נארסיסטיק גאט חלילה?
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
נארסיסטיק גאט חלילה?
ס'דריקט מיך אויפן הארץ.
כ'נעם די גאטס אריינצוברענגן מיין עלעפאנט אין די צימער.
ווייל ס'דערווייטערט מיך פון רעליגיע, כ'קען באשטיין צו וויסן אז ס'איז אמת, גוט, און מעשה השם.
----
די תורה לייגט אראפ אונזער באשעפער ווי א נארסי..
ער זאגט זיינע הערליכע י"ג מידות ווי גוט ער איז
אבער כי לא ינקה דער וואס פארשוועכט זיין כבוד
ער איז אזוי גרויס ער דארף נישט קיינעם
אבער דארף אונזער אטענשען יעדע מינוט אין טאג
משלים, דוגמאות, זענען אהן א שיעור
כ'זיך באמת א תירוץ
אבער די תירוץ זאל נאר נישט זיין: מ'קען נישט פארשטיין. ווייל דאס איז אויך איינע פון נארסיסטיק טרעיט'ס
ווי אויך ביטע קומט נישט מיט קיין היץ.
דעי קשיא רייסט מיך גענוג
ס'איז שוין צייט אונז זאלן וויסן ס'איז תורת אמת דורך אהים, און נישט סתם זאגן אז מ'גלייבט ווייל אפשר דאך איז עס אמת.
אבער אפשר איז צו שפעהט פאר א נייע מעמד הר סיני
צו דען וועט ער נאכאמאל זאגן מ'מעג רעיפן ביי כי תצא למלחמה?
וועט ער זאגן לא תחיה כל נשמה, הארגע א יעדעם און באקום א לאנד?
וועט ער זאגן פרשת עבדים?
קען מיך איינער העלפן? פליז!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
ס'פאנגט זיך אן?...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שעפטי, שוין צייט פאר א צווייטע טריפ...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
די קשיא און די דריקעניש איז נישט נאר דיינס, טאקע נישט א יעדער וועט זיך דערוואגן אריינצוברענגען זיין עלעפאנט אין די רום, אבער זייער אסאך מענטשן האָבן דעם עלעפאנט באהאלטן ערגעץ.
איך האב אמאל געשריבן אדער עס געזעהן (זכּרון איז א גנב) אויף דעם ענין א מאמר.
דער פשוט'ער ענטפער איז אז דער רבוש"ע כביכול דארף פון אונז קליינע מענטשעלעך גארנישט. נישט אונזערע מצות, נישט די כבוד וואס ער פארלאגט, און וואס אימער מיר געבן אים. און אונזערע עבירות שטערט פאר כביכול פיזיקעלי גאָרנישט. אבער פארט וויל ער די זאכן פון אונז.
זיין ווילן מיט אונזער ווילן זענען צוויי אנדערע טייטשן, איך מיין, אויב וועט מען אביסל בעסער פארשטיין וואס רצון מיינט ביים רבוש"ע, וועט דער עלעפאנט קענען ארויסגעריקט ווערן. אולי.
אונזער רצון איז תמיד געוואנדן אין א חסרון ד.מ. מיר ווילן עפעס ווייל דער זאך וואס מיר ווילן פעהלט אונז, אבער דאס ווארט "וועלן" ביים רבוש"ע, ה' רצה בנו, האט עטוואס אן אנדערע באדייט. נישט אז כביכול וויל עפּעס וואס ער האט נישט, אדער קען נישט צו דעם אנקומען, און דערפאר וויל ער עס. ווייל מיר גלייבן באמונה שלימה (דאס איז דאך נישט דער עלעפאנט) אז דער בורא כל העולמים איז א כל יכול, קען אלעס, האט אלעס, און זיין וועלן מיינט נישט אז ער איז מזוקק און גארט צו עפעס וואס איז אוט פון זיין ריטש Out of his reach.
אבער דאס אז דער רבוש"ע כביכול האט א ווילן קען מען אויך נישט אפפרעגן ווייל עס שטייט דאך רצה הקב"ה לזכות את ישראל, און אויכעט זאגט דער רבוש"ע מלך מלכי המלכים הקב"ה וויל אז מיר אידן זאלן אים מכבד זיין און מכבד זיין דעם שבת, און נאך אסאך ווילן'ס וואס דער רבש"ע האט. אבער די חסרון ווערט נישט ערפילט ווען זיין ווילן ווערט ערפילט ווייל חסרון איז נישטא.
ווי דער דרך חיים איז מסביר די משנה אין אבות פרק ג' משנה ז': "תן לו משלו - אל תאמר שבשביל שהשי"ת צריך אל האדם לכך הוא נמצא עם האדם. כי אין הקב"ה צריך שיתן לו האדם (דבר) שהרי הכל הוא אל השי"ת".
עס ווערט געשריבן אין ספר אדיר במרום, חלק א': אמת הוא שאינו נצרך לבריותיו אלא בריותיו חסרים (והוא שלם ומשולל כל חסרון) וזהו באמת סוד גדול... והוא סוד "אם צדקת מה תתן לו, ואם חטאת מה תפעל בו" (איוב ל"ה ז').
איז וואס וויל ער יא, און פארוואס וויל ער דאס?
די ווארט רצון ביים רבוש"ע וועט בע"כ מוזן מיינען אז ער האט א געוויסע אהבה צו אונז, און דערפאר וויל ער אונז געבן די הטבה וואס עס קומט בדרך הטבע ווען זיין רצון ווערט געטוהן. אפי' די מצות וואס ער האט אונז געגעבן איז נישט געמאסטן לויט די כוחות פונעם רבוש"ע נאר לויט אונזערע כוחות און פארשטענדעניש. אויב וועלט עס געווען פאר זיינעט וועגן וואלט עס געדארפט זיין מיט מדריגות וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם קענען אפי' דערגרייכן.
עס איז דא א מדרש רבה במדבר קאפיטל י"ב פיסקא ג': כיון שאמר הקב"ה ונתנו איש כופר נפשו, אמר משה, מי יכול ליתן כופר נפשו. אמר לו הקב"ה איני מבקש לפי כוחי אלא לפי כוחן. וכן בשעה שאמר הקב"ה צו את בני ישראל את קרבני לחמי לאישי, אמר משה מי יכול להספיק להקריב קרבנות אם אנו מקריבין לפניו כל חיתו שדי, ועורכין כל עצי לבנון אינו מספיק לו לפי גדולתו. זאגט דער מדרש, דער רבוש"ע האט געענטפערט די זעלבע תירוץ, נישט לפי גדלי נאר לפי כוחו.
זאגט דער מדרש ווייטער, ועשו לי מקדש ושכנתי וגו', האט משה געפרעגט די זעלבע קשיא, מי יכול לעשות מקדש שהשכינה ישכון וישרה שכינתו בה? אפי' שלמה המלך ווען ער האט געבויעט דאס ביהמ"ק האט געזאגט הן השמים ושמי השמים לא יכלכלוך אף כי הבית הזה אשר בניתי לא יכול לך, ווי אזוי איז בכלל שייך צו בויען א בית ה'? ווייטער איז געקומען די זעלבע ענטפער, לפי כוחך, נישט מיין כח. דער באשעפער זאגט, איך בעהט נישט מער ווי צוואנציג ברעטער אויף צפון און דרום און אכט ברעטער אויף מערב וכו', און אין דעם וועל איך משרה זיין די שכינה פאר ענקערט וועגן (מיינעט וועגן).
עס איז דא א שפת אמת (במדבר בהעלותך תרמ"ז) וואס איז די אויבנדערמאנטע הסבר זייער שיין מסביר ע"ש.
איצטערט ווען מען פארשטייט די נפק"מ פון די צוויי וועלן'ס, איינס איז 'דארפן', 'א צורך', און איינס איז 'וועלן', 'אָן א צורך', ווייל דער מלך האט אלעס, אז מען איז זיך מעיין אין דעם קען מען אנהייבן טראכטן פון ארויסרוקן דעם עלעפאנט צוביסלעך.
דער רמב"ם הל' יסודי התורה סימן א' הלכה ט' פרעגט שוין דיין קשיא פארוואס די חז"ל לייגן עס אראפ ווי דער רבוש"ע דארף לצורך חסרון וואס ער האט כביכול. דער רמב"ם ענטפערט דארט אז די תורה שרייבט כלשון בני אדם לסבר את האוזן, יד ה', אצבע אלוקים, אזני ה', וכדו', אז ווען דער מענטש זאגט און רעדט פון דעם באשעפער זאל ער אביסל קענען רילעטן צו וואס ער זאגט.
נאך אלעס זאגט דער רמב"ם אין די 13 אני מאמין'ס: אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל. איז אויב אזוי וואס העלפן די לשונות בנ"א אז באותו מאמר זאגט ער אז מען קען נישט פארשטיין אפי' מיט די לשון בני אדם אז א מענטש זאל קענען רילעיטן ווען ער קען נאך אלץ נישט פארשטיין.
האב איך געקלערט (קען זיין געזעהן, איך דענק נישט) אז אפי' מיר קענען עס נישט פארשטיין אבער נאך וואס די מח מאלט זיך א בילד און ער רילעיט דערצו מיט א וויזיע, דאן קען ער מקרב זיין צו זיין לב די הרגשה און צוביסלעך וועט דאס הארץ איבערנעמען די וויזיע און די וויזיע וועט בכלל נישט אויספעלן מער, ער וועט קאנעקטן מיט'ן הארץ, און דארט וועט ער שוין נישט פרעגן די קשיות, ווייל די אהבה וועט ווערן א קאנעקשאן וואס ער וועט פיהלן, און די פארשטאנד וועט ווערן א פיזישע געפיל.
די מצוות ה' הייבט אונז צו א העכערע גייסט וואס די 'רוצה בנו' ווערט אן אהבה, א בענקעניש, ממש אן אייגענער פיזישער מציאות וואס מאכט אונז שפירן אז דער רצון ה' איז טאקע אויך נאר ווייל דער רבוש"ע האט אן אהבה צו אונז און די אהבה וועט צוריק שפיגלען כמים פנים אל פנים וכו', ווי שלמה המלך זאגט אין שיר השירים "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה".
איך האף אז די ווערטער ווארפט אריין עטוואס חומר צו טראכטן אין א דירעקציע וואס ווייזט אז עס איז טאקע יא א-ל רחום וחנון, לאו דוקא נארסעסיזם.
די מאמר ווערט געשריבן פארנדיג אין קאר, עס קען נאך זיין אסאך לענגער און קלארער, אבער איך קען נישט איצטערט מער. ביטע לאז וויסן אויב עס ברעכט א טראפ אריין אין די עלעפאנט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
תירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה, קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לייביש, דו שרייבסט הערליך שיין, אבער כמדומה באציהסטו זיך צו אן אנדערע קשיא ווי דאס וואס דער פותח האשכול האט געפרעגט. דער פותח האשכול האט געשטערט אז עס זעט אויס פון אסאך פסוקים אז גאט פירט זיך אויף נארסעסיסטיש ח"ו, ער פארלאנגט כבוד, לא ינקה אויב מען פארשוועכט זיין כבוד, ער דארף אונזער אטענשאן יעדע מינוט, וכ' וכ'. איך האב נישט געזען אין דיין לאנגע תגובה וואו דו באנעמסט זיך צו די קשיא.לייביששרייבער האט געשריבן: איז וואס וויל ער יא, און פארוואס וויל ער דאס?
די ווארט רצון ביים רבוש׳׳ע וועט בע׳׳כ מוזן מיינען אז ער האט א געוויסער אהבה צו אונז, און דערפאר וויל ער אונז געבן די הטבה וואס עס קומט בדרך הטבע ווען זיין רצון ווערט געטוהן. אפי׳ די מצות וואס ער האט אונז געגעבן איז נישט געמאסטן לויט די כוחות פֿונעם רבוש׳׳ע נאר לויט אונזערע כוחות און פארשטענדעניש. אויב וועלט עס געווען פאר זיינעט וועגן וואלט עס געדאַרפֿט זיין מיט מדריגות וואס זענען העכער ווי די פשיטי עם קענען אפי׳ דערגרייכן.
דו באהאנדלסט א צווייטע קשיא אינגאנצן, און דאס איז, אויב גאט איז מושלם, ער דארף גארנישט, דאן וואס איז פשט אז מען טרעפט אין געוויסע פלעצער אז ער האט א רצון? רצון איז דאך פשט אז עס פעלט פון דער וואס וויל עפעס.
אויף דעם ענטפערסטו אז עס איז א צווייטע מין רצון, נישט קיין רצון פון א חסרון. נאר ענדערש א רצון וואס קומט פון אן אהבה.
אויף דעם וויל איך פארשטיין אזוי, לכאורה די סארט רצון איז אויך פון א חסרון, נישט אזוי? אז גאט האט באשאפן א וועלט איז פשט אז ער האט עס געוואלט באשאפן. פארוואס האט ער געוואלט באשאפן? וועסטו זאגן, בעצם האט ער עס נישט געדארפט, ער איז געווען מושלם אן דעם אויך, נאר ער האט מחמת טובו געוואלט זיין א מטיב לבריאיו, ער איז אזא גוטער אז ער האט געוואלט טון גוטס, האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשן מיט וועמען צו טון גוטס... איז דאס נישט קיין חסרון? ער האט געוואלט ערפילן זיין געפיל און דראונג פון טון גוטס, ער וויל ערפילן זיין אהבה, דעריבער האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשן וועמען ער וועט טון גוטס מיט זיי, און אן א וועלט וואלט ער דאך דאס נישט געהאט?
אפשר שמועס בעסער אויס די נקודה, איך וויל אויך קלארער ווערן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
דו גייסט דא אריין אין א שווערע מחלוקה צווישן תורת חב''ד און די רמב''ם.
איך בין אונטערוועגנס, עס איז מיר שווער מרחיב צו זיין אין די הסברים פון ביידע שיטות לגבי די שאלה. וועלן מיר זיין צוריק וועלן מיר משתדל זיין צוריקצוקומען צו דעם.
איך בין אונטערוועגנס, עס איז מיר שווער מרחיב צו זיין אין די הסברים פון ביידע שיטות לגבי די שאלה. וועלן מיר זיין צוריק וועלן מיר משתדל זיין צוריקצוקומען צו דעם.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- לייבעלע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
איך ליין די דיסקאשען און איך מיין אז די קשיא איז שטארקער ווי תיריצים,
לאמער אביסעל ארויסברענגען זיין די קשיא פון שעפטיל, לויט ווי יאך פארשטיי עס,
א נארסיסט האט אפאר מאדנע התנהגות. און מען טרעפט עס ביי גאט ברוך הוא.
עס איז נישט נאר אז ער האט א רצון, עס איז מער ווי דעם
למשל --- יענער איז אייביג שילדיג אין אלעס, ער קיינמאל נישט!
רינגס ע בעל?
גאט טיט קיינמאל נישט קיין שלעכטס, נעעעע.... ער איז א טוב ומיטיב...!!! תייסרך רעתך, דו ביסט אלעס אליינס שולדיג...!
די נארסיסט פארנעמט נישט קריטיק. ער וויל נאר הערען לויב ווערטער!!! נישט קיין חילוק וואס ער טוט אפילו שלעכטע זאכן זאלסטו דאנקען!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט וויל נישט זאלסט זיין ביזי מיט א צווייטן..... נאר מיט עם א גאנצע לעבן....!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט קען דיר פארביטערן דיין לעבן אבער ווען דו פרעגסט עם היתכן וועט ער דיר געסלייטן מיט אלע סארט תיריצים עס דאכט זיך דיר נאר.... עכט איז ער א גוטע מענטש!
רינגס ע בעל?
ביי א נארסיסט איז מיי וועי אר די היייוועי!! נישטא קיין אנדערע וועג, אזוי ווילעך און אזוי וועט זיין!!! ער פירט זיך וואו א דיקטאטאר!
רינגס ע בעל?
אזוי איז דא נאך אסאך אנדערע עקסעמפלס, באט יו געט דע פאונט!..............
שעפטיל פארשטיי איך גוט די שאלה???? אויב נישט איז עס מיין אייגענע שאלה.......

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ביי מיר איז דאס דער אבסאלוטער תירוץ - איך פארשטיי טאקע נישט אלעס, אבער איך ווייס אז דער רבש"ע איז א בעל הרחמים און ער האט גענצליך א אנדערע וועג ווי אזוי ער פירט זיך מיט אונז, וואס איז נישט פארשטענדליך פאר אונז פשוט'ע מוחות.מן הסתם האט געשריבן:הבורא יתברך שמו לא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל
אין איין ווארט - ער מעג דאס טון! סיי ווייל ער איז בעה"ב אויף דער וועלט, און סיי ווייל אינערליך איז ער דער גרעסטער בעל חסד און איך גלייב אז ער מיינט אונזער גוטס, כאטש איך קליינע מענטשעלע פארשטיי נישט ווי אזוי. פאקט איז, ער "איז" העכער אונז אלע, און מעג פארלאנגען וואס ער וויל; ווס. איין מענטש פונעם צווייטן וואס איז ווייטאגליך ווען איינער קאנטראלירט אדער מאניפולירט.
מיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
וירח ה' את ריח הניחוח
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
פארוואס טאקע נישט? פון איינשטיין און האוקינג האלטסטו זיך קלוגער, מאי שנא הכא ומאי שנא התם? ליגט עפעס א בייעס דא?שמעקעדיג האט געשריבן:מיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
בעסטע תירוץ
דער תירץ האט אבער דער רמב"ם ז"ל געשפירט פאר וויכטיג צו ערקלערן און אדורכאקערן. ווי אויך איז האט דער הייליגער בעל התניא געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן צענדליגער בלעטער דוקא אויף די גאר קורצע דיבורים פונעם רמב"ם.שמעקעדיג האט געשריבן:ביי מיר איז דאס דער אבסאלוטער תירוץ - איך פארשטיי טאקע נישט אלעס, אבער איך ווייס אז דער רבש"ע איז א בעל הרחמים און ער האט גענצליך א אנדערע וועג ווי אזוי ער פירט זיך מיט אונז, וואס איז נישט פארשטענדליך פאר אונז פשוט'ע מוחות.מן הסתם האט געשריבן:הבורא יתברך שמו לא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל
אין איין ווארט - ער מעג דאס טון! סיי ווייל ער איז בעה"ב אויף דער וועלט, און סיי ווייל אינערליך איז ער דער גרעסטער בעל חסד און איך גלייב אז ער מיינט אונזער גוטס, כאטש איך קליינע מענטשעלע פארשטיי נישט ווי אזוי. פאקט איז, ער "איז" העכער אונז אלע, און מעג פארלאנגען וואס ער וויל; ווס. איין מענטש פונעם צווייטן וואס איז ווייטאגליך ווען איינער קאנטראלירט אדער מאניפולירט.
מיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
אזוי ווי געזאגט, איך בין אונטערוועגנס, צו טיף צו עס באארבעטן איצטערט, אבער עס האט אן אויסגעטרויטענער וועג פאר אונז ווי אזוי צו דאס פארשטיין און דערלערנען.
דער רמב"ם שרייבט אין די הקדמה פון מ"נ אז נאך אלע מעשיות גלייכט ער בעסער צו האבן די אמונה פשוטה, און אזוי גלייבן און וויסן אז עס איז דא א ג-ט ב"ה. אבער פארט פאר ער האט דאס געזאגט האט ער געשריבן זיין מ"נ.
משה רבינו ווערט געברענגט האט געבעטן דעם אייבירשטען אוועקצונעמען פון אים די פאקטישע ידיעה פון די שכינה כדי ער זאל קענען קלאמערן אויף די גראדע ווענט אזוי ווי גאנץ כלל ישראל אין אמונה בה' (מובא בספר תניא - לא זוכר בדיוק המ"מ אבל אציין אי"ה לכש.....)
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Wow
ר' @לייבעלע: טאמ'ס אפ + א סמיילי פעיס..
כ'האב נישט געהאט קיין סאך קלארע דוגמאות ס'געוועהן א רויע אנערקענונג אהן קענען אנדייטן ווי כ'זעה עס.
האסט מיך געהאלפן פארשטיין פון ווי ס'קומט.
---
צוגיין מיט דעי: אונז דארפן נישט פארשטיין, דערמאנט פון דעם מילגרעם עקספערמענט

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
זייער שיין ארויסגעברענגט די מענטשליכע פערספעקטיוו לגבי גאט. למעשה קען מען זיך שטעלן דא אויף א פאר קשיות. איז דיין געדאנקענגאנג טאקע ריכטיג יוניווערסאלי? איז דיין לאגיק ריכטיג בתכלית האמת לאמיתו?לייבעלע האט געשריבן:איך ליין די דיסקאשען און איך מיין אז די קשיא איז שטארקער ווי תיריצים,
לאמער אביסעל ארויסברענגען זיין די קשיא פון שעפטיל, לויט ווי יאך פארשטיי עס,
א נארסיסט האט אפאר מאדנע התנהגות. און מען טרעפט עס ביי גאט ברוך הוא.
עס איז נישט נאר אז ער האט א רצון, עס איז מער ווי דעם
למשל --- יענער איז אייביג שילדיג אין אלעס, ער קיינמאל נישט!
רינגס ע בעל?
גאט טיט קיינמאל נישט קיין שלעכטס, נעעעע.... ער איז א טוב ומיטיב...!!! תייסרך רעתך, דו ביסט אלעס אליינס שולדיג...!
די נארסיסט פארנעמט נישט קריטיק. ער וויל נאר הערען לויב ווערטער!!! נישט קיין חילוק וואס ער טוט אפילו שלעכטע זאכן זאלסטו דאנקען!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט וויל נישט זאלסט זיין ביזי מיט א צווייטן..... נאר מיט עם א גאנצע לעבן....!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט קען דיר פארביטערן דיין לעבן אבער ווען דו פרעגסט עם היתכן וועט ער דיר געסלייטן מיט אלע סארט תיריצים עס דאכט זיך דיר נאר.... עכט איז ער א גוטע מענטש!
רינגס ע בעל?
ביי א נארסיסט איז מיי וועי אר די היייוועי!! נישטא קיין אנדערע וועג, אזוי ווילעך און אזוי וועט זיין!!! ער פירט זיך וואו א דיקטאטאר!
רינגס ע בעל?
אזוי איז דא נאך אסאך אנדערע עקסעמפלס, באט יו געט דע פאונט!..............
שעפטיל פארשטיי איך גוט די שאלה???? אויב נישט איז עס מיין אייגענע שאלה.......
דיין מיינדסעט איז לכאורה א פראדוקט פון דיין קולטור. ווער זאגט וויאזוי א "גאט" דארף זיך באמת אויפפירן? פון וואו קענען מיר למעשה וויסן וואס איז יושר לגבי די רילעשאנשיפ צווישן א גאט און זיין פאלק? דו האסט עפעס רעפערענצען, אדער דו שטעלסט זיך פאר אזווי ווייל דיין היסטאריע צווישן מענטשן האט דיר אזוי געוויזן?
מענטשן וואס פירן זיך אויף דעם דרך ווערן גערופן "נארסיסיסטס" ווייל ס׳איז א קראנקהייט. אזא מענטש קען בשום אופן נישט איינזעהן אז ער האט א פעלער, קען נישט איינזעהן אז ער איז באגאנגען א טעות, אדער אז זיין שיטה איז נישט 100 פראצענט ריכטיג. און ס׳איז אלעס ער! ער! ער! (זי! זי! זי?).
ביי א מענטש איז קיינמאל נישט שייך אז ער זאל אייביג זיין גערעכט, ס'איז אים בלויז אן אנרעדעניש, אבער ביי א גאט? ס'איז עפלעך מיט מאראנצן. איך קום נישט פארענטפערן דא קיינעמ'ס טענות אדער הארץ דריקענישן, איך וויל בלויז פונאנדערשיידן די מענטשליכע טערמין "נארסיסיסט" ווערסוס א גאט. ס'איז אן אנדערע חיה אינגאנצן.
טאמער גאט זאגט אז מיר זענען אים שולדיג אלעס ווייל ער האט אונז געגעבן דאס לעבן, ווער זענען מיר צו זאגן אנדערש? ס'מוז נישט מאכן קיין סענס מיט אונזער היינטיגע קולטור, אבער ווער זענען מיר צו האלטן אנדערש? למעשה ווייס איך נישט צו מיר זענען אים אלעס שולדיג פאר'ן באשאפן אונז, אבער ס'איז נישט דא קיינער אחוץ גאט אליינס וואס קען דאס ענטפערן.
העכסטנס אז דו ווילסט נישט דיין לעבן קענסטו דאס אייביג צוריקגעבן.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
סתם געמישט א קאשעברוך שפינוזה האט געשריבן:תירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה, קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, בערך ווי @חתן בחור ברענגט ארויס...
נארסיסיזעם איז א פראבלעם פאר א 'מענטש' באשר הוא 'אדם' - א מענטש צווישן מענטשן, און אויב האלט זיך איינער העכער פון אנדערע וכדו' וועט אים סאסייעטי אויסשפייען ווייל 'מאי חזית דדמא דידך סומק טפי'... משא"כ להבדיל פארן בורא עולם, וואס הגם ס'שטייט 'כל מקום שאתה מוצא גבורתו של הקב"ה אתה מוצא ענוותנותו', פארוואס עקספעקסטו עס אבער? ער קען דאך טון 'וואס' ער וויל... נאכאמאל, 'וואס ער וויל'! ומי יאמר לו מה תעשה???
יעצט, למעשה איז תהלה לקל די רילעישנשיפ פון כביכול השי"ת מיט'ן עם ישראל און בכלל זיין ציל מיטן באשאפן א וועלט מצד זיין רצון להטיב.
איי דו ווילסט עס שוין יעצט פילן? כ'פארשטיי דיר זייער גוט, אבער כך גזרה חכמתו אז דוקא באופן זה וועט דער איד זוכה זיין צו תכלית טובה... ובהדי כבשי דרחמנא למה לך?!

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
צ״ל כ׳האב נישט פארשטאנען, ולשטיא בכורמיזאטמיר האט געשריבן:סתם געמישט א קאשעברוך שפינוזה האט געשריבן:תירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה, קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
ניין, ער האלט זיך נישט קלוגער פון זיי. אבער ווען צוויי קלוגע מענטשן קריגן זיך מישט מען זיך נישט אריין מיט קיין קלאץ קשיות, ודוק.ברוך שפינוזה האט געשריבן:פארוואס טאקע נישט? פון איינשטיין און האוקינג האלטסטו זיך קלוגער, מאי שנא הכא ומאי שנא התם? ליגט עפעס א בייעס דא?שמעקעדיג האט געשריבן:מיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
גראדע האב איך זייער הנאה פון די אשכול בכלל, און פון @שעפטל בכלל, ייש"כ טאקע. אבער דיינע תגובות קריכן מיך אויף די נערווען פאר סאם ריזן. מיינען אז מ'האט די ענטפערס אויף אלעס קומט נישט פון קלוגשאפט. סארי
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
חתן בחור. דאס איז אלעס אויף די צד 1. ס'דא א גאט. 2. ער האט אונז געבן די תורה.
אין די תורה זעהן אונז אז ס'איז נישט עפלעך מיט מאראנצען.
מ'זעהט חסרון במדרש וחז"ל
ואתה הסיבות לבם אחורנית
הביאו עלי כפרה על שמיעט הירח.
נורא עלילה על בני אדם
ועוד. אפי' לדברך ווי אזוי איז שייך הדבק במדותיו
מה הוא קנא ונוקם אף אתה?
אין די תורה זעהן אונז אז ס'איז נישט עפלעך מיט מאראנצען.
מ'זעהט חסרון במדרש וחז"ל
ואתה הסיבות לבם אחורנית
הביאו עלי כפרה על שמיעט הירח.
נורא עלילה על בני אדם
ועוד. אפי' לדברך ווי אזוי איז שייך הדבק במדותיו
מה הוא קנא ונוקם אף אתה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
האסט נישט געדארפט אויספויקן ברבים אז דו ביזט פון די טפשים וואס רעדן זיך איין אז זיי האבן ענטפערס אויף אלעס, אז ס'דיר וויכטיג געוועהן עס צו זאגן האסטו מיר עס געקענט זאגן אין אישי.טמיר האט געשריבן:מיינען אז מ'האט די ענטפערס אויף אלעס קומט נישט פון קלוגשאפט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
כ'אמיך פארגעשטעלט אז דו וועסט נישט פארשטיין, העל איך מסביר'ן. שעפטל'ס פראבלעם מיט, כביכול, א נארסיסטישע גאט איז נישט ווייל ער הייסט לערנען שעות רצופות, נאר ווייל ער הייסט:ברוך שפינוזה האט געשריבן:צ״ל כ׳האב נישט פארשטאנען, ולשטיא בכורמיזאטמיר האט געשריבן:סתם געמישט א קאשעברוך שפינוזה האט געשריבן:תירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה, קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
ואהבת את ה' בכל לבבך
כי אם ליראה
וכו וכו, די גאנצע קאפ דארף זיך דרייען ארום זיין כבוד און מורא און אהבה. כביכול, ווי קים יאנג אהן. נאר דא קומט זיך עס עם. אבער פארוואס בעהט ער די אלע זאכן?
די אלע זאכן זענען פסוקים אין די תורה אין כמה מקומות.
@הוגה קומט נישט אהער דא
קלאר?