היות ס'האבן זיך אויפגעמאכט צוויי אשכולות פאר טראמפ שטיצער, געוועזענע און נאכאלצ'יגע, לאור די לעצטיגע געשעענישן, מאך איך אויף אן אשכול פאר די וואס האבן קיינמאל נישט טועם געווען, אדער לפי דעתנו, זענען קיינמאל נישט פאר'סמ'ט געווארן, מיט טראמפ. איך בין נישט דא קיינעם צו טריגערן און צו פארדריסן. איך וויל נאר הערן פון די וואס האבן נישט געגלייכט, גאר איידל גערעדט, טראמפ וכל המסתעף וויאזוי זיי האבן דורכגעלעבט די פאר יאר זייט זיין אויפשיין אין פאליטיק און וויאזוי זיי שפירן זיך היינט.
איך קען זאגן אז איך האב נישט קיין טראפ פון דאס וואס רופט זיך אויף דייטש, "שאַדנפרוידע", צו זען וואס איז געווארן פון זיין באוועגונג און צו הערן פון אסאך פון זיינע אנטוישטע "חסידים", כאטש ערשטוינט בין איך אויכעט נישט. אן אריינצוגיין בכלל אין דער מהות פון דעם בר נש פון טראמפ און זיין באוועגונג, האבן מיר דורכגעלעבט די לעצטע 6-8 יאר א שגעון וואס האט אנגעכאפט אונזערע קהילות כמעט ווי א כת ש"ץ, און דאס האט שטארק וויי געטון. מיר האבן זיך געביסן די ליפן ביי משפחה שמחות, שול קרעמלעך, גאס'ן קופקעס ווייל נישט שטענדיג איז דער זמן זיך צו קריגן און זיך צו טענה'ן, און ס'איז אויך נישט בא'טעמ'ט צו פארדריסן אנדערע פנים אל פנים. אפילו אן זיך צו טענה'ן, האט וויי געטון צו זען ווי פאר ערוואקסענען מענטשן, פארשטענדליכע מענטשן, תלמידי חכמים, יראי שמים ואנשי מעשה האט פאר אלע, קינד און קייט, אנגעכאפט א רוח שטות איבער זאכן וואס האבן נישט און האבן קיינמאל נישט געהאט מיט אונז אנגעשטעקט. בני אימיגראנטן זענען געווארן הייסע אנטי אימיגראנטן, מענטשן וואס אנטלויפן פון א ביקס כמטחוי קשת זענען גאווארן הייסע פראו-גאן לאבי'איסטן, די וואס גייט ווייניג אן דאס וואוילזיין פון גויים (אין חדר ביים דורכגייען א גוי'ישע בית הקברות האט מען דאך געשאלטן כן ירבו) זענען אנטי אבארשן, כאפערס פון יעדער פראגארם אונטער דער זון זענען אבסאלוט דערגעגן רעגירונג אריינמישונג און נאך און נאך. ועל כולם האט מען ממש געדינט טראמפ, דעם מענטש, און מיט דארשט געשלונגען זיין יעדן ווארט. איך האב געזאגט איך וויל נישט טריגערן און ס'איז איבעריג צו זאגן אפילו נאך איין ווארט.
מיר האבן עס ב"ה איבערגעלעבט כאטש דער געפאר איז נאכנישט פאריבער ועוד ידו נטויה, נאר אויף דערווייל לאמיר הערן וויאזוי איז געווען פאר אייך.
איך האלט אז ס'וועט נאך קומען איבער דעם א דין וחשבון, נישט אין א געריכט, נאר אין אידישקייט און אין דער פארעם פון אונזערע קולטור און אויך אין דער באציונג מיט אונזערע שכנים. דער עולם האט זיך פאר'גוי'שט אין די לעצטע 6-8 יארן מיט ריזיגע שריט, אונזער "וואליוז" זענען געווארן טראמפ וואליוז, מ'רעדט ביי אונז פון "דזודעיאו-קריסטשן" וואליוז כאילו ס'איז אונזער ראשית חכמה ותוצאותיו מי ישורנה. דער וישמן ישורון איז שוין דא, און מיין פחד איז אז דער ויבעט איז ראונד דער קארנער.
טרם אצא אשא כפי נא ונא נישט דאס אויסצוניצן צו פארטיידיגן און באשיצן טראמפ און אנצושעלטן לינקע. איר האט פאר דעם אן א שיעור אשכולות.
דא ווילן מיר רעדן און הערן פון די אשר לא כרעו לטראמפ, פון די שווערע יארן ווען זיין מויער איז געווען אייזן פעסט, ווען זיינע שקרים זענען געווען ביי אונז תורת אמת, ווען אונזערע באליבטע זענען געווארן זיינע באשוואוירענע אנהענגער, ווען זיינע פראפאגאנדיסטן האט מען (און נאך אלץ) געדינט ביי אונז ווי גדולים, און אויך פון דער געפיל היינט נאך ס'איז נתגלה קלונו ברבים, ווען דער לופט איז כאטש אביסל לייכטער געווארן און מען קען אנהייבן צו קומען צו זיך.
ברכיים אשר לא כרעו ל'טראמפ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: ברכיים אשר לא כרעו ל'טראמפ
Wow!
@ליטוואק פון בודאפעסט איז אריינגעקומען לייקן. וואס מאכסטו, מיר האבן דיר שוין אזוי לאנג נישט געזען. קום אריין, לאז דיר הערן.
@ליטוואק פון בודאפעסט איז אריינגעקומען לייקן. וואס מאכסטו, מיר האבן דיר שוין אזוי לאנג נישט געזען. קום אריין, לאז דיר הערן.
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
טראמפיזם במחנינו איז שטארק פארשטענדליך, ווייל מראשית עריסותיכם גלייבט מען אין צווייפלהאפטיגע פארשוינען און מלויפט נאך אמונות טפילות יעדן שני וחמישי אן צופיל אריינקלערן, איז ווען סרוקט זיך אונטער א מטורף ווי טראמפ וואס פארשטייט אביסל וויאזוי צו משחד צו זיין דעם עולם און ווארפט אפאר ביינדלעך, איז גרינג צו פארבלענדט ווערן
סאיז קיין ספק נישט אז רוב עולם גולם איז געווען און צום מערסטענס איז נאך אלץ אינעם טראמפ לאגער, בלויז איינצעלנע יחידים קענען זיך ציילן אינעם קאטאגאריע פונעם פותח האשכול שלא כרעו לבעל, אפילו ביי די אזויגערופענע גדולים און מנהיגים זענען כמעט אלע חסידים פון אותו איש, חוץ עטליכע ווי למשל מהר״א וואס פארמאגט א זעלטענעם אספקלריא המאירה
און יא, ב״ה אז אני הקטן והדל בין נמנה אינעם כלל פון כל הפה אשר לא נשק לו

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
אני הקטן בין אויך בין הנמנים פון די מי להשם אלי ניקעס שלא כרעו להסרחון של טראמפ און לא נכנעו להשקרים של השועל (פאקס).
איך האב אבער נישט קיין כח פאר די בוליינג פון די טראמפיסטן אין ביהמ״ד, דארט כאפ איך אן א סיג לחכמה מהלך.
אויב די עפענסט אן אשכול בלויז פאר נארמאלע מענטשן וועל עך אויך שרייבן דא, בתנאי אז אידן קומען נישט אריין אנפירקלען דעם אשכול און אנצורופן יעדן מיט שמות גנאי וכדו׳.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אינטרעסאנט ווי איך בין רוב מאל ערגעץ אינדערמיט...
איך זעה מעלות און חסרונות אין ביידע - טראמפ און ביידען. (אזוי ווי אין רוב - אדער אלע - מענטשן!)
וואס איך גלייך נישט איז, ווען איינער איז בלינד צו די אנדערע זייט. א מענטש מאכט צו אן אויג צו די חסרונות פון זיין באליבטן פאליטישאן.
האט טראמפ געהאט מעלות? זיכער. קוק אין אנדערע אשכולות ווי מען רעדט פון זיין גוטע לידערשיפ קוואליטיס. פון די פחד וואס די וועלט האט געהאט צו טשעפען אמעריקע. נישט קיין מלחמות, שלום מיט אראבישע לענדער, גאנץ א פיינע עקאנאמיע (קענסט אריינרעכענען ביליגע געז...), און אודאי די אפענע טיר צו אידן, אונזער פערזענליכע בענעפיט מיט רובאשקין בפרט, און די יוסטיץ רעפארם בכלל.
אבער האט ער דען נישט געהאט קיין חסרונות? איז נישט דער מענטש פערזענליך א שאנדע פאר די מענטשהייט? מיט'ן חוזק מאכן און מכנה זיין שם לחבירו אקעגן יעדן וואס האט געזאגט א פיפס אקעגן אים? זיך צוקריגן מיט זיין ווייס פרעזידענט פענס נאכ'ן אים דינען געטריי אזויפיל יאר נאר ווייל ער האט נישט געפילט באקוועם צו פאלגן טראמפ'ס באפעלן? די אלע ווייסע שונאים האבן זיך געשארפט די ציין אונטער זיין זייגער... און נאך און נאך... אבער די חלקים וועסטו נישט הערן פון די טראמפ פענס.
די זעלבע זאך מיט ביידן. איז די מצב רואיגער ווי בעפאר? יא. ער האט אסאך גוטע זאכן געטון. אויב גלייכסטו זיין סופפארט צו אוקראינע איז דאך אודאי גוט... ער איז א נארמאלער דיפלאמאט, נישט א צעיושעטער משוגענער וואס פירט זיך אויף יעדן טאג אנדערש לויט זיין גוסטע... און זיינע סופפארטערס וועלן רעדן פון דעם 24/7. אבער איז ער דען נישט צו אלט וואס האלט אין איין מאכן פארשעמענדע טעותים? גליטשט זיך אויס און טראסקעט... און מאכט ערנסטע פארדרוסליכע טעותים מיט זיינע דעסישאנס, ווי די מלחמה-ענדע אין אפגאניסטאן, די גאנצע מיאוס'ע ליבעראלע אגענדע, און די עקאנאמיע אונטער זיין זייגער (אינפלאציע - העכסטע געז פרייזן - און נאך אסאך), פון דעם רעדן נישט זיינע סופפארטערס.
לאמיר זיך אויסלערנען צו זעהן דאס גאנצע בילד ביי יעדן!
איך ווייס אז נישט יעדן וועט שמעקן מיינע ווערטער, אבער לדעתי איז דאס דער אמת, והאמת ניתן להיאמר.

וירח ה' את ריח הניחוח