון מיוזיקל הבדלהס, אבער איך בין זיכער אז ס'האט זיך זיין פלאץ אין אידישקייט..."
פארשטייסטו? אז ס'שטערט קיינעם און יעדער איז צופרידן איז עס דאך די שענסטע זאך אויף דער וועלט, וואס קען מען דען בעטן מער פון דעם? ס'דארף נאך זיין פילאזאפיש קאניסטענט אויך?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
"אפגעפרעגט" איז אביסל צו א שטארקע ווארט, כ'וואלט נישט געזאגט אז ס'איז אפגעפרעגט, ס'איז פשוט איררעלעוואנט. די וועלט דרייט זיך נישט ארום פילאזאפישע עטיקס און מאראל, און מאראל פילאסאפי פאר זיך האט נאכנישט פותר געוועהן קיין שום עכטע פראבלעם, ס'איז פונקט גוט פאר אזעלכע טראכטן עקספערימענטס ווי די באקאנטע טראללי פראבלעם א.ד.ג., אבער פון דארט ביז ברענגען א ראיה איבער די געוואלדיגע וויכטיגקייט און בענעפיט פון א דיסקריפטיוו קויד אוו קאנדאקט איז פאלג מיר א גאנג.מי אני האט געשריבן:(טענה'ן אז דעסקריפּטיוו קוידס פון עטיקס/מאראליטעט בכלל קענען צוברענגען צו atrocities, ווי מ'זעהט טאקע דוגמאות פון היסטאריע, ולכן זענען זיי אפגעפרעגט, איז א סליפּערי סלויפּ טענה און לכאורה א קאָנטיניוּאָם פאָלאָסי אין די קאנטעקסט. לדוגמא, פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז לפי דר. יובל נח הררי איז דאך יומעניזם געווען די "רעליגיע" פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט, וואס שטרייטן אינערהאלב די אידעאלאגיע/"רעליגיע" פון יומעניזם זענען פארגעקומען די וועלטס קריגס. איז אפילו אויב זאל מען זאגן אז ער איז גערעכט מיט זיין אנאליז, פרעגט דאס דען אפ יומעניזם על הכלל כולו?!)
מי אני האט געשריבן:לסיכום, ווי איך האב ארויסגעברענגט עטליכע מאל, האלט איך אויך אז נארמאטיווע עטיקס (עכ"פ אין איר ברייטע סענס), דארף און מוז טאקע זיין העכער און נכלל בתוך עני דעסקריפּטיוו קויד פון מאראליטעט/עטיקס. אויב נישט האט מען טאקע די atrocities וואס דו רעכענסט אויס פשוט ווייל מ'האט דאך נישט קיין נארמאטיווע עטיקס, און וואס יעדעס רעכט-דענקענדע ראציאנאלע מענטש, צי ער סאָבּמיט צו א דעסקריפּטיוו קויד (וועלכע אימער) צי נישט, וועט מודה זיין אז דאס איז אומריכטיג. אויב דאס מיינסטו מיט "געזונטע פּרייאריטיס" דאן האסטו 100% רעכט. (וכן הוא לגבי די טענה פון נישט האבן א וועלט-אוסקוק געבויט אויף אבערגלויבנס.)
איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין די ענין פון "געזונטע פרייאריטיס" אין פילאזאפישע טערמינען, אפשר "מוסר הטבעי", "קאממאן סענס", "איזהו חכם המכיר את מקומו"? ס'נישט קיין זאך וואס מ'קען פארמיולירן און אריינלייגן אין א קאמפיוטער אויסצושפייען אומצוויידייטיגע ענטפערס אויף יעדע שאלה וואס מאכט זיך נאר, פאר די איינע סיבה ווייל "געזונטע פרייאריטיס" איז נישט דא צו סערוון קאמפיוטערס, ס'דא צו סערוון מענטשן. איך פלעג אויך אמאל מיינען אז מיין פראבלעם מיט מאראל איז א פילאזאפישע, ביז איך בין אנגעקומען צו א פוינט אין לעבן וואו אלעס איז געווען 100% פילאזאפיש קאנסיסטענט און אויסגעהאלטן און איך בין נאכאלץ נישט געווען צופרידן. שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע פילאזאפישע געביידע איז נאר פעסטונג וואס א מענטש בויט ארום זיך צו דיפענדן זיין מוסר הטבעי אין א געזעלשאפט פון פארקריפלטע נשמות וואס זענען אינגאנצן אפגעהאקט פון זייער אייגענע געפילן און זיי פארשטייען נאר די שפראך פון כלומפרשט שכל'דיגע/ראציאנאלע/קאמפיוטער ארגומענטן.מי אני האט געשריבן:ווידעראום, אויב מיינסטו מיט "געזונטע פּרייאריטיס" פשוט העדאניזם און ארויסהייבן תענוג און קאָמפאָרט, וואס ווי איך פארשטיי איז דאס טאקע וואס דו מיינסט דא אין דעם אשכול, דאן ביסטו אינקאנסיסטענט מיט דעם וואס דו ביסט מודה אז אט די העדאניזם דארף זיך בייגן צו נארמאטיווע עטיקס, וואס דו האלסטס איז ריכטיג, אבער נישט צו א דעסקריפּטיוו מאראליטעט קויׂד וואס דער מענטש האלט אז עס איז ריכטיג. מאי שנא? חוץ דין הניין לי ויתהון לא הניין לי.
און נאכאמאל, די ווארט איז נישט אבערגלויבנס צו ראציאנאל, ס'איז א false dichotomy אזוי צו צוטיילן דאס מענטשהייט. סיי אין די אבערגלויבנס מחנה און סיי אין די כלומפרשט ראציאנאלע מחנה זענען דא גוטע מענטשן און שלעכטע, געזונטע מענטשן און צופאטשקעטע, מעסיגע מענטשן און פאנאטישע, די איינציגסטע variable וואס קען אפשר פאראויסשאצן צו א מענטש וועט אריינפאלן אין די גוטע קאטעגאריע אדער די שלעכטע איז ווי relatable, פריינטליך, cordial, און מעורב עם הבריות ער איז, און די וועג צוצוקומען דערצו איז נישט דורך פילאזאפירן איבער עטיקס און מאראל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך ברענג נישטא קיין טענה איבער דאס ״וויכטיגקייט״ פון א דעסקריפּטיוו קוֺיד פון מאראליטעט. פארקערט, איך האלט אין איין אונטערשרייכן אין די אשכול נאכאמאל און נאכאמאל די ווערטער ״פאר׳ן מענטש וואס נעמט דאס אָן און האלט דאס אלס ריכטיג״. וואס איך טענה דא איז אז דו קומסט עס אוועקמאכן מיט נישט מער ווי במחי יד און אבסאלוט גארנישט מער פון סאבסטאנץ.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:"אפגעפרעגט" איז אביסל צי א שטארקע ווארט, כ'וואלט נישט געזאגט אז ס'איז אפגעפרעגט, ס'איז פשוט איררעלעוואנט. די וועלט דרייט זיך נישט ארום פילאזאפישע עטיקס און מאראל, און מאראל פילאסאפי פאר זיך האט נאכנישט פותר געוועהן קיין שום עכטע פראבלעם, ס'איז פונקט גוט פאר אזעלכע טראכטן עקספערימענטס ווי די באקאנטע טראללי פראבלעם א.ד.ג., אבער פון דארט ביז ברענגען א ראיה איבער די געוואלדיגע וויכטיגקייט און בענעפיט פון א דיסקריפטיוו קויד אוו קאנדאקט איז פאלג מיר א גאנג.
אגב, דאס אז דורכטוהן עטיקס האט נישט פותר געווען עטישע שאלות און פראבלעמען איז לכאורה אָנע באזיס. ווי אזוי דען ווייזט מען אויף מענטשן וואס איז דאס ריכטיגע זאך צו טוהן?
לא'מיר עס צולייגן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין די ענין פון "געזונטע פרייאריטיס" אין פילאזאפישע טערמינען, אפשר "מוסר הטבעי", "קאממאן סענס", "איזהו חכם המכיר את מקומו"? ס'נישט קיין זאך וואס מ'קען פארמיולירן און אריינלייגן אין א קאמפיוטער אויסצושפייען אומצוויידייטיגע ענטפערס אויף יעדע שאלה וואס מאכט זיך נאר, פאר די איינע סיבה ווייל "געזונטע פרייאריטיס" איז נישט דא צו סערוון קאמפיוטערס, ס'דא צו סערוון מענטשן. איך פלעג אויך אמאל מיינען אז מיין פראבלעם מיט מאראל איז א פילאזאפישע, ביז איך בין אנגעקומען צו א פוינט אין לעבן וואו אלעס איז געווען 100% פילאזאפיש קאנסיסטענט און אויסגעהאלטן און איך בין נאכאלץ נישט געווען צופרידן. שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע פילאזאפישע געביידע איז נאר פעסטונג וואס א מענטש בויט ארום זיך צו דיפענדן זיין מוסר הטבעי אין א געזעלשאפט פון פארקריפלטע נשמות וואס זענען אינגאנצן אפגעהאקט פון זייער אייגענע געפילן און זיי פארשטייען נאר די שפראך פון כלומפרשט שכל'דיגע/ראציאנאלע/קאמפיוטער ארגומענטן.
דיין ״געזונטע פּריאריטיס/קאמאן סענס״ באדייט נישט א טענה אז דאס איז זיך סותר מיט עטיקס, ווי ארויסגעברענגט אז דיין מעשה מיט די נעגל וואסער האט נישט גארנישט איינגעלייגט מיט עפעס וואס האט א שייכות מיט נארמאטיווע עטיקס.
עס באדייט אויך נישט א טענה אז דאס ״לאזט נישט לעבן״. ווייל ווי געזאגט פארשטייסטו אז ביי נארמאטיווע עטיקס איז דאס נישט קיין טענה. און פונקט אזוי ווי ביי נארמאטיווע עטיקס טאמער ״לאזט עס טאקע נישט לעבן״ זענען דא workarounds (ווענדענדיג זיך טאקע במדריגה אין די הארבקייט דערפון), איז פונקט אזוי דא workarounds (ווענדענדיג זיך טאקע במדריגה אין די הארבקייט דערפון) ביי א דעסקריפּטיוו קוֺיד.
עס באדייט ווייטער נישט א טענה אז ״ס׳לאזט מיך נישט טוהן וואס איך וויל״, והיינו לכאורה וואס דו מיינסט מיט ״מאסאכיסט״, ווייל ביי נארמאטיווע עטיקס (כדוגמא טאקע, זיין קאָרדיעל), וואס דו פארשטייסט אלס ריכטיג, פארשטייסטו אז דאס איז נישט קיין טענה. אויב אזוי מאי שנא פאר׳ן מענטש וואס נעמט אָן א דיסקריפּטיוו קוֺיד אלס ריכטיג, אין וועלכעס ער איז ראציאנאל בארעכטיגט (עסיוּמינג אז דאס איז נישט באזירט וכו׳ אויף אבערגלויבנס וכנ״ל), אז דארט איז עס פליצלונג יא א טענה?
באטיטלען ״פארקריפעלטע נשמות״ בו בעת ווען דו זאגסט ״איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין די ענין פון "געזונטע פרייאריטיס" אין פילאזאפישע [ליין מוסבר׳דיגע] טערמינען״ does not make it so און איז ניטאמאל א שוואכע טענה; עס איז נישט קיין טענה כלל.
און יעצט, כנראה, דרייסטו מיט א טענה אז ״טוּ העל מיט קאנסיסטענסי״ און ״עס איז נאר א פעסטונג וואס א מענטש בויט ארום זיך״ וכו׳. איז אבער אינטרעסאנט ווי דו מאכסט דא א פילאזאפישע טענה און פאזיציע נוצענדיג א לאגישע געבוי פון פּערסוּעישאן. וכבר הבאתי כמה פעמים דברי עפּיקטיִטוס בזה: ״די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק, דארפן זיך אבער פארט באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.״ דו זאגסט דאך דא זאצן מיט קאנטענט וואס דארפן מאכן סענס צו פארשטיין דיין פאזיציע, והיינו "לאגיק/פילאזאפיע". און די לאגיק האלט נישט אויס ככל הנ"ל, אחוץ׳ן זאגן ״יתהון לא הניין לי״.
מיין טענה און הודאה קעגן מענטשן זיין אדוק אין אבערגלויבנס איז קיינמאל נישט געווען מכח עטיקס. זיי קענען טאקע זיין עטיש (הגם עס איז אויך א מבוא וואס קען פירן צו אומעטישע מעשים, אבער דאס איז שוין טאקע נאר א סליפּערי סלוֺיפּ טענה). עס איז נאר א פראבלעם פאר זיך אליין, ואפילו ער זאל ווען זיין לגמרי סעקולאר נאר אָנגעפּיקעוועט מיט אמונות תפילות און קאנספיראציע טעאריעס וכדומה.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און נאכאמאל, די ווארט איז נישט אבערגלויבנס צו ראציאנאל, ס'איז א false dichotomy אזוי צו צוטיילן דאס מענטשהייט. סיי אין די אבערגלויבנס מחנה און סיי אין די כלומפרשט ראציאנאלע מחנה זענען דא גוטע מענטשן און שלעכטע, געזונטע מענטשן און צופאטשקעטע, מעסיגע מענטשן און פאנאטישע, די איינציגסטע variable וואס קען אפשר פאראויסשאצן צו א מענטש וועט אריינפאלן אין די גוטע קאטעגאריע אדער די שלעכטע איז ווי relatable, פריינטליך, cordial, און מעורב עם הבריות ער איז, און די וועג צוצוקומען דערצו איז נישט דורך פילאזאפירן איבער עטיקס און מאראל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הונדערט פראצענט, וכמבואר לעיל. ווער ס'פארשטייט פארשטייט, ווער ס'קען רילעיטן רילעיט דאך סייווי, און ווער נישט איז נישט. איך שרעק נישט אן מיט גיהנום פאר ווער ס'פארשטייט נישט, ניטאמאל קיין פילאזאפישע/רמבם'יסטישע גיהנוםמי אני האט געשריבן:באטיטלען ״פארקריפעלטע נשמות״ בו בעת ווען דו זאגסט ״איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין די ענין פון "געזונטע פרייאריטיס" אין פילאזאפישע [ליין מוסבר׳דיגע] טערמינען״ does not make it so און איז ניטאמאל א שוואכע טענה; עס איז נישט קיין טענה כלל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
איך האב געווילט קאמענטירן איבער די מסירות נפש אשכול פון רביה"ק נאר וויבאלד ס'איז שוין פארשפארט וועל איך עס דא שרייבן,
די שאלה מיט וואס רביה"ק האט אנגעהויבן די אשכול האט מיר שוין געבאדערט א לאנגע צייט, איך האב געווילט פארשטיין וויאזוי האבן אידן אין אלע דורות זיך מוסר נפש געווען, זאל עס זיין אין שפאניע ווי מען האט זיך געלאזט פארברענען לעבעדיגערהייט, קרייציגלער, בקיצור..און איך פיל מיר ווי די זעלבע אפיקורות ווי רביה"ק איך וואלט מיר קיינמאל נישט געלאזט הארגענען פאר אידישקייט, ביז איך האב געזען וואס די תניא שרייבט אפאר מאל אין תניא, אז יעדע איד, זאל עס זיין די קל שבקלים וועט זיך מוסר נפש זיין בשעת עס קומט א נסיון פון כפירה, האב איך פארשטאנען פון דעם אז באמת די אלע אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אין אלע דורות, ווען די פרעגסט זיי ווען פארדעם, פאר זיי זענען אין די נסיון אויב זיי גייען זיין גרייט זיך צו לאזן הארגענען, וואלטן זיי גענטפערט פינקט ווי רביה"ק, און די זעלבע זאך פארקערט, ווען רביה"ק וועט ח"ו זיין למעשה אין א נסיון וועט ער זיך אויך מוסר נפש זיין,
וואס טאקע איז פשט? די תניא איז מסביר אז א איד קען זיך נישט צושיידן פונעם אייבערשטן, אמאל א עבירה...נו..יתכן, אבער זיך אונגאנצען אפטיילן פונעם אייבערשטן דאס איז שוין א איד נישט גרייט.
פאר מער איבער דעם קוק אריין אין תניא, אדער זאל @ונבנתה מוחל זיין און צוריק זיך באווייזן (זעט אויס ער ווארט איינער זאל לייגן ביי זיין חסימה "מדארף צוריק ארפברענגען דעם ונבנתה)
די שאלה מיט וואס רביה"ק האט אנגעהויבן די אשכול האט מיר שוין געבאדערט א לאנגע צייט, איך האב געווילט פארשטיין וויאזוי האבן אידן אין אלע דורות זיך מוסר נפש געווען, זאל עס זיין אין שפאניע ווי מען האט זיך געלאזט פארברענען לעבעדיגערהייט, קרייציגלער, בקיצור..און איך פיל מיר ווי די זעלבע אפיקורות ווי רביה"ק איך וואלט מיר קיינמאל נישט געלאזט הארגענען פאר אידישקייט, ביז איך האב געזען וואס די תניא שרייבט אפאר מאל אין תניא, אז יעדע איד, זאל עס זיין די קל שבקלים וועט זיך מוסר נפש זיין בשעת עס קומט א נסיון פון כפירה, האב איך פארשטאנען פון דעם אז באמת די אלע אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אין אלע דורות, ווען די פרעגסט זיי ווען פארדעם, פאר זיי זענען אין די נסיון אויב זיי גייען זיין גרייט זיך צו לאזן הארגענען, וואלטן זיי גענטפערט פינקט ווי רביה"ק, און די זעלבע זאך פארקערט, ווען רביה"ק וועט ח"ו זיין למעשה אין א נסיון וועט ער זיך אויך מוסר נפש זיין,
וואס טאקע איז פשט? די תניא איז מסביר אז א איד קען זיך נישט צושיידן פונעם אייבערשטן, אמאל א עבירה...נו..יתכן, אבער זיך אונגאנצען אפטיילן פונעם אייבערשטן דאס איז שוין א איד נישט גרייט.
פאר מער איבער דעם קוק אריין אין תניא, אדער זאל @ונבנתה מוחל זיין און צוריק זיך באווייזן (זעט אויס ער ווארט איינער זאל לייגן ביי זיין חסימה "מדארף צוריק ארפברענגען דעם ונבנתה)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
איך פארשטיי נישט דיין מהלך רב @כוואליעס. מילא @רביה"ק וואס גייט לשיטתו אז טאמער א זאך קומט נישט נאך איינס פון דריי תנאים (עיין בחתימתו) דאן האט עס נישט קיין מקום אין זיין לעבן, איז כ"ש אין זיין שטארבן.
אויב לעבט אבער א מענטש מיט די הנחה אז ער איז דא אויף צו משרה זיין שכינה בתחתונים, דאן ווייסט ער אז טוב לו שלא נברא משנברא. די וועלט איז גענוג מסוכן און אומבאקוועם עז איז, אז ס'איז ס"ה נישט מער ווי ההכרח. איז יעצט אויב די האסט א געלעגנהייט צו ארויסגיין פונעם פלאנטער טאקע דורך מרבה זיין כבוד שמים און מקדש זיין שם ה' בתחתונים, דאן פארוואס נישט?
אדער אפשר קוק איך אן דאס לעבן מיט צו א נעגאטיוון בליק?
אויב לעבט אבער א מענטש מיט די הנחה אז ער איז דא אויף צו משרה זיין שכינה בתחתונים, דאן ווייסט ער אז טוב לו שלא נברא משנברא. די וועלט איז גענוג מסוכן און אומבאקוועם עז איז, אז ס'איז ס"ה נישט מער ווי ההכרח. איז יעצט אויב די האסט א געלעגנהייט צו ארויסגיין פונעם פלאנטער טאקע דורך מרבה זיין כבוד שמים און מקדש זיין שם ה' בתחתונים, דאן פארוואס נישט?
אדער אפשר קוק איך אן דאס לעבן מיט צו א נעגאטיוון בליק?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
און וואס טוט זיך מיט די אלע וואס האבן זיך יא געשמדט?כוואליעס האט געשריבן: די תניא שרייבט אפאר מאל אין תניא, אז יעדע איד, זאל עס זיין די קל שבקלים וועט זיך מוסר נפש זיין בשעת עס קומט א נסיון פון כפירה,
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:37 am
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
וואס איז דיין פוינט?מי ימצא האט געשריבן:למעשה, נאך אלע שיינע תורות, ווער איז ארויף אויפן שייטער הויפן?
דעי יידעל וואס האט געוואלט היטן תורה אפען, און ער האט טאקע גענומען דאס וואנדער שטעקן?
צו דער שיינע יוד, וואס האט געהאט קשיות, און אלעס אריינגעשטופט אין בויך?
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
מ'האלט אין איין צוריקקומען צו דעם זעלבן פוינט ווייל די צופראסקעטקייט דערפון שפאלט דאך הימלען, יעצט האט דיעס תגובה ביי מיר אויסגערופן בייז בלוט. ווי פארטעמפט קען דאס הארץ זיין אז מ'זאל נישט קענען פארשטיין אזא פשוט'ע קאנצעפט וואס יעדער שגץ אין סטריפקלאב פארשטייט אזש מ'דארף צוקומען צום רמב"ם צוריק אראפצוברענגען צום מציאות, מילא ווען מ'ברענגט דעם רמב"ם אלס א זייטיגע ראיה כאילו צו די ישרות פון די תורה וואלט איך נאך פארשטאנען, אבער אז דאס איז די גאנצע talking point אויף וואס דו שמועס דרייט זיך?! שומו שמים! וואס איז געשעהן מיט'ן עם חכם ונבון? נשתנו הטבעים?! איך האב ליידער גענוג קשיות אויף די תורה אזוי אויך, ביטע לייגסט מיר נישט אריין נאך ספיקות אין הארץ...
פונקט פאר א צוויי וואכן צוריק האט א חבר מיינער געהאט צוגאסט אויף שבת א בחור וואס קומט פון א בריסקע משפחה ליידער, אזוי איבער שבת איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איהם אביסל אין לערנען (הגם בריסקע תורות איבלען מיר געפערליך נאך פון מיינע ישיבה יארן, קל וחומר היינט צוטאגס ווען איך זעה in hindsight וואסערע ברעינדעמעדש ס'ברענגט ליידער אן, אבער כ'האב נאכאלץ ליעב פון צייט צו צייט צו שמועסן אזוי ארום-און-ארום אן אריינגיין אין צופיל דעטאלן סתם אביסל אויפצופרישן די גירסא דינקותא, הקיצור) יענער האט געזעהן אז איך ווייס וואס טוט זיך אביסל דארט האט ער באשלאסן מיך איבערצוזאגן א בריסקע שטיקל תורה... האט ער געפרעגט אזוי, שטייט אין משנה שנים אוחזין בטלית יחלוקו, האט ער געפרעגט אז די פסק פון יחלוקו איז דאך כמעט זיכער נישט ריכטיג? (און איך טראכט אזוי צו מיר, מילא די קשיא איז מיר נישט אזוי שווער, אפשר וועט די תירוץ זיין בעסער פון די קשיא...) איז די תירוץ, קודם דארף מען פארשטיין, וואס מיינט דאס אז אן אביעקט איז "דיינס"? דא האט מיין געדולד געפלאצט, אוי האב איך אויסגעגאסן אויף איהם א קיתון של שופכין, וואס זאל איך טוהן, תורא מרתחא בי... האב איך איהם געזאגט, וואס פאר א מין קשיא איז דאס "וואס מיינט אז א זאך איז 'מיינס'"? ווי קען זיין אז א פשוט'ער אובער דרייווער פארשטייט דאס פון זיך אליין אבער דער בן תורה וואס דארף דאך כלומפרשט צו זיין טויזענט מאל קלוגער און פארשטענדליכער קען דאס נישט פארשטיין? פשוט גענומען די תורה הקדושה און געמאכט דערפון א גארבידש קען. אנשטאט נוצן די תורה אויף קלוגער צו ווערן נוצט מען עס אויף צו ווערן נאריש, לא זכה נעשית לו סם המוות, אין מה לעשות.
פונקט פאר א צוויי וואכן צוריק האט א חבר מיינער געהאט צוגאסט אויף שבת א בחור וואס קומט פון א בריסקע משפחה ליידער, אזוי איבער שבת איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איהם אביסל אין לערנען (הגם בריסקע תורות איבלען מיר געפערליך נאך פון מיינע ישיבה יארן, קל וחומר היינט צוטאגס ווען איך זעה in hindsight וואסערע ברעינדעמעדש ס'ברענגט ליידער אן, אבער כ'האב נאכאלץ ליעב פון צייט צו צייט צו שמועסן אזוי ארום-און-ארום אן אריינגיין אין צופיל דעטאלן סתם אביסל אויפצופרישן די גירסא דינקותא, הקיצור) יענער האט געזעהן אז איך ווייס וואס טוט זיך אביסל דארט האט ער באשלאסן מיך איבערצוזאגן א בריסקע שטיקל תורה... האט ער געפרעגט אזוי, שטייט אין משנה שנים אוחזין בטלית יחלוקו, האט ער געפרעגט אז די פסק פון יחלוקו איז דאך כמעט זיכער נישט ריכטיג? (און איך טראכט אזוי צו מיר, מילא די קשיא איז מיר נישט אזוי שווער, אפשר וועט די תירוץ זיין בעסער פון די קשיא...) איז די תירוץ, קודם דארף מען פארשטיין, וואס מיינט דאס אז אן אביעקט איז "דיינס"? דא האט מיין געדולד געפלאצט, אוי האב איך אויסגעגאסן אויף איהם א קיתון של שופכין, וואס זאל איך טוהן, תורא מרתחא בי... האב איך איהם געזאגט, וואס פאר א מין קשיא איז דאס "וואס מיינט אז א זאך איז 'מיינס'"? ווי קען זיין אז א פשוט'ער אובער דרייווער פארשטייט דאס פון זיך אליין אבער דער בן תורה וואס דארף דאך כלומפרשט צו זיין טויזענט מאל קלוגער און פארשטענדליכער קען דאס נישט פארשטיין? פשוט גענומען די תורה הקדושה און געמאכט דערפון א גארבידש קען. אנשטאט נוצן די תורה אויף קלוגער צו ווערן נוצט מען עס אויף צו ווערן נאריש, לא זכה נעשית לו סם המוות, אין מה לעשות.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
ווייל ס'איז אנדערע ענערגיע'סרביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דערמאנסט מיר דעם מעשה... דאכצעך מיט ר' יודעלע דז'וקעבער, ער האט אמאל געטראפן אפאר חסידישע שטיפערס דרייען זיך נאכן טיש, האט ער געפרעגט פון די גרעסטע חאניאק דארטן, "זאג, וואס מיינט דאס חקל תפוחין קדישין"? האט יענער געענטפערט אזוי גלייכגילטיג... "די פעלד פון הייליגע עפל"... האט זיך ר' יודעלע אנגעריפן... "אה איז דו פארשטייסט הייסטעס"...
וואס האבן מיר אן השגה...
וואס האבן מיר אן השגה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
בארואיגט אייך, איר האט עס פשוט ארויסגענומען פון קאנטעקסט. גיי צוריק און ליין וויאזוי עס איז אריינגעקומען. ”שמן” דרוקט זיך אויס מיט א מליצה פון ’למען ישמעו ויראו’ ארויסצוברענגען די סברא פארוואס עס קומט זיך אזא הארבע עונש. ”שמעקעדיג” נעמט ארויס א חומש נאכצוקוקן פשוט פשט פון די ווערטער ”למען ישמעו ויראו.” ער זעט אז פשט איז עפעס אנדערש און מען קען נישט נוצן די פסוק פאר א ראיה צו שטראפן איינעם מער וויפעל עס קומט זיך למען ישמעו ויראו. האב איך געברענגט די רמב”ם צו ווייזן אז די הלכה האט שוין עוואלווד במשך הדורות, און מען טרעפט שוין אין די רמב”ם אז מען דארף עס יא טון עפ”י תורה. און כ’האב צוגעצייכענט אז גראדע די חכמי או”ה (קאנט) האט געהאלטן אז מען טאר נישט שטראפן למען ישמעו ויראו.ברוך שפינוזה האט געשריבן:מ'האלט אין איין צוריקקומען צו דעם זעלבן פוינט ווייל די צופראסקעטקייט דערפון שפאלט דאך הימלען, יעצט האט דיעס תגובה ביי מיר אויסגערופן בייז בלוט. ווי פארטעמפט קען דאס הארץ זיין אז מ'זאל נישט קענען פארשטיין אזא פשוט'ע קאנצעפט וואס יעדער שגץ אין סטריפקלאב פארשטייט אזש מ'דארף צוקומען צום רמב"ם צוריק אראפצוברענגען צום מציאות, מילא ווען מ'ברענגט דעם רמב"ם אלס א זייטיגע ראיה כאילו צו די ישרות פון די תורה וואלט איך נאך פארשטאנען, אבער אז דאס איז די גאנצע talking point אויף וואס דו שמועס דרייט זיך?! שומו שמים! וואס איז געשעהן מיט'ן עם חכם ונבון? נשתנו הטבעים?! איך האב ליידער גענוג קשיות אויף די תורה אזוי אויך, ביטע לייגסט מיר נישט אריין נאך ספיקות אין הארץ...
פונקט פאר א צוויי וואכן צוריק האט א חבר מיינער געהאט צוגאסט אויף שבת א בחור וואס קומט פון א בריסקע משפחה ליידער, אזוי איבער שבת איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איהם אביסל אין לערנען (הגם בריסקע תורות איבלען מיר געפערליך נאך פון מיינע ישיבה יארן, קל וחומר היינט צוטאגס ווען איך זעה in hindsight וואסערע ברעינדעמעדש ס'ברענגט ליידער אן, אבער כ'האב נאכאלץ ליעב פון צייט צו צייט צו שמועסן אזוי ארום-און-ארום אן אריינגיין אין צופיל דעטאלן סתם אביסל אויפצופרישן די גירסא דינקותא, הקיצור) יענער האט געזעהן אז איך ווייס וואס טוט זיך אביסל דארט האט ער באשלאסן מיך איבערצוזאגן א בריסקע שטיקל תורה... האט ער געפרעגט אזוי, שטייט אין משנה שנים אוחזין בטלית יחלוקו, האט ער געפרעגט אז די פסק פון יחלוקו איז דאך כמעט זיכער נישט ריכטיג? (און איך טראכט אזוי צו מיר, מילא די קשיא איז מיר נישט אזוי שווער, אפשר וועט די תירוץ זיין בעסער פון די קשיא...) איז די תירוץ, קודם דארף מען פארשטיין, וואס מיינט דאס אז אן אביעקט איז "דיינס"? דא האט מיין געדולד געפלאצט, אוי האב איך אויסגעגאסן אויף איהם א קיתון של שופכין, וואס זאל איך טוהן, תורא מרתחא בי... האב איך איהם געזאגט, וואס פאר א מין קשיא איז דאס "וואס מיינט אז א זאך איז 'מיינס'"? ווי קען זיין אז א פשוט'ער אובער דרייווער פארשטייט דאס פון זיך אליין אבער דער בן תורה וואס דארף דאך כלומפרשט צו זיין טויזענט מאל קלוגער און פארשטענדליכער קען דאס נישט פארשטיין? פשוט גענומען די תורה הקדושה און געמאכט דערפון א גארבידש קען. אנשטאט נוצן די תורה אויף קלוגער צו ווערן נוצט מען עס אויף צו ווערן נאריש, לא זכה נעשית לו סם המוות, אין מה לעשות.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
לאל.ברוך שפינוזה האט געשריבן:מ'האלט אין איין צוריקקומען צו דעם זעלבן פוינט ווייל די צופראסקעטקייט דערפון שפאלט דאך הימלען, יעצט האט דיעס תגובה ...
פונקט פאר א צוויי וואכן צוריק האט א חבר מיינער געהאט צוגאסט אויף שבת א בחור וואס קומט פון א בריסקע משפחה ליידער, אזוי איבער שבת איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איהם אביסל אין לערנען (הגם בריסקע תורות איבלען מיר געפערליך נאך פון מיינע ישיבה יארן, קל וחומר היינט צוטאגס ווען איך זעה in hindsight וואסערע ברעינדעמעדש ס'ברענגט ליידער אן, אבער כ'האב נאכאלץ ליעב פון צייט צו צייט צו שמועסן אזוי ארום-און-ארום אן אריינגיין אין צופיל דעטאלן סתם אביסל אויפצופרישן די גירסא דינקותא, הקיצור) יענער האט געזעהן אז איך ווייס וואס טוט זיך אביסל דארט האט ער באשלאסן מיך איבערצוזאגן א בריסקע שטיקל תורה... האט ער געפרעגט אזוי, שטייט אין משנה שנים אוחזין בטלית יחלוקו, האט ער געפרעגט אז די פסק פון יחלוקו איז דאך כמעט זיכער נישט ריכטיג? (און איך טראכט אזוי צו מיר, מילא די קשיא איז מיר נישט אזוי שווער, אפשר וועט די תירוץ זיין בעסער פון די קשיא...) איז די תירוץ, קודם דארף מען פארשטיין, וואס מיינט דאס אז אן אביעקט איז "דיינס"? דא האט מיין געדולד געפלאצט, אוי האב איך אויסגעגאסן אויף איהם א קיתון של שופכין, וואס זאל איך טוהן, תורא מרתחא בי... האב איך איהם געזאגט, וואס פאר א מין קשיא איז דאס "וואס מיינט אז א זאך איז 'מיינס'"? ווי קען זיין אז א פשוט'ער אובער דרייווער פארשטייט דאס פון זיך אליין אבער דער בן תורה וואס דארף דאך כלומפרשט צו זיין טויזענט מאל קלוגער און פארשטענדליכער קען דאס נישט פארשטיין? פשוט גענומען די תורה הקדושה און געמאכט דערפון א גארבידש קען. אנשטאט נוצן די תורה אויף קלוגער צו ווערן נוצט מען עס אויף צו ווערן נאריש, לא זכה נעשית לו סם
די וועג ווי אזוי איך זע עס, איז אז יעדער איינער פארשטייט זייער גוט וואס איז ''מיינס'', נאר ווען מ'רעדט ווי אזוי ווערט עס ''תורהד'יג'' מיינס, דאס איז שוין אן אנדערע שמועס.
למשל, ווען איך רעדט ווי אזוי מען גנב'עט, מיין איך פשוט, די קאנסעפט פון גנב'ענען. אבער ווען איך גיי רעדן ווי אזוי קען איך סוען א צווייטן פאר גניבה, מוז איך אויפקןמען מיט א לעגאלע סיבה פארוואס יענער איז א גנב, ס'וועט מיך נישט העלפן אויב אלע נארמאלע מענטשן האלטן ווי מיר, ס'מוז זיין לעגאל אויסגעהאלטן.
די זעלבע זאך קענסטו זען ווען מ'רעדט פון פאליטיק למשל קאמעניזם ווס. קעפעטעליזם, גייט מען יא אויסשמעוסן וואס מאכט א מענטש האבן בעלות אויף א זאך, אפילו סתם אזוי פארשטייט עס יעדער, ווען ס'קומט צו לאגיק העלפט נישט צו פארשטיין זאכן וייל א יעדער פארשטייט עס, דו מוז עס קענען צוברעכן אויף קליינע שטיקלעך.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
א שיינע מהלך אין אידישקייט. אבער קאמפליטלי אייגענס!כוואליעס האט געשריבן:די פראבלעם פון די סיסטעם שארף ארויסגעברענגט:
https://youtu.be/s6mCKMea4MM
"אידישקייט איז נישט קיין רעליגיע"
"מ'טוט נאר פאר יענעם"
"די שכר איז נישט די זאך"
פיין און וואויל אבער אין ברייטן דעפינאציע פון אידישקייט פאסט עס נישט ממש אריין לדעתי!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!