די מאדנע מעשה פון בלק און בלעם

מחשבה, השקפה ועיון
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

די מאדנע מעשה פון בלק און בלעם

שליחה דורך שמן למאור »

בשעת'ן אויסהערן די ליינען פאריגע וואך פרשת בלק האב איך אביסל צוגעלייגט קאפ צו די מעשה און איינגעזען אז עס ליגט אסאך אינטערסאנטע פונקטן אין די מעשה וואס נישט יעדער באמערקט. אסאך אידן קענען נאר די מעשיות פון די תורה ווייל מען האט עס געלערנט אין חדר, אבער מען לערנט געווענליך פרשת בלק אין די וואכן וואס מען פארט אין קאנטרי, און נישט יעדער האט אזוי קלאר ארויס די מעשה. האב איך געטראכט אז איך וועל נעמען דעם פעדער אין האנט און צולייגן נאך א רינגעלע אין מיינע באשרייבונגען איבער די מעשיות פון חז"ל און באשרייבן די מעשה פון פרשת בלק, אזוי ווי די אנדערע מעשיות פון שמשון הגיבור און פילגש בגבעה. הגם ס'איז נישט נ"ך און זיכער איז דא אסאך וואס קענען שוין די מעשה, דאך האף איך אז כ'וועל עס קענען אויפלעבן און שיין אראפלייגן אזוי אז עס זאל זיין אינטערסאנט פאר יעדעם.

כ'וויל ווידער קלארשטעלן אז אלעס איז נאכגעשריבן בלויז פון חז"ל און פון די פסוקים. ובזה החלי בס"ד.



קאפיטל א'
געווען איז א קעניג וואס האט געהערשט איבער'ן לענדל מואב, געהייסן האט ער בלק. אזוי ווי יעדער, האט ער געהערט די באקאנטע נייעס וואס האט דאן גערידערט א וועלט. א פאלק וואס הייסט 'אידן' האבן זיך ארויסגעריסן פון מצרים מיט וואונדערליכע ניסים, גאט האט זיי געשפאלטן דעם ים סוף, זיי אויסדערוועלט ביים בארג סיני אלס זיין פאלק, און יעצט מארשירן זיי קיין כנען איינצונעמען דאס לאנד.

בלק האט געהערט אז בשעת זיי גייען אויפן וועג, שפאצירן זיי אדורך לענדער און בעטן שיין רשות אדורכצוגיין. זיי האבן למשל געבעטן פון 'אמורי' רשות אריבערצוגיין, די קעניג סיחון האט עס קאטאגאריש אפגעזאגט, און זיי זענען ארויס מיט א מלחמה קעגן די אידן. דער באשעפער האט געהיטן זיין באליבטע פאלק און זיי האבן באזיגט די מלחמה און איינגענומען גאנץ סיחון. יעצט איז בלק געווען אין א שווערע פחד... וואס טוה איך דא??? די אידן קומען באלד צו מיר... וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט זיי? (זעט אויס אז זיין שיין צו די אידן איז נישט געווען קיין אפציע... עס וואלט מעגליך אויפגערעגט זיין פאלק און געפירט צו א פוטש).

איז בלק איינגעפאלן א געוואלדיגע פלאן! אונז האבן דאך דא בשכינות אונזער הייליגע נביא בלעם וואס רעדט כסדר צו גאט, ער האט א כוח צו בענטשן און שעלטן. מיר וועלן אים רופן צו שעלטן די אידן און אזוי וועלן מיר זיי קענען בייקומען!!!

אומר ועושה! ער האט צאמגעשטעלט א חשובע דעלעגאציע, און זיי געשיקט צו בלעם אים צו אפערן דעם פארשלאג.

בלעם האט שיין אויפגענומען די דעלעגאציע, און זיך געזעצט צו א מיטינג צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן. נאכ'ן הערן זייער פארשלאג האט ער געזאגט פאר זיי: "הערטס אויס, ענק בעטן דא זייער נישט קיין פשוט'ע זאך, ענק ווילן אז איך זאל שעלטן די פאלק וואס גאט אליינס האט אויסדערוועלט אלס זיין באליבטע פאלק. אזא זאך קען איך בשום אופן נישט טון אן פריער באקומען רשות פון גאט. ער רעדט געווענליך צו מיר ביינאכט, בלייבטס דא נעכטיגן און איך וועל אנפרעגן גאט, און מארגן וועל איך ענק ברענגען אן ענטפער".

אין די שטילקייט פון די נאכט... גאט באווייזט זיך צו בלעם, און פרעגט אים, "זאג נאר... ווער זענען די מענטשן וואס זענען געקומען איינשטיין ביי דיר"? בלעם האט געזאגט... "אה גוט אז דו פרעגסט, כ'האב דיר טאקע געהאט בדעה צו פארציילן וועגן דעם... זיי זענען דא בשליחות פון בלק, ווייסט וועמען איך רעד פון...? דער קעניג פון מואב... ער וויל איך זאל שעלטן די אידן... וואס זאגסטו צו דעם"?

גאט האט גלייך געזאגט פאר בלעם, "ביזט משוגע? האסט געהאט א הוא אמינא אז כ'גיי דיר לאזן גיין שעלטן מיין פאלק? עם ישראל איז א געבענטשטע פאלק! דו וועסט זיי נישט שעלטן בשום אין אופן! זאלסט זיך נישט דערוואגן צו גיין מיט זיי"!

בלעם איז אויפגעשטאנען אינדערפרי, און געזאגט פאר די משלחת, "אם ווערי סארי, אבער גאט לאזט מיר בשום אופן נישט גיין שעלטן זיין פאלק. כ'מיין, טעקניקלי איז עס א נאו ברעינער, כ'ווייס נישט וואס ענק האבן בכלל געטראכט. גייט צוריק צו בלק און זאגטס פאר ענקער קעניג אז כ'קען אים נישט העלפן".

די משלחת איז צוריקגעקומען צו בלק און אים פארציילט וואס בלעם האט געזאגט. ס'איז א שאד צו פראבירן אויף דעם סטראטעגיע, בלעם קען נאר שעלטן אויב גאט לאזט, און כמובן לאזט נישט גאט שעלטן זיין אויסדערוועלטע פאלק.

בלק האט זיך נישט מייאש געווען. ער איז געגאנגען און צאמגעשטעלט א שענערע דעלעגאציע פון חשוב'ערע מיניסטארן, און זיי צוריקגעשיקט צו בלעם. ער האט זיי געזאגט "זאג פאר בלעם אז כ'וועל אים געבן די גרעסטע כבוד וואס נאר שייך, כ'וועל אים געבן וואס ער וויל, דער עיקר אז ער מוז קומען שעלטן דאס פאלק"!

די נייע גרופע איז אנגעקומען צו בלעם און אים ווידער פארגעלייגט וואס בלק פארלאנגט. בלעם האט זיי געזאגט אין א שטרענגן טאן "האבן ענק נישט פארשטאנען דאס ערשטע מאל?? וויפיל מאל מוז איך איבערזאגן א זאך? אפילו ענק וועלן מיר געבן א גאנצע שטוב אנגעפילט מיט געלט וועל איך נישט קענען שעלטן אויב גאט לאזט נישט! נישטא קיין שום מהלך דאס זאל ארבעטן...!!! אבער... אז ענק רעדן וועגן כבוד און געלט... ווייסטע וואס? בלייבטס דא נעכטיגן, און כ'וועל אנפרעגן גאט, אפשר וועט ער טשעינדזשן זיין מיינד... נאכאמאל, כ'גלייב נישט אז ער וועט געבן רשות, ס'איז דאך זיין פאלק וואס ער האט ליב, און ער האט מיר שוין קלאר געזאגט פאריגע מאל נישט צו גיין בשום אופן... אבער ווייסטעך... אז עס האנדלט זיך פון מיין געלט און כבוד... אפשר וועלן זיך זאכן טוישן"...

גאט האט זיך באוויזן צו בלעם ביינאכט און אים געזאגט, ווייסטע וואס... די חברה רופן דיך... גיי מיט זיי! אבער וועסט נאר מעגן רעדן דאס וואס איך וועל דיר לאזן!

בלעם איז אויפגעשטאנען מיט איין שמחה און געלאפן צום משלחת... און פארציילט, "הערסטע! גאט האט געזאגט אז איך זאל גיין! זאכן האבן זיך זעט אויס געטוישט... שפאן שוין איין די פערדן מיט די אייזלען, גיימיר"!!! די חברה האבן זיך אזוי געווינקען מיט די אויגן... יא יא... מען האט גערעדט פון כבוד מיט געלט און פלוצלונג הייסט אים גאט גיין...


קאפיטל ב'
בלעם האט איינגעשפאנט זיין באליבטע אייזלין וואס ער האט שוין געריטן אויף דעם פאר יארן לאנג, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. גאט איז געווארן גאר בייז אויף בלעם פארוואס ער גייט... (הגם ער איז אים קלאר געקומען אין חלום און געזאגט צו גיין :shock: ) און האט געשיקט א מלאך צו שטערן דעם וועג פאר בלעם.

דער מלאך האט זיך געמאכט זעעדיג נאר פאר דעם אתון אבער נישט פאר בלעם, און זיך געשטעלט פארנט פונעם אייזלין. דער אייזעלע האט געזען אז איינער שטייט אינמיטן וועג, האט זי אפגענייגט פון וועג צו אויסקרויזן דעם שטרויכלונג. בלעם וואס האט נישט געזען וואס גייט פאר האט געשלאגן זיין אייזלין איר צוריקצונייגן אויפן גוטן וועג. אביסל שפעטער איז דער אייזל אריבערגאגאנגען א שמאלע פלאץ וואס האט געהאט ווענט פון ביידע זייטן. דער מלאך האט זיך געשטעלט ביי איין זייט און די אייזלין האט זיך געריקט צו די אנדערע זייט נישט אריינצוהאקן אינעם מלאך. בלעם'ס פיס איז צוקוועטשט געווארן אין די וואנט, און ער האט ווידער אריינגעטיילט שווערע מכות פאר זיין אומשולדיגע אייזלין.

אביסל ווייטער זענען זיי אנגעקומען צו גאר א שמאלע פלאץ, דער מלאך האט זיך דאן געשטעלט אינמיטן וועג און אויפגענומען די גאנצע וועג, מען האט נישט געקענט גיין רעכטס אדער לינקס. די אייזלין האט געזען אז זי איז סטאק, מען קען נישט ווייטער גיין, האט זי אראפגעקניט און געהויערט. בלעם איז געווארן גאר בייז, וואס מאכט זי עפעס קונצן היינט? און ער האט ווידער אריינגעשמיסן שטארקע קלעפ אין זיין אייזעלע.

דאן האט פאסירט א וואונדערליכע זאך!!! דער אייזלין האט זיך געעפנט דאס פיסקל און זיך גענומען צו רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו, זי האט געזאגט פאר בלעם, "וואס האב איך דיר שלעכטס געטון אז דו האסט מיר געשלאגן די דריי מאל"!?!? בלעם האט זיך בכלל נישט דערשראקן פון דעם מאדנעם ספעקטאקל, ער איז בכלל נישט געווען אין א שאק... ער האט זיך נישט געציפט צו זען אויב ער חלום'ט, ער האט גלייך זיך גענומען צוריק'טענה'ן מיט'ן אייזלין כאילו ער טוט דאס שוין פאר יארן, כאילו ס'איז א העכסט נארמאלע ערשיינונג... ער האט איר געזאגט, "וואס הייסט פארוואס כ'האב דיר געשלאגן? דו מאכט חוזק פון מיר, דו גייסט נישט ווי א נארמאלע אייזל היינט, האסט מיר צעקוועטשט דעם פיס, ווען איך האב ווען יעצט א שווערד וואלט איך דיר דער'הרג'עט אויפן פלאץ"!

די אייזלין האט ווייטער גערעדט, "זאג נאר בלעם'ל, איך בין דאך דיין אתון וואס דו רייטסט שוין אויף מיר יארן לאנג, האב איך אפילו איינמאל געטון אזאנס פאר דיר"? בלעם האט געמוזט מודה זיין צום אייזלין אז נישט...

פלוצלונג האט גאט געעפנט די אויגן פון בלעם, און עס האט זיך אים אנטפלעקט דער מלאך וואס איז געשטאנען פארנט פון אים, מיטן אויסגעשטרעקטע שווערד. בלעם האט זיך געביקט ביזן ערד. די מלאך האט מיט א שטרענגע טאן פארגעהאלטן בלעם, "פארוואס האסטו געשלאגן דיין אייזלין די דריי מאל? ער האט אפגענויגט פון וועג ווייל ער האט מיר געזען! ווען ער גייט ווען ווייטער וואלט איך דיר דער'הרג'עט"! (כ'האב נישט קיין השגה פארוואס, מעג מען דען נישט שלאגן אן אייזלין? ער האט דאך נישט געזען קיין מלאך... און גאט האט דאך אים געזאגט צו גיין... :? )

בלעם האט זיך געבעטן ביים מלאך, "אם סארי, כ'האב דאך נישט געזען אז דו שטייסט אינמיטן וועג. איי געס גאט האט דיר געשיקט מיר צו שטערן ווייל ער וויל נישט איך זאל גיין, זעט אויס אז ער האט צוריקגעטוישט זיין מיינד. איך דריי מיך שוין אויס און איך גיי צוריק אהיים און פטור אן עסק". אבער דער מלאך האט אים געזאגט... "נעע, וואס עפעס, קענסט רואיג ווייטער גיין צו בלק, ( :? :roll: ) נאר געדענק אז נאר דאס וואס גאט וועט דיר הייסן, נאר דאס וועסטו קענען רעדן". בלעם האט פארגעזעצט זיין וועג צו מואב.


קאפיטל ג'
בלק האט געהערט אז בלעם קומט, איז ער ארויסגעגאנגען אים מקבל פנים זיין. ער האט שיין אויפגענומען דעם נביא, און אים אויך פארגעהאלטן, "וואס האט דיר גענומען אזוי לאנג צו קומען? מיינסט אונז וועלן דיר נישט קענען גוט מכבד זיין?" בלעם האט קלאר געמאכט פאר בלק, "נאר דאס וואס גאט וועט לאזן נאר דאס וועל איך קענען רעדן". בלק האט אנגעגרייט א שיינע אכסניא פארן מיסטיקער, מען האט אביסל גע'שחט'ן קרבנות, און זיך צוגעלייגט צו שעפן כוחות פארן מארגענדיגע גורל'דיגע טאג.

דעם אנדערן אינדערפרי, די חברה זענען אויפגעשטאנען פרי, און זיך געגרייט צום שעלטעריי... זיי זענען ארויף אויף א הויכע בארג ווי זיי האבן פון דארט געקענט זען א חלק פון די שרעקעדיגע אידן. בלעם האט געזאגט פאר בלק, בוי מיר דא אויף זיבן מזבחות, און גרייט מיר אן זיבן קיען און זיבן ווידערן. (מסתמא קעגן די ז' ספירות...) בלק האט באלד צוגעשטעלט פארן געטליכן מאן זיינע וואונטשן. זיי האבן מקריב געווען א קוה מיט אן איל פאר א קרבן עולה, און דאן האט בלעם געזאגט פאר בלק "יעצט מוז איך אוועקגיין צו א פלאץ ווי קיינער וועט מיר נישט זען, אפשר וועט גאט זיך באווייזן צו מיר און מיר אריינלייגן ווערטער אין מויל".

בלעם איז געגאנגען צו א ווייטערע שטילע פלאץ, גאט האט זיך באוויזן צו אים און אריינגעלייגט ווערטער און מויל. בלעם האט זיך צוריקגעקערט צו בלק און די חברה, און זיך גענומען צו רעדן... אבער... ס'איז ארויסגעקומען ברכות פון זיין מויל... ס'האט געפלאסן ברכות איינס נאכן אנדערן. בלק האט זיך גענומען צו שרייען "וואס גייט פאר מיט דיר?? איך האב דיר געהייערט צו שעלטן די אידן, קומסטו מיר יעצט געבן ברכות"? בלעם האט אבער קלאר געמאכט, "דו ביזט געווען דער וואס האט געדרייט א קאפ אז איך זאל קומען. איך האב דיר קלאר געזאגט אז גאט וועט נישט וועלן אז איך זאל שעלטן די אידן, נאר דאס וואס גאט לייגט מיר אריין אין מויל, נאר דאס קען איך רעדן"!

בלק האט געזאגט, "ווייסטו וואס? כ'האב א פלאן! לאמיר גיין צו א צווייטע בארג!!! אונז וועלן גיין צו א צווייטע פלאץ, אפשר דארטן וועט גאט יא לאזן שעלטן די אידן"... :? בלעם האט אזוי אנגעקוקט בלק, און געזאגט "עעעהם, הער.. איך גלייב נישט אז ס'איז א גרויסע חילוק וואו אונז גייען, גאט האט ליב זיין פאלק און ער לאזט נישט שעלטן, פינטל. אבער אז דו עקשן'סט דיך איין... זאל זיין אזוי, לאמיר טרייען ערגעץ אנדערש"...

זיי זענען אריבער צו א צווייטע פלאץ און ווידער אויפגעשטעלט זיבן מזבחות און מקריב געווען עולות פאר'ן באשעפער. בלעם איז ווידער געגאנגען זיך אפזינדערן און טרעפן גאט, גאט האט זיך באוויזן און אריינגעפאקט ווערטער אין די מויל פון בלעם. ער האט זיך צוריקגעקערט צו בלק... דער עולם איז געשטאנען מיט אנגעשפיצטע אויערן... אפשר יעצט וועט ארויסקומען די לאנג ערווארטעטע קללות... אבער ניין!!! עס האבן זיך ווידער גענומען צו פליסן ברכות...

בלק איז געווארן היסטעריש, און זיך גענומען צו שרייען "סטאפ סטאפ! אז גאט לאזט דיר נישט שעלטן דאן כאטש זאלסטו נישט בענטשן אויך נישט, פארמאך דיין מויל און פארטיג"!!! בלעם האט אבער קלארגעשטעלט... "איים ווערי סארי, אבער דאס איז אלעס געווען דיין עצה, איך האב דיר זייער קלאר געזאגט אז איך קען נאר רעדן דאס וואס גאט זאגט מיר צו רעדן".

בלק האט זיך גענומען צו קראצן זיין שטערן... וואס טוט מען דא... מען מוז דאך פטור ווערן פון די אידן, מען קען נישט לאזן די זאך לויפן, עפעס מוז מען טון... מיטאמאל בליצט אים אויף א מורא'דיגע איינפאל אין קאפ, און ער רופט זיך אן, "הערט מיר אלע איין, עס פאלט מיר איין א געוואלדיגע עצה... לאמיר גיין צו א 'דריטע' פלאץ!!! אפשר דארטן וועט גאט יא לאזן שעלטן!!! :? :roll: :shock: בלעם געט א קוק אן בלק, "וואט די העק? ביסט אינגאנצן משוגע געווארן? האסט דאך געזען אז טוישן פלעצער העלפט נישט, כ'ווייס ניטאמאל וואס דו האסט געטראכט די ערשטע מאל... וואס איז א נפק"מ וואו מען שעלט? גאט גייט עפעס טוישן זיין מיינונג בלויז וועגן אונז גייען יעצט טוישן לאקאציעס?

בלק האט זיך נישט צו טון געמאכט און גענומען בלעם מיט זיין חבריה צו א דריטע בארג, אויפגעשטעלט פרישע זיבן מזבחות און געווארט פאר בלעם'ן צו שעלטן. בלעם איז זיך געגאנגען שפאצירן אויפן בארג, זיינע אויגן זענען געפאלן דארטן ווי די אידן האבן גערוהט, און עס האט אים געכאפט דעם געטליכן גייסט, ער איז שנעל צוריקגעלאפן צו בלעם מיט א פרישע נבואה...

בלק האט זיך שוין געריבן די הענט... יעצט קומט עס שוין זיכער... ענדליך וועט ער שוין שעלטן... אבער... צו יעדעמס באדויער און שאק האט ער זיך ווידער גענומען צו בענטשן! :o בלק איז געווארן געפערליך גערעגט, ס'האט זיך גענומען צו ברענען א גרימצארן אין זיין געדערים און ער האט זיך גענומען צו שרייען, "איך האב דיר גערופן צו שעלטן, און אנשטאט דעם האסטו זיי דריי מאל געבענטשט!!! גיי דיר שוין צו וואו די שווארצע פעפער וואקסט! געמיינט האב איך אז כ'וועל דיר קענען געבן כבוד... אבער זעט אויס אז ס'איז דיר נישט באשערט"... בלעם האט אבער קלאר געשטעלט, "כ'האב נישט קיין השגה וואס דו ווילסט, שוין פאר דיינע שליחים האב איך קלארגעשטעלט אז גאט וויל נישט שעלטן זיינע אידן און נאר וואס ער הייסט מיר זאגן נאר דאס קען איך רעדן".

בלעם האט נאך אספיעט אפצוזאגן נאך אפאר נביאות'ער און איז זיך צוריקגעגאנגען לחיים ולשלום צו זיין היים.

______
וועט איר פרעגן וויאזוי ווייסן מיר פון די מעשה צו זאגן? קיין שום איד איז דאך נישט דארטן געווען דאס מיטצוהאלטן און אראפשרייבן? ס'האט דאך לכאורה אזא פנים ווי די מעשה וואס סאטמאר רב האט פארציילט וועגן די צוויי מחנות פון רויבערס וואס האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דאס אנדערע אינמיטן וואלד און ס'נישט געבליבן ווער ס'זאל פארציילן די מעשה??? טאקע פון דא איז א ראיה אז די תורה איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש!!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

וויאזוי האט נאר דער חוזה געזאגט אויפ'ן ערשטער בעלזער רב'ס מגילה ליינען? "די מעשה האב איך שוין אסאך מאל געהערט, אבער אזוי ווי דעי יונגערמאן לייגט עס אראפ האב איך עס נאך קיינמאל נישט געהערט...!"

און יאפ, יעדעס יאר פון פריש שמייכל איך מיך אונטער ווען דער בעל קורא קומט אהן צו בלק'ס פראסטרעישאן, ס'איז א שטיק קאמישע דראמא ווי דער הייליגע תנ"ך קען נאר!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא האב איך צוגעברענגט:
מי אני האט געשריבן:אלפרעד נארט ווייטהעד האט געזאגט:
The total absence of humor from the Bible is one of the most singular things in all literature
דר. אלכסנדר רופא טענה'ט אז צוביסלעך האבן שפעטערע שרייבערס פארוואנדעלט בלעם פון א נייטראלע כאראקטער אין צו א שלעכטער, און דעריבער איז שפעטער אריינגעלייגט געווארן די מעשה מיט'ן אתון וואס, ווי ער שרייבט:
During this same period, the story of Balaam’s donkey and the angel were added into the Balaam account. As I discuss in my “The Account of Balaam’s Donkey: A Late Polemical Burlesque”, this story was designed to call into question all of Balaam’s best qualities, such as his unique vision and understanding of God, in a burlesque manner designed to elicit laughs from the reader at the prophet’s expense
און חז"ל האבן דאס אויסגעברייטערט נאך מער (סנהדרין קה.) מיט בלעם בא על אתונו וקוסם באמתו ע"ש.

ואגב ידוע הגמרא בב"ב יד: דמשרע"ה כתב ספרו ופרשת בלעם ע"ש ברש"י וריטב"א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיין באשריבן!
פון וואנעט נעמסטו אז א נקיבה אייזל רופט מען אייזלין? :?
וירח ה' את ריח הניחוח
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שמעקעדיג האט געשריבן:שיין באשריבן!
פון וואנעט נעמסטו אז א נקיבה אייזל רופט מען אייזלין? :?
אזוי האט די רבי געטייטשט אין חדר, ביי דיר נישט?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

אז מ'רעדט שוין, כתובת בלעם
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

כ'קען נישט גלייבן אז דו האסט אויסגעלאזט דעם זאפטיגן חז"ל אויף ההסכן הסכנתי.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שמן למאור האט געשריבן:וועט איר פרעגן וויאזוי ווייסן מיר פון די מעשה צו זאגן? קיין שום איד איז דאך נישט דארטן געווען דאס מיטצוהאלטן און אראפשרייבן? ס'האט דאך לכאורה אזא פנים ווי די מעשה וואס סאטמאר רב האט פארציילט וועגן די צוויי מחנות פון רויבערס וואס האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דאס אנדערע אינמיטן וואלד און ס'נישט געבליבן ווער ס'זאל פארציילן די מעשה??? טאקע פון דא איז א ראיה אז די תורה איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש!!
:lol: :lol: :lol:

די פרשת בלעם בכלל שמעקט זייער שטארק פון א שפעטערדיגע מדרש וואס מ'האט שפעטער אריינגעלייגט, ס'איז אינגאנצן נישט די סארט סטייל פון די אנדערע ספרים פונעם Tetrateuch נאר מער אויף די סטייל פון די ספר הישר ערציילונגען. ווי ס'זעהט אויס קומט עס פון אן ענליכן אסכולה ווי דעם ספר הישר נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט זיך עס געמאכט זיין וועג אינעם סאמען ספר במדבר אריין.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

שליחה דורך מן הסתם »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:וועט איר פרעגן וויאזוי ווייסן מיר פון די מעשה צו זאגן? קיין שום איד איז דאך נישט דארטן געווען דאס מיטצוהאלטן און אראפשרייבן? ס'האט דאך לכאורה אזא פנים ווי די מעשה וואס סאטמאר רב האט פארציילט וועגן די צוויי מחנות פון רויבערס וואס האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דאס אנדערע אינמיטן וואלד און ס'נישט געבליבן ווער ס'זאל פארציילן די מעשה??? טאקע פון דא איז א ראיה אז די תורה איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש!!
:lol: :lol: :lol:

די פרשת בלעם בכלל שמעקט זייער שטארק פון א שפעטערדיגע מדרש וואס מ'האט שפעטער אריינגעלייגט, ס'איז אינגאנצן נישט די סארט סטייל פון די אנדערע ספרים פונעם Tetrateuch נאר מער אויף די סטייל פון די ספר הישר ערציילונגען. ווי ס'זעהט אויס קומט עס פון אן ענליכן אסכולה ווי דעם ספר הישר נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט זיך עס געמאכט זיין וועג אינעם סאמען ספר במדבר אריין.
ס'איז דא א תשובה פונעם חתם סופר וואס רעדט פון דעם, כ'מיין די לעצטע תשובה
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:וועט איר פרעגן וויאזוי ווייסן מיר פון די מעשה צו זאגן? קיין שום איד איז דאך נישט דארטן געווען דאס מיטצוהאלטן און אראפשרייבן? ס'האט דאך לכאורה אזא פנים ווי די מעשה וואס סאטמאר רב האט פארציילט וועגן די צוויי מחנות פון רויבערס וואס האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דאס אנדערע אינמיטן וואלד און ס'נישט געבליבן ווער ס'זאל פארציילן די מעשה??? טאקע פון דא איז א ראיה אז די תורה איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש!!
:lol: :lol: :lol:

די פרשת בלעם בכלל שמעקט זייער שטארק פון א שפעטערדיגע מדרש וואס מ'האט שפעטער אריינגעלייגט, ס'איז אינגאנצן נישט די סארט סטייל פון די אנדערע ספרים פונעם Tetrateuch נאר מער אויף די סטייל פון די ספר הישר ערציילונגען. ווי ס'זעהט אויס קומט עס פון אן ענליכן אסכולה ווי דעם ספר הישר נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט זיך עס געמאכט זיין וועג אינעם סאמען ספר במדבר אריין.
די ריטב”א וואס מי אני האט צוגעצייכענט זאגט דאכט זיך (אין תח”י כעת) אז עס איז געווען א עקסטערע ספר בלעם אזויווי ספר הישר, וואס דאס איז די ספר בלעם שמשה כתבו. איז נישט רחוק צו זאגן אז עס איז געווארן אזא קוגל נאכדעם.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

תוהו ובוהו האט געשריבן:
כ'קען נישט גלייבן אז דו האסט אויסגעלאזט דעם זאפטיגן חז"ל אויף ההסכן הסכנתי.
עס איז נישט אזוי ווייט אריינגעקומען אין די מעשה, ס'איז סתם א זייטיגע אנעקדאט אז ער האט געטון מעשה אישות מיטן אתון. אבער האסט א פונקט, אזא זאפטיגן שטיקל וואלט מען אויף עפעס א וועג געדארפט אריינלייגן אין די מעשה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

מן הסתם האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:וועט איר פרעגן וויאזוי ווייסן מיר פון די מעשה צו זאגן? קיין שום איד איז דאך נישט דארטן געווען דאס מיטצוהאלטן און אראפשרייבן? ס'האט דאך לכאורה אזא פנים ווי די מעשה וואס סאטמאר רב האט פארציילט וועגן די צוויי מחנות פון רויבערס וואס האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דאס אנדערע אינמיטן וואלד און ס'נישט געבליבן ווער ס'זאל פארציילן די מעשה??? טאקע פון דא איז א ראיה אז די תורה איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש!!
:lol: :lol: :lol:

די פרשת בלעם בכלל שמעקט זייער שטארק פון א שפעטערדיגע מדרש וואס מ'האט שפעטער אריינגעלייגט, ס'איז אינגאנצן נישט די סארט סטייל פון די אנדערע ספרים פונעם Tetrateuch נאר מער אויף די סטייל פון די ספר הישר ערציילונגען. ווי ס'זעהט אויס קומט עס פון אן ענליכן אסכולה ווי דעם ספר הישר נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט זיך עס געמאכט זיין וועג אינעם סאמען ספר במדבר אריין.
ס'איז דא א תשובה פונעם חתם סופר וואס רעדט פון דעם, כ'מיין די לעצטע תשובה
די חתם סופר זאגט אז די מעשה ווייסט מען נאר וויבאלד עס שטייט אין די תורה
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

שמן למאור האט געשריבן:.
איך קען עס הערן א גאנצע טאג ווילאנג ער גייט אהן מיט די Thou שפראך...
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

שמן למאור האט געשריבן:.
מען דארף מאכן א דיסקלעימער נישט פאר מאמינים דאס לצנות פון דעי טשענעל איז שרעקליך!!

Omg דאנעלד טראמפ זאל נאר וויסן אז אטיאיסטען ניצן עים פאר זייער אגענדע....
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

שפילער האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:.
מען דארף מאכן א דיסקלעימער נישט פאר מאמינים דאס לצנות פון דעי טשענעל איז שרעקליך!!
ער איז בלויז דא (עכ"פ אין דעי ווידיאו) דיר צו מאכן רילייזן אז די תורה איז העכער פון די מענטשליכע פארשטאנד, ולא ישיגוהו משיגי גוף.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

ווי איז הרב פלאי ווען מען דארף עים... איינער געדענקט עים? אפשר ער וואלט געהאט א געהעריגע הסבר מסביר צו זיין די תורה .

איך טראכט אז די גאנצע סדרה איז אזא ענין פון מליצה און א מאווי וואס איז פארגעקימען מיט די יודן אין מדבר. וועגן דעם האבן די מפרשים גענימען די כוח צו מסביר זיין מיט דרך פרדס און סאיז מער בדרך מליצה און פיוט
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מ’דארף רעדן צו עוז והדר זאל אריינלייגן אין זייער תנ’’ך א פירוש שמן למאור...

איך האב געהערט א גוט ווארט פארוואס מ’רופט איינער וואס איז א שוטה, אן אייזל, פארוואס רופט מען פונקט אויף די נאמען פון דעם בעל חי?

ס’שטייט אז די אתון פון בלעם איז באשאפן געווארן בין השמשות די וואך פון בריאת העולם, דאס מיינט אז פאר צוויי טויזנט יאר האט ער געווארט צו קענען רעדן, נאך אזא לאנגע צייט וואלט ער זיך געקענט אנגרייטן א הערליכע דרשה, אז ס’זאל זיך גיסן פערל ווערטער, למעשה ווען ס’איז געקומען צו זיך עפענען דאס מויל האט ער געזאגט אני אתונך! איך בין דיין אייזל! דאס איז די גאנצע וואס דו האסט זיך אנגעגרייט צו זאגן נאכן געבן אזויפיל צייט? ביסטו טאקע אן אייזל...

אין די שמייכל אשכול האב איך געזעהן א ווערטל אז א אינגל האט געפרעגט זיין מלמד וואס מיינט אן אתון? האט ער געענטפערט די ווייב פון א אייזל (ס’איז זיכער נישט געווען שמן למאור’ס מלמד ווייל ער האט עס גערופן א אייזלין...) האט די אינגל געפרעגט וואס הייסט? אייזלען האבן חתונה?

האט די מלמד געזאגט, וואס מיינסטו?! נאר אייזלען האבן חתונה...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די האסט פארגעסן די חלק ווי די סיקרעט סערוויס האט געפרעגט בלעם, ״פארוואס דרייווסטו א קעמערי אייזל און נישט קיין קעדילעק פערד?״, האט בלעם געזאגט אז געווענדלעך דרייוו איך טאקע די קעדילעק אבער ס׳האט זיך צובראכן, האט די אייזל זיך אנגערופן ״איי געס איך בין נישט סתם א קעמערי ווייל as far as I know דרייווסטו מיך קיין סטארבאקס צו קויפן קאפי יעדן טאג :roll:. (רש״י)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די מאדנע מעשה פון בלק און בלעם

שליחה דורך שמן למאור »

ארויפגעברענגט לכבוד פרשת בלק.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט