א מוהל א בעל-תשובה - וואס האלט איר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

א מוהל א בעל-תשובה - וואס האלט איר?

שליחה דורך חקרן »

געווען ביי אונז אין די משפחה א שאלה, איבער א מוהל א בעל-תשובה, און א גאר חשוב'ער יונגערמאן, א תלמיד-חכם, דאוונט ערליך און איז עוסק בצדקה וחסד.

זיין עבר איז זייער פארטונקלט. קומט נישט פון אזא פרומער שטוב און איז געווען פארמישט אמאל אין קרימינאלע אקטיוויטעטן, זיצנדיג אין תפיסה אויף רציחה, בשעת ער איז געווען פארמישט אין א שיסעריי רח"ל. דארט האט ער געטראפן זיין וועג צוריק, ער האט גענומען א נייעם וועג אין לעבן און תשובה געטון בכל לבו ונפשו. היינט זיצט ער און לערנט, אן איידעלער איד, ער האט אויפגעשטעלט א שיינע משפחה און ער איז א באזעסענע מענטש.

זייענדיג א מומחה אין מוהלות, בעיקר טוט ער דאס פאר קירוב צוועקן, אבער ער קען אויך דינען אלס מוהל ביי היימישע אידן. די שאלה איז, ווי אזוי שפירט איר, וואלט איר גענומען אזא סארט מענטש אלס א מוהל, אדער דארף א מוהל זיין איינער וואס האט נישט אזא היסטאריע?

ביטע ענטפערט וואס איר שפירט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך שפיר ווי די פני מנחם האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט עם געזאגט אז ער איז נישט קיין בעל תשובה האט ער עם געפרעגט פארוואס טאקע נישט... הלוואי זאל די 'חסידישע' מוהל וואס איז יא געוואקסן אין א היימישע שטוב זיין א בעל תשובה....
Happy365
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך Happy365 »

איך האב אמאל געהערט אז א סופר שטייט אין הלכה אז מען זאל נעמען א ירא שמים אבער א מוהל שטייט זאל זיין א מומחה
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

הג"ר שמעלקע טויבענפעלד האט אונז אמאל געזאגט אויף אזא סארט קעיס, פארן מומחה געט מען מילה און פארן חשובער'ן קענסטו געבן א קוויטל..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חקרן האט געשריבן:געווען ביי אונז אין די משפחה א שאלה, איבער א מוהל א בעל-תשובה, און א גאר חשוב'ער יונגערמאן, א תלמיד-חכם, דאוונט ערליך און איז עוסק בצדקה וחסד.

זיין עבר איז זייער פארטונקלט. קומט נישט פון אזא פרומער שטוב און איז געווען פארמישט אמאל אין קרימינאלע אקטיוויטעטן, זיצנדיג אין תפיסה אויף רציחה, בשעת ער איז געווען פארמישט אין א שיסעריי רח"ל. דארט האט ער געטראפן זיין וועג צוריק, ער האט גענומען א נייעם וועג אין לעבן און תשובה געטון בכל לבו ונפשו. היינט זיצט ער און לערנט, אן איידעלער איד, ער האט אויפגעשטעלט א שיינע משפחה און ער איז א באזעסענע מענטש.

זייענדיג א מומחה אין מוהלות, בעיקר טוט ער דאס פאר קירוב צוועקן, אבער ער קען אויך דינען אלס מוהל ביי היימישע אידן. די שאלה איז, ווי אזוי שפירט איר, וואלט איר גענומען אזא סארט מענטש אלס א מוהל, אדער דארף א מוהל זיין איינער וואס האט נישט אזא היסטאריע?

ביטע ענטפערט וואס איר שפירט.
רציחה וואלט איך געוועהן אומבאקוועם. סתם OTD און ב"ה צוריקגעקומען וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

דערמאנט מיר אז אמאל האט דער גלח פון דערפל געטראפן דעם מאשקע’ן זייער פארדאגה’ט און פרעגט איהם מאשקע וואס גייט פאר מיט דיר?
-ס’איז מיר געבוירן געווארן א יונגל...
זאגט דער גלח וואס איז דער פראבלעם ס’איז דאך א געוואלדיגע שמחה וואסי דער דאגה?
ניין ענטפערט דער מאשקע, מארגען דארף פארקומען די ברית און כ’האב נישט מצליח געווען צו שאפן א מוהל דער מוהל פונעם נענסטען שטאט איז אוועק געפארן ווייט און ואני אנא אני בא.
זאגט דער גלח נישט קיין פראבלעם, איך קען גוט די מלאכה פון מילה איך וועל איהם מל’ן, והך קאווע..

אפאר יאר שפעטער טרעפט דער גלח נאכאמאל מאשקע’ן נו, וואס מאכט דיין צדיק’ל וועמען כ’האב געשניטן ?
אלעס פיין און וואויל אבער איין פראבלעם ווען ער ליינט קריאת שמע אנשטאט צו זאגן המלאך הגואל זאגט ער הגלח המוהל...
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

פארגעסן צו שרייבן, בעבר האט ער געוואוינט מיט א שיקסע מיט וועמען ער האט זיך פארליבט און ער האט מיט איר עטליכע גוי'אישע קינדער. ער האט אויך אנגעזייעט ערגעצוואו א שווארצן קינד. (בכלל, פלעגט ער האצקען מיט מיידלעך טאג און נאכט - היינט שעמט ער זיך מיט יענע יארן).

למעשה האט ער שטארק תשובה געטאן, ער איז אן אמת'ער ירא-שמים, לערנט אסאך שעה און טאג און איז אפילו א תלמיד-חכם, ער דאוונט ערליך און איז עוסק אין חסד.

וואלט איר אים גענומען אלס מוהל?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך זע נישט פארוואס מען דארף דווקא נעמען אזא מוהל, פעלט דען מוהלים וואס טויגן וואס האבן נישט אזא היסטאריע?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חקרן האט געשריבן:פארגעסן צו שרייבן, בעבר האט ער געוואוינט מיט א שיקסע מיט וועמען ער האט זיך פארליבט און ער האט מיט איר עטליכע גוי'אישע קינדער. ער האט אויך אנגעזייעט ערגעצוואו א שווארצן קינד. (בכלל, פלעגט ער האצקען מיט מיידלעך טאג און נאכט - היינט שעמט ער זיך מיט יענע יארן).

למעשה האט ער שטארק תשובה געטאן, ער איז אן אמת'ער ירא-שמים, לערנט אסאך שעה און טאג און איז אפילו א תלמיד-חכם, ער דאוונט ערליך און איז עוסק אין חסד.

וואלט איר אים גענומען אלס מוהל?
דיין שאלה איז אין די וועליו פון די מוהלות? אדער אין די "באקוועמליכקייט" פון חרדישע יודען אז כיבודים גייט פאר מכובדים און שיינע יודען...?

אנאלייז: חפץ חיים מיט'ן דאשיק וואס איז געווען א יתום פון א צופראסקיטע שטוב און זיך געוואַלגערט אין בית מדרשים אין ווילנא. אויב ער וואלט געווען היינט צוטאגס אויף ראדני סטריט, מן הסתם וואלט מען פון זיין שחיטה נישט געגעסן...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

חקרן האט געשריבן:ער האט אויך אנגעזייעט ערגעצוואו א שווארצן קינד.
ביטע מסביר זיין וואס דאס לייגט צו צו דער שאלה.
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

עפעס גייט דא קומען מיט א צושטעל פון א געוויסע אמורא אין די גמרא אדער אזא סארט מעשה פןן חז"ל אדער גאר תנ"ך...

מיר ווארטן מיט שפאנונג
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חקרן האט געשריבן:פארגעסן צו שרייבן, בעבר האט ער געוואוינט מיט א שיקסע מיט וועמען ער האט זיך פארליבט און ער האט מיט איר עטליכע גוי'אישע קינדער. ער האט אויך אנגעזייעט ערגעצוואו א שווארצן קינד. (בכלל, פלעגט ער האצקען מיט מיידלעך טאג און נאכט - היינט שעמט ער זיך מיט יענע יארן).

למעשה האט ער שטארק תשובה געטאן, ער איז אן אמת'ער ירא-שמים, לערנט אסאך שעה און טאג און איז אפילו א תלמיד-חכם, ער דאוונט ערליך און איז עוסק אין חסד.

וואלט איר אים גענומען אלס מוהל?
יא: ווען ס'קומט צו שידוכים וועל איך מיך אינטרעסירן וואס זיין עבר איז געווען. איך ווייס נישט צי איך וואלט איהם גענימען פאר א מחותן. נאר צו מוהלות 100% אז יא. אויב ער איז א מומחה. ענדערש זאלל ער זיין ווייניגער "ירא שמים" און מער א פראפעשאנאל. ווי איידער פארקערט.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

יא, אבער נאר ווילאנג ער גייט נישט צו די בחירות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כפתור האט געשריבן:יא, אבער נאר ווילאנג ער גייט נישט צו די בחירות
ווייל אין דעם איז תלוי דאס גאנצע אידישקייט...לאל.
בן-עולם-הבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:12 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך בן-עולם-הבא »

און ווען דער בעל תשובה וואלט געווען א שוחט, וואלט מען אים אנגענומען אלס שוחט אין סאטמער למשל? אויב יא קען מען אין נעמען אלס מוהל. אזוי האלט איך.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

Happy365 האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז א סופר שטייט אין הלכה אז מען זאל נעמען א ירא שמים אבער א מוהל שטייט זאל זיין א מומחה
רמ"א יורה דעה רסד "יהדר אחר מוהל יותר צדיק"
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

אקעי, לאמיר דא גיין א טריט ווייטער.

דא בשכינות געפינט זיך אן אשכול, איבער אן אינטערוויא וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט א געוועזענע עבריין, איינער וואס האט געטשעפעט קינדער רח"ל. ס'איז א גרויסע מחלוקת צווישן די צוקוקער, צי ער מיינט דאס ערנסט, צי זיין תשובה איז אנגענומען און עקספעקטפול. לאמיר אויפן מינוט לייגן די הנחה אז ער מיינט דאס ערנסט, ער האט תשובה געטון מיטן גאנצן הארץ, האט אנגענומען זיין עונש און ליידט דערפון ביז היינט און איז מקבל די יסורים אלס תשובה אויף זיינע חטאים.

אצינד, אויב איז ער אויך א מוהל מומחה, וואלט איר אים גענומען פאר אייער קינד? - איך פרעג לדעת הרבים וואס האבן געשריבן אין אונזער אשכול, אז א מוהל א בעל-תשובה איז בסדר. איז דאס אויך בסדר אין אזא פאל?

באמת קען די שאלה צוטיילט ווערן אין צוויי:
1. איז ער בסדר און מען קען אננעמען אז זיין עבר האט נישט קיין שייכות מיט אונז, און ער קען זיין א מוהל אויף אונזערע קינדער?
2. דארף מען חושש זיין אז ער קען עפעס טון מיטן רך הנימול.

אויף שאלה נומער 2. דארף מען דן זיין. וואס וועט זיין אויב מען וועט אכטונג געבן אז ער זאל נישט זיין אליין מיטן קינד? - בכלל, אויב איז בכלל שייך אז ער זאל עפעס קענען טון מיט א קליין קינד? - און אויב יא, שאדט עס אויפן לעבן פונעם קינד, אין אזא עלטער וואס ער האט נישט די געפילן? (איך פרעג ווייל איך וויל וויסן).

ווי אזוי דארף מען אנקוקן דער מצב.

איך פרעג מיט א לעגעטימע סיבה און מטרה.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך אסטראלאג »

כפתור האט געשריבן:יא, אבער נאר ווילאנג ער גייט נישט צו די בחירות הטמאות
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

דאס קינד איז נאכאלס נישט גע'מל'ט??
פארשפארט