טאטע פאר 6.1 וואכן

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
אנאנים

טאטע פאר 6.1 וואכן

שליחה דורך אנאנים »

לאנגע שווערע און צומישטע וואכן איז אריבער אויף אונז, פיינעלי נאך א גאר לאנגע זמן, זענען אונז ענדליך אנגעקומען צו מאכן דעם אזוי געגארטן 'טרענספער', וואס פון דארט און ווייטער איז די פראסעס, ביזן האלטן א לעבעדיגע קינד אין האנט, כמעט די זעלבע ווי פאר רוב קאפעל'ס אויפן גאס, איך זאג כמעט די זעלבע, ווייל חוץ א גאנצע רייע מיט ווייטעמינען, פילן און טאבלעטן, און נאך א גאנצע זאפאס פון שארפע כעמיקאלן און שפיזן, גענוג פאר א קליינע ארמיי, יא איז עס די זעלבע.

נאכן טרענספער קומט די 'צוויי וואכן פעריאד', די מערסט נערוועז'סטע 14 טעג וואס איז נאר דא אין א מענטש'נס לעבן, מן השפּה ולחוץ דארף דאס לעבן אנגיין כאילו לא היה, ניטאמאל די אייגענע עלטערן ווייסן אז עפעס בוזשעוועט אונטער די פיס, מען מוז לעבן ווי כאילו דאס לעבן פארט געשמאק ווי א פידל, אבער מען טאר זיך נישט איבערארבעטן, זיך בייגן, טאנצן, עקסערסייז, פארן לאנגע שטרעקעס, אויך נישט וואשן לאנדערי, דער מאן אויב וויל ער עפעס האבן מוז זיך אליינס באפארענען און דעריבער געווענליך אין די צוויי וואכן הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג אין די ליידיגע היים, נישטא קיין סאך וואס צו טון, אמת'דיג גערעדט, נישטא גארנישט וואס צו טון, חוץ דאווענען און זאגן תהילים.

ב''ה, דער אויבערשטער האט געהאלפן, די ווארט צייט איז אריבער, און דער דאקטאר האט געקאלט מיט א גוטע בשורה, די צייט איז געפרוירן געווארן, די בריה האט זיך אפגעשטעלט, מיין ווייב און איך געדענקען פונקטליך די סעקונדע וואס אונז האבן עס געהערט, ביידע זענען אונז געווארן שטום פון שמחה נאר עטליכע טרערן האבן געהאט די כח זיך ארויס צוגליטשן, די ריליף, דאס אפ-אטעמען, די זיך ענדליך קענען ארומדרייען מיט א ביסל רואיגערע נערווען סיסטעם, איז עפעס וואס מען קען נישט מצייר זיין, גייען אונז טאקע אין קארגע 9 חדשים ווערן אנגערופן טאטע מאמע?

נאך יענעם טאג האבן אונז אנגעהויבן פלאנען אונזער קליינע 'בעבי צימער', די פעינט, וואל-פאפיר, די טשאטשקעס, פערניטשער, און אפילו די לינען, נישט אז אונז האבן עס נאך קיינמאל נישט דיסקוסט, אבער יעצט איז עס מיט א ציל, יעצט איז עס פאר איינעם, עכשו איז עס שוין אויף עכט...

אפילו יעצט נאכ'ן ערהאלטן די בעסטע בשורה אין אונזער לעבן, האבן אונז עס נאך נישט געקענט מיט-טיילן מיט אונזערע עלטערן, מען האט געדארפט ווארטן אויך נאך איין וויזיט ביים דאקטאר, און מאכן א סאניגרעהם, און נאר דאן איז עס פולקאם באשטעטיגט, אז יא זי איז פרעגנענט, די עפוינטמענט איז געווען גע'סקעדזשועלט פאר די נעקסטע וואך מאנטאג, אויב האבן אונז געמיינט אז פון יעצט גייט אלעס גיין גלאטיג, האט מען אונז געוויזן פון אויבן, 'איך בין מחליט', ביים וויזיט האבן זיי געזאגט אז מען דארף ווארטן נאך צוויי טעג, ווייל די בעבי דעוועלאפט זיך אביסל שטייטער ווי געראכטן, שוין דארף מען ווארטן נאך א טראפ.

מיטוואך איז אנגעקומען, די פארמיטאג איז אריבער מיט אן איינגעהאלטענע אטעם, אן אטעם וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א געשריי, ווען ענדליך איז די קאול געקומען, אז יא ב''ה אלעס קוקט אויס אין בעסטן ארדענונג, איך מיין אז עס איז נישט וויכטיג צו אויסשרייבן פונקטליך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט ווען אונז האבן מבשר געווען פאר אונזערע עלטערן די פרייליכע בשורה, גענוג צו זאגן טייכן טרערן האבן זיך געגאסן.

פונקט ווי די מעדיקעשינס ענדיגן זיך נישט איינמאל מען איז פרעגנענט, ענדיגט זיך נישט די וויזיט'ס אין שפיטאל און ביים דר. אפיס , טאקע ווייל דאס קינד איז אזוי טייער ברויך מען עס גוט אפהיטן, און האלטן אן עיני פקיחה אויף יעדע שטאפל פון די דעוועלאפמענט, ביי די דריי וואכן מארק זענען אונז אריבער צום לאבערטאריע, פאר א -וואס וואלט געדארפט זיין - רעגולער וויזיט זעהן וויאזוי עס אנטוויקלט זיך, און פארשרייבן ווייטערדיגע מעדעצינען, די נור'ס זיכט און נישטערט און קרימט מיט די נאז, זי האט נישט געדארפט רעדן אז אונז זאלן פארשטיין אז עס נישט ווי עס דארף צו זיין, זי איז ארויס, געגאנגען רופן די הויפט נור'ס, איינער מיט וועם אונז זענען - צוליב די אומשטענדן - גוט באקאנט, זי האט נישט געדארפט קוקן צו לאנג, פארן זאגן דאס וואס אונז האבן אזוי שטארק מורא געהאט, זי זעהט גארנישט!

זי זאגט אונז אז לויט די פראצעדור, וואלט מען געדארפט האלטן ביי 6.3 וואכן, למעשה לויט די HCG לעוועל איז מען נאר ביי 6.1, וואס דאס אליינס וואלט געווען א סיבה צו סעלעברירן, אבער זי זעהט גארנישט, עס איז ליידיג.......הילד אנני.
זי האט אונז פרובירט מחזק צו זיין, אז עס איז נישט עק וועלט, און ביי זעקס וואכן איז נארמאל נאך נישט צו זעהן הארץ קלאפן, וואס איז אמת, אפילו 7.2 איז נאך אויך נארמאל, אבער פארוואס ביי אונז? פארוואס קענען זאכן נישט גיין גראד און גלייַך ביי אונז, פארוואס דארפן אונז זיך אזוי מוטשען? :אויוויי:

נ.ב.און צו גיסן זאלץ אויף די וואונדן האט מיין צווייטע יונגערע שוועגערין געהאט א קינד די וואך.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

I'm sorry for what you are going through
האסט מיר געהעריג גענומען אויף א רייד, שטייטע הארץ קלאפענישן און דערנאך שנעלע און צוריק שטייט און נאכדעם נאך שנעלער. נאר פון עס לייענען פיהל איך אזוי קען איך מיר אפילו נישט פארשטעלען וויאזוי עס פיהלט צו עס עקטשולי דורכגיין. :קראץ:

איך האף צום רבש"ע ער וועט ענק ביידע גיבן די כוחות הנפש און הרחבת הדעת ביזן זיין ענדגילטיג אויפגעראכטן.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך ווייס נישט וויפיל עס וועט דיר העלפן צו וויסן, אבער כ'וויין מיט. :cry:
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
Yesh
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

שליחה דורך Yesh »

מקען נישט געניג מיטוויינען.
באניצער אוואטאר
פינקע בלומען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2023 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך פינקע בלומען »

Wow wow,

איך בין עכט emotional פאר ענק, ה' זאל ענק געבען די שטארקייט צו דורך גיין אלע 3 trimester
אי"ה שמחות בקרוב
קלמישל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קלמישל »

איך וויין מיט דיר.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טאטע פאר 6.1 וואכן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'שפיר אזוי שלעכט פאר ענק. זאל שוין גאט זיך באניצן מיט רחמנות צו ענק. גענוג געליטן!!!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
לשובע ולא לרזון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2023 12:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך לשובע ולא לרזון »

:cry:
נאר דער אייבערשטער קען ענק טרייסטען, און ער זאל ענק שוין טאקע אויפרעכטען בקרוב.
איך זאג תהלים פאר דיר.
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

איך דארף ווען מיטשפירן, אבער איך קען ליידער נישט, ווייל....

יארן צוריק ווען מיין ווייב איז געווען אויס-מענטש אז א יאר נאך די חתונה איז נישטא קיין אויסזיכטן בדרך הטבע און אפילו איך האב זיך נישט געוואלט יאגן (איך האב געהאלטן אז די מערידזש האט נאך היבש אביסל ארבייט פאר מיר זענען גרייט אויף די אחריות פון מגדל זיין נפשות) איז אבער מיין ווייב געווען זייער דעספערעט און מ׳האמיר זיך געוואנדן צו ׳בוני-עולם׳ וכו׳ און נאך סעריעס פון פארטאגס וויזיטס ביים דאקטער זענען מיר געהאלפן געווארן מיט א קינד וואס איז אצינד קרוב צו די שמונה עשרה לחופה און לפי זיין/אירע מענטל קאנדישען איז ער/זי נישט ראוי חתונה צו האבן :cry:

די פראבלעמען מיטן קינד איז לכאורה א דירעקטע תוצאה פון עלטערן וואס זענען נישט געווען גרייט צו האדעווען א קינד בבחינת נפשיות ובענין שלום בית, וד״ל.

זאת ועוד, אז נאך דעם קינד׳ס געבורט איז די פערטילעטי פראבלעם נעלם געווארן עד כדי כך אז עפעקטיוו בירט-קאנטראל איז יעצט די אישו אויפן טיש מיט וואס מ׳דארף זיך ספראווען
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

אינטרעסאנט, איך האב אן ענליכע ערפארונג.

איך האב געווארט א פאר יאר צו האבן קינדער, און מיט אביסל מעדיקעישען איז מיר געבוירן געווארן א בכור. דערנאך איז מיר געבוירן געווארן א גאנצן שבט. דער ערשטע איז א טאג טעגליכע פראבלעם, און ער האלט שוין ביי די זעכצן יאר. ער איז ארויס פון שטוב אין א ישיבה, ווי ער לערנט פלייסיג, אבער אויסקומן מיט אנדערע פארשטייט ער א רעטעך, און מיר האבן זיך געמוטשען מיט אים זייט ער איז א קליין קינד. איך קלער אייביג צו זיך, נישט אויסזאגענדיג צום שטוב פארשטייט זיך, צו די טריעטמענט קינדער האבן אייביג א פראבלעם וואס איז פארבונדן מיט די טריעטמענט, אדער איז עס א צופאל.
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

אנאנים האט געשריבן:אינטרעסאנט, איך האב אן ענליכע ערפארונג.

אקעי... כ׳קען זיך נישט איינהאלטן!
די רעדע ביי מיר איז פון א 16 יעריג מיידל און די מענטל דיסארדער וואס כ׳האב גערעדט איז טאקע אט דאס, זיך נישט אויסקומען מיט אנדערע, אזא נארסיסיט בחינה און יא מיר האבן זיך געמוטשעט מיט איר זייט זי איז קליין
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: טאטע פאר 6.1 וואכן

שליחה דורך טמיר »

כ'פארשטיי נישט פונקטלעך די מעשה. ווי עס איז זעהט אויס פון דיין שרייבן איז נארמאל עס זאל זיין "הילד איננו" ביי די 7 וואכן. טא מה כל הרעש? פארוואס נישט ציווארטן אביסל און דערנאך אריינקומען מיט די פרייליכע בשורה?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

חוץ פון מיטוויינען און מתפלל זיין אז די קומענדיגע זאל אי''ה יא געלונגען, האב איך נישט וואס צו זאגן.
נעם אן א ווירטיאול האג פון א חבר וואס פארשטייט דיך נישט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

טמיר האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט פונקטלעך די מעשה. ווי עס איז זעהט אויס פון דיין שרייבן איז נארמאל עס זאל זיין "הילד איננו" ביי די 7 וואכן. טא מה כל הרעש? פארוואס נישט ציווארטן אביסל און דערנאך אריינקומען מיט די פרייליכע בשורה?
דאס איז אנאנים 1
איך האב געזעהן פון אנדערע אויך אז מען האט נישט גוט פארשטאנען, ליידער האלט מען שוין לאחר המעשה, it's over ווי מען זאגט, 7 וואכן ביי א נארמאל געזונטע פרעגנענסי איז די שפעטסטע וואס מען הערט עפעס, דא זעהט מען שוין אז עס איז גענדיגט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אנאנים האט געשריבן:
אנאנים האט געשריבן:אינטרעסאנט, איך האב אן ענליכע ערפארונג.

איך האב געווארט א פאר יאר צו האבן קינדער, און מיט אביסל מעדיקעישען איז מיר געבוירן געווארן א בכור. דערנאך איז מיר געבוירן געווארן א גאנצן שבט. דער ערשטע איז א טאג טעגליכע פראבלעם, און ער האלט שוין ביי די זעכצן יאר. ער איז ארויס פון שטוב אין א ישיבה, ווי ער לערנט פלייסיג, אבער אויסקומן מיט אנדערע פארשטייט ער א רעטעך, און מיר האבן זיך געמוטשען מיט אים זייט ער איז א קליין קינד. איך קלער אייביג צו זיך, נישט אויסזאגענדיג צום שטוב פארשטייט זיך, צו די טריעטמענט קינדער האבן אייביג א פראבלעם וואס איז פארבונדן מיט די טריעטמענט, אדער איז עס א צופאל.
אקעי... כ׳קען זיך נישט איינהאלטן!
די רעדע ביי מיר איז פון א 16 יעריג מיידל און די מענטל דיסארדער וואס כ׳האב גערעדט איז טאקע אט דאס, זיך נישט אויסקומען מיט אנדערע, אזא נארסיסיט בחינה און יא מיר האבן זיך געמוטשעט מיט איר זייט זי איז קליין
אפשר קען איך זיין שדכן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

אנאנים 1: מיינע אויגן זענען נאס!!!

יעצט די פנים אויכעט!!!

כ'גיי דאווענען פאר דיך, הגם כ'האב שוין נישט גערעדט מיט אהים א לאנגע צייט. אבער כ'גיי זיך אויסטענה'ן פאר דיך. ס'קומט זיך פאר דיך אזא זיסע קינד. ס'זאל שוין זיין שמחנו כימות עיניתנו!!!
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

אנאנים האט געשריבן:אינטרעסאנט, איך האב אן ענליכע ערפארונג.

איך האב געווארט א פאר יאר צו האבן קינדער, און מיט אביסל מעדיקעישען איז מיר געבוירן געווארן א בכור. דערנאך איז מיר געבוירן געווארן א גאנצן שבט. דער ערשטע איז א טאג טעגליכע פראבלעם, און ער האלט שוין ביי די זעכצן יאר. ער איז ארויס פון שטוב אין א ישיבה, ווי ער לערנט פלייסיג, אבער אויסקומן מיט אנדערע פארשטייט ער א רעטעך, און מיר האבן זיך געמוטשען מיט אים זייט ער איז א קליין קינד. איך קלער אייביג צו זיך, נישט אויסזאגענדיג צום שטוב פארשטייט זיך, צו די טריעטמענט קינדער האבן אייביג א פראבלעם וואס איז פארבונדן מיט די טריעטמענט, אדער איז עס א צופאל.
אינטערסאנט פאר מיר אז איך האב אויך אזא קינד מיט אן ענליכע סארט פראבלעם
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אנדערע יעצט הער איך אז עס איז נישט קיין צופאַל
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

אנאנים האט געשריבן:
אנאנים האט געשריבן:אינטרעסאנט, איך האב אן ענליכע ערפארונג.

איך האב געווארט א פאר יאר צו האבן קינדער, און מיט אביסל מעדיקעישען איז מיר געבוירן געווארן א בכור. דערנאך איז מיר געבוירן געווארן א גאנצן שבט. דער ערשטע איז א טאג טעגליכע פראבלעם, און ער האלט שוין ביי די זעכצן יאר. ער איז ארויס פון שטוב אין א ישיבה, ווי ער לערנט פלייסיג, אבער אויסקומן מיט אנדערע פארשטייט ער א רעטעך, און מיר האבן זיך געמוטשען מיט אים זייט ער איז א קליין קינד. איך קלער אייביג צו זיך, נישט אויסזאגענדיג צום שטוב פארשטייט זיך, צו די טריעטמענט קינדער האבן אייביג א פראבלעם וואס איז פארבונדן מיט די טריעטמענט, אדער איז עס א צופאל.
אינטערסאנט פאר מיר אז איך האב אויך אזא קינד מיט אן ענליכע סארט פראבלעם
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אנדערע יעצט הער איך אז עס איז נישט קיין צופאַל
if only we can see what others are hiding from me, and what I so desperately try to hide from them. and we all have a smile on our face and a broken heart from inside...
in a perfect world we would have the courage to share with each other and help out each other...

and to you anunim my heart is shattered for your situation and I'm praying for you to be able to share only simchos!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טאטע פאר 6.1 וואכן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אנאנים האט געשריבן:אינטרעסאנט, איך האב אן ענליכע ערפארונג.

איך האב געווארט א פאר יאר צו האבן קינדער, און מיט אביסל מעדיקעישען איז מיר געבוירן געווארן א בכור. דערנאך איז מיר געבוירן געווארן א גאנצן שבט. דער ערשטע איז א טאג טעגליכע פראבלעם, און ער האלט שוין ביי די זעכצן יאר. ער איז ארויס פון שטוב אין א ישיבה, ווי ער לערנט פלייסיג, אבער אויסקומן מיט אנדערע פארשטייט ער א רעטעך, און מיר האבן זיך געמוטשען מיט אים זייט ער איז א קליין קינד. איך קלער אייביג צו זיך, נישט אויסזאגענדיג צום שטוב פארשטייט זיך, צו די טריעטמענט קינדער האבן אייביג א פראבלעם וואס איז פארבונדן מיט די טריעטמענט, אדער איז עס א צופאל.
קלאר אז נישט. וואס דו קענסט יא זאגן, אז די קינדער וועלכעס קומען דורך טריעטמענט זענען אסאך מער געספויעלט ווי סתם קינדער, אבער צו זאגן אז זיי פארמאגן מער פראבלעמען ווי אנדערע איז הוילע איינרעדעניש. אדרבה אז דו האלסט אז יא, ניתי ספר ונחזי, לאמיר זעהן צו ס'דא סטאטיסטיקס דערויף. אדער ערענסטע סטאדיס דערוועגן

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

איך בין אנאנים ג', דער וואס האט א בחור א בן 16.

מיין בחור לערנט אין א נארמאלע ישיבה, ער האט חברים, און ער לערנט בהתמדה. ער האט אבער כסדר פראבלעמן מיט אנדערע. ער איז א פרומער, ממילא האלט ער זיך אסאך איין, אבער נישט מיט די אלגעמיינע אינסטינקט וואס נארמאלע מענטשן האבן אז יענער איז אויך א מענטש.

בקיצור, ער איז נישט קיין 'קעיס', נאר א סבה אז איך מוז ארבעטן. יעצט גייט ער צו א יונגערמאן איין מאל א וואך, ווי זיי זוכן אויס עצות. דער בחור וויל אליין עצות דערפאר, ווייל ער זעט איין אז אזוי קען ער נישט לעבן.

לגבי די שייכות מיט טריעטמענטס, ווייס איך בכלל נישט צו עס האט א שייכות. ביי מיר אין געוויסן דרייט זיך אזא מחשבה אז עפעס דארט איז אנדערש ווי אנדערע קינדער, און דאס קען זיין צוליעב טריעטמענטס. דער אמת איז, דער קינד האט געווייל פינף טעג אין די NICU, און ער איז געלאזט געווארן דארט אליין איבער א שבת. דערנאך איז ער אהיים געקומן מיט א apnea monitor פאר א פאר מאנאטן, און זיין מאמע האט געהאט low-grade PPD, וואס אביסל מעדיקעישען האט קעיר גענומן.
גיי ווייס צו איינער פון זיי האט א שייכות צונישט.

אפשר זאל מען פרעגן ביי שלמה באכנער וכדו' צו ער ווייסט פון אזא מציאות.
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

אנאנים האט געשריבן:איך בין אנאנים ג', דער וואס האט א בחור א בן 16.

דאס איז אנאנים 1.

ווי ווייט איך האב זיך נאכגעפרעגט און נאכגעקוקט, איז נישטא קיין שום קאנעקשן פון IVF צו שפעטער'דיגע פראבלעמען, קיינער קען נישט טרעפן אזא שטודיע אדער עקספערימענט.
וואס איך ווייס יא איז אז די אנטי וועקסער'ס זיי זענען די וואס פארשפרייטן די מיני שמועס, און דאס איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מ'וועט זעלטן זעהן טאטע'ס און מאמע'ס פון IVF קינדער ארויס קומען אין פובליק.
גאסט

שליחה דורך גאסט »

אבער עס קומען ארויס סטאדיס אז אסאך emotional פראבלעמען פון קינדער קומען פון די מאמעס סטרעס/ענקזייעטי וכו' בשעת'ן ווארטן. ממילא קען זיין דא שטעקט עס.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: טאטע פאר 6.1 וואכן

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

גאסט האט געשריבן:אבער עס קומען ארויס סטאדיס אז אסאך emotional פראבלעמען פון קינדער קומען פון די מאמעס סטרעס/ענקזייעטי וכו' בשעת'ן ווארטן. ממילא קען זיין דא שטעקט עס.
ברענג אהער אזא שטודיע
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
פארשפארט