ברכיים אשר לא כרעו ל'טראמפ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

ברכיים אשר לא כרעו ל'טראמפ

שליחה דורך צפור בודד »

היות ס'האבן זיך אויפגעמאכט צוויי אשכולות פאר טראמפ שטיצער, געוועזענע און נאכאלצ'יגע, לאור די לעצטיגע געשעענישן, מאך איך אויף אן אשכול פאר די וואס האבן קיינמאל נישט טועם געווען, אדער לפי דעתנו, זענען קיינמאל נישט פאר'סמ'ט געווארן, מיט טראמפ. איך בין נישט דא קיינעם צו טריגערן און צו פארדריסן. איך וויל נאר הערן פון די וואס האבן נישט געגלייכט, גאר איידל גערעדט, טראמפ וכל המסתעף וויאזוי זיי האבן דורכגעלעבט די פאר יאר זייט זיין אויפשיין אין פאליטיק און וויאזוי זיי שפירן זיך היינט.

איך קען זאגן אז איך האב נישט קיין טראפ פון דאס וואס רופט זיך אויף דייטש, "שאַדנפרוידע", צו זען וואס איז געווארן פון זיין באוועגונג און צו הערן פון אסאך פון זיינע אנטוישטע "חסידים", כאטש ערשטוינט בין איך אויכעט נישט. אן אריינצוגיין בכלל אין דער מהות פון דעם בר נש פון טראמפ און זיין באוועגונג, האבן מיר דורכגעלעבט די לעצטע 6-8 יאר א שגעון וואס האט אנגעכאפט אונזערע קהילות כמעט ווי א כת ש"ץ, און דאס האט שטארק וויי געטון. מיר האבן זיך געביסן די ליפן ביי משפחה שמחות, שול קרעמלעך, גאס'ן קופקעס ווייל נישט שטענדיג איז דער זמן זיך צו קריגן און זיך צו טענה'ן, און ס'איז אויך נישט בא'טעמ'ט צו פארדריסן אנדערע פנים אל פנים. אפילו אן זיך צו טענה'ן, האט וויי געטון צו זען ווי פאר ערוואקסענען מענטשן, פארשטענדליכע מענטשן, תלמידי חכמים, יראי שמים ואנשי מעשה האט פאר אלע, קינד און קייט, אנגעכאפט א רוח שטות איבער זאכן וואס האבן נישט און האבן קיינמאל נישט געהאט מיט אונז אנגעשטעקט. בני אימיגראנטן זענען געווארן הייסע אנטי אימיגראנטן, מענטשן וואס אנטלויפן פון א ביקס כמטחוי קשת זענען גאווארן הייסע פראו-גאן לאבי'איסטן, די וואס גייט ווייניג אן דאס וואוילזיין פון גויים (אין חדר ביים דורכגייען א גוי'ישע בית הקברות האט מען דאך געשאלטן כן ירבו) זענען אנטי אבארשן, כאפערס פון יעדער פראגארם אונטער דער זון זענען אבסאלוט דערגעגן רעגירונג אריינמישונג און נאך און נאך. ועל כולם האט מען ממש געדינט טראמפ, דעם מענטש, און מיט דארשט געשלונגען זיין יעדן ווארט. איך האב געזאגט איך וויל נישט טריגערן און ס'איז איבעריג צו זאגן אפילו נאך איין ווארט.

מיר האבן עס ב"ה איבערגעלעבט כאטש דער געפאר איז נאכנישט פאריבער ועוד ידו נטויה, נאר אויף דערווייל לאמיר הערן וויאזוי איז געווען פאר אייך.

איך האלט אז ס'וועט נאך קומען איבער דעם א דין וחשבון, נישט אין א געריכט, נאר אין אידישקייט און אין דער פארעם פון אונזערע קולטור און אויך אין דער באציונג מיט אונזערע שכנים. דער עולם האט זיך פאר'גוי'שט אין די לעצטע 6-8 יארן מיט ריזיגע שריט, אונזער "וואליוז" זענען געווארן טראמפ וואליוז, מ'רעדט ביי אונז פון "דזודעיאו-קריסטשן" וואליוז כאילו ס'איז אונזער ראשית חכמה ותוצאותיו מי ישורנה. דער וישמן ישורון איז שוין דא, און מיין פחד איז אז דער ויבעט איז ראונד דער קארנער.

טרם אצא אשא כפי נא ונא נישט דאס אויסצוניצן צו פארטיידיגן און באשיצן טראמפ און אנצושעלטן לינקע. איר האט פאר דעם אן א שיעור אשכולות.

דא ווילן מיר רעדן און הערן פון די אשר לא כרעו לטראמפ, פון די שווערע יארן ווען זיין מויער איז געווען אייזן פעסט, ווען זיינע שקרים זענען געווען ביי אונז תורת אמת, ווען אונזערע באליבטע זענען געווארן זיינע באשוואוירענע אנהענגער, ווען זיינע פראפאגאנדיסטן האט מען (און נאך אלץ) געדינט ביי אונז ווי גדולים, און אויך פון דער געפיל היינט נאך ס'איז נתגלה קלונו ברבים, ווען דער לופט איז כאטש אביסל לייכטער געווארן און מען קען אנהייבן צו קומען צו זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צפור בודד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר